איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (אלע 11 קאפיטלעך ארויפגעשטעלט)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (אלע 11 קאפיטלעך ארויפגעשטעלט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווי פארשפראכן מיט א צייט צוריק, געבן מיר דא ארויס פון די ארכיוון א טאגבוך וואס מיר האבן אפגעשריבן מיט איבער פופצן יאר צוריק - בשנת תשס"ט - נאך א נסיעה קיין אנטווערפען, צו די חתונה פון א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. מיר גייען יעצט איבער דעם טאגבוך און מיר זענען דאס מגיה פון גרייזן, אויך נעמען מיר ארויס די גאר פריוואטע איינצלהייטן, און צומאל לייגן מיר צו א שטיקל הוספה (איינגערינגלט, און צוגעשריבן "הוספה תשפ"ד). ליינט און האט הנאה.

קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען

אקדמות מילין: מיר שטייען שוין א וואך נאך די געהויבענע נסיעה און חתונה, קען זיין עטליכע פרטים זענען שוין פארגעסן געווארן, מעגליך אז דער סדר וועט זיין אביסל צעמישט, אבער דער אמת איז, אז איך בין נאך אויך אביסל צעמישט פונעם נסיעה, נאכדעם וואס מען איז כמעט נישט געשלאפן קיין געהעריגן נאכט שלאף דורכאויס די גאנצע רייזע, און צוגאב צו דאס פליען גופא, מיט די פאריקטע שעות, דאס אלעס העלפט צו מיין יעצטיגן "הענג אווער"...

ויהי היום. עס איז געווען דינסטאג פרשת ויצא תשס"ט, זענען מיר אויפגעשטאנען ווי געווענליך אום 7 אזייגער צופרי, 8 אזייגער האבן מיר זיך געזעצט לערנען דעם חק שיעור ווי די לעצטע חודש צייט, שפעטער האט מען געדאוונט און געלערנט אלע שיעורים פאר'ן טאג, וויסנדיג אז שפעטער וועט מען נישט האבן קיין צייט אדער קאפ צום לערנען צוליב די בעפארשטייענדע פלי רייזע קיין אנטווערפען, זיך צו באטייליגן אין די שמחת נשואין פון הבחור משה יעקב פרידמאן בן ר' ירמי' בן הג"ר ישראל חיים מנשה שליט"א (זצ"ל) וחתן אב"ד שאפראן שליט"א (זצ"ל), מיט הכלה המהוללה בת מרן אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א.

היות דער פליגער האט זיך געזאלט הייבן אום 6 אזייגער, און מיר האבן זיך שוין געדארפט געפינען אין לופטפעלד א שיינע 2-3 שעה פריער, האב איך זיך אויפגעכאפט ארום איינס אזייגער מיט די שאכטלעך וועש פון 4 קינדער וועמען מען האט איינגעארדנט ביי מיינע צוויי שוועסטער אין וויליאמסבורג, דערנאך האב איך צושפאצירט צום סאטמארן בית המדרש אויף ראדני סטריט וואו איך האב געכאפט א מנין מנחה ארום 1:30 און געזאגט תפלת הדרך מיט גרויס כוונה ביי שומע תפלה.

אויפ'ן וועג אהיים האב איך אפגעשטאט א באזוך אין מיין אלטע גראסעריי אויף ליע עוועניו ביי הופער סטריט, און איינגעקויפט לעצט-מינוטיגע צדה לדרך, צוויי פון יעדע מין, ווי אויך 2 קאפעטשינאס וואס מען האט נאך געדארפט ערלעדיגן בעפאר'ן ארויספארן - צוליב די שטרענגע רעגולאציעס וואס פארבאטן ארויפצופירן פליסיגקייטן אויפ'ן פליגער.

עטליכע מינוט צו 3 אזייגער האב איך אראפגעפירט די צוויי רענצלעך און איין האנט באגאזש צום קאר וואס האט אונז געפירט צום לופטפעלד וואס ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פונעם פארשטארבענער פרעזידענט דזשאן פיטצדזשעראלד קענעדי. דער וועג האט גענומען ארום 30-40 מינוט און געקאסט 35 דאלער (ער האט גראדע געבעטן 40 דאלער, ווייל מיר האבן אים געבעטן צו מאכן אן אפשטעל ביי א שוועגערין'ס הויז נאכדעם וואס יענע האט געוואלט מיטשיקן עפעס א פעקל קיין אייראפע, הגם למעשה איז דאס פעקל נישט געווען גרייט און איז דא געבליבן).

ווי מיין שטייגער בין איך אנגעקומען גאנץ פונקטליך צום לופטפעלד, נאך איידער די גאנצע גרופע וואס איז באשטאנען פון משפחה און גוטע פריינט, חסידים ואנשי מעשה, און איך האב געהאט רואיג צייט זיך איינצוטשעקן און צושפאצירן צום געיט, וואו איך האב נאך געכאפט א זיץ אקעגן איבער דעם נייעס שאכטל... די שפעטערע אנקומער האבן בלויז געקענט 'הערן' די מעלדונגען אדער האבן זיי געקענט פארבייגן דעם האלז צו קענען מיטהאלטן די אינטערוויו מיט'ן פאקיסטאנער פרעזידענט דורך וואלף בליצער.

