מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

עבודת השם
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

איך בון שילדיג אן אלטן חוב וואס איך האב מיר אמאל מקבל געווען צו מפרסם זיין מיינע נפשיות'דיגע דורכגענג און ווי אזוי דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן און געפירט צו א נייעם לעבן וואס איך האב נישט געחלמט אז איך וועל אמאל דערגרייכן

געווען איז דאס מיט יארן צוריק, געווען א בחור'ל די מח איז מיר געווען ווי ראלי-קאסטער, עס איז ארום געפארן אן מיין רשות נאכאמאל און נאכאמאל (שפעטער'דיגע דייעגנויז האט דאס אנגעריפן OCD אן קיין מעשים) וואס און טייל פעלער האט עס געברענגט צו שטארקע אינגזייעטי, אזוי איז עס אנגעגאנגן עטליכע יאר פון די 13 ביז די 14 פון די 14 ביז די 15, דערווייל האבן די ארימיגע נישט אנגעזעהן וואס עס קומט אלס פאר און מיינע מח קעמערליך, איך האב געהייסן א שטילע ערליכע בחור איך האב געהאט א נאטירליכע פראנט ארויפגעצויגן אויף מיין פנים, די יסורי הנפש זענען געווען גרויס בעיקר ווען איך האב מיך געטראפן און א קאנפליקט צווישן מיין מח און מיין פראנט מיט וואס איך האב מיך ארום געטראגן.

מיין קשר מיט חברים איז געווען זייער נישט סאליד ווייל ווי מער צייט עס איז אריין און די חברותא'שאפט האט זיך אנגעהויבן צו דרייען מיין סי די אז אפשר ווערט דער חבר נערוועס פון מיר און אזעליכע ענדליכע מחשבות וואס האבן מיך געמאכט ציביסליך זיך אפלאזן פון די חברותא'שאפט

ביי די 15 יאר בון איך אריבער לערנען און א אנדערע ישיבה דארט איז געווען א ראש ישיבה א שטיקל מבין אויף א בחור און ער האט דערקענט אויף מיר אז עפעס גייט פאר און ער האט מיך געוואלט העלפן אבער איך בון געווען אזוי צימישט אז איך האב אים נישט געקענט אראפלייגן וואס עס גייט פאר מיט מיר, ביז עס איז געקומען א געלענגהייט און ער האט פון מיר ארויס באקומען וואס ער האט געדארפט און לויט דעם האט מיר ציגעשטעלט א טערעפיסט וואס זאל רעדן צי מיר וועכענטליך, איך האב גארבעט מיט די טערעפיסט פאר א שטיק צייט און זאכן האבן זיך געריקט פאראויס אבער איך האב נאך נישט געפילט אז איך בון פארטיג.

פון דארט בון איך אריבער צו א אנדערע ישיבה, מיין קשר צו חברים איז נאך אלס געווען אזוי ווי אויבן געשריבען עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, מיין קאפ האט זיך נאך ווייטער געדרייט ווי א סי די אבער אזויפיל האט די טערעפי אויף געטון אז איך האב געזעהן אז די זאכן זענען נישט קיין ריאליטעט עס איז נאר דמיון, דאס האט געהאלפן אז די דמיונות זאלן זיך נישט איינזעצען טיפער אין נפש.

מיינע עלטערן האבן געוויסט אז איך בון א פארמאכטע אבער זענען נישט געווען באוויסטזיניג און וואסערע אימאשענעל כאוואליעס איך דריי מיך ארום, איז ווען סאיז געקומען צו שדוכים האבן זיי געזיכט דאס בעסטע פאר מיר, און ב"ה זיי האבן געטראפן דעם ריכטיגן שדוך לסימן טוב ולמזל טוב, אזוי אריין גייענדיג טיפער און מיין חתן'שאפטיגע חדשים האט זיך מיין אינגזייעטי צישפילט וואס וועט זיין דא, מיט חברים האב איך געקענט מענידשען אוועק צו גיין פון זיי ווען מיינע מחשבות האבן מיך געפייניגט אבער איך גיי דא חתונה האבן איך וועל ווערן סטאק און מיין איקזייעטי וועט שטייגן אז איך וועל עס נישט דערטראגן, בקיצור איך האב מיך געזעהן פאר א זיכערע דורכפאל און חתונה געהאטע לעבן, איך האב מיך שוין געזעהן אלס גרוש מיט א פארביטערטע לעבן פאר מיר.

