אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

אלס איינער וואס לערנט כסדר די ספרים פונעם הייליגן בן איש חי, האב איך כסדר הנאה פון זיינע מורא'דיגע אינטערסאנטע מעשיות און משלים, און איך האלט אז דער עולם וואלט הנאה געהאט דערפון, ממילא עפן איך דא אן אשכול, ווא מ'וועט אי"ה ברענגען פון זיינע פיינע סחורה, אדרבה זאל דער עולם אריינקומען זאגן וואס זיי האלטן דערוועגן.
(מנהלים אויב קומט דאס אין שיעורי תורה, ביטע אהינרוקן)
איך עפן עס לכתחילה נישט מיט קיין באשטימטע ריטם, ד"ה כ'וועל נישט זיין געבינדן צו שרייבן אויף א געוויסע מהלך, ס'קען זיין צווישן 10 א טאג, און איינס א חודש, כ'האף אבער צו לייגן כאטשיג איינמאל א וואך.
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

יום ג' לסדר ויספרו לו ויאמרו (שלח) תשפ"ד
#1

אין ספר נפלאים מעשיך (א ליקוט פון סיפורי און משלי הבן איש חי) אות ט' ברענגט ער אזא מעשה:

ס'זענעןגעווען צוויי ברודערס, ראובן און שמעון, וואס זענען געפארן ערגעצוואו, אויפן וועג אהיים זענען זיי ארויף אויף א שיף צוזאמען, אינמיטן וועג איז געשומען א שטורעם ווינט, און זיך גענומען בלאזן געפערליך, די גאנצע שיף מאנשאפט איז געווארן פארנומען מיטן דירעקטירן דעם שיף צום ערשטן לאנד וואס מ'קען, האפנ'דיג אנצוטרעפן יבשה ווילאנג מ'קען נאך, און די שיף איז נאך גאנץ, האפנ'דיג אז עס זאל נישט קאסטן קיין מענטשליכע לעבנס.

מיטסייעתא דשמיא האט דער אייבישטער געהאלפן אז זיי זענען אנגעקומען צו יבשה, אבער צו זייער גוט מזל זענען זיי אנגעקומען קיין שפאניע אין די יארן נאכן גירוש, וואו קיין שום איד האט נישט געמעגט באטרעטן די שפאנישער באדן, און אויב האט מען געכאפט א איד איז געווען אחת דתו, אדער נאך ערגער, לאנגע פייניגונגען אין די טונקעלע אינקוואזיציע קעלערן, און דערנאך פארברענען אויפן אוטא-דע-פע.

וויסנדיגאבער אז זיי האבן סייווי נישט קיין סאך ברירות, זענען זיי אריין אין דעם ערשטם שטאט וואס זיי האבן געטראפן, און גראד ביים עק שטעטל זענען זיי ביידע געגאנגען צו צוויי באזונדערע מענטשן און געבעטן אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן און דערהאלטן ביים לעבן, וואס מ'האט זיי גראדע שיין צוגעשטעלט, נישט וואוסנדיג אז זיי זענען אידן.
נאך עטליכע טעג דארט פארוויילן, האבן זיי געפילט אז זיי זענען שוין בכח אהיימצופארן, זענען זיי געגאנגען צו די בעלי אכסניה זייערע און זיך זייער באדאנקט אויף זייער חסד וואס זיי האבן געטוען.

רופטזיך אן די בעה"ב וואס ראובן איז ביי אים איינגעשטאנען, איך זיי אויף דיין פנים אז דו ביסט א איד, דו טראגסט א אידישע צורה, זאלסטו וויסן מיין ברודער, אז איך בין אויך א איד פונקט ווי דיר, איך בין פון די אנוסים, און איך און מיינע שטוב מענטשן, םירן א כשר'ע קאך און מיר האלטן אלע מצות התורה, קום נאר אראפ אין קעלער וועסטו זען אז איך בין גערעכט, מיר שחט'ן דארט כשר'ס, און מיר זאלצן דארטן כדבעי, און ממילא האסט נאר געגעסן כשר'ס און דו דארפסט זיך בכלל נישט זארגן.

