מוצ"ש כי תבא: מען גייט דורכפירן עטליכע סערווער טוישונגען ארום 10:30pm די סייט וועט זיין דאון פאר א שטיק צייט. מיט אנטשולדיגונג.

די פארטי איז אווער!

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3497
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

צייטליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:11 am
מ'דארף צוטייילן די פראבלעם.

אמת סיז דא אידן וואס האבן געהאט 3-4 בעל בתישע יארן, צו מער, און ווי געשריבן "די פארטי איז אווער" און זיי ווילן דאס נישט איינזעהן. דאס איז א פראבלעם, אבער א גרויסע מינדערהייט אין די קאמיונעטי.

ווידעראום איז דא דער פשוטער המון עם, דער ברייטער ציבור וואס איז קיינמאל ביים 'פארטי' נישט געווען, סיז נישט אווער, ווייל סיז לכתחילה קיין פארטי נישט געווען. די 75 פראצענט וואס לעבן שוין יאהרן פעי-טשעק-טו-פעי-טשעק. די זענען אין די גרעסטע סכנה מיטן פשוטען סטאנדארט.

קענסט נישט פארלאנגן ער זאל זיך אויפוועקן צום מציאות. רבי, ער שלאפט נישט. אוי ווי די מציאות פאטשט אים אים פנים, טעגליך. ער זאל שניידן? פון וואס? ער לעבט באשיידן, ער דרייווט נישט קיין יוקאן, ער האט די ביליגסטע קרייסלער מיניווען. ער מאכט בר מצוה מיט תקנות. אלעס באשיידן און ביליג. אבער מיט אלעם איז אים נישט מעגליך דורכשוויצן דעם טאג. כוח היחיד? וואס פונקטליך?

אזויווי אנדערע האבן שוין געשריבן די פראבלעם מיט אונז איז אז מען מוז זיין ווי "יעדער"

יעדער מוז היינט האבן א געליעסטע קאר, אנשטאטס קויפן.
יעדער מוז וואוינען אין די טשולענט טאפ ווי יעדעם.
יעדער מוז היינט קויפן טייערע פירנטושור, "אזויווי יעדעם"
יעדער מוז היינט מאכן בר מצוה, באווארפן, ש"ב, אין א זאל, אנשטאטס אינדערהיים.
יעדער מוז גיין א קאווע הוט, אפילו עס איז דא ביליגערע ברענדס.
יעדער מוז מאכן א קידוש/ וואכנאכט אויף סטאנדארטן וואס מען קען נישט עפפארדען.
יעדער מוז פארן צו קערעסטיר, ליזענסק, וכו'.
ביי די עזרת נשים ווערט עס פילפאכיג ערגער,
יעדער מוז קויפן מיט די לעצטיגע טייערע ברענדס וואס מען האט אפגעמאכט ביי די קאנטרי סירקל, אז עס איז די זאך...
יעדער מוז האבן א באגעגבא קערידזש.
וכהנה וכהנה.

בקיצור מען לעבט א לעבן מען מאל העכער די סטאנדארטן וואס מען קען זיך ערלויבן אלעס צו זיין ווי יעדער.

אבער דאס איז נישט נאר א פראבלעם ביי די מיטל קלאס.

פונקט געהערט פין א אקאונטענט, אז עס איז דא אפאר גרויסע קאמפאניס, וואס האבן זיך צוגעמאכט, אדער שטייען ממש פארן באנקראטירן, פשוט ווייל מען האט ארויסגענומען פין די ביזנעס מער וויפיל די ביזנעס האט געמאכט.
אין עס איז דא צענדליגע אזאלכע ביזנעסער וואס מען דרייט געלט אן גארנישט מאכן, פשוט ווייל מען דארף ווייזן אז איך קען אויכעט חתונה מאכן ווי א גביר אין פארן ביזנעס קלאס.

די סטאנדארטן פין א א גביר האבן דאך ארויפגעשאסן, לאור די פלייץ פין קעש וואס האט זיך געדרייט ביים היימישן עולם די לעצטע פאר יאר, אין די אפציעלע גבירים האבן דאך געדארפט מיט שפרינגען דערמיט.

עס ברויך קומען א דראסטישע טויש. אין יא מען קען מאכן טויש!
מיט די ריכטיגע דיבורים קען מען רוקן ווענט. אין טוישן די מיינדסעט פין כלל ישראל.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

די גרעסטע חורבן איז אז בזמננו , אז איינער וויל עפענען א ביזנעס בקטנה, צו סערווירן טאקע אט די בראוק אדער די אירע וואס זענען ביים פארטי קיינמאל געווען, שטייט ער אויס 0% סוקסעס שאנסן. אויב קענסטו נישט אנפאנגען תיכף מיטן לאוגאו, ברענדעד טראקס, משוגענע עדס, בוטס ביים שאו, וואטסאפ סערוויס, און טייטע הויזן , בלייב בעסער אין כולל. ווילסט קאכן וואכנעכטער אין די פאר ליידיגע שעות פון א לאקאלע חדרס קאך פאר קאסט פרייס +25%, סהאט פשוט עקספייערט אזא קאנסעפט, אלעס איז אדער היימיש אדער היי-ענד
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

