מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג' ארויף, ענדע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג' ארויף, ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

בס"ד

מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט

אונזער חשובע מנהל'ס טאג-ביך קיין אנטווערפן תשס"ט, האט מיר צוריק געטראגן צו מיין באזוך אין אנטווערפן מיט גאנצע צען יאר שפעטער, אדר ב' שנת תשע"ט, מיר ברענגענדיג א דראנג דאס צו פאראייביגן.

בעצם האב איך שוין אביסל מורא דאס צו אונטערנעמען, היות כ'בין נאך שולדיג דאס מסיים זיין א רייזע אונטערן מאסקע, כ"א אדר תשפ"א , אכ"ז האב איך מיך געשטארקט און באשלאסן, איך מוז עס טוהן, און גיי מיר עס פרובירן צו מאכן קורץ און שארף, און בל"נ וועל איך עס נישט ארויפשטעלן ווי לאנג עס איז נישט פיקס פארטיג בעז"ה.

ווען איך וועל זיין פארטיג וועל איך עס בל"נ צוטיילן און עטליכע קורצע פארזעצונגען, און לויט די חיזוק וועל מיר בל"נ ממשיך זיין.

געגאנגען…

שטיי מיר יעצט מיט מער פון 5 יאר שפעטער, וועל מיר פרובירן אפיר קראצן דעם זכרון און זעהן וואס מיר קענען דעליווערן פארן ציבור.

די מעשה הייבט זיך אן אזוי: איך האב ב"ה א חבר שוין פון ישיבה אויף געזונטע און לאנגע יארן, א שטארקע חסיד און קרוב משפחה צו כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, פון וועם איך האב זיך אסאך צוזאמגעהערט אויפן רבי'ן, וואס האט מיר גורם געווען א באשלוס אז איך מוז נאך אפרעכטן א שבת בצילא דמהימנותא פון רבי'ן שליט"א.

כאטשיג איך האב דעם רבי'ן שוין געזעהן כמה פעמים ווען די רבי האט באזוכט בארה"ב וקאנדא, אבער ס'איז דאך נאר פארט מלך בשדה, איך מוז אזאנס מיטהאלטן ביים רבי'ן אינדערהיים.

נאך א לאנגע צייט איז די צייט למעשה אנגעקומען, כ'דענק נישט פונקטליך וויאזוי די באשלוס איז געשלאסן געווארן, אבער מ'האט געביכלט טיקעטס (פון וועם קומט דאס 'געביכלעכטס'?) ביי דעלטע מיט אזא 65 טויזנט סקיי מיילס, + נאך עטליכע און פופציג דאלער טעקס פער פאסאנדשיר.

דהיינו פאר מיר ערעב בערל, און פאר מיין גוטע חבר לאמיר אים רופן רבי מנחם. - האט נישט מורא, עס לוינט נאך נישט מיין חבר צו ווערן, ער האט מיר שיין באצאלט קעש דערפאר.

די טיקעטס האב יאך ערלעדיגט, די הכנסת אורחים האט מיר ר' מנחם פארשאפט דעם נאמבער פון איינע פון די פילע מכניסי אורחים און אנטווערפן, וואו מיר האבן גערופן באשטעלן אן אכסני', וכמובן האבן מיר בעפאר באשטעטיגט מיטן גבאי ר' זושא אז די רבי וועט טאקע וויילן אויף שבת החודש אין אנטווערפן.

אגב, איז די באשלוס אויף שבת החודש געווען טאקע דאס, היות סתם א שבת האט די רבי נישט געפראוועט פאר די געסט ביידע טישן, נאר צופרי, און אפי' ווען די רבי האט געפראוועט ביינאכט אויך, למשל שבת מברכים איז עס נישט געווען פון קידוש, משא"כ א שיינע שבת איז יא דא 2 גאנצע טישן, איז דאס געווען פאר מיר א געווינס.

מיין חבר ר' מנחם אלס נאנטער קרוב האט ליבערשט געוואלט א קלענערע שבת, ווען ס'איז דא ווייניגער געסט, וואס דאן איז ער זוכה צו מיטהאלטן די סעודה שבת צופרי בקודש פנימה. אבער דא זעהט אויס איז געווען באשערט פאר מיר א שותף לדבר מצוה.

ויהי היום, דאנערשטאג נאכמיטאג האבן מיר גענומען א טאקסי קיין JFK אריינגעטשעקט די געפעק און זיך געטראפן ביים געיט, די פליגער האט זיך געגרייט צו הייבן בשעטו"מ 7:39 אויפן וועג קיין אמסטערדאם האלאנד.

ארויפקומענדיג אויפן פליגער האבן מיר איינגענומען אונזערע 2 זיצן איינס נעבן צווייטן, אויף א דרייערל ביים פענסטער.

עס נעמט נישט לאנג און עס הייבט זיך אן פונאדירשפרייטן א גאר אומאנגענעמע גערוך, ווי איינער טראגט דא אומגעוואשענע זאקן שוין עטליכע מעת לעת.

