די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
שטארקע אור
שר האלפיים
תגובות: 2023
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 9:23 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 5:22 am
בן דותא האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 12:16 am
די ימים נוראים מאכן נישט קיין סטרעס, איר מיינט צו זאגן אז איר נעמט סטרעס פון די ימים נוראים
גוט געזאגט,
מצד שני, די ימים נוראים ווי דער מלמד לערנט עס אויס די קינדער, איז יא גאנץ א גורם צו סטרעס.
חלילה!

נאר די וועג וויאזוי אסאך אידן נעמען היינט צוטאג סטרעס איז די גורם.
אויך אמת. אבער דאס דרוקן בעיקר אויף דעם יום הדין חלק, אן ארויסברענגן די גרויסקיין פון ממליך זיין דעם אייבערשטן אויף אונז און אויף די גאנצע וועלט, וואס דאס איז דער תכלית הבריאה, איז אויך א שטארקע גורם צו די סטרעס
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:24 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 9:23 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 5:22 am
בן דותא האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 12:16 am
די ימים נוראים מאכן נישט קיין סטרעס, איר מיינט צו זאגן אז איר נעמט סטרעס פון די ימים נוראים
גוט געזאגט,
מצד שני, די ימים נוראים ווי דער מלמד לערנט עס אויס די קינדער, איז יא גאנץ א גורם צו סטרעס.
חלילה!

נאר די וועג וויאזוי אסאך אידן נעמען היינט צוטאג סטרעס איז די גורם.
פארוואס חלילה,
תלוי ועלכער מלמד, א מלמד וואס ווייסט אויך צו אריינלייגן די געשמאקע חלקים פון די ימים טובים, לדוגמא מדגיש זיין די קיטל ווייל אונז זענען זיכער דער גוטער באשעפער וועט אונז געבן א גוט יאר, העלפט אסאך.
און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסע אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.
ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג.
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

תגובה דורך קוגל מאכער »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:30 am

פארכטיג קען אויך זיין מיט יראת הרוממות,
”מה נוראהמקום הזה... וזה שער השמים.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר"וויסן. אויב יא לאזט "יעדן"וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.

ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג..

קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:57 am

נו נו, מ'רעדט דאך פון ביידע, זיי זענען דאך תליא הא בהא כמובא בספרים הקדושים.
אן איינזאמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2023 6:51 pm

תגובה דורך אן איינזאמער »

קוגל מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 5:52 pm
יש לכאן ויש לכאן,
אדרבה שמועס אביסל מער אויס.
פון די סדר היום, קענסטו אראפ שניידן זייער אסאך...
ארץ חמדה טובה מאוד מאוד.
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 11:03 am

און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסט אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.

די שאלה איז וויפל דגוש מען לייגט אויף יעדע פון זיי,
בפרט פאר יונגע הערצעלעך און נשמה’לעך.

אן איינזאמער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 11:09 am
קוגל מאכער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 5:52 pm
יש לכאן ויש לכאן,
אדרבה שמועס אביסל מער אויס.
פון די סדר היום, קענסטו אראפ שניידן זייער אסאך...
למשל?
נישט זאגן סליחות?
נישט שלאגן כפרות?
וואס מיינסטו צו זאגן?
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר"וויסן. אויב יא לאזט "יעדן"וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
אן איינזאמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2023 6:51 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן איינזאמער »

ניין, קענסט ווייטער אלעס טון, אבער אראפשניידן פון די צייט וואס ס’איז אנגענומען אז ס’דארף נעמען.

ראש השנה תפילות דארף נישט נעמען פון 7 ביז 4:30 נאכמיטאג.
ארץ חמדה טובה מאוד מאוד.
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:57 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:30 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:24 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 9:23 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 5:22 am

גוט געזאגט,
מצד שני, די ימים נוראים ווי דער מלמד לערנט עס אויס די קינדער, איז יא גאנץ א גורם צו סטרעס.
חלילה!

