נחום מיט זיין נפש

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

מר פינאט באדער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:05 pm

נחום מיט זיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר פינאט באדער »

שלום וברכה אלע חשובע...

איך האב געזען דא שרייבן וועגן דעים מחלה, יענעם דיסארדער, אזא פראבלעם וכי'.
אין אפילו רירענדע פערזענלעכע איבערלעבונגען.
וואס יעדע איינס פאר זיך קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די שרייבער וואס האבן גענומען די צייט, כוח אין מוח פארן טובת הכלל והפרט.

אבער פארט איז פאראן א געדאנק וואס ווערט פארפאסט, אין אזוי ארום ווערט פארזען,
א קריטישע געלעגנהייט פאר אידן מיט יסורי נפש וואס מיט אביסל אויפוואכונג קען מען אויפטוען א וועלט כפשוטו ממש.
פון וואנט ווייסעך? אט ליינט.

וואס איך גיי זיך באציען קען זיך מאכן ביי פארשידענע נפשותדיג'ע מחלה'ס ה''י אבער איך גיי זיך באציען צום ספעציפישן
(פאר געוויסע אומבאקאנט)
גהנם פון ענקזייעטי.

מעשה שהיה כך היה:

נחום איז געבוירן אין א מזלדיג'ע שעה, אזא שמחה! א קלייניקייט?! א געזינט ליכטיג קינד מיט א תמומת'דיגער חן.

דער רבש"ע האט אים געטראסט מיט (אסאך) נסיונות.
סיי אין שטוב סיי אין גאס
סיי אין שטאט אין סיי אין קאנטרי, בקיצור ווי נישט..

אויף די מינוט (בימום ההם)
האט נישט אויסגעזען עפעס באזארגענט נישט פאר נחום אין זיכער נישט זיינע עלטערן.

(וועל מער אי"ה שרייבן מער פרטי החיים)

אבער איצטערט לאמיר צוגיין צום ענין

אונדזער נחום איז שוין 18 יאר אין ב"ה זיך מער ווייניגער געשטעלט
אויפן פיס, עכ"פ אזוי האט עס אויסגעזען פאר די ארומעגע אין (אפילו ביי זיך).

ויהו היום ער שפירט עפעס א מאדענע ווייטאג געפוהל אין הארץ.. ער הייבט אן פרובירן וואס ער קען צו דערגיין, וואסע פשט,
אבער ער קען נישט כאפן וואס דאס איז, אין נאך מער "פארוואס" איז דעיס, פארוואס שפיר איך פלוצלינג אזוי צאמגעצויגן אין הארצן?.

אזוי פרובירענדיג צו טרעפן זיין נפש, זאגט אים א גוטער חבר,
הער מיר אויס ר' שלמה איז עפעס א נייער אור, א חידש אינעם עולם הנפש, איך זאג דיר ווער עס קומט נאר איין צוויי מאל צו אים, ווערט געהאלפן עפעס ווינדערלעך, פאלג מיר רוף אים אן, אין באשטעל א סעשען.

נחום שוין האבן'דיג געוועזען ביי פארשידענע טעראפיסטן במשך די יארן איז געווען זייער סקעפטיש, ער האט דאך שוין ביי זיך אפגעמאכט אז דעי טעראפיסטן ווייסן נישט, אין קענען נישט העלפן. עכ"פ אים זיכער נישט.

אבער דאך האט אים עפעס אין הארץ געזאגט אז דאס מאל גייט זיין אנדערש. אין דא האט אים ווי אמאל מער געדריגט דאס מאדנע געפיל אין הארץ איז נאך אלעם ס'בייסט דאך נישט פרובירן..

אומר ועשה, ער הייבט אויף דעים טעלעפאן אין קאלט אן דעים ר שלמה, האפנטלעך זיין אזוי אויסגעווארטע מלאך ה'מושיע.





?פארזעצונג?



איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו דער עולם איז אינטערעסירט צו הערן מער, איז ביטע אויב האסטע געהאט סיי וועלכע הנאה פון דעים תגיבה זיי אזוי גוט אין געב א לייק, לפי זה עמער זעהן צו ס'איז ווערד גיין ווייטער.