געמבלער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:32 am
די גרעסטע חורבן איז אז בזמננו , אז איינער וויל עפענען א ביזנעס בקטנה, צו סערווירן טאקע אט די בראוק אדער די אירע וואס זענען ביים פארטי קיינמאל געווען, שטייט ער אויס 0% סוקסעס שאנסן. אויב קענסטו נישט אנפאנגען תיכף מיטן לאוגאו, ברענדעד טראקס, משוגענע עדס, בוטס ביים שאו, וואטסאפ סערוויס, און טייטע הויזן , בלייב בעסער אין כולל. ווילסט קאכן וואכנעכטער אין די פאר ליידיגע שעות פון א לאקאלע חדרס קאך פאר קאסט פרייס +25%, סהאט פשוט עקספייערט אזא קאנסעפט, אלעס איז אדער היימיש אדער היי-ענד
אויב ביסטו פון דיע וואס האבן געוואלט עפענען א ביזנעס און האסט זיך אפגעהאלטן ווייל די האלטס אז וואס די שרייבסט איז אמת דאן גיי איך קראכן דיין באבל אז עס איז נישט אמת וואס די זאגסט, אחוץ טאמער די ניצט עס סתם פאר א תירוץ אבער האסט קיינמאל עכט געהאלטן דערביי...
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:09 am
חיים יצחק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:06 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:00 am
חיים יצחק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:53 am
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:46 am

יא יא, איך קען גענוג אידן וואס מ׳שטעלט זיי צאם אויף שבת און זיי שרייען די זעלבע…

#בת_היענה_בתפארתה.
קענסט מסביר זיין וואס די ענטפערסט אים?? ער שרייט אז עס איז פון קנאה.. און די זאגסט אז די קענסט מענטשן וואס מען שטעלט צאם פאר שבת און שרייען די זעלבע?…. וואס האט קראקע מיט בעטגעוואנט????
אז יעדער אין קראקא האט בעטגעוואנט…

אז מ׳וויל נישט פארשטיין פארשטייט מען נישט… ס׳איז גרינגער פאר עולם גולם צו לעבן אים דינייעל, זיך איינרעדן אז ס׳איז דא געלט, און לאזן טשעיס אדער די גמח׳ן עסן די קאנסוקווענסן.
וואס זאגסטו דא?

יעדער איז מודה אז דער ציבור האט און גרויסן איינגעצוימט די פאסיק..

די ווילסט זאגן אז דער וואס ספענדט נאך איז א אנזעצער? כמעט נישט מסכים זיין . און כפארשטיי זיין טענה אז עס קומט אביסל פון קנאה.

יעדע מאל וואס איינער רעדט פון די טאפיק פון ספענדן שפרינגטנדער עולם אויף און מען רייסט אריין …. כאן מצא בעל דין לגבות את חובו.. ער גייט חוזק מאכן פון וואס יענער טוט און ער קען נישט!
קנאה? שנאה וואלט שוין בעסער געשטימט…

כ׳ווייס נישט אויף וועלכע פלאנעט דו וואוינסט, אבער איך קען אויסרעכענען א ליסטע פון דא ביז דארט פון אידן וואס מ׳שטעלט זיי צאם חתונה מאכן, אבער זיי פארן אין קאנטרי יאר יערליך, דרייוון הערליכע וויהקלען, און ערלויבן זיך איבערצובויען די הויז יעדע פאר יאר?

כסף מנלן? אה, זארג נישט, אידן זענען רחמנים בני רחמנים…

סארי סארי, איך וויל דיר נישט ענג מאכן דאס לעבן, אינדזשוי לייף.
די אידן פון וועם די רעדסט האבן דאס געטוהן פאר קאוויד אויך... גארנישט נישט געטוישט...

ס'דא אינדוסטריס וואס קאויד האט רייך געמאכט דעטס אלל...
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:51 am
חיים יצחק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:38 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:29 am
חיים יצחק’ל מאך סדר דא.

דו זאגסט אז ניין דער עולם ספענדט נישט?

אדער אז יא דער עולם קען זיך יא ערלויבן?

אדער אז די פארטיס אין קאנטרי זענען שוין עניוועי אווער, זיך שטעלנדיג אויף א דקדוק אינעם לשון ה’קעפל, מיט אן איראנישע נצחון, וואוסענדיג קלאר אז אין די 9 טעג מאכט מען עניוועי נישט קיין פארטיס?...

איך עגרי מיט דיין קעפל אז די פארטי איז אווער .

און א גרויסער ציבור ספענדט שוין נישט ווי די און זינגערס און פארטי פלענער און יצחק אייזיקל זאגן.

האי ווער זאגן אז יעדער וואס ספענדט נאך יא איז א אנזעצער און איז אויף @באשיינפערליך׳ס גבאי צדקה׳ס ליסטע איז היבש אביסל איבער געטריבן און אומפארגינעריש..
סא דו זאגסט פלעין עולם כמנהגו נוהג, געלט איז מער נישטא, דער עולם איז מער ווייניגער רעאליסטיש, אפן מיטן מציאות, און שוין.

אקעי. אינטערסאנט צו הערן ערשטהאנטיגע דענייעל רייד.
ווי זעהסטו דענייעל רייד??

ער זאגט זייער פשוט די עולם האט גענדיגט פארטיען די אלע וואס האבן געהאט סטריקטלי קאוויד געלט...

אבער א גרויס חלק מענטשן וואס פאר קאוויד זענען זיי געווען פלעינע מענטשן זענען היינט בעל בתישע אידן און אויב דרייוון זיי יוקאנס מיינט נישט אז זיי נעמען פונעם גבאי צדקה...