ווי איר קענט זיך פארשטעלן זענען די גרופע חסידים ואנשי מעשה אנגעקומען בעפאר תפלת מנחה, אנדערש ווי מיר וואס וואלט שוין געהאלטן נאך מעריב ווען עס וואלט מעגליך געווען לויט'ן זייגער, אזוי ארום האבן זיך געשאפן אין די לעצטע מינוטן פאר'ן ארויפגיין אויפ'ן פליגער עטליכע מנינים מנחה אינעם זייטיגן קארידאר, און איך בין געבליבן היטן די פעקלעך פון די דאווענער פון א בייז אויג און א קלעבעדיג האנט.

א מעלדונג האט זיך געהערט אויפ'ן הויכהילכער, אז משפחות מיט קינדער אדער ערשטע קלאס רייזנדע קענען זיך שוין ארויפשארן צום פליגער, און דער יאגער אין מיר האט מיך צוגעשטופט צום אריינגאנג פונעם פליגער און אראפגעזעצט אויף מיין זיץ ארום 5:30, א גאנצע האלבע שעה בעפאר די עמטליכע נסיעה צייט. דאדורך האב איך ליידער פארפאסט דעם תפלת ערבית בציבור וואס איז פארגעקומען אינעם קארידאר נעבן געיט, און געדארפט דאווענען זיצנדיג אויפ'ן פלאץ ביחידות, וה' הטוב יכפר בעדי.

דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:10 אויפ'ן ניו יארקער זייגער, און מען האט אויסגערופן אז די רייזע וועט געדויערן ארום 5 שעה מיט 55 מינוט. די וועג אליין איז געווען א מחיה, דאס אויפהייבן און דאס לאנדען זענען צוגעגאנגען אזוי געמיטליך און רואיג אז מען האט דאס געקענט איבערשלאפן אדער גענצליך פארפאסן. מיין קליינע 13 חדשים'דיגע טאכטערל איז געזעצן אויף א ליידיגע זיץ צווישן מיר און די אידענע, און האט זיך גאנץ פיין אויפגעפירט ב"ה במשך די רייזע, אביסל געשלאפן אביסל געגעסן און אביסל געזינגען אדער געוויינט (אנדערע קינדער אויפ'ן פליגער האבן אסאך מער פארפירט, טראצדעם וואס זיי האבן פארמאגט ספעציעלע בעסאנעטן צום ליגן).

ארום א שעה נאכ'ן זיך אויפהייבן האט מען אנגעהויבן טיילן דעם נאכטמאל, צו מיין גרויס וואונדער איז דאס גאנצע עסן געווען פארפרוירן, מעגליך אז צוליב כשרות ווארעמט מען נישט אן די כשר'ע עסן אינעם טריפה'נעם מייקראוועיוו פונעם פליגער, אדער איז דאס געווען אן איינפאכע גרייז, אבער פאקטיש האב איך זיך מחיה געווען מיט די פארפרוירענע פרוכט קאמפויט, און אפילו די פלייש און אנדערע מאכלים זענען אויפגעגעסן געווארן ווייל קיין צווייטע ברירה האב איך נישט געהאט.

למען ה'לאקשן האב איך איינגעפאקט אינעם האנט באגאזש 2 מעלות'ן פון חשון און כסלו, ווי אויך איין באלייכטונגען פון פרשת תולדות (וואס איז פארלוירן געווען במשך דעם שבת אין שטאט, און איך האב זיך בדיעבד געפריידט אז איך וועל האבן עפעס ציענד צו ליינען אויפ'ן וועג). למעשה האב איך זיי ניטאמאל געברויכט, ווייל אויפ'ן קליינעם כלי פארנט פון יעדן זיץ איז געווען צוגעשטעלט אלע סארט אונטערהאלטונגען, זאגאר כשר'ע (א שטייגער ווי די נומערן שפיל המכונה סאדאקא, אדער אזא סארט טעטריס שפיל וואו מען דארף כאפן דעם באל וואס פליט אראפ נאכ'ן אריינקראכן אין פארשידענע סארט שטיינער).

די בילקע פונעם נאכטמאל האב איך געגעבן פאר מיין טאכטער, ווייל איך האב נישט געוואוסט אויב דאס איז 'מזונות' אדער 'המוציא', און הגם לויט'ן סברא וואלט דאס געדארפט זיין 'מזונות', האב איך דאס נישט געקענט געפינען אויף זייער אנווייזונג צעטל ביז פת שחרית, ווען איך האב בעסער דורכגעבליקט דעם צעטל און געפינען קלאר אז דאס ברויט איז געמאכט מיט מי פירות.

א וויכטיגע זאך איז געשטאנען אויף יענעם צעטל (פון ווייס כשר'ע קאך, שעל ידי אברהם שמואל ווייס) אז מען זאל אכט געבן צו קוקן אויפ'ן זייגער נאכ'ן נאכטמאל, ווייל די מילכיגע פרישטאג ווערט פארטיילט ענדע נסיעה און צומאל קומט דאס אויס בעפאר עס לויפן פארביי 6 שטונדן צווישן פלייש און מילך. למעשה האט מען טאקע סערווירט דעם פרישטאג נאך ארום 4 שעה - איין שעה בעפאר'ן לאנדן - אבער איך האב נישט געפינען דערויף קיין צייכן פון מילכיג, הגם עס איז אויך נישט געשטאנען פארווע.