שמעוןווידער, איז געווען זייער צובראכן ביי זיך, ער האט דאך יא געזעהן וויאזוי זיין בעה"ב האט זיך אויפגעפירט, און אז ער האט נישט גע'שחט'ן ווי קיין איד, און דאס האט ביי אים נישט איבערגעלאזט קיין שום ספק נישט, נאר אז ער איז נכשל געווארן מיט נבלות וטריפות, און ער איז געווארן זייער געפאלן ביי זיך, הלמאי עס קומט אים אזאנס, בעת ווען פאר זיין ברודער האט דער אייבישטער יא צוגעשטעלט כשר'ס.

אהיימקומענדיגאיז שמעון אריבער צו די חכם פון זייער שטאט, און האט זיך פאר אים אויסגערעדט זיין ווייטאג, און אים געפרעגט על מה עשה ה' ככה.

האטאים דער חכם געענטפערט: "ענטפער מיר דאס גאנצע אמת, און לייקן נישט קיין ווארט, האסטו אמאל אין דיין לעבן שוין געגעסן א זאך וואס איז נישט כשר, שלא באונס?", האט שמעון געענטפערט "יא, כ'ווען מודה זיין על האמת, ס'איז געווען אמאל וואס איך בין געגאנגען אין וואלד, און כ'האב דארט געזעהן יונגען עסן וויין און פלייש און ברויט פון גוים, און כ'האב מיך נישט געקענט שטארקן אויף מיין תאווה, האב איך מיט זיי מיטגעגעסן, און צו מיר געטראכט אז דער אייבישטער וועט מיר שוין מוחל זיין אויף דעם, ווייל איך קען מיר נישט איינהאלטן מיין תאווה".

האטדער חכם געענטפערט: "צדיק ה' בכל דרכיו", זעהסטו שוין אז דער אייבישטער טוט נאר וואס איז ריכטיג, דיין ברודער וואס איז נישט דורכגעפאלן קיינמאל שלא באונס, איז ער יעצט געווארן אפגעהיטן פון צו עסן נישט כשר'ס, משא"כ דו וואס דו ביסט יא דורכגעפאלן, האסטו נישט געהאט אט די שמירה עליונה.

וואס מ'זעהט פון די מעשה איז, אז הבא ליטהר מסייעין אותו, און הבא ליטמא פותחין לו פחת גדול, אשר ע"כ מיינע ליבע טייער ברודער, בעהט איך ענק, שטייטס אויף על המשמר, און מאכטס גדרים צו זיין אפגעהיטן אינעם אייבישטערס מצות מער ווי ער פארלאנגט, וועט ער ענק היטן נישט אריינצופאלן אין קיין מכשולות קיינמאל, אכי"ר.
(געברענגט פון ספר בניהו)
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח, @פייטן סאיז א מוראדיגע זאך. גיי אן דערמיט.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

איד27 האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:28 pm
שכוח, @פייטן סאיז א מוראדיגע זאך. גיי אן דערמיט.
ש'כח א גוט ווארט קומט אלעמאל צוניץ!!
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28704
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה... אנטדעקט דעם אוצר

ווען איך פלעג אמאל סאבסיטוטן אין א ישיבה-קטנה/חדר, פלעג איך פארציילן פון די דראמאטישע מעשיות פון בן-יהוידע

איך האב א צעטעלע אין מיין ספר (די אלטע דרוק), אנגעצייכנט וואו געוויסע פון די מעשיות געפינען זיך:

בן יהוידע חלק א' - ברכות דף נ"ח ע"א (נ' ע"א מדפי הספר)

בניהו מועד קטן דף ט"ז (ע' ע"א מדפי הספר)

מעשה ארוכה - בניהו סוכה דף מ"ט (מ"ג ע"א מדפי הספר)
---
בן יהוידע חלק ב'

תענית דף ח' (כ"ד ע"ב מדפי הספר)

תענית כ"ד ע"א (ל"ה ע"א מדפי הספר)

ר"ה דף י"ט (ע"ב ע"א מדפי הספר)
---
בן יהוידע חלק ג'

סוטה דף י' (י"ט ע"ב מדפי הספר)

בבא מציעא דף כ"ד (ע' ע"ב מדפי הספר)