מען האט גלייך געקענט זעהן אז מיר זענען נישט די איינציגסטע וואס די חוש הריח ארבעט ביי אונז, נאר אלע ארומיגע האבן זיך ארומגעריקט אין זייערע זיצן זייערע אומבאקוועם.

כ'קען נאך היינט נישט אנצייגן פונקטליך בשל מי הרעה הזאת, אבער אזוי פיל האט מען געקענט אנצייגן פון וועלכע באנק די דאזיגע ריח דערטראגט זיך.

צו מיין גרויס וואונדער איז די גרויסע פליגער געווען ממש ליידיג, איך געדענק נישט אין מיין פלי-רייזעס אזא ליידיגע פליגער.

ווי נאר די מיטרייזענדע האבן אויפגעהערט ארויפקומען אויפן פליגער האט די מאנשאפט ערלויבט פארן ציבור – אפשר גאר צוליב די שעדליכע גערוך – פארכאפן שטחים.

הך כוה, די עולם האט זיך א לאז געטוהן, און איינגענומען יעדער פאר זיך עטליכע זיצן, איך האב מיר ארויפגעווארפן אויף א גאנצע שורה פון 4 זיצן אינמיטן פון די פליגער, נאך א ערשטע רייע, מיט גרויס לעג-הארן.

רבי מנחם מצדו האט פארכאפט א דרייערל ביים פענסטער, אזוי זענען מיר אפגעפלויגן גאנץ געמיטלעך, מיט א שיינער דרימל, פיל בעסער פון אנדערע פלי רייזעס ווען איך קען ממש נישט פארמאכן קיין אויג.

ערש"ק צופרי האבן מיר בשעטו"מ געלאנדעט אין אמסטערדאם - איך געדענק נישט פונטקליך ווען מען האט געלאנדעט, אבער איך קוק יעצט נאך אין אימעיל מיין טיקעט, זעה איך אז עס איז געווען באשטימט אויף 9:15. גענומען די געפעק, און גיי מיר כאפן א באן קיין אמסטערדאם.

רבי מנחם האט דא מיט זיין באקאנטשאפט געפירט דאס רעדל, מ'האט זיך איינגעהאנדעלט בילעטן, און געלאפן צום באן.

די באן רייזע איז געווען א געשמאקע עקספיריענס, ער פליעט מיט א שטורעם אבער מיט אזא סמודקייט, אריבערפארענדיג הערליכע פאנאראמעס פון באוואקסענע שטחים פיל מיט געוויקסן און בלומען כנהוג אין האלאנד, ווען פון אויבן שטעקט זיך ארויס הויכע ווייסע ווינט מילן וואס שטייען ווי איינגעזינקן אין די הערליכע לאנדווירשאפט. נאך בערך א שעה פארן (א שעה? דו מיינסט איך געדענק פונקטליך נאך פון יעמאלט), זענען מיר אנגעקומען אין אנטווערפן, אפגעשטיגן און מען טרעפט זיך ממש אין היימישן געגענט.

מיר האבן קודם פרובירט זיך צו פארשטענדיגן מיט די ארטיגע באאמטע צו וויסן ווען גענוי די באנען פארן צוריק זונטאג פארטאגס, אבער כ'האב מיט זייער פלעמישקייט זיך נישט געקענט דורכקומען, איך האב יא באקומען עפעס א קארטל מיט א סקעדזשול, מיר האבן זיך פארלאזט אז מען וועט שוין מברר זיין לכש...

רבי מנחם האט געשוינט די פאר פיאסטער פאר א טעקסי האבן מיר זיך אפגעשלעפט מיט די געפעק אויף די פארשלאפענע אנטווערפענע גאסן, ווען אונזערע קליינטשיגע רעדער פון די רענצלען הילכן אפ איבער די ציגל אויסגעפלאסטערטע טראטווואר פון די באן שטאציאן ביזן פשעווארסקער בית המדרש אויף מארקאטאר.

רבי מנחם האט זיך זייער געיאגט – ווען יאגט ער זיך נישט – היות ער האט נאך געוואלט מיט דאווענען שחרית מיטן רבי'ן, האבן מיר גלייך אפגעשטעלט די געפעק אין בית המדרש, אראפ געלאפן אין די קליינטשיגע מקוה, געכאפט א טבילה, א קאווע, און זיך מיט געשטעלט שחרית מיטן רבי'ן.

די ביהמ"ד איז נישט געווען אזוי אנגעשטויסן האב איך נאכן לייגן טו"ת זיך געשטעלט ביים טיש פארנט פון די בימה, אז איך האב געקענט מיט האלטן די גאנצע הנהגה פון רבי'ן משך דאס דאווענען. וואס זאל איך זאגן, ס'האט מיר געכאפט, מען זעהט ווי יעדע ריר איז מיט א חשבון!