מיר זענען דאך געפארן קיין אייראפע, וואו דער זייגער איז פאראויס פון דאהי, האב איך געהאט א ספק אויב איך מעג נאך עסן דעם פרישטאג, אדער עס איז שוין אין די האלבע שעה פונעם עלות. איך האב באשלאסן אז אזוי ווי עס איז געווען ארום 5:00 אין אנטווערפען, און מען האט נאך דאן געהאלטן העכער לאנדאן וואו עס איז מיט א שעה פריער, על כן איז נישט דא וואס חושש צו זיין, און איך האב זיך מחיה געווען מיט א פיינעם פת שחרית ווען ביי אייך אין ניו יארק איז געווען ארום 11:00 ביינאכט.

קיין אויג האב איך נישט געקענט צומאכן אויפ'ן וועג אהין, און איך האב ניטאמאל פרובירט דאס צו טאן, וויסנדיג אז אין א געווענליכן טאג זע איך נישט דעם בעט בעפאר 12 אזייגער [הוספה תשפ"ד: טאקע? בלויז פופצן יאר צוריק האסטו דיך נאכנישט געלייגט טעגליך 2 אזייגער? צייט צוריקצוגיין צו די אלטע גוטע צייטן]. מיט ברכת התורה האב איך אויך נישט געהאט קיין פראבלעם, ווייל דינסטאג אינדערפרי האב איך זיך אויסגענומען אז די ברכות זאלן חל זיין ביז דעם אנדערן טאג אינדערפרי, ביז איך וועל ווידעראמאל מאכן ברכות התורה (אפגעזען צי איך וועל שלאפן אינדערמיט אדער נישט).

דער פליגער האט געלאנדעט אין בריסל, בעלגיע ארום 6:30 אינדערפרי לאקאלע צייט, נאך א גאר קורצע נסיעה פון עטוואס מער ווי 6 שעה. א פלא איז געווען אז א צווייטע פליגער פון אמעריקען עירליינס (מיר זענען געפארן מיט דזשעט, אן אינדיאנער פירמע) איז ארויסגעפארן 10 מינוט נאך אונז, און אנגעקומען היבש פאר אונז. איינער פון יענע רייזנדע האט זיך אויסגעדרוקט לפי תומו, אז ער מיינט מען איז געפארן אויף א מיליטערישן וועג (...) און דאס האט בייגעשטייערט צום קורצן רייזע.

ביים אנקומען האט זיך שוין די מידקייט אנגעהויבן שפירן, בפרט ווען מען האט באטראכט די פנימ'ער פון אלע וואס האבן געהאלטן אינמיטן א טיפן דרימל, אדער ביים באטראכטן די פריש אויפגעשטאנענע אייראפעער אינעם לופטפעלד. אבער קיין צייט צו טראכטן האט מען נישט געהאט, ווייל מען דארף זיך אריינזען אין שטאט צו תפלת שחרית.

די ערשטע זאך האט מען זיך געשלענגעלט אין א רייע צום גרעניץ קאנטראל וואס האט איבערגעקוקט אונזערע פאספארטן. עס איז געווען א באזונדערע שורה פאר אי. יו. בירגער; ווי וואונדערליך איז געשטאנען דארט אויף פלעמיש "אי. יו. אונטערטאנען". דער וועכטער האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען, און מיט א שיינעם גוט מארגן אפגעזיגלט אלע פאספארטן און מיר זענען ווייטער געגאנגען צו כאפן די זעק און פעק.

עס איז געווען אפגעשמועסט אז א באס וועט אפווארטן די געסט פון אמעריקע, אבער א זארג איז ענטשטאנען אז היות דער פליגער איז אנגעקומען א וויילע פריער ווי געפלאנט וועט מען דארפן צואווארטן א שטונדע אויפ'ן באס. דאס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש, ווייל ביים אנקומען צו די רענצלעך האט מען שוין באמערקט אפאר היימישע יונגעלייט, עסקנים פון אנטווערפען (איינער הייסט דאכט זיך וואלנער, א יליד קרית יואל) וועלכע האבן פונקטליך צוגעוויזן וויאזוי אנצוקומען צו די ספעציעלע באסעס וואס זענען ארויסגעקומען אויפנעמען די מאסן.

הינטער איינע פון די 2 באסעס איז געווען צוגעטשעפעט א ספעציעלע טרעקל פאר די רענצלעך וואס האבן שוין נישט אריינגעפאסט אונטער'ן באס, ויסעו. אויף מיין באס איז געווען 2 טישעלעך, איינס ביי יעדע רייע פון די זיצן, און מען האט זיך ארומגעזעצט 4 אידן ארום יעדע טיש, צוויי פון יעדע זייט, און א שמועס איז ענטשטאנען איבער דאס און יענץ. בעיקר האט מען באוואונדערט דאס טונקעלקייט וואס הערשט דארט. עס איז שוין געווען ארום 8 אזייגער אינדערפרי, און דארט איז געווען אזוי טונקל ווי ביי אונז אום זייגער 5-6. שפעטער האט איינער ערקלערט אז דער עלות השחר אין אנטווערפען איז יענע וואך געווען ארום 7:15, און דער נץ ארום 8:30! נישט קיין וואונדער אז ווען מיר זענען אנגעקומען אין שטאט ארום 8:30, איז נאכאלץ נישט געווען געהעריג ליכטיג (אבער מאמעס זענען שוין געשטאנען ביים טיר אפצושיקן די קינדער אין חדר).

