איבערגעפרישטע ארכיוון: טאגבוך אנטווערפען תשס"ט (אלע 11 קאפיטלעך ארויפגעשטעלט)
אקדמות מילין: מיר שטייען שוין א וואך נאך די געהויבענע נסיעה און חתונה, קען זיין עטליכע פרטים זענען שוין פארגעסן געווארן, מעגליך אז דער סדר וועט זיין אביסל צעמישט, אבער דער אמת איז, אז איך בין נאך אויך אביסל צעמישט פונעם נסיעה, נאכדעם וואס מען איז כמעט נישט געשלאפן קיין געהעריגן נאכט שלאף דורכאויס די גאנצע רייזע, און צוגאב צו דאס פליען גופא, מיט די פאריקטע שעות, דאס אלעס העלפט צו מיין יעצטיגן "הענג אווער"...
ויהי היום. עס איז געווען דינסטאג פרשת ויצא תשס"ט, זענען מיר אויפגעשטאנען ווי געווענליך אום 7 אזייגער צופרי, 8 אזייגער האבן מיר זיך געזעצט לערנען דעם חק שיעור ווי די לעצטע חודש צייט, שפעטער האט מען געדאוונט און געלערנט אלע שיעורים פאר'ן טאג, וויסנדיג אז שפעטער וועט מען נישט האבן קיין צייט אדער קאפ צום לערנען צוליב די בעפארשטייענדע פלי רייזע קיין אנטווערפען, זיך צו באטייליגן אין די שמחת נשואין פון הבחור משה יעקב פרידמאן בן ר' ירמי' בן הג"ר ישראל חיים מנשה שליט"א (זצ"ל) וחתן אב"ד שאפראן שליט"א (זצ"ל), מיט הכלה המהוללה בת מרן אדמו"ר מ'פשעווארסק שליט"א.
היות דער פליגער האט זיך געזאלט הייבן אום 6 אזייגער, און מיר האבן זיך שוין געדארפט געפינען אין לופטפעלד א שיינע 2-3 שעה פריער, האב איך זיך אויפגעכאפט ארום איינס אזייגער מיט די שאכטלעך וועש פון 4 קינדער וועמען מען האט איינגעארדנט ביי מיינע צוויי שוועסטער אין וויליאמסבורג, דערנאך האב איך צושפאצירט צום סאטמארן בית המדרש אויף ראדני סטריט וואו איך האב געכאפט א מנין מנחה ארום 1:30 און געזאגט תפלת הדרך מיט גרויס כוונה ביי שומע תפלה.
אויפ'ן וועג אהיים האב איך אפגעשטאט א באזוך אין מיין אלטע גראסעריי אויף ליע עוועניו ביי הופער סטריט, און איינגעקויפט לעצט-מינוטיגע צדה לדרך, צוויי פון יעדע מין, ווי אויך 2 קאפעטשינאס וואס מען האט נאך געדארפט ערלעדיגן בעפאר'ן ארויספארן - צוליב די שטרענגע רעגולאציעס וואס פארבאטן ארויפצופירן פליסיגקייטן אויפ'ן פליגער.
עטליכע מינוט צו 3 אזייגער האב איך אראפגעפירט די צוויי רענצלעך און איין האנט באגאזש צום קאר וואס האט אונז געפירט צום לופטפעלד וואס ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פונעם פארשטארבענער פרעזידענט דזשאן פיטצדזשעראלד קענעדי. דער וועג האט גענומען ארום 30-40 מינוט און געקאסט 35 דאלער (ער האט גראדע געבעטן 40 דאלער, ווייל מיר האבן אים געבעטן צו מאכן אן אפשטעל ביי א שוועגערין'ס הויז נאכדעם וואס יענע האט געוואלט מיטשיקן עפעס א פעקל קיין אייראפע, הגם למעשה איז דאס פעקל נישט געווען גרייט און איז דא געבליבן).