פון גרויס פארלוירנקייט איז מיר אויפגעקומען אויפן געדאנק סדא א באשעפער אויף די וועלט, מען האט מיך געלערנט אז ער הערט אויס תפילות ישראל, הגם איך אלס חתן בחור איז מיר נאכנישט אויס געקומען צו זיין און אזא פארגעלעגנהייט צו קענען מתפלל זיין פון א עכטע ממעמקים און איך זאל בייגעוווינען די ישועת השם, דאך האב איך אראפגעלייגט א תפילה פון טיפן הארצן, מיט אסאך טרערן, און איך האב געזאגט פארן אייבערשטן, איך ווייס נישט גארנישט, נאר פון חדר האט מען מיר געזאגט אז די ביסט א שומע תפילות ישראל, ווייז מיר עס, איך זאל עס זעהן, ווייז מיר אז אפילו אזאך וואס מיט מיין קאלקעלעשן קומט נישט ארויס קיין גוטע תוצאות, קענסטו עס יא באווייזן אז עפעס זאל זיך דא טוישן, איך האב מיך אויסגעוויינט, באשעפער קיינער פארשטייט מיך נישט קיינער ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אין מיר, דערפאר קען מיר קיינער נישט העלפן, איך בון אינגאנצן א פארלוירענער, נאר די קענסטו מיך פארשטיין, און איך האב דעמאלטס ציגעזאגט אז אויב איך וועל געהאלפן ווערן וועל איך מפרסם זיין אז אויב מען מתפלל פון טיפן הארצן הערט דער אייבערשטער צו.

וואס האט דער אייבערשטער געטון, ער האט געמאכט אז מיין טאטע זאל באמערקן אז עפעס באזינדער גייט דא פאר, ער האט מיך גענימען צו א גרויסן דאקטאר און ער האט ב"ה גלייך צוגעטראפן די ריכטיגע מעדעצין און נאך אפאר וואכן איז געווען ותשקוט הארץ מיינע מחשבות האבן זיך אפגעשטעלט, אויס מיט איגזייעטי אויס מיט די OCD און איך בון ציגעגאנגן צו די חתונה מיט א רואיגקייט.

עס איז שוין אריבער א שיינע פאר יאר זייט דעמאלטס איך האב שוין אליינס חתונה געמאכט אפאר קינדער ב"ה אבער איך האב קיינמאל נישט געהאט די געלעגנהייט צו מפרסם זיין דאס וואס איך האב צו געזאגט ווייל איך בון נישט אין די פאזיציע וואס איז משפיע פאר אנדערע, לעצטנס איז מיר בייגעפאלן אז איך קען דא אויפן וועלטעל עס מפרסם זיין.
לעצט פארראכטן דורך עבודת השם אום מיטוואך יולי 03, 2024 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

הערטצעך זייער אינטערסאנט, ביטע לאז נישט ווארטן לאנג..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
עבודת השם
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

***
לעצט פארראכטן דורך עבודת השם אום מיטוואך יולי 03, 2024 2:18 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח פארן מפרסם זיין, סגיט כוח פאר אנדערע.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

זייער שיין באשריבען!

