Re: בלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן
מאנכע זענען זיך נוהג צו עקטן ווי גע'גט אפילו ווען זיי בלייבן צוזאמען.
#ירא שמים יוצא ידי שניהם
נעווער סעי: נעווער סעי נעווער...דזשעק ענד דזשיל :קרעדיט
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
נעווער סעי: נעווער סעי נעווער...דזשעק ענד דזשיל :קרעדיט
עס איז בעצם נישטא קיין סטאטיסטיקס דא, עס איז די געפילן פון מאנכע וואס פארשטייען און מאנכע וואס פארשטייען נישט אז עס איז בעסער ווען מען בלייבט, די פאקט איז ליידער איז דא פיל צופראסקעטע קינדער וואס די עלטערן האבן זיך נישט גע'גט, און זיי ווערן נישט גערעכנט אין די סטאטיסטיק ווייל דו ווייסט גארנישט וואס דארט טיט זיך נעבעך אין שטוב, דו מיינסטו אז נעבעך פלוני אלמוני האט נישט קיין מזל די קינדער זענען נישט געלונגען, האלאו די קינדער זענען וויקטימס פון פליעדיגע טעלערס און שטעכעדיגע פליקעס פון טאטע און מאמע ה"י, קען זיין אז ווען זיי צוטיילן זיך וועט די קינד קענען באקומען די סופארט וואס יעצט איז פארהוילן פון אים ווייל אלעס איז כלומרש'ט פערפעקט, א נארמאלע שטוב... אן רוח הקודש קען מען נישט וויסן דעם אמת. ממילא בלייבט די עצה זיך דארכרעדן מיט א גיטע איד וואס איז אויך א קליגע איד און א פארשטענדיגע איד, און מיט חכמה בינה ודעת צוזאמען מיט סייעתא דשמיא וועט דער אייבערשטער העלפן צו קענען טוהן דאס וואס איז ריכטיג.בן דותא האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:33 pmאוודאי איז נישט דא קיין כלל, אבער די מציאות אין רוב פעלער האבן געוויזן אז ווען מען גט זיך האט עס א שטארקע נעגעטיווע השפעה אויף די קינדער, און ס'איז זייער פארשטענדליך פארוואס, סיי אינדערהיים פילט מען זיך ווי מען איז א צווייטע קלאס בירגער דא אינדערהיים, און סיי און פובליק איז מען די רחמנות, מען דארף זיין א גיבור זיך צו קענען שטארקן און זיך אליינס צו בויען, וואס רוב מאל האבן דאס נישט די קינדער ווייל זייער בעקראונד פון ווערן אויפגעוואקסן מיט אן אומסטאבילן שלום בית ביי די עלטערן העלפט זיי נישט בויען, אויב עפעס פארקערט.
אודאי.בן דותא האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:38 pmזאלעך אלעס אויספאקן דא?...אויסגעהיילט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:34 pmנו, זאל יעדער אריינקומען מיט זיין אייגענע עקספיריענס.
לדעתי, אוודאי זיך גט'ן.
ומבשרי אחזה.......
(רבי @בן דותא היקר, איהר זענט געבליבן צוזאמען, און דערנאך איינערקענט אז עס האט געלוינט, אדער איהר זענט נישט געבליבן צוזאמען, און האט יעצט חרטה? ווי ווייסט איהר וואס וואלט געווען ווען איהר טוט פארקערט פון וואס איהר האט למעשה געטוהן????)
נישט געזאגט אז געטן איז בעסער אבער די תגובה טרעט אויף געפילןפיאקער האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:28 pmשוין פונלאנג פארשטאנען...
מיט וואס איז זיין א גרוש בעסער?
איר טראכט פאר איין מינוט אז דער פותח האשכול איז טאקע געקומען זיך שואל עצה זיין דא?אינדעפענדענט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:51 pmבלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן???
געטראפן די ריכטיגע פלאץ ווי זיך שואל עצה צוזיין... איי וועלט..!