נאכן דאווענען – בשעת די רבי גייט ארויס – איז שוין געשטאנען א שורה צו נעמען שלום, האבן מיר זיך אויך דארט אריינגעשטעלט, ווען איך האב דאס ערשטע מאל געקענט אנמערקן די קאלירפולע ציבור וואס דרייען זיך דא אריבער, ווען אין פראנט פון מיר איז געשטאנען א בחור מיט א קנייטש היטל און קורצע רעקל, אבער דער האט געפלאקערט ווי א ריכטיגע חסיד.

איך קען נישט און איך גיי נישט באשרייבן אין ראם פון א קורצע ארטיקל, אנטווערפן בכלל און פשעווארסק בפרט, אבער צו האבן א שמעק פון א שטאט אינדערהיים, פון א חסידות אמאל, איז דארט די ריכטיגע אדרעס!

אנגעהויבן פון די שמאלע גאסן, די גאנצע פארצייטישקייט, די צוזאמשטעל פון אלערליי אידן, מיט אזא געשמאק...
לעצט פארראכטן דורך בערל קראקאווער אום פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 12:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

המממ... שוואכע אפקלאנג, אבער היות ווי ערווענט האב איך עס שוין אפגעשריבן כליל תקטר, העל מיר עס סיי ווי ארויפשטעלן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

@ר' בערל ,
ביטע ברענג נאך, איך ווארט דערויף.
שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29618
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יעצט געליינט, א דאנק!

ביכלען בילעטן איז פילייכט מיינס אן ערפינדונג

קענענדיג דיין ר' מנחם, ליינט זיך אלעס אנדערש...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 4:45 pm
יעצט געליינט, א דאנק!

ביכלען בילעטן איז פילייכט מיינס אן ערפינדונג

קענענדיג דיין ר' מנחם, ליינט זיך אלעס אנדערש...
כ'בעט אייך, גייט'ס נישט צו צו אים אין בית המדרש...
ער העט מיר מער נישט מיטנעמען.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ב'

נאכן דאווענען און שלום נעמען, (א קיש אין פשעווארסק? מאן דכר שמיה). האט מיר רבי מנחם געפירט צו א שטיבל אין בעק פון בית המדרש ווי הרב גאלד שטעלט צו פת שחרית פאר די געסט.

די פת שחרית איז נישט געווען עפעס ווייסעך וואס, ברויט און מילכיג'ס, און הארטע אייער. אלץ איינער וואס גלייכט ממש נישט קיין מילכיג'ס האב איך עכט נישט געטראפן דארט וואס צו עסן. האב מיר געקייעט פת במלח, איך דענק איז כ'בין געבליבן היבש הונגעריג. - גיי טרעף אין אנטווערפן רעדי סענדוויטשעס, ספרעדס, נוסח אמעריקע, נאופס נישט דא.

אינצווישן איז א איד א דרייווער אריינגעקומען פארשלאגן א רייד צו די ציוני קודש פון רבותה"ק לבית פשעווארסק, אבער זייענדיג נאך אויסגעמוטשעט פון די רייזע, מיד און הונגעריג, בשעת וואס מיין ידיד רבי מנחם איז שוין דארט געווען כמה פעמים, האבן מיר דאס נישט גענומען און באטראכט.

חבל ווען איך ווייס אז עס איז אזוי נאנט וואלט איך עס יא געטוהן, איך האף אז מ'וועט עס נאך משלים זיין.

נאך די אזוי גערופענע פת שחרית האבן מיר גענומען די געפעק און זיך אנגעהויבן שלעפן צו די אכסני' לויט די טיילווייזע באקאנטשאפט פון רבי מנחם אין די אנטווערפענע גאסן, באגלייט מיט די אנווייזונגען פון גוטע אידן דורכגייער.

אנגעקומען צו די אכסני', האבן מיר זיך ארויפגעשלאפט עטליכע שמאלע שטאקן ביז די 4'דע אדער 5'טע שטאק. אזוי גייט עס דארט די הייזער, קליינע שמאלע שטאקן, אבער אן קיין צאל, אזוי קען מען וואוינען אויף עטליכע שטאק, מיט 2 צימערן אויף א שטאק.

אויף יענע שטאק איז געווען 2 שלאף צימערן מיט א בית הכסא, אין יעדע צימער איז געווען צוגעגרייט עטליכע בעטן. ס'האט זיך געשפירט ווי אין א הכנסת אורחים, וואו די גוטע אידן האבן דא כמעט יעדע וואך א שיינע צאל געסט.

אונז האבן זיך באקוועם געמאכט אין איינע פון די 2 שטובער, דארט איז געווען 4 בעטן, האבן מיר איטליכער גענומען א בעטל און זיך אויסגעשטרעקט אביסל די גלידער לכ' שבת קודש.

די הונגער האט נישט געלאזט קיין ערנסטער דרימל, זעמיר זיך געגאנגען גרייטן צום שבת, מיר האבן באשלאסן אז מען גייט דא לכ' שבת באזוכן עפעס א בעסערע מקוה.

די וועג פון אונזער אכסני' ביזן פשעווארסקער ביהמ"ד איז מען אדורך געגאנגען די באבוב'ער שטיבל זענען מיר אהין וואשן א קאפ פון א בהמה לכ' שבת..., נאר א ווערטל...