צום ווידערזעהן(?)
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

איך פארשטיי נישט, וויאזוי ווילסטו די עולם זאל זאגן צו מען וויל מער ווען דו האסט נאך גארנישט געשריבן דא?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15340
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כ'קען קוים ווארטן פאר'ן פארזעצונג.
מר פינאט באדער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:05 pm

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר פינאט באדער »

פראפעסאר האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:11 am
איך פארשטיי נישט, וויאזוי ווילסטו די עולם זאל זאגן צו מען וויל מער ווען דו האסט נאך גארנישט געשריבן דא?
א דאנק @פראפעסאר פאר אייער קאמענטאר,

איז אזוי:
די געשיכטע, אין די נקודות וואס דארף ווערן ארויסגעשריבן, קומט איבערהויפט נישט אן לייכט..
נאר וואס? אז מ'קען העלפן אנדערע, (דער עולם וויל הערן/לייקן) געט עס א געוואלדיגע חיזוק, זיך אנצוגארטלן אין שרייבן ווייטער.
במילא, פאר מ'גיימיר ווייטער האמער געוואלט זעהן, ווי אזוי דער עולם ריעקט.

איך האף אז מיט דעים איז אייער פראגע פארענטפערט. ע"כ
מענטל העלט
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:18 am

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטל העלט »

יא יא זייט ממשיך.
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

שרייב נאך, איך וויל הערן די מעשה.
מר פינאט באדער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:05 pm

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר פינאט באדער »

ר שלמה האט זיך פארגעשטעלט מיט זיין נאמען, אין מהלך, אין אפילו קלאר געמאכט אז ער איז איבערהויפט נישט ווי סיי וועלכע טעראפיסט,
ווי אינזער נחום האט שוין באזיכט אין ער טוט עפעס אינגאנצן אנדערש ווי אלגעמיינע טעראפיסטן.

נו, וואס קען זיין בעסער טראכט נחום צו זיך, ער מאכט אן אפפוינטמענט מיט גרויס האפענונג צו לייזן זיין מיסטעריעזע געפיל.
---

די טעג ריקן זיך פארויס דער טאג איז שוין כמעט דא ער גייט שוין אט אט זיך טרעפן מיט דעים אויסגערופענע טעראפיסט.
אוי וויפל האב איך שוין אויף דעים ארויסגעקוקט ב"ה מגיימער פטור ווערן פון אלע סארט פראבלעמען וואס רירן נאר צו דעים נפש.


דער טאג וועט נחום נישט פארגעסן, דער טאג וואס עס האט זיך אנגעהויבן א קייט פון פיינפולע טריעטמענטס..


אינזער נחום האט זיך נישט געקענט עפענען אזוי גרינג..
די ערשטע צוויי יאר האט מען סתם גערעדט, געשמועסט וועגן פארשידענע געפילן אין איבערלעבונגען.

אבער דער ציפעדיגער געפיל אין הארץ איז נאך אלס דא,
אין ווי מאדנע ס'הערט זיך, ווערט עס נאר אלס שטארקער אין מער דערשטיקנד מיט יעדע פארבייגייענדע וואך וואס ער זיצט מיט ר' שלמה.


אזוי פראבירן נחום מיט שלמה צו דערגיין וואס אין "פארוואס" עס ציפט אין הארץ.

נאך א יאר אריין אין טעראפי איז די געפיל אין הארץ געווארן ווי א שטריק וואס ווערט נאר מער אין מער ענג..


אינצווישן איז נחום א חתן געווארן, ב"ה א פיינע שידוך,
ער איז געוועזען פריילעך אין איבערגענומען ווי א געווענטלעכע חתן,
אבער מיט וואס א טאג נענטער צום חתונה, עפעס דער שטריק אין הארץ האלט זיך אין איין צעשפרייטן..
עס מאכט שוין ענג דעים האלדז אויך, אין נעמט איבער זיין טאג.

מיט דער צייט באמערקט ער ווי דער אפעטיט צום עסן איז עפעס פארשווינדן געווארן,
אבער האט מיטגענומען די ענערגיע אין אפעטיט צו סיי וואס..

ווי אויך, האט ער שוין לאנג נישט פארברענט מיט חברים,
א מינוט, אפילו מיט סתם מענטשן..
לעצטנס ווען איך גיי אין בהמ"ד, אין א אפילו אין גראסערי, עםם אויך ביי שמחת, איין. מינוט.
אפילו ווען אן חבר טרעפט מיר, אין פרעגט סתם וואס טוט זיך,
וואס. גייט. דא. פאר?
איך האב קיינמאל געהאט א פראבלעם מיט מענטשן איך בין אלס געווען פין די פאפולערע,
מיינע טעג ווערן עפעס שווערער אין שווערער ווען ס'קומט צו מענטשן, די שטריק אין הארץ ווערט עפעס ענג ווען ס'קומט צו סיי וואס מיט מענטשן.