אנקומענדיג אין שטאט האבן מיר באטראכט די אלטמאדישע הייזער (עס איז שוין פארלאפן 15 יאר לערך זינט מיין לעצטע באזוך אין בעלגיע), און באוואונדערט ווי מען זעט ממש נישט קיין לעבעדיגע פארבן, אלעס איז ווייס, אדער אמאל געווען ווייס און היינט פארשווארצט.

אן אינטערעסאנטע אויפפאסונג האב איך דאן געהערט פון מיין פאטער, אז גאנץ אנטווערפען איז אויף אויספארקויף. נישט קיין גוזמא, וואו מיר זענען געשטאנען און געגאנגען האבן זיך אראפגעליינט צעטעלעך "TO KOOP" (צו קויפן אויף פלעמיש).

די באסעס האבן אראפגעלאזט די פאסאזשירן ביי א ספעציעלע ווארט פלאץ, פון וואו יעדער האט זיך גענומען שפאנען צו זיין דעזיגנירטע אכסניא. מיין פאמיליע האט באקומען צוגעטיילט איינצושטיין ביי א משפחה קאהן אויף די "וואן דיפענבעק" שטראסע, אבער איך האב שוין געהערט שמועות מאחורי הפרגוד, אז דער לאנגיעריגער בעל אכסניא פון מיין פאטער, דער דעעשער רבי פון אנטווערפען שליט"א, האט ערלעדיגט פאר מיר א צווייטע איינשטיי ארט קעגן איבער זיין וואוינונג אויף די זורנבורג שטראסע.

מיר האבן אנגעהויבן שפאנען מיט די שווערע רענצלעך, איך האב געדארפט שלעפן 2 גרויסע רענצלעך, מיט א טלית ותפילין, איבער לאנגע שמאלע געדרייטע געסלעך. אויפ'ן וועג האבן מיר באגעגנט טייערע תינוקות של בית רבן וואס זענען געפארן מיט זייערע ביציקלעך אין חדר אריין (איך האב געזאגט א ווערטל, אז ווען דער מלמד וויל שלאגן א אינגל, בעט יענער רשות אנצוטאן דעם העלמעט), זיי האבן אונז צוגעוויזן דעם וועג, און אזוי זענען מיר אנגעקומען ביז פארנט פונעם פשעווארסקער שול, וואו מיר האבן פונדערווייטנס באמערקט דעם דעעשער רבי'ן גיין מיט זיין האריגן טלית בייטל צו תפילת שחרית.

דא מוז ארויסגעהויבן ווערן דאס גוטסקייט פון דעם רבי'ן. ער האט מיך ממש באצווינגען איבערצוגעבן איין רענצל אין זיינע הענט, און אזוי האט ער צוריקשפאצירט מיט אונז ביז זיין בלאק וואס געפינט זיך גאנצע 3 גאסן ווייטער פונעם שול. ער האט נאך ארויסגענומען דעם שליסל פון די אכסניא קעגנאיבער וואו ער האט מסדר געווען מיין משפחה'לע, און "ארויפגעשלעפט דעם רענצל דריי שטאק" און אראפגעשטעלט אין מיין שלאף צימער! ביים צווייטן רענצל האב איך זיך שוין געדארפט שלאגן מיט אים ער זאל דאס איבערלאזן פאר מיר ארויפצושלעפן.

די בעלי אכסניא זענען נישט געווען אין שטוב אונז אויפצונעמען, האבן מיר געמאכט קליינע איינארדענונגען און הכנות צום דאווענען, און זיך תיכף געוואנדן צום שטוב פונעם דעעשער רבי'ן, וועלכער האט אונז פערזענליך אפגעווארט מיט א פרישע קאווע (און מזונות פאר די בני בית). נאך 2 קאוועס האב איך זיך געכאפט אז איך האלט בעפאר ברכת התורה, און דא פארגייט שוין באלד דער זמן קריאת שמע (האלב ניין איז דער נץ, און האלב צען איז שוין דער ערשטער סוף זמן קר"ש לויט ווי די ארטיגע קהילה האט באשטימט לפי האופק), האב איך זיך באלד געשטעלט אין א ווינקל און געזאגט ברכת התורה מיט 'פארנט', דערנאך בין איך אריבער צום פשעווארסקער שול וואו איך האב געכאפט א מקוה, און זיך געשטעלט אין די ליניע צו שלום-נעמען פונעם רבי'ן וועלכער האט דאן געהאלטן ביים ענדיגן תפלת שחרית.

דא וועלן מיר מאכן דעם ערשטן הפסק, וברצות ה' וועלן מיר זיך אומקערן מיט'ן המשך.
אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3887
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

סובסקרייבט.

וואו איז מאניש?
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

און די שפטערע טאגבוכער איז די הכנה צו די מצוה גרעסער ווי די מצוה .דא מיט איין קאפטיל איז מען שוין און אנטווערפען , קוקט אויס אז דאס איז צו געקומן מיט דו יארן.....
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין כורע.

האסטעך היפש געטוישט מיט די יארן, די טאג בוך איז היפש אן אנדערע שניט.

גוטע צייטן געוועהן די דזשעט עירוועיס.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

@לכאורה איך האף האסט אויסגענוצט די געלעגנהייט דארטן צו פארן אויף א בייק, דאכצעך דארט פארן די עדאלטס אויך דערמיט..
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

שלמה מולכו האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:20 am
זייער שיין כורע.