די דריטע חלק מענטש איז אזוי געווען פאר קאוויד אויכעט געספענדט געלט אויפ'ן חשבון פונעם גבאי צדקה
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

מיליטערישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:48 am
געמבלער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:32 am
די גרעסטע חורבן איז אז בזמננו , אז איינער וויל עפענען א ביזנעס בקטנה, צו סערווירן טאקע אט די בראוק אדער די אירע וואס זענען ביים פארטי קיינמאל געווען, שטייט ער אויס 0% סוקסעס שאנסן. אויב קענסטו נישט אנפאנגען תיכף מיטן לאוגאו, ברענדעד טראקס, משוגענע עדס, בוטס ביים שאו, וואטסאפ סערוויס, און טייטע הויזן , בלייב בעסער אין כולל. ווילסט קאכן וואכנעכטער אין די פאר ליידיגע שעות פון א לאקאלע חדרס קאך פאר קאסט פרייס +25%, סהאט פשוט עקספייערט אזא קאנסעפט, אלעס איז אדער היימיש אדער היי-ענד
אויב ביסטו פון דיע וואס האבן געוואלט עפענען א ביזנעס און האסט זיך אפגעהאלטן ווייל די האלטס אז וואס די שרייבסט איז אמת דאן גיי איך קראכן דיין באבל אז עס איז נישט אמת וואס די זאגסט, אחוץ טאמער די ניצט עס סתם פאר א תירוץ אבער האסט קיינמאל עכט געהאלטן דערביי...
לדוגמא ? (כרעד נישט פון שטעטלעך)
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

איך האב שוין בערך א יאר צוריק און פריער באמערקט א גרויסע קרעק אין די היימישע אקאנעמי, איך האב גערעדט אויך מיט א בוק קופער וואס סערווירט עטליכע ביזנעסער פארשידענע סארט און ער האט מיר עס באשטעטיגט, בעיקר שטארק עפעקטירטע זענען די וואס זענען אין קאנסטרוקציע ליין און די וואס סערווירן אלץ ביזנעס איבערגעטריבענע לוקסוס נייע השגות וואס איז געקומען ביי די קאוויד תקופה
די 2 ליינס האבן אראפגעשלעפט די אלגעמיינע היימישע אקאנאמיע מיט בערך %12 אדער מער, דאס הייסט ריטעיל סטארס וואס פארקויפן פשוטע נישט לוקסוס אייטעמס, די וואס אפעלירן צו די היי ענד קלאס און וואס פארקויפן זאכן וואס איז נישט קיין פיטער ברויט פילן גאר א גרויסע זעץ
איך רעד פון בארא פארק וויליאמסבורג מאנסי קרית יואל און אפילו לעיקוואד

די גוישע אקאנעמי איז אינגאנצן אנדערש... זיי האבן באמת געליטן אין די קאוויד אפאכע.... זיי זענען יעצט בארג ארויף אדער עכ"פ סטאביל
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 920
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

געמבלער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:32 am
די גרעסטע חורבן איז אז בזמננו , אז איינער וויל עפענען א ביזנעס בקטנה, צו סערווירן טאקע אט די בראוק אדער די אירע וואס זענען ביים פארטי קיינמאל געווען, שטייט ער אויס 0% סוקסעס שאנסן. אויב קענסטו נישט אנפאנגען תיכף מיטן לאוגאו, ברענדעד טראקס, משוגענע עדס, בוטס ביים שאו, וואטסאפ סערוויס, און טייטע הויזן , בלייב בעסער אין כולל. ווילסט קאכן וואכנעכטער אין די פאר ליידיגע שעות פון א לאקאלע חדרס קאך פאר קאסט פרייס +25%, סהאט פשוט עקספייערט אזא קאנסעפט, אלעס איז אדער היימיש אדער היי-ענד
באמת איז קיינמאל געווען אזא קאנצעפט, אבער כ'מיין אז ווען איינער עדווערטייסט היינט אין דבר יום ביומו: "מיר שטעלן צו געשמאקע היימישע וואכנאכט עסן - $699 פאר 100 מענטשן רופט: 718-888-0000" קען ער האבן אסאך פאטענשאל.

סוא, ניין מ'מוז נישט האבן וואצעפ מיט שיינע לאגא צו מצליח זיין.
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

פרומע לבוש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 7:58 am
צייטליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:11 am
מ'דארף צוטייילן די פראבלעם.

אמת סיז דא אידן וואס האבן געהאט 3-4 בעל בתישע יארן, צו מער, און ווי געשריבן "די פארטי איז אווער" און זיי ווילן דאס נישט איינזעהן. דאס איז א פראבלעם, אבער א גרויסע מינדערהייט אין די קאמיונעטי.

ווידעראום איז דא דער פשוטער המון עם, דער ברייטער ציבור וואס איז קיינמאל ביים 'פארטי' נישט געווען, סיז נישט אווער, ווייל סיז לכתחילה קיין פארטי נישט געווען. די 75 פראצענט וואס לעבן שוין יאהרן פעי-טשעק-טו-פעי-טשעק. די זענען אין די גרעסטע סכנה מיטן פשוטען סטאנדארט.

קענסט נישט פארלאנגן ער זאל זיך אויפוועקן צום מציאות. רבי, ער שלאפט נישט. אוי ווי די מציאות פאטשט אים אים פנים, טעגליך. ער זאל שניידן? פון וואס? ער לעבט באשיידן, ער דרייווט נישט קיין יוקאן, ער האט די ביליגסטע קרייסלער מיניווען. ער מאכט בר מצוה מיט תקנות. אלעס באשיידן און ביליג. אבער מיט אלעם איז אים נישט מעגליך דורכשוויצן דעם טאג. כוח היחיד? וואס פונקטליך?

אזויווי אנדערע האבן שוין געשריבן די פראבלעם מיט אונז איז אז מען מוז זיין ווי "יעדער"

יעדער מוז היינט האבן א געליעסטע קאר, אנשטאטס קויפן.
יעדער מוז וואוינען אין די טשולענט טאפ ווי יעדעם.
יעדער מוז היינט קויפן טייערע פירנטושור, "אזויווי יעדעם"
יעדער מוז היינט מאכן בר מצוה, באווארפן, ש"ב, אין א זאל, אנשטאטס אינדערהיים.
יעדער מוז גיין א קאווע הוט, אפילו עס איז דא ביליגערע ברענדס.
יעדער מוז מאכן א קידוש/ וואכנאכט אויף סטאנדארטן וואס מען קען נישט עפפארדען.
יעדער מוז פארן צו קערעסטיר, ליזענסק, וכו'.
ביי די עזרת נשים ווערט עס פילפאכיג ערגער,
יעדער מוז קויפן מיט די לעצטיגע טייערע ברענדס וואס מען האט אפגעמאכט ביי די קאנטרי סירקל, אז עס איז די זאך...
יעדער מוז האבן א באגעגבא קערידזש.
וכהנה וכהנה.