ווי מיין שטייגער בין איך אנגעקומען גאנץ פונקטליך צום לופטפעלד, נאך איידער די גאנצע גרופע וואס איז באשטאנען פון משפחה און גוטע פריינט, חסידים ואנשי מעשה, און איך האב געהאט רואיג צייט זיך איינצוטשעקן און צושפאצירן צום געיט, וואו איך האב נאך געכאפט א זיץ אקעגן איבער דעם נייעס שאכטל... די שפעטערע אנקומער האבן בלויז געקענט 'הערן' די מעלדונגען אדער האבן זיי געקענט פארבייגן דעם האלז צו קענען מיטהאלטן די אינטערוויו מיט'ן פאקיסטאנער פרעזידענט דורך וואלף בליצער.
ווי איר קענט זיך פארשטעלן זענען די גרופע חסידים ואנשי מעשה אנגעקומען בעפאר תפלת מנחה, אנדערש ווי מיר וואס וואלט שוין געהאלטן נאך מעריב ווען עס וואלט מעגליך געווען לויט'ן זייגער, אזוי ארום האבן זיך געשאפן אין די לעצטע מינוטן פאר'ן ארויפגיין אויפ'ן פליגער עטליכע מנינים מנחה אינעם זייטיגן קארידאר, און איך בין געבליבן היטן די פעקלעך פון די דאווענער פון א בייז אויג און א קלעבעדיג האנט.
א מעלדונג האט זיך געהערט אויפ'ן הויכהילכער, אז משפחות מיט קינדער אדער ערשטע קלאס רייזנדע קענען זיך שוין ארויפשארן צום פליגער, און דער יאגער אין מיר האט מיך צוגעשטופט צום אריינגאנג פונעם פליגער און אראפגעזעצט אויף מיין זיץ ארום 5:30, א גאנצע האלבע שעה בעפאר די עמטליכע נסיעה צייט. דאדורך האב איך ליידער פארפאסט דעם תפלת ערבית בציבור וואס איז פארגעקומען אינעם קארידאר נעבן געיט, און געדארפט דאווענען זיצנדיג אויפ'ן פלאץ ביחידות, וה' הטוב יכפר בעדי.
דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:10 אויפ'ן ניו יארקער זייגער, און מען האט אויסגערופן אז די רייזע וועט געדויערן ארום 5 שעה מיט 55 מינוט. די וועג אליין איז געווען א מחיה, דאס אויפהייבן און דאס לאנדען זענען צוגעגאנגען אזוי געמיטליך און רואיג אז מען האט דאס געקענט איבערשלאפן אדער גענצליך פארפאסן. מיין קליינע 13 חדשים'דיגע טאכטערל איז געזעצן אויף א ליידיגע זיץ צווישן מיר און די אידענע, און האט זיך גאנץ פיין אויפגעפירט ב"ה במשך די רייזע, אביסל געשלאפן אביסל געגעסן און אביסל געזינגען אדער געוויינט (אנדערע קינדער אויפ'ן פליגער האבן אסאך מער פארפירט, טראצדעם וואס זיי האבן פארמאגט ספעציעלע בעסאנעטן צום ליגן).
ארום א שעה נאכ'ן זיך אויפהייבן האט מען אנגעהויבן טיילן דעם נאכטמאל, צו מיין גרויס וואונדער איז דאס גאנצע עסן געווען פארפרוירן, מעגליך אז צוליב כשרות ווארעמט מען נישט אן די כשר'ע עסן אינעם טריפה'נעם מייקראוועיוו פונעם פליגער, אדער איז דאס געווען אן איינפאכע גרייז, אבער פאקטיש האב איך זיך מחיה געווען מיט די פארפרוירענע פרוכט קאמפויט, און אפילו די פלייש און אנדערע מאכלים זענען אויפגעגעסן געווארן ווייל קיין צווייטע ברירה האב איך נישט געהאט.