די אריינגאנג צום ביהמ"ד איז דורך א גרויסע שטיינערנע חצר, ווייטער אזא פארצייטישע שמעק, די ביהמ"ד גופא איז שיין און פריש, א קליינשטיג מקוה שטיבל, מיט אביסל משקה, נישט קיינע גרויסע סחורה, כ'האב געהאפט צו טרעפן עפעס א שטיקל קיגל צו קויפן, אבער גארניקס.

רבי מנחם האט דא יא געמאכט ערנסטע געשעפטן לטובת זיין גרויסע ברודער וואס האט אים פארארדענט אהיים צו ברענגן עטליכע פלעשער משקה. כ'געדענק נישט צו די אורזאך איז געווען די פרייז, אדער די עצם משקה. - האט ער זיך איינגעהאנדעלט אזא גוטע 6 פלעשער. די דאזיגע אומשולדיגע פלעשער זענען נישט אזוי שנעל פארגעסן געווארן.

צוריק צו די אכסני', האט מען זעהט אויס פון הימל געזעהן אז דא דרייעט זיך ארום שוין כמעט א גאנצן טאג א יונגערמאן מיט די נשמה אויפן שפיטץ נאז, האט מען אונז מכבד געווען מיט טועמי' וואס איז באשטאנען פון א טעלער מיט א גרויס שטיק קארטאפל קיגל, וואס האט אונז ממש געראטעוועט פון מקבל זיין דעם שבת שרוי און א ערנסטע הונגער.

צו מנחה וקבלת שבת איז די בית המדרש געווען ממש געפאקט, לכ' שבת החודש איז געקומען א שיינע ציבור געסט בעיקר פון לאנדאן, און שיינע ציבור פון אמעריקע אויך. איך בין נישט געווען אין די גיסטע זיך צו שטופן אויבנאן, האב איך מיר געשטעלט ווי א באלעבאס ביי א טיש און אפגעדאווענט, ווען ר' מנחם שטופט זיך יא אלץ צו נאנט צום רבי'ן.

אין פשעווארסק ווערט געפאקט זייער שנעל, די זעלבע 'א גרויסע עולם', ווערט אויך זייער שנעל, היות דאס ביהמ"ד, און היכל פון די טישן איז אויך נישט זייער גרויס.

נאכן דאווענען בין איך שוין געלאפן צום היכל השלחנות אין בעק פון בית המדרש כאפן א פלאץ. עס איז געווען צוגעגרייט זיץ פלעצער נאר ביים טיש ממש, און פארענטשעס פון ביידע זייטן.

רבי מנחם אלץ קרוב איז געווארן מכובד - אדער האט ער אליין פארשטאנען - צו זיצן אויבנאן, איך האב נאך נישט געהאט קיין סאך חוצפה אין זיך, האב איך מיר אריינגעזעצט ערגעץ אינמיטן טיש, מער ביי די חצי התחתון.

קעגן איבער האב איך דערקענט 2 לאקאלע יונגעלייט וואס האבן זיך פיין באזעצט נאנט צום אויבן אן, די חברה האבן אויך עפעס פיין איינגעקלאפט מיטן פוילישן גבאי'ן מיטן ספאדיק, און דער האט נישט אויפגעהערט צו אויסרופן זייערע נעמען, - היינט וואלט איך מיר שוין געזעצט מער ביי די חצי העליון. מען האט דארט סערווירט די סעודה פאר די געסט גאנץ כמעשה, א שטיקל סעלמאן, יויך, אז כ'האב מיר דערכאפט דאס הארץ,

נאך די זופ איז די רבי אריינגעקומען און אנגעהויבן פירן טיש פון פאר קידוש א. א. וו. דער אמת איז אז עס טוהט מיר וויי אז איך בין געזעצן גאנץ ווייט, אז איך האב נישט געקענט עכט מיטהאלטן יעדע דעטאל, אבער הכל ריווח.

מען האט אראפגעשיקט שיריים פון אלע מאכלים, בפרט לעבער, איז אין פשעווארסק א גרויס עסק, שפעטער האט די רבי געזאגט תורה, וואס איך האב נישט געקענט עכט הערן.

אינמיטן טיש איז דער אנטווערפענער רב הרב שיף אנגעקומען, מ'האט אים ריכטיגע מכבד געווען צו זיצן ממש נעבן רבי'ן, מ'האט געקענט זיין ווי די רבי צייגט אים ארויס אן הערצה.

נאכן טיש, איז די רבי אריין צו זיך אין צימער, ווי דער עולם איז אדורכגעגאנגען און באקומען פירות, איך האב ערהאלטן א באר וואס כ'האב אהיימגענומען פאר די משפחה איבערן ים.