ב"מ דף ל"ג (מעשה ידוע די צוריסענע אויבערראק) (ע"ב ע"א מדפי הספר)

ב"מ דף פ"ה (ע"ט ע"ב מדפי הספר)

מעשה דבוסתנאי - סנהדרין דף ה' (תחלת חלק חמישי דף א' ע"א)

עבודה זרה דף נ"ה (ע"ו ע"ב מדפי הספר)

הוריות דף י"ג (ע"ט ע"א מדפי הספר)
אוועטאר
פייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 12:52 pm
פארבינד זיך:

Re: אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטן »

◄ ווייז ספוילער
לכאורה האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:49 pm
אה... אנטדעקט דעם אוצר

ווען איך פלעג אמאל סאבסיטוטן אין א ישיבה-קטנה/חדר, פלעג איך פארציילן פון די דראמאטישע מעשיות פון בן-יהוידע

איך האב א צעטעלע אין מיין ספר (די אלטע דרוק), אנגעצייכנט וואו געוויסע פון די מעשיות געפינען זיך:

בן יהוידע חלק א' - ברכות דף נ"ח ע"א (נ' ע"א מדפי הספר)

בניהו מועד קטן דף ט"ז (ע' ע"א מדפי הספר)

מעשה ארוכה - בניהו סוכה דף מ"ט (מ"ג ע"א מדפי הספר)
---
בן יהוידע חלק ב'

תענית דף ח' (כ"ד ע"ב מדפי הספר)

תענית כ"ד ע"א (ל"ה ע"א מדפי הספר)

ר"ה דף י"ט (ע"ב ע"א מדפי הספר)
---
בן יהוידע חלק ג'

סוטה דף י' (י"ט ע"ב מדפי הספר)

בבא מציעא דף כ"ד (ע' ע"ב מדפי הספר)

ב"מ דף ל"ג (מעשה ידוע די צוריסענע אויבערראק) (ע"ב ע"א מדפי הספר)

ב"מ דף פ"ה (ע"ט ע"ב מדפי הספר)

מעשה דבוסתנאי - סנהדרין דף ה' (תחלת חלק חמישי דף א' ע"א)

עבודה זרה דף נ"ה (ע"ו ע"ב מדפי הספר)

הוריות דף י"ג (ע"ט ע"א מדפי הספר)

הע הע! האסט געמיינט ס'גייט אלס בלייבן פארגעסן??
דזאסט קידדינג, אדרבה אויב ווייסטו פון גוטע מעשיות וואס שטייט נישט אין נפלאים מעשיך שיק אריין ביטע!
(אישי איז אויך גוט)
כ'בין א פייטן מיט א פּ, אבער כ'בין גרייט צו פייטן מיט א פ!!
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

סובסקרייבט!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
פארוואס לייקן?
אוועטאר
איש יהודי בשושן
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 06, 2022 12:10 pm

Re: אינטערעסאנטע מעשיות און משלים פונעם בן איש חי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש יהודי בשושן »

ווערט געברענגט אין ספר בן יהוידע די פאלגענדע מעשה.

א קעניג האט אמאל געפרעגט די רבי פון די בן איש חי פארוואס די אידן האבן געזעצן וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל. ״למשל וואס?!״ פרעגט ער אים. זאגט די קעניג, ענק אידן האבן א הלכה אז א ווארעם וואס ווערט באשאפן און אן עפל איז מותר צי עסן, משא״כ נאך וואס עס קימט ארויס פון די פרי איז עס אסור. וואס איז א נפק״מ אזוי צי אזוי איז אן עקל צי עסן א ווארעם.

נעמט די רב א לעפל פון טיש און זאגט פארן קעניג ״שפיי אריין אינעם לעפל״, נאך דעם זאגט אים די רב, ״יעצט טרינק עס אויף!״. זאגט די קעניג ״ביזט אינגאנצען משיגע?!, ס׳איז אן עקל!!״. פרעגט די רב, כ׳פארשטיי נישט, א מינוט צוריק איז דאס געווען אין דיין מויל… יעצט פארשטייסטו די נפק״מ פארן ארויסקימען און נאכדעם…
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”