האסטעך היפש געטוישט מיט די יארן, די טאג בוך איז היפש אן אנדערע שניט.
יא, די פונקטליכקייט איז זיכער שוין עבר ובטל
די ניק איז מער נישט אקטיוו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:26 am
@לכאורה איך האף האסט אויסגענוצט די געלעגנהייט דארטן צו פארן אויף א בייק, דאכצעך דארט פארן די עדאלטס אויך דערמיט..
נישט אויסגעקומען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:27 am
שלמה מולכו האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:20 am
זייער שיין כורע.

האסטעך היפש געטוישט מיט די יארן, די טאג בוך איז היפש אן אנדערע שניט.
יא, די פונקטליכקייט איז זיכער שוין עבר ובטל
פון וואס רעדסטו? כ'בין היינט אויך ב"ה זייער א פונקטליכער... נאר אנשטאט גיין שלאפן פונקטליך 12, איז עס פונקטליך 2
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:28 am
ליטווישער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:27 am
שלמה מולכו האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:20 am
זייער שיין כורע.

האסטעך היפש געטוישט מיט די יארן, די טאג בוך איז היפש אן אנדערע שניט.
יא, די פונקטליכקייט איז זיכער שוין עבר ובטל
פון וואס רעדסטו? כ'בין היינט אויך ב"ה זייער א פונקטליכער... נאר אנשטאט גיין שלאפן פונקטליך 12, איז עס פונקטליך 2
ער מיינט מער די פארפעקשעניזם פון פארצייכענען יעדע דעטאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דעיס מיינט אז ס'קומט נישט א נסיעה אין די נאנטע צוקנופט?

@ארחיקה נדד
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

זייער שיין.
עס געבט מיר חשק צו אראפ שרייבן מיין רייזע אנטלויפנדיג פון ארץ הקודש בפרוץ מלחמת שמיני עצרת נישט מער געדאכט....
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

ביסט נאך אלץ א פליט?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געגאנגען האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:54 am
דעיס מיינט אז ס'קומט נישט א נסיעה אין די נאנטע צוקנופט?

@ארחיקה נדד
ווי שוין געשריבן עטליכע מאל, לעת עתה האב איך נישט קיין וואלידע פאספארט (און בכלל, קיין וואלידע אידענטיפיקאציע קארטל מיט א בילד...)

די וואך האבן מיר ענדליך אויסגעפילט די באנייאונגס פאפירן פאר'ן פרישן פאספארט, אבער מען דארף אראפגיין אין געשעפט נעמען בילדער, אויך דארפן מיר פארשאפן מאני ארדערס און ארויסשיקן די אלטע פאספארטן מיט די אפליקאציעס, און ביז געציילטע טעג האפן מיר שוין צו פארן אין קאנטרי אריין...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 1:06 am
זייער שיין.
עס געבט מיר חשק צו אראפ שרייבן מיין רייזע אנטלויפנדיג פון ארץ הקודש בפרוץ מלחמת שמיני עצרת נישט מער געדאכט....
נו, אדרבה
אוועטאר
פרעה מיט פידשאמעס
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 19, 2024 5:39 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעה מיט פידשאמעס »

זייער שיין @לכאורה זייענדיג א יליד אנטווערפען טראגט עס ביי מיר זייער א שטארקע חשיבות
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

איך זעה די מנהל איז א דוד משה איד

גראדע געווען באריכטעט אז מען קען שוין צוריק באנייען פאספארטען אויף די געוועב.
ייחוס זוכער
שר חמש מאות
תגובות: 784
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

איך מיין אז די איינציגסטע זאך וואס האט זיך געטוישט זייט דענמאלס אין אנטווערפן איז אז אלע הייזער זענען שוין פארקויפט און ס' שוין זייער שווער TE KOOP
(אפשר דעזש'ער רבי האט זיך שוין אויך אוועקגעצויגען (אוועק געמאפט אין פלעין יידיש) ,דרך אגב נעקסטיים איר טרעפט עם שיקט עם א הייסע גריס פון מיר)
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1888
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

סאבסקרייבט
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 10:37 am
נאך א לאנגע חשבון הנפש איז געבליבן אז מגיימיר פון דא לכה"פ ביז נאך יום הקדוש שנת תשפ"ה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 8:06 pm
איך זעה די מנהל איז א דוד משה איד

גראדע געווען באריכטעט אז מען קען שוין צוריק באנייען פאספארטען אויף די געוועב.
איינער האט מיר געשיקט א לינק דערצו, אבער מען דארף אפלאודן א דיגיטאלישע בילד און מען דארף טויגן דערצו (עס זאל זיין די ריכטיגע סייז וכו')
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:פאברענגען
פארבינד זיך:

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - ויסעו מניו יארק ויחנו באנטווערפען - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

זייער שיין שכח @לכאורה
די זעלבע וואס שרייען אז די עקאנאמיע איז די א מחיה יעצט אינטער ביידען
שרייען אז העריס גייט פיקסען די עקאנאמיע
וועריד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל ב' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ב' – שחרית מנחה מעריב, און דער קבלת פנים

דאס בית המדרש איז געווען געדעכט מיט געסט, טייל האבן מיטגעדאוונט מיט'ן רבי'נס מנין און אנדערע האבן געהאלטן אינמיטן די צוגרייטונגען דערצו, אבער ביי "אחד ושמו אחד" האבן זיך אלע געשטעלט אין די רייע אפצונעמען שלום, דער מיט די טלית ותפילין און דער מיט די נאסע פיאות. אני הקטן האב געהאלטן צווישן די מקוה און דאווענען, האב איך א כאפ געטאן א סידור'ל און אנגעהויבן זאגן די עקידה און פארנט, כדי נישט צו פארברענגען די צייט (יעדע מינוט פונעם טאג איז געווען אויסגערעכנט; מען האט נאך געדארפט דאווענען, טועם זיין, כאפן א לענגערן שלאף וואס זאל דינען אנשטאט א נאכט שלאף, לערנען אלע טעגליכע שיעורים, און אויפשטיין צו מנחה).