בקיצור מען לעבט א לעבן מען מאל העכער די סטאנדארטן וואס מען קען זיך ערלויבן אלעס צו זיין ווי יעדער.

אבער דאס איז נישט נאר א פראבלעם ביי די מיטל קלאס.

פונקט געהערט פין א אקאונטענט, אז עס איז דא אפאר גרויסע קאמפאניס, וואס האבן זיך צוגעמאכט, אדער שטייען ממש פארן באנקראטירן, פשוט ווייל מען האט ארויסגענומען פין די ביזנעס מער וויפיל די ביזנעס האט געמאכט.
אין עס איז דא צענדליגע אזאלכע ביזנעסער וואס מען דרייט געלט אן גארנישט מאכן, פשוט ווייל מען דארף ווייזן אז איך קען אויכעט חתונה מאכן ווי א גביר אין פארן ביזנעס קלאס.

די סטאנדארטן פין א א גביר האבן דאך ארויפגעשאסן, לאור די פלייץ פין קעש וואס האט זיך געדרייט ביים היימישן עולם די לעצטע פאר יאר, אין די אפציעלע גבירים האבן דאך געדארפט מיט שפרינגען דערמיט.

עס ברויך קומען א דראסטישע טויש. אין יא מען קען מאכן טויש!
מיט די ריכטיגע דיבורים קען מען רוקן ווענט. אין טוישן די מיינדסעט פין כלל ישראל.
nothing will ever change! you gotta do for your self and finish
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7141
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:03 am
חיים יצחק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:56 am
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:53 am
חיים יצחק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:49 am
יצחק אייזיקל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:44 am

כאפ א שמועס מיט סיי וועלכע זינגער, בדחן, פראדוקשען שפילער, קעטערינג, פארטי פלענער, וכו'. פרעג אים וויפיל דזשאבס ער האט געהאט אין 2022, 2023, און 2024.

איך האב געפרעגט, און לויט מיין אינפא איז אין 2023 אלעס געווען געשניטן פון א יאר פריער, און 2024 האלט עס שוין ביי א שניט פון 50 פראצענט. דאס מיינט אז 50 פראצענט זענען שוין אין דעפעציט, און די איבריגע 50 פראצענט זענען נאך אין דענייעל...
אנטשולדיג מיר….

פארוואס זאגסטו אז די וואס ספענדן נאך יא זענען און דינייעל???

און פארוואס ווען איינער שניידו איז ער און דעפעציט?? אדרבה ער טוט וואס איז ריכטיג ער זעט אז גע פארטי איז אווער..!

דער עולם דא איז זיך סותר אויף כח!

פון איין זייט שרייט מען אז מען סווייפט אויף עימעקס חשבון פון גי אנדערע זייט שרייט מען ״פרעג די אקאונטענטס פרעג די זינגערס…

געט יור פעקטס סטרעיט פאר מען מאלט דא וואסער..
ברודער לעבן, די אלע מימרות פון זינגערס, בדחנים, גזלנים, שלימזלנים, וכו’ וכו’, זענען נישט קיין ראיות, נאר צוגאב פאקטן.

די הויפט נקודה איז קורץ: דער ציבור איז אנגעזעצט!

אסאך יוקאן דרייווערס זענען שטייף באנקראטירט! דער צאל יוקאנישע לייט קעגן די אויפריכטיגע ציפערן פון אונזער עקאנאמיע, ברענגט צו א שטארקע דיאגנאז: דענייעל.
סא לאמיר קלאר מאכן:

על פי רוב האט די ציבור איינגעצוימט ווי די מיט @יצחק אייזיקל זאגן..

פון די אנדערע זייט זאגסטו איז נאך דא יוקאנס און עס מוז זיין אז זיי זענען אויך אנגעזעצט … כהער ..
גארנישט קיין על פי רוב

די עקאנאמיע איז אנגעזעצט. פינטל.

יעצט קען מען אריינגיין אין דעטאלן... יא, רוב כאפן שוין דעם מצב, אבער א ריזן טייל נאכנישט.

ווען דער ארטיקל איז געשריבן געווארן איז עס נאך ממש נישט געווען אנגענומען צו רעדן דעם שפראך.
ס׳איז נישט אמת. אונזער היימישע עקאנאמיע איז אויסדרוקליך נישט אנגעזעצט. ס׳איז שווערערע צייטן און א גרויסע רוב מאכט די נויטיגע עדזשאסטמענטס פאר די טיים ביאינג.

ס׳וועט אייביג זיין אזאלכע וואס וועלן לעבן אין דמיון אז זיי האבן געלט, און ס׳וועט אייביג זיין די וואס לעבן אין דמיון אז קיינער האט נישט. די שליסל איז פשוט צו לעבן פאר זיך און אויפהערן טראגן יענעמס פעקל. לטב ולמוטב.
אני הוא הנער, נער המדבר
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

עס האבן זיך מן הסתם פארקויפט 500 באנגעלויס- יוניטס -הייזער אין אפסטעיט די יאר... אלעס איז געבארגט???
אוועטאר
בלאט פלעק
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

בערענשטיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:44 am
עס האבן זיך מן הסתם פארקויפט 500 באנגעלויס- יוניטס -הייזער אין אפסטעיט די יאר... אלעס איז געבארגט???
יא!
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111

"איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט יעצט געזאגט, און איך מיין אז ער אליין האט אויך נישט פארשטאנען”
קרעדיט טראמפ
אוועטאר
דזשי רי בי
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע:גרינד