נאכן טיש האב איך מיט געהאלטן א מחזה הוד - ווייטער א מחזה וואס עס האט זיך געלוינט צו קומען צו פארן פון אמעריקא דאס צו בייוואוינען - א גאנצע עולם יונגעלייט און בחורים גייען אריין אין ביהמ"ד אזוי שטעלט זיך גאנצע קופקעס ווי מען שטעלט זיך איבערגיין די לעצטע נייעס... כ'מיין וואס ווען וואו, מען שטייט און מען גייט איבער דעם רבין'ס תורה!

זה אומר בכה וזה אומר בכה, מען גייט איבער ווארט ביי ווארט וואס האט די רבי געמיינט, געזאגט, הפלא ופלא וואויל איז זייער חלק!

שב"ק צופרי נאך א פיינע שלאף זענען מיר ווייטער געגאנגען אין די באבובע מקוה, געטרינקן א קאווע און זיך געיאגט צו שחרית אין פשעווארסק, וואו מען דאווענט פריער ווי געוואוינט.

ביי שחרית האבן מיר זיך ווייטער געזעצט פון אונטן ביים אויסגעדרייטן טישל דארט צפונית מערבית.

אינמיטן שחרית מערק איך ממש פאר מיר, אויפן טיש אנטקעגן איבער א קענטליכע פנים, עס האט מיר גלייך אויסגעזעהן ווי א קרוב מיינער, עמיצער וואס איך געדענק פון די יוגענט ווען ער איז געקומען לערנען פון אייראפע צו די ישיבה גדולה דארט וואו איך בין אויפגעוואקסן, און מיר האבן כמה פעמים גאנץ שיין פארברענגט.

היות עס איז שוין אדורך כמה שנים זינט דאן, און גדיים נעשים תיישים, איך האב מיר שוין געלאזט וואקסן די בארדע, און דער איז אויך נישט שטיין געבליבן, בין איך פארט נישט געווען זיכער אויף הונדערט פראצענט אז הלא הוא.

א פאסטוך א שטיקל בין איך אויך, האב איך נישט געוואלט ממש אריינפאלן אין א טעות, האב איך אים שיין געפרעגט צו ער האט אפשר געלערנט אין ישיבה פלוני, נאך א פאזעטיווע תשובה האב איך שוין געוואגט צו פרעגן, איר הייסט אפשר פלוני... און דא האבן זיך קאזינס דערקענט.

ס'געווען א געשמאקע געפיל צו האבן א שטיקל בלוט און פלייש וויילנדיג דא אין די פרעמד.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

בערל קראקאווער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 5:16 pm
מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ב'


מען האט אראפגעשיקט שיריים פון אלע מאכלים, בפרט לעבער, איז אין פשעווארסק א גרויס עסק, שפעטער האט די רבי געזאגט תורה, וואס איך האב נישט געקענט עכט הערן.

יישר כח, שיין.
לעבער איז מסוגל פאר פרנסה.....
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ב' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

גאר א בטעמטע שריפט די הונגער שפירט זיך פון אלע זייטען...
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1599
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע:בעקבתא דמשיחא

מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג', ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג', ענדע

איך דענק נישט עפעס ספעציעל פונעם דאווענען, העל מיר גיין צום עתיקא קדישא.

ווי כמעשה בראשונה האב איך ווייטער באזעצט מיין מקום ווי נעכטן, כ'מוז מודה זיין אז עס איז מיר געווען גאנץ קאלמוטנע צו זיצן אליין אן קיינע באקאנטע, היות אונזער מנחם האט אקופירט א זיץ אויפן אויבנאן. א לאנדענער יונגערמאן אויף מיין לינקע זייט האט יא געמאכט א שטיקל קירוב אקציע, אבער כ'האב נישט ערנסט מיט געארבעט.

די געסט האבן געגעסן צוזאמען מיט'ן רבין, מען האט אראפגעשיקט שיריים פון עטליכע גרויסע לאקשן קיגלען וואס האבן זיך געגאסן בשפע. - זיי מיר מוחל ר' מנחם פארן שרייבן 'לאקשן קיגל', כ'ווייס אז דאס איז 'קיגל', אבער מ'רעדט דאך דא צו עמך.

איך געדענק נישט צו נאך די סעודה האבן מיר געכאפט א דרימל, אבער איך שטעל עס אויף די חזקה, זייענדיג א גרויסע מחמיר דערינען.

שלש סעודות איז געווען אין היכל בית המדרש, דא בין איך שוין געקומען פרי און זיך געשטעלט אויף די זייט ביים טיש ממש אנהייב, איך בין שוין געווען זאט פון מיט האלטן נאך מריחוק מקום, ס'געווען דארט גאנץ אנגעשטרענגט מיט מקומות קבועים, אבער מ'האמער עס דורך געשוויצט.

רבי ברוך'ל איז דארט געזעצן נעבן רבי'ן, זיין גאנצע מהות שפיגלט זיך אפ אין זיין שטריימל.

איך האב ב"ה געקענט פיין מיט האלטן די גאנצע שלש סעודות, און אזוי ווייטער ביז נאך הבדלה, עס האט מיר ווייטער די מערסטע א גאנצע צייט געכאפט יעדע אויסגערעכנטע ריר פון רבי'ן.