איין נקודה וואס מענטשען וועלען ווילען וויסען. ווי לאנג זענט איר געבליבען אויף מעדעצינען? נאכען ארפאגיין פון די מעדעצינען איז גארנישט צוריקגעקומען?
עבודת השם
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:56 pm

איך האב יא פראבירט אראפ צו גיין מיטן הילף פון א דאקטאר אבער איך האב נישט געקענט, פאר מיין מח פעלט די קעמיקעלס וואס זאל האלטן באלאנסירט מיין מח איך דארף דאס געבן פאר מיין מח דורך א פיל, אזוי ווי יעדע אנדערע מחלה וואס די גוף הערט אויף צו טוען אליין דארף מען נעמען א מעדעצין דערפאר, עס איז נישט געווען גרינג אנצינעמען אז דאס איז עס פאר אייביג, אבער קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט.

אבער מען דארף וויסן אז עס איז נישט אייביג אזוי, עס איז דא מענטשן וואס קענען אראפגיין דערפון זיי דארפן נאר די מעדעצין פאר א צייט אפשניט ווילאנג מען טוט טערעפי און מען לערנט זיך אויס צו האנדלן אליין מיטן לעבן.

עבודת השם האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:05 pm

ווי אזוי האט אייער בני בית אנגענומען די פאקט אז איר דארפט דאס נעמען? אזאך וואס איך פארשטיי האט פאסירט נאך די שידוך.
עבודת השם
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:07 pm
עבודת השם האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:05 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:56 pm
זייער שיין באשריבען!

איין נקודה וואס מענטשען וועלען ווילען וויסען. ווי לאנג זענט איר געבליבען אויף מעדעצינען? נאכען ארפאגיין פון די מעדעצינען איז גארנישט צוריקגעקומען?
איך האב יא פראבירט אראפ צו גיין מיטן הילף פון א דאקטאר אבער איך האב נישט געקענט, פאר מיין מח פעלט די קעמיקעלס וואס זאל האלטן באלאנסירט מיין מח איך דארף דאס געבן פאר מיין מח דורך א פיל, אזוי ווי יעדע אנדערע מחלה וואס די גוף הערט אויף צו טוען אליין דארף מען נעמען א מעדעצין דערפאר, עס איז נישט געווען גרינג אנצינעמען אז דאס איז עס פאר אייביג, אבער קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט.

אבער מען דארף וויסן אז עס איז נישט אייביג אזוי, עס איז דא מענטשן וואס קענען אראפגיין דערפון זיי דארפן נאר די מעדעצין פאר א צייט אפשניט ווילאנג מען טוט טערעפי און מען לערנט זיך אויס צו האנדלן אליין מיטן לעבן.
ווי אזוי האט אייער בני בית אנגענומען די פאקט אז ער דארפט דאס נעמען? אזאך וואס איך פארשטיי האט פאסירט נאך די שידוך.
סאיז איר געווען שווער אנצונעמען אבער זי האט זיך אינגאנצן ציגעשטעלט דערצו דאס איז א חלק פון די נס.
אוועטאר
פראפעסאר
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

א דאנק אייך פאר שעירינג!
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1017
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

לאז איבער עפעס טיפס און געדאנקן וואס קען אויפטון פאר מענטשן וואס מיטשענען זיך נאך, אדער אז זיי ווייסן נישט וואס עס פלאגט זיי, אדער ווי אזוי מען זאל זיך אומגיין בכלל מיט אזא איינעם.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
גרינגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

פראפעסאר האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 8:45 pm
א דאנק אייך פאר שעירינג!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4222
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

informative
עבודת השם
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

על פי פשטות האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:22 pm
לאז איבער עפעס טיפס און געדאנקן וואס קען אויפטון פאר מענטשן וואס מיטשענען זיך נאך, אדער אז זיי ווייסן נישט וואס עס פלאגט זיי, אדער ווי אזוי מען זאל זיך אומגיין בכלל מיט אזא איינעם.
זייער שווער צו זאגן יעדע פאל איז אנדרשט אבער בכלליות ווען מען האט אזא איינעם דארף מען זיין זייער סענסעטיוו צו אים פארשטיין אז ער ליידט אפילו עס זעהט זיך נישט אלעמאל אן, אין זיכער נישט פראבירן די אלע אלטארנעטיווע רפיאות וואס מענשטן פארשפרעכן, חוץ פון דעם וואס עס העלפט נישט לייגט עס אריין דעם מענטש און א פארקלאפטע מצב רוח זעהנדיג אז וואס מען טוט ארבעט נישט.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