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

בלאט פלעק האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 12:30 pm
בערענשטיין האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:44 am
עס האבן זיך מן הסתם פארקויפט 500 באנגעלויס- יוניטס -הייזער אין אפסטעיט די יאר... אלעס איז געבארגט???
יא!
מארגערעדזש הייסט נישט געבארגט
--
ס'מיינט נישט אז ס'איז נישט דא קיין שיינע בעלי פרנסה און גרויסע עשורים, געוויסע אינדעסטריס האבן געכאפט א געזונטע זעץ און די היימישע אקאנעמי אין אלגעמיין האט געהאט א רעדאקציע פון א ביטערע %, עס איז ב''ה נאך אלץ דא שיינע בעלי יכולת און אפילו פרישע פון די לעצטע 18 חדשים
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

מיך דערמאנט פון דעי בחור וואס האט ארויסגעטשעקט פון ישיבה, און פליצלונג אין א רעגנ׳דיגע זונטאג איז ער אריינגעקומען אין ישיבה, געגעבן א דריי איבער ס׳מקום, און צוריק געגאנגן פון ווי ער איז געקומען…
אבער פופצי, אז דו האסט שוין יא איבערגעדרייט, כאטש לאמעך דיר זאגן, אז דו ביסט הינדערט פראצענט גערעכט.
אבער היות איך זעה נישט קיין וועג ווי אזוי צו סאלווען דעם פראבלעם, האב איך מיך געשטעלט אין א זייט, און איך קוק מיך צו מיט ווייטאג.
ס׳דא פלאץ פאר דיר אויך. קענסטעך אויך שטעלן אין א זייט.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
שמן ששון
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

גוט דיר צו זען דא צוריק @פופציגער .
און יא 100% + הייליג גערעכט.
איך זעה עס אין די ארבעט , נישטא נישטא נישטא, דער עולם האט נישט קיין געלט. פינטל.
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4399
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2024 9:17 pm
טייערע חברים וידידים, שמעו נא רבותי

.........

ניין. איך האב נישט קיין עצה דערווייל, איך ווייס אז עסקנים זיצן און זענען מטכס עצה דערוועגן, אבער איך בין נישט פון די עסקנים. איך בין א פשוט'ער אינגערמאן וואס איז מיר אויסגעקומען צו הערן דאס, און איך האלט ס'זייער וויכטיג צום ערשט צו ברענגען אן אויפפאכונג און עס זאגן און איבערזאגן נאכאנאנד קלאר און גראפיש: דער מצב איז אנגעזעצט!!
וואס עסקנים ווען עסקנים, אויף וואס נאך דארף מען עסקנים??
ממ"נ קען ער ערפארדן מפטיר יונה פאר 10 אלפים זאל ער ווייטער אנגיין אומגעשטערט ,אז נישט וועט ער עס אוודאי נישט קויפן

ס'הייסט ער ווייסט נישט אז ער קען עס נישט ערפארדן און מען דארף אן עסקן אין צו מסבירן דעס??

ווען ער זעהט א קאר קומען שנעל ווייסט ער אז ער טאר נישט קראסן דעמאלטס און דארף נישט קיין עסקן פארוואס ווייסט ער נישט אליין און מען דארף אים מסביר זיין??

איך בין נישט ח"ו ברוגז אויף דיר נאר עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין וואס אזאנע מענטשן טראכטן
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע:ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

צייטליך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:11 am
מ'דארף צוטייילן די פראבלעם.

אמת סיז דא אידן וואס האבן געהאט 3-4 בעל בתישע יארן, צו מער, און ווי געשריבן "די פארטי איז אווער" און זיי ווילן דאס נישט איינזעהן. דאס איז א פראבלעם, אבער א גרויסע מינדערהייט אין די קאמיונעטי.

ווידעראום איז דא דער פשוטער המון עם, דער ברייטער ציבור וואס איז קיינמאל ביים 'פארטי' נישט געווען, סיז נישט אווער, ווייל סיז לכתחילה קיין פארטי נישט געווען. די 75 פראצענט וואס לעבן שוין יאהרן פעי-טשעק-טו-פעי-טשעק. די זענען אין די גרעסטע סכנה מיטן פשוטען סטאנדארט.

קענסט נישט פארלאנגן ער זאל זיך אויפוועקן צום מציאות. רבי, ער שלאפט נישט. אוי ווי די מציאות פאטשט אים אים פנים, טעגליך. ער זאל שניידן? פון וואס? ער לעבט באשיידן, ער דרייווט נישט קיין יוקאן, ער האט די ביליגסטע קרייסלער מיניווען. ער מאכט בר מצוה מיט תקנות. אלעס באשיידן און ביליג. אבער מיט אלעם איז אים נישט מעגליך דורכשוויצן דעם טאג. כוח היחיד? וואס פונקטליך?
אני הקטן האלט אז דעיס איז די וויכטיגסטע תגובה דא. דאס טייטש אזוי.
דיר פופצי (ווי מע' רופט עם דא) האט א גאר שטארקע מעכטיגע נקודה. קומט דער צווייטער פערד און הייבט עם אן אוועקצומאכן. קומט אן אמדריטער חכם און נעמט זיך פאר פופצו. און אזוי פילט זיך אן בלאט נאך בלאט

עס צופט עס רייסט ביים הארץ. דער עולם (די וואס פארטי'ן נישט) זיצן און קרעכצן... קומט צייטי און לייגט שיין פאר די קשיא.... למעשה? וואס גייט דא זיין ... איך מיין דער איז גערעכט.... סע א גרויסע פראבלעם ווייל א גרויסע חלק כלל ישראל ספענד נישט אויפרייסעריש אבער קען נישט קאווערן און אויף וועמענס אחריות גייט די פרייז פון מינימאלע זאכן ארויף.... אלע אנדערע הוצאות?? הערט ענק אויף צו טענהן הייבט אן טוהן עפעס. סע טוט וויי שרייט מען אנטשולדיגט......
[email protected] For all your Graphic & Websiteneeds email
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9753
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בטעות איצט אריינגעוואנדערט אין דעם אשכול צום ערשטן מאל, און שטעלט זיך אויס אז דאס איז א פאסיגע תשעה באב טעמע. צווישן די אלע דרשות איבער שווערע תקופות וואס כלל ישראל איז דורך, וואלט אויך געדארפט זיין עטליכע איבער די שווערע אקאנאמישע תקופה ביי אחב"י בזמן הזה.