נאך הבדלה האב איך אנגעטראפן נאך א אייראפעישער קרוב, א ילוד אנטווערפן וואס איז געווען צו גאסט אויף שבת אין לאנדאן, זייענדיג א שטארקע מעריץ פון מיין פאטער האט ער זיך זייער געפרייט צו מיר, היות אונז האבן זיך קיינמאל בעפאר נישט געזעהן.

עס איז נאך געווען גענוג און נאך צייט ביז מלוה מלכה און קבלת קהל, האב איך אים געבעטן ער זאל מיר צוטראגן צו זיין פאטער און מוטער, מיין עלטער פעטער און עלטער מומע זיי גיין זאגן העלוי.

די פעטער און מומע האבן זיך זייער געפרייט צו מיר, די עלטער מומע האט מיר שטארק דערמאנט פון איר שוועסטער, מיין באבע שתחי', זאלן זיי אלע זיין געזונט און שטארק.

נאך די ביקור זעמיר צוריק אין בית המדרש, מען האט זיך היבש געדרייט און געפרייט, אינצווישן האבן מיר געשריבן א קוויטל ביים קוויטל שרייבער.

הגיע הזמן צו מלוה מלכה, זעמיר זיך געגאנגען וואשן, די רבי איז אריינגעקומען, דא האב איך מיך שוין ווייטער געשטעלט אויף די פארענטשעס גאנץ אנהייב כ'זאל קענען מיטהאלטן.

אינמיטן איז דער אנטווערפענער רב נאכאמאל אנגעקומען, מען האט אים געזעצט אויך ממש נעבן רבי'ן, ווי די רבי האט אים ווייטער זייער שיין מקרב געווען.

די סיפורי צדיקים פון רבי'ן איז אויך א לימוד וויאזוי מען פארציילט א מעשה, יעדעס ווארט געמאסטן און געוואויגן.

נאכן טיילן קנאבל און בענטשן, איז געווארן א געשטופעכט'ס און געכאפעטס פאר כוס של ברכה.

כידוע איז אין פשעווארסק שטופן געווען א געוואלדיגע זאך, און קיין כוס של ברכה איז נישט אנגעקומען צו מיר האט מיר אנגעכאפט א אש קודש, שלא כדרכי האב איך פשוט ארויפגעיאגט אויפן טיש און אנגעקומען מיט א ליידיג גלעזל אין די האנט ביז ממש פארן רבי'ן.

שטיי איך דארט אינגאנצן ערשטוינט פון מיין אייגענע העלדישע טאהט און בעט זיך ווי א גזלן פאר אביסל כוס של ברכה.

צו מיין מזל האט די רבי דעמאלטס שוין געהאט אויסגעליידיגט דאס בעכער ביזן לעצטן טראפ און קוקט מיר אזוי אן מיט אזא שמייכל און מיט אזא אויסדרוק אין די האנט, כ'מיין וואס זאל איך דיר טוהן.

כ'האב מיר געשפירט ווי יצחק זאגט פאר עשו, וואס זאל איך טוהן כ'האב שוין אלעס אוועק געגעבן פאר יעקב, - טאטע אין הימל וואס טוה איך דא, כ'האב געוואלט אויסשרייען הברכה אחת? די רבי קען מער ווי דעם!

איך שטיי דא אינמיטן טיש, זיך שוין מבזה געווען, איך גיי נישט צוריק מיט ליידיגע הענט.

אין יענע בליץ סעקונדע האט די רבי אפיר גענומען א פלאש גרעיפ דזשוס, און מיר שיין אריינגעגאסן כוס של ברכה, ופרח לו האיש מיט זיין אוצר אין די האנט, ב"ה געפועלט שפע רב!

נאך מלוה מלכה איז געווען קבלת קהל, ס'געווען היבש א ליניע אריינצוגיין צום רבי'ן, אבער ס'געגאנגען גאנץ שנעל, אריין און ארויס. די גבאי ר' זושא איז געשטאנען אין די זייט מאכן זיכער אז מען זאל זיך נישט פארזוימען.

די רבי זיצט אויף א פשוט'ע בענקל, מיט א אינטערסאנטע רינדעכיגע אנלאנער, אויפן טיש ליגט א שיסל קיכלעך וואס ווערט פארטיילט צידה לדרך פאר אלע וואס גייען אדורך זיך געזעגענען.

ס'אנגעקומען מיין רייע אויך, האבן מיר אהין געגעבן דאס קוויטל מיט'ן פדיון, די רבי האט נישט לאנג געליינט, נאר ממש געגעבן א בליק, און אנגעוואונטשן: "לטב ולחיין ולשלם"!

נאך קבלת קהל איז שוין געווען זונטאג פארטאגס, מתחילה האב נאך געחלום'ט פון כאפן א שטיקל דרימל, אבער אונזער מנחם האט תחילת הלילה פארארדענט אז עס וועט נישט אויסקומען, און גזירת צדיק עשתה רושם, ס'איז ממש נישט געווען בכדי שיעשו.