עבודת השם האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:18 pm

איך וויל צולייגן פון מיין אייגן ערפארונג, א זון א בחור מיט שטארקע ענקזייעטי, אפשר שוין אפילו אביסל OCD אויך. א שאד א שאד פאר די יארן וואס מען האט געוואלט נאר נאטורליך און דאס און יענס. אביסעלע מעדיצין און ער הייבט אן ארויסצוקומען פון זיין גהינום. געווען א שווערע באשלוס צו מאכן, גיין פארדראגן מיין קינד? אבער יעצט האב איך נאר חרטה פאר יעדן טאג וואס מען האט געווארט, און ביז דערווייל חרוב געמאכט זיין לערנען אדג.
אין חכם כבעל הנסיון. עס איז מיר שווער צו מיטטיילן אבער איך שפיר עס אלס חוב, זאלן אנדערע נישט קווענקלען און טון וואס איז באמת ריכטיג.
שויתי ה' לנגדי תמיד
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

Goodmorning האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:23 pm

איך וועל מיך נישט באגנוגען מיט א לייק, א שאד א שאד אויף מיינע צוואנציג יאר וואס איז פארפאלן געגאנגען צווישן פאניק, ענקזייעטי, אלטערנאטיווע/אא"ג נאטירליכע מהלכים.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
דוד הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

Goodmorning האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:23 pm
עבודת השם האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 2:18 pm

זייער שווער צו זאגן יעדע פאל איז אנדרשט אבער בכלליות ווען מען האט אזא איינעם דארף מען זיין זייער סענסעטיוו צו אים פארשטיין אז ער ליידט אפילו עס זעהט זיך נישט אלעמאל אן, אין זיכער נישט פראבירן די אלע אלטארנעטיווע רפיאות וואס מענשטן פארשפרעכן, חוץ פון דעם וואס עס העלפט נישט לייגט עס אריין דעם מענטש און א פארקלאפטע מצב רוח זעהנדיג אז וואס מען טוט ארבעט נישט.
איך וויל צולייגן פון מיין אייגן ערפארונג, א זון א בחור מיט שטארקע ענקזייעטי, אפשר שוין אפילו אביסל OCD אויך. א שאד א שאד פאר די יארן וואס מען האט געוואלט נאר נאטורליך און דאס און יענס. אביסעלע מעדיצין און ער הייבט אן ארויסצוקומען פון זיין גהינום. געווען א שווערע באשלוס צו מאכן, גיין פארדראגן מיין קינד? אבער יעצט האב איך נאר חרטה פאר יעדן טאג וואס מען האט געווארט, און ביז דערווייל חרוב געמאכט זיין לערנען אדג.
אין חכם כבעל הנסיון. עס איז מיר שווער צו מיטטיילן אבער איך שפיר עס אלס חוב, זאלן אנדערע נישט קווענקלען און טון וואס איז באמת ריכטיג.
ייש''כ פארן מיטטיילען.
ווי אלט איז ער יעצט בערך? האט ער שוין חתונה געהאט? אויב יא האסטו מיטגעטיילט די אינפורמציה?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5459
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דוד הכהן האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 3:07 pm
ייש''כ פארן מיטטיילען.
ווי אלט איז ער יעצט בערך? האט ער שוין חתונה געהאט? אויב יא האסטו מיטגעטיילט די אינפורמציה?
מען רעדט פון היבש א יונגער בחור. האפענטליך וועט ער שוין האלטן ווייטער, און צום ערשט ביים יעצטיגן מאמענט וויל איך האבן איינעם גרייט צו חתונה מאכן ווען די צייט קומט אי"ה, בס"ד. איך וועל נישט זאגן אז עס נישט געווען א קיצל הונטערן באוואוסטזיין אז איך גיב אים אן אפיציעלן 'מענטל' לעיבל מיטן אים גיבן מעדיצינען, אבער אז ער איז פיל מער מצליח אזוי קען מען נישט טראכטן פונעם צוקונפט אויב אן דעם איז עס זיכער א שאלה פון זיין הצלחה....
שויתי ה' לנגדי תמיד
hlmi
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2024 10:18 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hlmi »