איך זאג דא כלל נישט קיין מיינונג, מי אנכי, חס ושלום איך זאל זיך וואגן צו זאגן מיינונגען בעניני פיקוח נפש ממש. אויף דיין סטעיטמענט פרעג איך נאר: פון וואו נעמט איר עס איר שרייבט "כמעט אלע" מעגליך ס'איז אזוי אבער איך קען פלעין באשטיין איר זאלט געבן מער עקספעלענעישאון וויאזוי איר האט געשאפן די כמעט אלע סטאטיסטיק.דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:54 pmדי בעסטע עצה איז צו הערן וואס רוב קינדער זאגן: כמעט אלע קינדער וואס קומען פון ערנסטע אביוז שטיבער זאגן אז א שלומ'דיגע גט וואלט געווען א פיל בעסערע אויסוואל.
עס איז נישט פארהאן ערגערס פאר א קינד ווי זעהן טאטע מאמע זיך הרג'ענען. עס הרג'עט אים אויפן לעבן, חוץ מזה וואס ער האט נישט קיין ראול מאדעל ווי אזוי צו זיין אליינס א גוטע מאן/ווייב.
די בעסטע זאך איז צו בלייבן אינאיינעם און זיך נישט קריגן! אז עס איז פארט דא דיפערענצן, זאל מען דאס אויספייטן נאר ביי א דריטן מענטש אדער לכה"פ פריוואט - קיינמאל נישט אין די קינדערס אנוועזנהייט. די קינדער זאלן נאר זעהן רעספעקט איינער צום צווייטן! אז נישט איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז די קינדער אליינס ווילן ענדערש א גט...
ר' מענדי איך פארשטיי אייך, עס איז ביטער.מענדי קענדי האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:07 pmאון א וועלט ווי עס איז אנגענומען אז אפי' ס'נישטא שלום בית זאל מען בלייבן צוזאמען צוליב די קונדער, דארף מען זיך פרעגן "איז עס טאקע בעסער פאר די קונדער?" איז בעסער פאר קונדער צו וואינען און א שטוב וואס מ'הרג'ט זיך ארום וכדו' אדער און א צוטיילטע ראיגע שטוב?
מיר רעדן דא אויסשליסלעך נאר אויף די חלק פון וואס איז בעסער פאר די קונדער. פארשטייט זיך אז די קונדער זענען נישט די איינציגסטע מכריע.
א דאנק פאר'ן פרעגן.
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:36 pmפאר די קינדער איז די בעסטע צו האבן שלום בית און זיך נישט גט’ן...
דו פרעגסט בשעת הדחק? פרעג ביטע א קלוגע רב
דאן באלאנגט עס זיכער נישט דאבן דותא האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:53 pmאיר טראכט פאר איין מינוט אז דער פותח האשכול איז טאקע געקומען זיך שואל עצה זיין דא?אינדעפענדענט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:51 pmבלייבן צוזאמען אדער זיך גט'ן???
געטראפן די ריכטיגע פלאץ ווי זיך שואל עצה צוזיין... איי וועלט..!
נעווער סעי: נעווער סעי נעווער...דזשעק ענד דזשיל :קרעדיט
אוודאי איז עס נישט א אייוועלט פראגע, ווען יא וואלט דאך די אשכול געלעגן אין די "אידישע וועלט" אפטיילונג.הרב יואל קליין האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:52 pmאזא פראגע איז נישט א אייוועלט פראגע.
ביטע…
יא וואס איז די ווינדער
זייער א מאדנע אשכול און געפלאנט בעסער נישט צו רעאגירן, אבער באשלאסן (און אפשר וועליך נאך חרטה האבן דערפאר) אז אפשר יא.מענדי קענדי האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 10, 2024 2:07 pmאון א וועלט ווי עס איז אנגענומען אז אפי' ס'נישטא שלום בית זאל מען בלייבן צוזאמען צוליב די קונדער, דארף מען זיך פרעגן "איז עס טאקע בעסער פאר די קונדער?" איז בעסער פאר קונדער צו וואינען און א שטוב וואס מ'הרג'ט זיך ארום וכדו' אדער און א צוטיילטע ראיגע שטוב?
מיר רעדן דא אויסשליסלעך נאר אויף די חלק פון וואס איז בעסער פאר די קונדער. פארשטייט זיך אז די קונדער זענען נישט די איינציגסטע מכריע.