ווי געשריבן, וועלמער גיין ווייטער לפי די אינטערעס פונעם ציבור, א דערווייל זייטזשע מיר געזונט אין פריילעך.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שרייב ביטע , איך ווארט.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
פארגעס
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 16, 2024 3:39 am
לאקאציע:Around the corner

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגעס »

זייער גוט געשריבן, עס הערט זיך זייער אינטערסאנט טשאסט קיפ איט אפ
😉
מקוה בעג
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 12, 2021 9:13 pm

Re: נחום מיט זיין נפש...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקוה בעג »

אוודאי

אם לא בגינך כתוב בגין חבירך....
מר פינאט באדער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 9:05 pm

Re: נחום מיט זיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר פינאט באדער »

נחום, קען נישט מאכן סענס, וויאזוי. קען. דעיס. זיין?
איך האב געשפירט עפעס א קליין שטעך אין הארץ, ווען סאיז געווארן שווערער, בין איך געגאנגען צו א אויסגערופענע טעראפיסט, נאך דערצו וואס טוט נישט סתם די געווענלכע מעטאדן וואס רוב טעראפיסטן טוען...
ער קומט דאך צום טיש מיט א חידש,

אבער עם כל זה, נישט נאר עס ווערט מיר נישט בעסער, עס נעמט מיר נאר מער אין מער ארום מיט יעדע פארבייגייענדע סעשען..

אבער, נאכן עס אויסשמועסן מיט ר'שלומה, האט ער פארשטאנען אז פארפאלן, אזוי גייט עס ווען מען טוט טעראפי, קענען די סימפטאמען אין אנהייב ווערן נאך מער אינטענס.

ווי געשריבן איז נחום א חתן געווארן, נאכן זיין מיט ר'שלומה פאר א גוטע (שווערע) צוויי יאר,

די צייט אבער ווארט נישט אויף די רפואה..

והנה, דער יום החיפה איז דא.

נחום איז געווען זייער צומישעט צווישן פארשוועמענדע געפילן פין שמחה אין התעוררות ביז געפערלעכע אומאינדעפעצירטע פחד געפילן אין הארץ.

אזוי ארום איז דער טאג געקומען צו א ענדע מיטן גרויסן חתונה, ב"ה דורך אויס די חתונה אין שבע ברכות איז נחום געווען איבערגעפילט מיט שמחה, אנגעפאנגען זיין נייעם לעבן, אין
אזוי ארום איז דאס ווערעמל אין הארץ שטיל געווארן, אזאש נחום האט שוין ביי זיך געטראכט, וואס געווען איז געווען יעצט בין איך מסודר.
דעי געפילן זענען נעלם, (באהאלטן) אין יא איך שפיר שוין נישט דעי מאדנע געפיל ווען איך קום צווישן מענטשן, איז לאמיר אוועקלייגן ר'שלומה'ס נאמבער אין ב"ה פארדעם.



ס'איז שוין דורך צוועלף יאר
דאס לעבן פארט, נחום איז שוין פין לאנג אריבער דעי צוויי יאר אין כולל,
ער זיצט שוין אויף א שיין באצאלטע געהאלט.
ער איז שוין א טאטע פון פינף קינדערלעך קע"ה.
צו יעדנס צופרידנקייט, זיין אשת חיל, בעל הבית, וכי

(יעדער) אויסער איינער..

נחום האט זיך עפעס נישט געשפירט באקוועם מיט זיך, פיין, אלעס קלאפט, אבער עפעס, עפעס וואס ער קען נישט אנכאפן וואס..
שוין מ'האט שוין געהערט אזאנס, נישט מער געדאכט אלס חתן האב איך טאקע געשפירט עפעס ענדלעך נו..
אזוי ווי ס'איז געקומען אזוי איז עס געגאנגען, לאמיר האפן יעצט וועט אויך זיין די זעלבע...
דא פאר יענעם
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:32 pm

Re: נחום מיט זיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דא פאר יענעם »

זייער א גוטע פעדער כה לחי
גיי אהן וייטער
שכוח אוף ביז אהער
א טאג אן קיין חסד איז קיין טאג נישט
אוועטאר
גראסערי מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 5:33 pm

Re: נחום מיט זיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראסערי מענטש »

ווער דעי רבי שלמה איז, מעג מען אויסזאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”