א פאינט וואס מ'האט נישט בארירט אין דעם אשכול.
נישט צו לאנג צוריק פלעגט מען ארויסברענגען די חילוק פון היינט און אמאל אז היינט ספענד דער עולם אלעס וואס מ'האט און מ'לייגט נישט אוועק אויף שפעטער, צו חתונה מאכן קינדער, אדער רעטייערמענט. א אינגערמאן וואס האט א איבריגע הינדרעטער, וועט נעמען אן אפגרעידעט קאר, אדער פארן אויף א לאזוריעזע וואקאציע.

כהיום איז די פראבלעם פולפאכיג ארגער. איך האנדל מיט אסאך מענטשן ווי ס'קומט מיר אויס איבערצוגיין זייערע פיינענסעס. נישט נאר זיי האבן גארנישט אוועקגעלייגט, נאר יעדער צווייטער קליינע ביזנעס אונער איז שולדיג 500,000 EIDL LOAN. ווי איז די געלט? אראפגעפלאשט, נישטא. און דאס איז חוץ סתם קרעדיט קארד און ליינס אוו קרעדיט. און מ'רעדט נישט פון גרויסע פארדינער. אסאך דארפן ארבעטן יארן לאנד בלויז אפצוצאלן די חובות. דאס מיינט אז מ'האט געלעבט אויף א סטאנדארד ווייט ווייט מער פון וואס מ'פארדינט.
ווי פרעגט יענער: למעשה, וואס קען מען טון? די ערשטע זאך וואס מ'קען טון איז רעדן. ווי ס'קומט אויס צו רעדן פון די סובזשעקט, ריף דיך אן און דערצייל וואס די האסט דא געליינט (איך גלייב אז די שרייבער וועלן נישט ברוגז זיין טאמער זאגסטי עס נישט בשם אומרו.) וויסן זאלסטי אז רוב מענטשן האלטן אזוי ווי דיר, אפילו די וועלכע לעבן א שוואילטאג. ווען ס'קומט אן די חודש'ליכע קרעדיט קארד ביל, כאפן זיי גוטע ציפעס.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
רפרם גרינפעלד
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

@פופציגער הערליך געשריבן אבער איך דיסעגרי מיט צוויי זאכן. אלף: די עקאנאמיע האט שטארק אראפגעסלאוט אבער ס'האלט בכלל נישט ביי א טאטעל אנזעץ, קאנפירמד פירסט הענד פון קאנסטראקשאן קאמפאניס, מ'רעדט פון א פארשטאטערונג, אדרבה, קוק אויף אזא שטאט ווי קרית יואל מ'בויעט דארטן שווערע הונדרעטער דירות, דעוועפלאפמענטס, בתי מדרשים, מוסדות ציען ארויף ריזיגע בנינים, א קאנטראקטער מיט יארן אין די ליין מאכט ווייטער געלט. ער לעזט זיך נישט אויף פון איין מינוט אויפן צווייטן.

ריעל עסטעיט אגענטן האב איך אויך געפרעגט עטליכע, ס'איז די זעלבע ריספאנס, ס'האט אראפגעסלאוט, אבער אלעס פארט ווייטער, אדרבה, קוק אין סיי וועלכע היימישע געגנט, קיין שום זאך שטייט נישט צו לאנג ליידיג, די פרייזן זענען אפשר אביסל געפאלן, צוליב די הויכע רעיטס, אבער ס'איז ווייטער דא טרענזעקשאנס יעדן טאג. אפילו מיט א זיבן פראצענט ראטע.

סך הכל ווער ס'האט עכט געכאפט פעטש זענען די טאטעל לאקזשערי סערוויסעס וואס האבן נישט עקזיסטירט ביז עטליכע יאר צוריק, מיעט באורדס, קומזיצערס, טראוועל עידזשענסיס, וויין געשעפטן, פארטי פלענערס, וואס האט קיינמאל עקזיסטירט און ס'האט זיך נאר געעפנט אין רעזולטאט פון געלט פארשווענדעניש אבער איינער וואס האט א לעגעטימע סערוויס איז נישט אינטערגעגאנגען, ס'האט אראפגעסלאוט.

בית: מ'קען מיינען אז די גאנצער פראבלעם איז אז דער עולם לעבט אויף א הויכע סטאנדארט און אז מ'וועט נאכלאזן דעם סטאנדארט וועט זיין א עולם התיקון, אין פאקט אבער, איז דא שווערע טויזנטער ניין טו פייוו ארבעטער וואס שפארן יעדן דאלער, קוקן פרייזן, און מוטשענען זיך נאכאלץ, ווייל די לעבנס קאסטן האט זיך געטאפלט און וועידזשעס נישט, איז געבליבן א לאך, איז וואס אפעלירסטע צו מענטשן אז די פארטי איז אווער, ער ווייסט דאס און ער שפארט טאקע אבער ער קאווערט נאכאלץ נישט.
lukshen
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2022 2:29 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lukshen »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 12:21 pm