מיר זענען געלאפן זיך טוישן צו בגדי חול, זיך צוזאמגעפאקט און געגאנגען מיט די געפעק צוריק אין בית המדרש.

לכתחילה האבן מיר געדארפט ממש פארטאגס כאפן די באן צוריק קיין האלאנד, - ערגעץ ארום 6 - אבער דאס וואלט אונז נישט ערמעגליכט צו דאווענען מיטן מנין ותיקין, זענען מיר געוואר געווארן פון 2 יונגעלייט וואס האבן געהאט ארויסגעדינגן א קאר אין אמסטערדאם און זיי האבן אויך געדארפט כאפן א פלייט אין אמסטערדאם, האבן מיר אנגעפרעגט צו אונז קענען זיך מיטכאפן.

די חברה האבן געהאט א פיצל קאר, זיי האבן זיך געספק'עט צו אונז וועלן אריינפיטן, למעשה האבן זיי באשלאסן אז מ'וועט עס מאכן ארבעטן.

נאך שחרית האבן מיר זיך געשטעלט מיט די געפעק פארנט פון ביהמ"ד ווארטן, אינצווישן איז געווען אינטערסאנט צו זעהן ווי דער אנטווערפענער רב וועלכע איז אקורשט געזעצן מיט אונז ביים רבין'ס מלוה מלכה קומט שוין צוריק מיטן גאנצן פרישקייט מיט בגדי חול און די טו"ת אין די הענט.

ס'האט זיך אפגעטוהן א שטיקל געפארעכט'ס פון געסט אהיים, אינצווישן איז דער יונגערמאן מיט זיין פיצל קארל אויך אנגעקומען.

מען האט זיך גענומען פאקן פעק, והנה און אט, שטייען פיר יונגעלייט אלע מיט ריזיגע באגאזשן, מען שטופט אהער און אהין, די קליינטשיגע טראנק איז זייער שנעל אנגעפילט געווארן עד אפס מקום.

די מכניסי אורח זענען געווארן ווילד, מ'האט דא געהאלטן נאך שלאפלאזע נאכט, אנגעצויגן, קיינער וויל נישט פארפאסן די פלייט, - זייער פלייט איז נאך געווען פריער ווי אונזער - זיי האבן היבש געצארנט אומבאהאלטן אז אונז האבן זיך אנגעשדכנ'ט מיט זייער וויקל, אבער הנעשה אין להשיב, מען האט גענומען די נעקסטע אפציע.

מען האט מיר מיט מנחם פארארדנט זיך באזעצן אויף די אונטערשטע זיצן און צו אונזער שאק און שוידער הייבן זיי אן פאקן אויף אונז ארויף אויף אונזער שויס גרויסע רענצלעך, האנט באגאזשן, שטריימל באקסעס, וואס נישט... וועקיומט פעק, און יא, די טיר האט זיך למעשה פארמאכט.

בקצף גדול האט ער זיך גענומען רייסן אויף די ליידיגע שאסיי, כ'געדענק נישט אויף וויפיל מייל א שעה, אבער דאס געדענק איך יא, אז איך האב כמה פעמים אינמיטן געליינט קריאת שמע מיט גרויס כוונה.

מיט גרויסע חסדים זענען מיר אנגעקומען ב"ה מיט גאנצע גלידער אין עירפארט אין אמסטערדאם.

אין עירפארט זענען מיר בע"ה געווען גאנץ צייטליך, כ'האב גלייך געזעהן אז עס איז דא א לאאאנגע ליניע אריינצוטשעקן, אבער מיר האבן געשאצט אז מיר האבן נאך גענוג צייט פאר פארהאנדלונג.

דא איז אונז בייגעפאלן א גרויסע חכמה וואס האט געקאסט אביסל צייט, היות מיר האבן געהאט קאנעקשן פלייט מיט א סטאפ אין באסטן, און געוואוסט האבן מיר אז עס איז דא בערך די זעלבע צייט א פלייט דירעקט אויף ניו יארק, - נאך אן עקספיריענס ביי א צווייטע נסיעה ווען מיר האבן באוויזן צו טוישן אזא פלייט ביים אריינטשעקן, - האב מיר דא אויך באשלאסן פרובירן דאס מזל און זיך געוואנדן צום ספעציעלע דעלטא סערוויס טישל, נאר צו געוואר ווערן אז יעצט וועט דאס נישט ארבעטן, און פארלוירן נאך אביסל צייט.

צוריק צו די לאנגע ליניע וואס שלעפט זיך און ציעט זיך.

עעעענדליך אנגעקומען צום באגאזשן טשעק אין, איז געווען אזא סעלף טשעק אין פאר די באגאזשן, דא איז שוין געווען געציילטע מינוט'ן ביז טשעק אין מאכט זיך צו.

שליידער איך מיר ארויף מיין באגאזש, איך וויל שוין צוענדיגן און זיך אפשיידן מיט א בארדינג פעס.