אנקומענדיג צו "איזהו מקומן" בין איך שוין געשטאנען סמוך ונראה צום רבי'ן, צוגעמאכט דעם סידור אין די לינקע האנט און אדורכגעגאנגען שלום נעמען מיט די רעכטע האנט, דאן האט מען זיך געשטעלט דאווענען אינעם הינטערשטן טייל פונעם שול מיט'ן מנין וואס האט זיך געשטעלט תיכף נאכדעם וואס דער רבי איז ארויס פון שול. נאך שמונה עשרה האט דער בעל תפילה געלאזט דעם עולם זאגן תחנון, און איינער פון די מנין האט אנגעהויבן פארפירן היתכן מען זאגט תחנון אינעם טאג וואס דער רבי מאכט חתונה (מסתמא האט יענער אויך געהאלטן פאר'ן שלאפן). ווען א צווייטער האט אים געענטפערט אז דער רבי אליין האט אויך געזאגט תחנון אין זיין מנין, האט זיך א פשעווארסקער תושב צעלאכט אויפ'ן קול, זאגנדיג: "מען קען ציילן אויף די פינגער די טעג וואס דער רבי זאגט תחנון איבער'ן יאר, ווילסטו מיר זאגן אז אין די טאג וואס ער מאכט חתונה האט ער געזאגט תחנון?" (אנדערע האבן פארטיידיגט, אז דוקא אין אזא טאג זאגט ער תחנון, צו ווייזן אז די וועלט שטעלט זיך נישט אפ ווען ער מאכט חתונה).

נאכ'ן דאווענען איז דער עולם ארויסגעגאנגען אינעם חצר פון בית המדרש, דארט איז געווען צוגעגרייט פרישטאג אין א ספעציעלע שטוב המכונה "קידוש שטוב". איך האב זיך אבער נישט געקענט ערלויבן דעם לוקסוס פון פרישטאגן בעפאר איך ענדיג מיינע טעגליכע שיעורים, האב איך זיך אראפגעזעצט ביים טיש און ארויסגענומען פונעם טלית בייטל די קאפיעס וואס איך האב צוגעגרייט פון ספר פלא יועץ און ספר כף החיים חלק ד' (גענומען פון היברו בוקס), און די קליינע יבמות גמרא וואס איך האב מיטגעשלעפט אין פאל איך דערזע זיך אמאל אן קיין ש"ס, און מיט די האלב פארקלעבטע מידע אויגן פרובירט זיך מצמצם צו זיין כפי מה שידי מגעת.

אין אנטווערפען פארמאג איך א חבר טוב, ער איז אביסל עלטער ווי מיר אין יארן, אבער מיר האבן געלערנט אין ישיבה אין די זעלבע תקופה. זיין נאמען איז ... דער יונגערמאן איז אן עילוי נפלא, ממש א כלבו השלם, מען קען אים פארהערן וואס אימער, אנגעהויבן פון ש"ס ופוסקים און געענדיגט ביי מנהגי ישראל און סיפורי צדיקים, יחוס און וואס נישט. מיר פלעגן זיך שרייבן בריוו יארן לאנג נאכדעם וואס ער האט חתונה געהאט קיין אנטווערפען (מיט די טאכטער פון ר' ..., א שם דבר אין אייראפע, איך האב אים קענענגעלערנט ביי שלש סעודות, זע שפעטער אי"ה), און איך האב טאקע כתבים על גבי כתבים, ממש הונדערטער צעטלעך אנגעפירקלט מיט חידושי תורה און הערליכע ענינים וואס האבן זיך מיר אנגעקליבן פון אלע יארן (די לעצטע בריוו אויסטויש איז געווען לערך תשס"ה, ווייל איך בין צו פארנומען געווארן מיט אונזער קרעטשמעלע...).

אים האב איך געוואלט איבערראשן מיט מיין באזוך, נאכדעם וואס ער לאדנט מיר כסדר צו קומען קיין אנטווערפען און פארברענגען מיט אים. ב"ה די איבערראשונג האט זיך פיין אויסגעצאלט, ער האט זיך גאנץ פיין געפריידט מיר צו זען אין בית המדרש בתוך הבאים. קיין לאנגע שמועס האב איך אבער נישט געוואלט האבן מיט אים בשעת מעשה, צוליב די מידקייט און טירדות דקדושה, האבן מיר זיך געזעגנט מיט א ווארעמע 'עוד חזון למועד' - וואס איז ליידער נישט צושטאנד געקומען. (אזויפיל האט ער עספיעט מיר איבערצוגעבן, אז ער איז עוסק צו זאמלען געלט פאר א לאקאלער נצרך און איך זאל אים ארויסהעלפן מיט א גרויסע נתינה וכו', איך האב אים מדחה געווען בלך ושוב, זאגנדיג איך בין קוים אנגעקומען ועוד חזון, אבער נאכדעם וואס ער האט מיר שוין אראפגעדרייט דעם קאפ ביי די חתונה און א טאג דערויף, האב איך אים אהינגעגעבן זיין צוואנציגער [וואס איז ווערד ווי ארום 15-16 יורא] און גע'פטר'ט לחיים ולשלום).