זייער גוט געזאגט!
עס זענען דא צוויי מיני מענטשן וואס קענען שוין נישט ווייטער צוען דעם שפיל א) מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין עכטע געלט אבער היות ס'געווען געלט אין די גאסן האט ער מיטגעדרייט, געכאפט, געשאפט, געסווייפט וכו' ב) מענטשן וואס האבן געפנט ביזנעסער געבעיסד אויף די אבנארמאלע שפע וואס איז געווען אין די גאסן ווי מיעט באורד פראדוצירער, רעסטוראנטס, וויין מבינים קלובס, וועקעישאן עידזשענסיס, די מיזיק אינדוסטרי וכו'
מענטשן וואס פארקויפן נעסעסיטי פראדוקטן זענען ווייטער אין ביזנעס, אפילו ריעל עסטעיט וואס איז לכאורה שטארק אפעקטירט פון די אינטרעסט רעיט וכו' איז נאך דא טרענזעקשאנס יעדן טאג,( דאס איז מיין ליין על כן זעה איך דאס),
יעצט ווי ווילסטו נעמען א ראי' פון די מענטשן וואס זייער גאנצע הצלחה איז געווען אנגעהאנגען אויף חיי שעה אין מאכן א כלל דערפון אז ''דער עולם'' איז אנגעזעצט?
סך הכל איז די אבנארמאלע שפע אוועקגעגאנגען אין דער עולם ברעטשעט כאילו מ'הונגערט..... אתמהה
די עשירים זענען ווייטער עשירים אין ס'נאך דא יודן וואס זענען געווארן עשירים אין די לעצטע אכצן חדשים, נישט יעדע עסקעלעיד איז ערב ריפאו, אין נישט יעדע מיעטבאורד איז פאר אן אנזעצער
לעצט פארראכטן דורך lukshen אום דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ועל אלה אני בוכי’... אז אפילו יעצט, זענען נאך מענטשן אין דענייעל...

דעק זעלבער וואס הייבט אן זיין תגובה אז איך טרייב איבער, סנישט ממש אן אנזעץ... ענדיגט מיט א וויי געשריי אז דער אנזעץ איז גאר הארבער ווי איך זאג, און 9-5 ארבעטער האבן נישט פאר בעיסיקס...

יא יא...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4942
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נישט דא קיין איינער וואס קען לייקענען שווארץ אויף ווייס פאקטן.
פאקט: אינפלעישן האט ארויפגעשאסן ווי קיינמאל בעפאר.
פאקט: גראסערי פרייזן האבן ארויפגעשאסן ווי קיינמאל בעפאר
פאקט: אלעס איז ארויף סובסטענשאלי ווי קיינמאל בעפאר.
פאקט: די פעי טשעקס האבן זיך נישט מיטגעריקט די זעלבע
פאקט: רוב עולם קרעכצט און מיטשעט זיך, יעדער אויף זיין לעוועל.

פארוואס ס׳איז אזוי? מ׳קען אנגעבן סיבות און זיך טענה׳ן דערויף. אבער עס טוישט נישט דעם מציאות.

מיין פרעזענליכע סטאנדארט האט זיך נישט געהויבן. אבער די גראסערי עקספענס פער חודש איז ארויף פון $800 צו $1,600 און דאס איז שוין מיט שפארן ווי מען קען.
דאס אלעס האט פאסירט די לעצטע יאר צוויי.
אפילו גוי׳אישע פראדוקטן.
א ראל פּאפיר וואס די שטוב ניצט אין סטודיאו, איז ארויף פון $55 צו כמעט $100.
קעמערע לענסעס איז ארויף יעדע איינציגע לענס מיט 100 אדער 200. און דאס איז נייקאן וואס איז א יאפאנעזע פירמע.

איך האב מיטגעהאלטן גרויסע ביזנעסער וואס האבן בודק חמץ געווען זייערע בילס און געשניטן יעדע פאון ליין וואס זיי קענען נאר. בשעת זייער בודשעט איז העכער א מיליאן פער חודש, האבן זיי זיך געשטעלט צו שפארן $30 אויף זייער פאון ביל. קלענערע ביזנעסער האבן כמעט אלע געדאונסייזט צו א מינימום. א שיינע מספר ביזנעסער האבן זיך פארמאכט אין א קרעש.

רעדט צו CPA’s און פרעג זיי וויפיל מ׳איז ״זיי״ שולדיג! וועסט נישט גלייבן! זיי מיטשענען זיך אליין צו קאווערן טאג טעגליך.

מיין פאטער איז א גרויסע גבאי צדקה אין א באוויסטע ארג. ער אליין גייט נאך געלט יעדן טאג. ער זאגט מיר אז ממש דער עולם האט נישט!

@פופציגער איז שוין איינמאל גערעכט. איך קען דעם איד. ער ווייסט שוין איינמאל וואס ער רעדט. און ער האט פון ווי צו נעמען זיינע גענעס אין די ביזנעס וועלט, און אויך די שרייבעריי וועלט.

די עקאנעמי איז ליידער טיף טייער. נישט נאר ביי אונז נאר איבעראל. ווער עס זאגט אנדערש רעדט אומריכט.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח @הרב יואל קליין פאר די באגריסונג... און יא, אזא מענטש ווי ר’ יואל איז דער פאסיגער ביישפיל צו מעיד זיין דערויף, ער שטעלט צו א סערוויס פאר ביזנעסער פון אלע סייזעס, און ער הערט אויך די קרעכצערייען...

-

איך וויל צוריקגיין אביסל, און אנכאפן די הויפט נקודה וואס מען עטליכע האבן ארויסגעברענגט. - עגעין, כ’זאג בלויז מיין מיינונג, אבער איך ערלויב זיך צו זאגן אז מיין מיינונג איז געבויט געווארן נאך אסאך ריסוירטש.