עבודת השם האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:05 pm

איך האב יא פראבירט אראפ צו גיין מיטן הילף פון א דאקטאר אבער איך האב נישט געקענט, פאר מיין מח פעלט די קעמיקעלס וואס זאל האלטן באלאנסירט מיין מח איך דארף דאס געבן פאר מיין מח דורך א פיל, אזוי ווי יעדע אנדערע מחלה וואס די גוף הערט אויף צו טוען אליין דארף מען נעמען א מעדעצין דערפאר, עס איז נישט געווען גרינג אנצינעמען אז דאס איז עס פאר אייביג, אבער קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט.

אבער מען דארף וויסן אז עס איז נישט אייביג אזוי, עס איז דא מענטשן וואס קענען אראפגיין דערפון זיי דארפן נאר די מעדעצין פאר א צייט אפשניט ווילאנג מען טוט טערעפי און מען לערנט זיך אויס צו האנדלן אליין מיטן לעבן.
זייער שיין באשריבען איך בין דורך כמעט די זעלבע זאך אין ב"ה זיך ארויסגעדרייט בס"ד, אויב קענט איר נאר זאגן פון וועלכע מעדיקעשאן רעדט מען?
יאסעלע פליטמאן
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

עבודת השם האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:05 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:56 pm
זייער שיין באשריבען!

איין נקודה וואס מענטשען וועלען ווילען וויסען. ווי לאנג זענט איר געבליבען אויף מעדעצינען? נאכען ארפאגיין פון די מעדעצינען איז גארנישט צוריקגעקומען?
איך האב יא פראבירט אראפ צו גיין מיטן הילף פון א דאקטאר אבער איך האב נישט געקענט, פאר מיין מח פעלט די קעמיקעלס וואס זאל האלטן באלאנסירט מיין מח איך דארף דאס געבן פאר מיין מח דורך א פיל, אזוי ווי יעדע אנדערע מחלה וואס די גוף הערט אויף צו טוען אליין דארף מען נעמען א מעדעצין דערפאר, עס איז נישט געווען גרינג אנצינעמען אז דאס איז עס פאר אייביג, אבער קיין צוויי ברירות האב איך נישט געהאט.

אבער מען דארף וויסן אז עס איז נישט אייביג אזוי, עס איז דא מענטשן וואס קענען אראפגיין דערפון זיי דארפן נאר די מעדעצין פאר א צייט אפשניט ווילאנג מען טוט טערעפי און מען לערנט זיך אויס צו האנדלן אליין מיטן לעבן.
היינט ווייסט מען שוין אז על פי רוב איז דאס נישט קיין דירעקט ריזאלט פון א קעמיקאל אימבעלענס, נאר די שפע אין סערעטאנין וואס די מעדיקעשין גיבט צי, העלפט זיך שטארקן אויף די נעגעטיווע מחשבות, אבער ס'נישט פשט אז אזא מענטש האט ווייניגער פון דעם ווי פון א צווייטע מענטש.
.
שקויעך פאר'ן מיך אויסהערן און א גוטען טאג!
-

אוועטאר
סאטמאר לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2024 3:00 pm

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמאר לאנדאן »

שאוט אוט פאר אייער חשוב'ער טאטע, וואס אין יענע צייטן אנשטאט צו אוועקמאכן די פראבלעם האט ער געטון צום דבר
מענטל העלט
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:18 am

Re: מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטל העלט »

מורא'דיג! א דאנק @עבודת השם פארן אריינקומען און מיט טיילן מיטן עולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”