ווען עס איז ענדליך געקומען די רייע אויף מיר צו גיין עסן פרישטאג, איז שוין געווען ארום 12:30 לאקאלע צייט. איך בין געווען מער מיד ווי הונגעריג, אבער דעם מאגען טאר מען נישט לאזן ליידיג צו לאנג, בפרט אז קיין מיטאג וועט מען נישט באקומען אין ערגעץ, און די קומענדיגע מאלצייט וועט נישט זיין בעפאר די חתונה - וואס איז געפלאנט זיך אנצוהייבן נישט בעפאר 7 אזייגער ביינאכט.

דאס עסן דארט איז ווערד א באשרייבונג פאר זיך. בעלגיע איז באקאנט מיט איר פעטע מילך און כל ערליי מילכיגע פראדוקטן (בעלגישע שאקאלאדע קלינגט א גלאק?), האבן זיי טאקע דארט צוגעגרייט אלע סארטן פוטער, קעז, זויער קריעם, יאגורט, לעבען, פודינג און וואס נישט. דער פראבלעם איז געווען אז מיר זענען צוגעוואוינט צו אן אנדערע סארט "גוט", און די געסט האבן געמאכט אלערליי גרימאסן בשעת'ן עסן, אויף וואס איינער פון די לאקאלע ראשי קהילה האט זיך שטארק אויפגערעגט און פארפירט אויפ'ן קול רעש גדול קעגן די אמעריקאנער וואס פארשטייען נעבעך נישט צו א גוט שטיקל מילכיגס.

איך האב אנגעגרייט צוויי-דריי רעפטלעך ברויט, און ביים זוכן א וואסער לייטונג האב איך נאר געפינען א גרויסן פאס ביים עק צימער וואס האט פארפיגט וואסער פאר נטילת ידים, אבער די כלי קיבול דערנעבן איז שוין געווען מלא על כל גדותיו ועד בכלל, און איך בין נישט געווען באגיסטעט צו גיסן א טעפל וואסער אויף די שטיינערנע פאדלאגע, האב איך זיך צוריקגעשלעפט אין שול אריין מיט די טעלער ברויט און זיך דארטן געוואשן און געמאכט המוציא. די ברויט האב איך איינגעטונקן אין אזא סארט עגפלענט טונקעכץ, און צוגעטרינקן אביסל מילך, געכאפט א מזומן און געבענטשט ווייל דער נאכט שלאף האט שוין נישט געקענט צופיל ווארטן.

אנקומענדיג צו די אכסניא, האב איך זיך אריינגעשליידערט אין בעט מיט די האפענונג אויפצושטיין גענוג פרי צו כאפן א מנחה, איך ווייס נישט וויאזוי דאס האט זיך טאקע אויסגעארבעט אן קיין וועקער זייגער, אבער נאך 4 שעה בין איך אויפגעשטאנען היבש אויסגערוט און זיך שנעל איבערגעטון צו די שבת'דיגע בגדים (געטוישט די זאקן פון שווארץ אויף ווייס, אנגעטאן דעם טיש בעקיטשע, רעזשוואלקע און שטריימל) און אריבערגעלאפן קיין פשעווארסק וואו די לעצטע מנין מנחה האט זיך פונקט געהאלטן ביים שטעלן.

מעריב האט מען געדאוונט ביי זמן רבינו תם (כמעט די זעלבע צייט ווי דא, עטליכע מינוט שפעטער), און תיכף דערנאך האבן די באסעס אנגעהויבן קורסירן צום זאל וואס האט זיך געפינען ארום א האלבע שטונדע אוועק פון די חרדי'שע געגנט. געהערט האב איך אז די טראפיק צום זאל איז גאר שטארק אין די שטונדע צווישן זעקס און זיבן, האב איך זיך נישט געיאגט ארויפצוגיין אויפ'ן ערשטן באס, נאר געכאפט א טעימה קלה מיט א פיינע הייסע קאווע אין פאליש פון בית המדרש (ברם יזכר לטוב די גבאים דארט וואס האבן זיכער געמאכט אז א גאנצן טאג זאל זיין צוגעגרייט מזונות מיט קאווע פאר די געסט), און ערשט ארום 6:30 זיך ארויפגעזעצט אויף א באס, ויסעו צום חתונה זאל.

אויפ'ן וועג בין איך געזעצן נעבן א קאזין מיינער וועלכער איז געקומען פון א ביזנעס טריפ אין כינע. דאס ווייב זיינע איז געקומען פון ניו יארק קיין אנטווערפען, און ער פון שאנכיי אדער וואו, און דא האבן זיי זיך געטראפן אין האטעל. זיצנדיג אויפ'ן באס באמערק איך אז ער טראגט א זעקל אויפ'ן שויס, דאס איז נישט געווען פארדעכטיגט, ווייל עס קען זיין די בעקיטשע אדער עפעס אנדערש, אבער נאך א לענגערע צייט געבט ער זיך א כאפ און רופט זיך אן: "איך האב ארויסגענומען די מיסט זעקל פון האטעל צימער, כדי עס זאל נישט אנשמעקן דאס פלאץ, און יעצט דערזע איך מיך דערמיט אין די הענט".