עקאנאמיע:

די עקאנאמיע איז יעצט שוואך, עס איז שווערער צו פארדינען געלט, עס איז שווערער צו טרעפן דזשאבס, און אפילו ווער ס’ארבעט יא פון צאת החמה ביז צאת הנשמה דארף אויך רחמים צו קענען קאווערן.

סטאנדארט:

זאגן אז אסאך מענטשן וואס לעבן "בעיסיק סטענדערט" קענען נישט קאווערן, איז ריכטיג. ליידער.
אבער זאגן אז "בעיסיק סטענדערט" פון וואס מיר רעדן איז טאקע בעיסיק, איז שוין היבש איינגעשטעלט...

זאל זיך יעדער אליינס באטראכטן און קלערן צי זענען זיינע עלטערן און זיידעס אויך געווען אויף דעם סטענדערט... איך מיין אז 35 יאר צוריק איז "בעיסיק" געווען אויף אינגאנצן אן אנדערן "סטענדערט" ווי היינט...

מיר זענען געוואוינט צומאל צו אפלאכן פון די אמאליגע פירונגען, א שטייגער ווי געבן גרעיפ דזשוס נאר ביז די ליין און דורכאויס די סעודה געבן נאר וואסער, געבן נאר געפילטע פיש פאר קינדער ווייל ס’ביליגער, און אזוי נאך אומצאליגע דוגמאות וואס די אלטע דור פלעגט טון צו שפארן דאלאר אויף דאלאר.

יעדער ווייסט אז זיי פלעגן עס טון ווייל "אין יענע צייטן איז נישט געווען קיין געלט..."

איז איימעניט, היינטיגע צייטן איז וואס?! אויך נישטא קיין געלט!

ווייסט וואס די חילוק איז? אז אמאל ווען ס’נישט געווען קיין געלט האט מען געשניטן פון די "בעיסיק סטענדערט", און היינט וויינט מען אז מען קען נישט קאווער די בעיסיק סטענדערט!

(בדרך אגב, איר קענט דעם ניגון אז אמאל פלעגט מען צאלן ביליג רענט און יעדער האט געקענט קויפן דירות?... פאדערט א שמועס פאר זיך, אבער כ’מיין ס’קלאר אז אויב איז עס געווען אזוי איז פשט אז בעצם האט מען זיך אמאל יא געקענט ערלויבן מער און דאך האט מען געשפארט)

עס ציפט אביסל, אבער בעסער כאפ דעם ציפ יעצט און לעב שפעטער רואיגער! אינגערמאן! שנייד די קרעפלעך ווייל זיין זאקן האט א לאך! - - כמיין, שנייד די סטענדערט ווייל דיין בערזל האט א לאך!

דערמאן זיך וויאזוי א טיפישע גראסערי ארדער פלעגט אויסזען 20 יאר צוריק, און קוק דיין רעסיט פון פאריגע וואך, און זאג מיר וואס הייסט בעיסיק...

אודאי, ס’דא יוצאים מן הכלל, און ליידער אסאך יוצאים מו הכלל... אבער דער כלל איז דאס.

דענייעל:

דאס וואס מ’האט גערעדט ביז יעצט איז נאכנישט אזוי געפערלעך ווי די דענייעל...

דער פאקט איז אז מענטשן אנערקענען נאכנישט דעם מציאות... דאס ברענגט אז מען שפרינגט אריין אין נייע ביזנעסער, לאונס, און אנדערע גרויסע עקספענסעס... אזוי אויך ווען מהאט שוין יא אפאר טאלער פון טעקס רעטורן אדער וואס, ספענדט מען עס לייכט אויס ווי סוואלט געווען "איבריגע געלטער" און מפארגעסט אז אויב ביסטו חודשליך אין א מיינוס איז פשט אז דו מוזט האבן דאס געלט פאר עסענשאלס!

דער ארטיקל וואס איך האב דא ארויפגעלייגט האב איך געשריבן אנהייב ווינטער העעל"ט, וואס דאן איז דער מצב פון דענייעל נאך געווען פיל ארגער...

כבין דאן געווען אונטערן רושם פון וואס דער אקאונטענט האט מיר געזאגט אז ער האט קליענטן וואס מיינען נאך עכט אז זיי זענען רייך... סהאט מיר צעטרייסלט...

-

יעצט תכלית.

די ערשטע זאך וואס דארף פאסירן און מברויך אויפשאקלען דעם ציבור און מודיע זיין אז דער מצב טויג אבסאלוטלי נישט.

דאן, ווען עס איז סדר אין קאפ, קען מען אנהייבן קוקן אויף די מוטשענישן פאר בעיסיק סטענדערט לייפסטייל...

עס איז קלאר, לענ"ד, אז אויב איז יעדער עוועיר צום מציאות, וועט זיין לייכטער סיי צו שניידן פונעם בעיסיק און סיי צו הייבן אינקאם ווי עס ברויך צו זיין.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4942
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פוציגער, דו דארפסט נעמען א קאלום אין די אינגערמאן. (כהאף אז יענץ גייט אנהאלטן..)

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: די פארטי איז אווער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 1:54 pm
מיר זענען געוואוינט צומאל צו אפלאכן פון די אמאליגע פירונגען, א שטייגער ווי געבן גרעיפ דזשוס נאר ביז די ליין און דורכאויס די סעודה געבן נאר וואסער, געבן נאר געפילטע פיש פאר קינדער ווייל ס’ביליגער, און אזוי נאך אומצאליגע דוגמאות וואס די אלטע דור פלעגט טון צו שפארן דאלאר אויף דאלאר.
די רעדטס פון שפארן דאלערס
ס׳איז זײער שװער צו רעדן פון קלײנגעלט װען שכר לימוד אלײן קאסט מיר 4000-3500 א חודש
קעמפ-דעי קעמפ 15000
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”