למען ה'לאקשן האב איך איינגעפאקט אינעם האנט באגאזש 2 מעלות'ן פון חשון און כסלו, ווי אויך איין באלייכטונגען פון פרשת תולדות (וואס איז פארלוירן געווען במשך דעם שבת אין שטאט, און איך האב זיך בדיעבד געפריידט אז איך וועל האבן עפעס ציענד צו ליינען אויפ'ן וועג). למעשה האב איך זיי ניטאמאל געברויכט, ווייל אויפ'ן קליינעם כלי פארנט פון יעדן זיץ איז געווען צוגעשטעלט אלע סארט אונטערהאלטונגען, זאגאר כשר'ע (א שטייגער ווי די נומערן שפיל המכונה סאדאקא, אדער אזא סארט טעטריס שפיל וואו מען דארף כאפן דעם באל וואס פליט אראפ נאכ'ן אריינקראכן אין פארשידענע סארט שטיינער).
די בילקע פונעם נאכטמאל האב איך געגעבן פאר מיין טאכטער, ווייל איך האב נישט געוואוסט אויב דאס איז 'מזונות' אדער 'המוציא', און הגם לויט'ן סברא וואלט דאס געדארפט זיין 'מזונות', האב איך דאס נישט געקענט געפינען אויף זייער אנווייזונג צעטל ביז פת שחרית, ווען איך האב בעסער דורכגעבליקט דעם צעטל און געפינען קלאר אז דאס ברויט איז געמאכט מיט מי פירות.
א וויכטיגע זאך איז געשטאנען אויף יענעם צעטל (פון ווייס כשר'ע קאך, שעל ידי אברהם שמואל ווייס) אז מען זאל אכט געבן צו קוקן אויפ'ן זייגער נאכ'ן נאכטמאל, ווייל די מילכיגע פרישטאג ווערט פארטיילט ענדע נסיעה און צומאל קומט דאס אויס בעפאר עס לויפן פארביי 6 שטונדן צווישן פלייש און מילך. למעשה האט מען טאקע סערווירט דעם פרישטאג נאך ארום 4 שעה - איין שעה בעפאר'ן לאנדן - אבער איך האב נישט געפינען דערויף קיין צייכן פון מילכיג, הגם עס איז אויך נישט געשטאנען פארווע.
מיר זענען דאך געפארן קיין אייראפע, וואו דער זייגער איז פאראויס פון דאהי, האב איך געהאט א ספק אויב איך מעג נאך עסן דעם פרישטאג, אדער עס איז שוין אין די האלבע שעה פונעם עלות. איך האב באשלאסן אז אזוי ווי עס איז געווען ארום 5:00 אין אנטווערפען, און מען האט נאך דאן געהאלטן העכער לאנדאן וואו עס איז מיט א שעה פריער, על כן איז נישט דא וואס חושש צו זיין, און איך האב זיך מחיה געווען מיט א פיינעם פת שחרית ווען ביי אייך אין ניו יארק איז געווען ארום 11:00 ביינאכט.
קיין אויג האב איך נישט געקענט צומאכן אויפ'ן וועג אהין, און איך האב ניטאמאל פרובירט דאס צו טאן, וויסנדיג אז אין א געווענליכן טאג זע איך נישט דעם בעט בעפאר 12 אזייגער [הוספה תשפ"ד: טאקע? בלויז פופצן יאר צוריק האסטו דיך נאכנישט געלייגט טעגליך 2 אזייגער? צייט צוריקצוגיין צו די אלטע גוטע צייטן]. מיט ברכת התורה האב איך אויך נישט געהאט קיין פראבלעם, ווייל דינסטאג אינדערפרי האב איך זיך אויסגענומען אז די ברכות זאלן חל זיין ביז דעם אנדערן טאג אינדערפרי, ביז איך וועל ווידעראמאל מאכן ברכות התורה (אפגעזען צי איך וועל שלאפן אינדערמיט אדער נישט).
דער פליגער האט געלאנדעט אין בריסל, בעלגיע ארום 6:30 אינדערפרי לאקאלע צייט, נאך א גאר קורצע נסיעה פון עטוואס מער ווי 6 שעה. א פלא איז געווען אז א צווייטע פליגער פון אמעריקען עירליינס (מיר זענען געפארן מיט דזשעט, אן אינדיאנער פירמע) איז ארויסגעפארן 10 מינוט נאך אונז, און אנגעקומען היבש פאר אונז. איינער פון יענע רייזנדע האט זיך אויסגעדרוקט לפי תומו, אז ער מיינט מען איז געפארן אויף א מיליטערישן וועג (...) און דאס האט בייגעשטייערט צום קורצן רייזע.