דא איז אפירגעקומען די נכסי צאן ברזל פון 6 פלעשער משקה וואס אונזער ידיד רבי מנחם האט זיך איינגעהאנדעלט. שרייעט אונזער מנחם, מיין רענצל איז איבערוואגיג!

מיר האבן זיך געגעבן א ריק אין די זייט ארויסגעצויגן א 3 פלעשער און אריינגעיאגט אין מיין רענצל, און צוריק צום טשעק אין מאשין.

אבל דא עקא... דא איז עס געשעהן, איך פרוביר אריינצוטשעקן און דער מאשין לאזט זיך נישט, פאר א מינוט 2 האב איך געמיינט אז די מאשין מאכט סתם אזוי קונצן, אבער א איינגעשטעלטע האט אונז זייער שנעל קלאר געמאכט אז עבר הזמן, מען קען שוין דא נישט אריינטשעקן.

אונז האבן פרובירט ביי די באאמטע ביים טישל גלייך דערנעבן, אבער מיר האבן גערעדט צו טויבע אויערן. קיין רחמנות קיין סבלנות.

די אנגעצויגענקייט איז געווען עד לב האלה, לייג צו א שלאפלאזע נאכט, דאס איז געווען א פארטיגע רעצעפט פאר דינא קשיא במלוא מובן המלה.

בצר להם זענען מיר געלאפן צו די צענטראלע דעלטא טישל ביי די איינגעשטעלטע וואו מיר האבן שוין פריער אנגעקניפט באציאונגען.

די דעלטא אגענטקע האט אונז געלאזט וויסן אז מיר קענען נאך גיין כאפן די פלייט און איבערלאזן אונזערע געפעק כצאן בלי רועה פאר די האלאנדישע יורשים.

נאכן קלארשטעלן אז דאס איז פאר אונז קיין אפציע, האט זי קודם קלאר געמאכט אז מצד הדין האבן מיר פארפאסט די פלייט, דעלטא קומט אונז נישט גארנישט און א לעכטיגן ביי.

ברוב חסדי ה' האט זיך די אגענטקע געלייגט אין די לענג און אין די ברייט, קודם אונז געלייגט אויף סטענד ביי אויף די נעקסטע דירעקט פלייט אויף ניו יארק, און אויב וועט נישט זיין קיין פלאץ האט זי אונז שוין געלייגט אויף א פלייט דערויף מיט א סטאפ און עווענטועל אויף ניו יארק.

כך הוה, מיר האבן זיך היבש ארומגעוואלגערט קודם געווארט אויף סטענד ביי, נאכדעם זענען מיר למעשה אנגעקומען אויף א שפעטערע פלייט מיט א סטאפ - כ'דענק שוין נישט וואו - קיין ניו יארק.

קיין כשר'ע מיעל איז שוין נישט געווען שייך צו באשטעלן, די זיצן אונזערע זענען אויך געווען פונאדערגעשייד, אונז האבן פיין אריינגעהונגערט נישט רעכענענדיג אז מיר וועלן אזוי לאנג פארברענגן זונטאג אין פלוגהאפן, אבער למעשה האבן מיר זיך געזעהן אויפן פליגער איז שוין געווען א רואיגקייט.

ב"ה מ'האט געלאנדעט אין ניו יארק פארנאכט'ס, היבש שפעטער ווי אונזער ארגינעלע פלייט וואס האט געזאלט לאנדן ארום 4 אזייגער נאכמיטאג.

לאמיר צולייגן א טשערי אין טאפ - נאך אזא נסיעה איז נישט מער ווי נארמאל אז אונזערע רענצלעך זענען נישט געווען צו באקומען, מיר האבן אריינגעגעבן א בעגידזש קלעים, און ב"ה ערהאלטן דעליווערט צום טיר א טאג דערויף.

הודו לה' אז מיר האבן דאס מיט געלעבט, כ'האף זייער שטארק צו מיטהאלטן נאך א שבת ביים רבי'ן בקרוב, און אינצווישן האט'ס מיר אלע און זייט'ס מיר אלע געזונט און פריש, לטב ולחיין ולשלם!

האסט הנאה געהאט? לאדעך הערן!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג' ארויף, ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

איי רבי בערלען! האסט מיר לעבעדיג מיטגענומען אנטווערפנא! בלויז צו בילדערן הי תרי צנתרי דדהבא שפאנצירן אין אנטווערפן קאסט שוין א אנגענעמע שמייכל!!


(קומענדיגע מאל נעם מיר מיט.....איך וועל שין באצאלן פאר מיין טיקעט...)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג' ארויף, ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אפגעליינט אין איין אטעם און גרויס הנאה געהאט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג' ארויף, ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

הערליך
האבן מיר שטארק הנאה געהאט
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג' ארויף, ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

געליינט, און שטארק הנאה געהאט, ייש"כ
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6434
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: מיין נסיעה קיין אנטווערפן שבת החודש - אדר ב' שנת תשע"ט | חלק ג' ארויף, ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

הנאה געהאט שכח
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”