איבריג צו זאגן אז דאס האט מיר פארקלאפט דעם אפעטיט פון די איבריגע צען מינוט...

מען איז אנגעקומען אין זאל צווישן 7 און 8 אזייגער אין אוונט, איך בין אפגעשטיגן פון באס אינאיינעם מיט מיין טאטע און ברודער (א בחור), און היות דער אויבנאן איז ליידיג געווען, האבן מיר זיך מיישב געווען אינאיינעם אויפ'ן אונטן-אן. ביים קבלת פנים איז געווען צוגעגרייט כיבוד פון אלע זייטן, געשמאקע טעצער קעיק, צענדליגער פלעשער סאדע, עפל זאפט, מאראנצן זאפט, זאגאר הערינג! מיינע מיטזיצער האבן געהאלטן פאר מיטאג, און האבן זיך פיין צוגעכאפט צו די מאכלים, אויך איך האב זיך נאך א וויילע איבערגעבעטן און טועם געווען אביסל פון יעדע מין (אויסער די הערינג, וואס איז פארניכטעט געווארן דורך א לאקאלער איד וועלכער האט זיך זעלבסט בארימט אויפ'ן קול, אז ער איז ביכולת צו פארלענדן אפאר אזעלכע טעלערלעך אן קיין דרויסנדיגע הילף).

דער רבי איז אריינגעקומען און ארויף אויפ'ן אויבנאן, וואס איז געווען געבויעט זייער הויך, פילייכט צו דערווייטערן די לחיים-ווינטשער פון זיך אריינשטופן די הענט. א דורכפאל איז אבער פארגעקומען ווען א קליין קינד האט געטראסקעט דערפון, און צוליב די הויכקייט האט ער זיך גוט צעקלאפט און אנגעהויבן וויינען און פארפירן. קיינער האט אים אפילו נישט געקענט צו הילף קומען פונעם אויבנאן וואס איז געווען צו הויך פון דער ערד, און איינער פון די אנוועזנדע איז אונטערגעקראכן פון די אנדערע זייט און אים אזוי ארויסגעשלעפט פון דארט און צוריק ארויפגעשטעלט אויפ'ן אויבנאן, וואו דער טאטע זיינער האט אים בארואיגט מיט א גלעט, והכל על מקומו בא בשלום.

דער חתן איז אנגעקומען מיט די מחותנים, און מיין טאטע איז ארויפגעפירט געווארן אויבנאן דורך די וואס האבן אים דערקענט. ניגוני התעוררות זענען פארגעזינגען געווארן דורך 2 זינגער פונעם ארטיגן הויף, באגלייט מיט אלטמאדישע אייראפעאישע מוזיק. דער גבאי האט שווער געשוויצט צוריקצוהאלטן דעם עולם פון ארויפקומען אויפ'ן אויבנאן זיך געזעגענען בעפאר די חופה. מען האט אויסגערופן און געשריגן, אז "לחיים" וועט מען נאר געבן ביי די חתונה סעודה, און קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צוצושטופן, אבער נאכאלץ זענען געווען אויבער-חכמים וועלכע האבן געהאלטן אז נישט זיי מיינט מען דא מיט'ן כרוז, און דער שרייער האט געדארפט ווידערהוילן זיינע רייד מיט שטרענגערע ווארענונגען אזש ביז'ן שרייען נעמען און פארשעמען.

דער בדחן ר' מענדל יאקאב האט זיך אויפגעשטעלט גראמען, אינמיטן איז דער סאטמארער דיין (זיידע פון חתן) אנגעקומען, און א ברוכים הבאים איז אריינגעפלאכטן געווארן אויפ'ן פלאץ (דאן האב איך געכאפט אז דאס איז נישט א בדחן וואס ליינט פונעם צעטל, נאר איינער וואס קען פאקטיש צושטעלן דעם גראם צום מצב). אינמיטן די גראמען שושקעט מיר אריין איינער פון הינטן איך זאל איבערגעבן 2 שטיקלעך קעיק פאר א איד וואס האט שוין נישט געגעסן פון אנהייב טאג. איך דריי זיך ארום און דערקען א קרוב משפחה וואס איז געקומען פון ניו יארק צו די חתונה, ער האט אבער געוויילט אין לאנדאן ביז היינט, און זיך ארויסגעלאזט מיט א ספעציעלן באס תיכף נאך שחרית. אבער אנשטאט דער וועג זאל דויערן 5 שעה פון ענגלאנד קיין בעלגיע, האט עס דאסמאל געדויערט 10 שעה! מיר האבן אים געמאכט א ווארע, און ער האט זיך דערכאפט דאס הארץ מיט די געבעקסן, בשעת ער דערציילט די שווערע טראפיק וואס האט זיי אויפגעהאלטן ביים אריבערקומען דעם טשאנעל קיין אייראפע.

המשך יבא אי"ה.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

לכאורה איך ווארט אויף נאך...........................
כ'בין ביזי
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח @לכאורה סאיז היימיש און באטעמ'ט מיר ווארטן אויף נאך.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7370
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

קעפל אלערט

אגב, פיין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (קאפיטל א' - שחרית מנחה מעריב און קבלת פנים - ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוואכער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:12 pm
קעפל אלערט

אגב, פיין.
וואס הייסט קעפל אלערט?

(יישר כח)

---
אה, כ'כאפ שוין... די קאפיטל נאמען האב איך געטוישט, און בטעות געלאזט דער קאפיטל נומער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”