ביים אנקומען האט זיך שוין די מידקייט אנגעהויבן שפירן, בפרט ווען מען האט באטראכט די פנימ'ער פון אלע וואס האבן געהאלטן אינמיטן א טיפן דרימל, אדער ביים באטראכטן די פריש אויפגעשטאנענע אייראפעער אינעם לופטפעלד. אבער קיין צייט צו טראכטן האט מען נישט געהאט, ווייל מען דארף זיך אריינזען אין שטאט צו תפלת שחרית.
די ערשטע זאך האט מען זיך געשלענגעלט אין א רייע צום גרעניץ קאנטראל וואס האט איבערגעקוקט אונזערע פאספארטן. עס איז געווען א באזונדערע שורה פאר אי. יו. בירגער; ווי וואונדערליך איז געשטאנען דארט אויף פלעמיש "אי. יו. אונטערטאנען". דער וועכטער האט נישט געמאכט קיין פראבלעמען, און מיט א שיינעם גוט מארגן אפגעזיגלט אלע פאספארטן און מיר זענען ווייטער געגאנגען צו כאפן די זעק און פעק.
עס איז געווען אפגעשמועסט אז א באס וועט אפווארטן די געסט פון אמעריקע, אבער א זארג איז ענטשטאנען אז היות דער פליגער איז אנגעקומען א וויילע פריער ווי געפלאנט וועט מען דארפן צואווארטן א שטונדע אויפ'ן באס. דאס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש, ווייל ביים אנקומען צו די רענצלעך האט מען שוין באמערקט אפאר היימישע יונגעלייט, עסקנים פון אנטווערפען (איינער הייסט דאכט זיך וואלנער, א יליד קרית יואל) וועלכע האבן פונקטליך צוגעוויזן וויאזוי אנצוקומען צו די ספעציעלע באסעס וואס זענען ארויסגעקומען אויפנעמען די מאסן.
הינטער איינע פון די 2 באסעס איז געווען צוגעטשעפעט א ספעציעלע טרעקל פאר די רענצלעך וואס האבן שוין נישט אריינגעפאסט אונטער'ן באס, ויסעו. אויף מיין באס איז געווען 2 טישעלעך, איינס ביי יעדע רייע פון די זיצן, און מען האט זיך ארומגעזעצט 4 אידן ארום יעדע טיש, צוויי פון יעדע זייט, און א שמועס איז ענטשטאנען איבער דאס און יענץ. בעיקר האט מען באוואונדערט דאס טונקעלקייט וואס הערשט דארט. עס איז שוין געווען ארום 8 אזייגער אינדערפרי, און דארט איז געווען אזוי טונקל ווי ביי אונז אום זייגער 5-6. שפעטער האט איינער ערקלערט אז דער עלות השחר אין אנטווערפען איז יענע וואך געווען ארום 7:15, און דער נץ ארום 8:30! נישט קיין וואונדער אז ווען מיר זענען אנגעקומען אין שטאט ארום 8:30, איז נאכאלץ נישט געווען געהעריג ליכטיג (אבער מאמעס זענען שוין געשטאנען ביים טיר אפצושיקן די קינדער אין חדר).
אנקומענדיג אין שטאט האבן מיר באטראכט די אלטמאדישע הייזער (עס איז שוין פארלאפן 15 יאר לערך זינט מיין לעצטע באזוך אין בעלגיע), און באוואונדערט ווי מען זעט ממש נישט קיין לעבעדיגע פארבן, אלעס איז ווייס, אדער אמאל געווען ווייס און היינט פארשווארצט.
אן אינטערעסאנטע אויפפאסונג האב איך דאן געהערט פון מיין פאטער, אז גאנץ אנטווערפען איז אויף אויספארקויף. נישט קיין גוזמא, וואו מיר זענען געשטאנען און געגאנגען האבן זיך אראפגעליינט צעטעלעך "TO KOOP" (צו קויפן אויף פלעמיש).
די באסעס האבן אראפגעלאזט די פאסאזשירן ביי א ספעציעלע ווארט פלאץ, פון וואו יעדער האט זיך גענומען שפאנען צו זיין דעזיגנירטע אכסניא. מיין פאמיליע האט באקומען צוגעטיילט איינצושטיין ביי א משפחה קאהן אויף די "וואן דיפענבעק" שטראסע, אבער איך האב שוין געהערט שמועות מאחורי הפרגוד, אז דער לאנגיעריגער בעל אכסניא פון מיין פאטער, דער דעעשער רבי פון אנטווערפען שליט"א, האט ערלעדיגט פאר מיר א צווייטע איינשטיי ארט קעגן איבער זיין וואוינונג אויף די זורנבורג שטראסע.
מיר האבן אנגעהויבן שפאנען מיט די שווערע רענצלעך, איך האב געדארפט שלעפן 2 גרויסע רענצלעך, מיט א טלית ותפילין, איבער לאנגע שמאלע געדרייטע געסלעך. אויפ'ן וועג האבן מיר באגעגנט טייערע תינוקות של בית רבן וואס זענען געפארן מיט זייערע ביציקלעך אין חדר אריין (איך האב געזאגט א ווערטל, אז ווען דער מלמד וויל שלאגן א אינגל, בעט יענער רשות אנצוטאן דעם העלמעט), זיי האבן אונז צוגעוויזן דעם וועג, און אזוי זענען מיר אנגעקומען ביז פארנט פונעם פשעווארסקער שול, וואו מיר האבן פונדערווייטנס באמערקט דעם דעעשער רבי'ן גיין מיט זיין האריגן טלית בייטל צו תפילת שחרית.
דא מוז ארויסגעהויבן ווערן דאס גוטסקייט פון דעם רבי'ן. ער האט מיך ממש באצווינגען איבערצוגעבן איין רענצל אין זיינע הענט, און אזוי האט ער צוריקשפאצירט מיט אונז ביז זיין בלאק וואס געפינט זיך גאנצע 3 גאסן ווייטער פונעם שול. ער האט נאך ארויסגענומען דעם שליסל פון די אכסניא קעגנאיבער וואו ער האט מסדר געווען מיין משפחה'לע, און "ארויפגעשלעפט דעם רענצל דריי שטאק" און אראפגעשטעלט אין מיין שלאף צימער! ביים צווייטן רענצל האב איך זיך שוין געדארפט שלאגן מיט אים ער זאל דאס איבערלאזן פאר מיר ארויפצושלעפן.
די בעלי אכסניא זענען נישט געווען אין שטוב אונז אויפצונעמען, האבן מיר געמאכט קליינע איינארדענונגען און הכנות צום דאווענען, און זיך תיכף געוואנדן צום שטוב פונעם דעעשער רבי'ן, וועלכער האט אונז פערזענליך אפגעווארט מיט א פרישע קאווע (און מזונות פאר די בני בית). נאך 2 קאוועס האב איך זיך געכאפט אז איך האלט בעפאר ברכת התורה, און דא פארגייט שוין באלד דער זמן קריאת שמע (האלב ניין איז דער נץ, און האלב צען איז שוין דער ערשטער סוף זמן קר"ש לויט ווי די ארטיגע קהילה האט באשטימט לפי האופק), האב איך זיך באלד געשטעלט אין א ווינקל און געזאגט ברכת התורה מיט 'פארנט', דערנאך בין איך אריבער צום פשעווארסקער שול וואו איך האב געכאפט א מקוה, און זיך געשטעלט אין די ליניע צו שלום-נעמען פונעם רבי'ן וועלכער האט דאן געהאלטן ביים ענדיגן תפלת שחרית.
דא וועלן מיר מאכן דעם ערשטן הפסק, וברצות ה' וועלן מיר זיך אומקערן מיט'ן המשך.