נאר די וועג וויאזוי אסאך אידן נעמען היינט צוטאג סטרעס איז די גורם.
פארוואס חלילה,
תלוי ועלכער מלמד, א מלמד וואס ווייסט אויך צו אריינלייגן די געשמאקע חלקים פון די ימים טובים, לדוגמא מדגיש זיין די קיטל ווייל אונז זענען זיכער דער גוטער באשעפער וועט אונז געבן א גוט יאר, העלפט אסאך.
און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסע אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.
ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג.
פארכטיג קען אויך זיין מיט יראת הרוממות,
”מה נוראהמקום הזה... וזה שער השמים.
מען קען זאגן וואס מען וויל, אבער עס איז שרעקעדיג! די טייטש פון סליחות ברענגט מיר זארג, ווי אויך די טייטש פון די תפלות אין ימים נוראים (ונתנה תוקף וכדו'), ווען מען האט אינזין אביסל פי' המלות פון די סליחות ווערט מען פיין דערשראקן. "אולי מיסורין יחבא"..... מען זעהט קלאר אז די פייטנים האבן אויך געציטערט פון די טעג.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אאאלעף
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 06, 2021 4:53 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אאאלעף »

FWD: א בחור האט זיך בארעכנט אז ער וויל זעהן א ווידיאו, א כשר'ע אבער דאך א ווידיאו...
און איז ארויס אין וואלד צווישען די ביימער אז קיינער זאל אים נישט זעהן..
אבער אינמיטען אזוי שפאצירען געמיטלעך צו טרעפן א פלאץ, זעהט ער אז ער האט מיאוס פארבלאנדשעט און ער האט נישט קיין וועג ארויס,
עס הייב אן נעכטיגען, און ס'איז פחדים..
פלוצלינג דערזעהט ער דארט זיין טאטע...
זיין טאטע האט אים געכאפט ביי די מעשה...
ער איז פארשעמט און דערשראקען וועגען זיינע מעשים, אבער רואיג און פארזיכערט אין זיין טאטע, אז ער וועט אים העלפען ארויסגיין פונעם וואלד.. און תשובה צו טוען...
משל דומה לנמשל צו פארשטיין גיט! דעי ימים ימים נוראים.. פון איין זייט פחד ומורא.. אבער פון די אנדערע זייט מנוחה ושמחה...
(מתוך דרשת הרה"ג ר' יואל סאנדעל שליט"א)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18579
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

וואס הייסט? אוודאי דארף אנכאפן א פחד און א שרעק ווען עס קומט די יום הדין - כי הוא נורא ואיום! וחיל ורעדה יאחזין, מ'שרייט אפ מי יחיה ומי ימות, וכו', די איינציגסטע עצה איז תשובה ותפילה וצדקה, עס איז נישט קיין סוד דאס אלעס.

סך הכל דארף א מענטש וויסן איך דארף טון מיינס, און דער אויבערשטער איז בכלל נישט קיין בוגי-מען וואס איז דא דיר צו 'כאפן' ביי אן עבירה, יא מיר זענען אלע פיל מיט עבירות, אבער דאך, כלל ישראל איז דאך דאך סאך סאך סאך בעסער ווי די אומות העולם, ב' אונז זעמיר בנים למקום, ג' ודרך תשובה הורית, אז מיט איין אמת'ע טרער ווערט אלעס מכופר.

מ'בלאזט שופר פון אלול נישט ווייל תשובה נעמט צוויי חדשים, נאר ווייל מ'פראבירט אויפצואוועקן דעם מענטש צו תשובה, אויב האט אים שוין אנגעכאפט א פחד פונעם יום הדין, און ער האט באמת חרטה געהאט איז אים שוין אלעס נכפר געווארן - הגם ס'דא עוונות וואס נאר יום הקדוש איז מכפר, איז עס אבער שוין נתלה געווארן, דער מענטש איז מסודר. ער דארף נאר זען טאקע אנצוהאלטן זיין שטאנד אלץ ערליכער איד, דאס איז דאך אבער נישט מעגליך, כי אין צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא, דערפאר טאקע דארף יעדע מענטש כל ימיו זיין בתשובה.

צדיקים האבן געזאגט אז זיי טוען יעדן טאג תשובה אויף די נעכטיגע מצוות, ווייל לויט וויפיל זיי זענען געשטיגן אין די מדריגות זעען זיי אז זייער נעכטיגע עבודה איז נישט געווען גענוג גוט.

אבער אוודאי אז יעדער איד דארף תשובה טון, ווייל כלפי שמיא איז נישטא אזא זאך ווי יוצא זיין דעם חוב, אבער דער אויבערשטער איז א רחום וחנון און ער איז דן יעדע איד לויט זיינע מאגערע מעגליכקייטן, און נאך מיט צדקה ורחמים מיט א שמיץ אריבער, סך הכל ורך תשובה הורית, דער אויבערשטער האט געגעבן א מהלך וויאזוי עס דארף צוגיין, ראש השנה בלאזט מען שופר - יא לעורר לתשובה - דאס איז די טעם המצוה, אבער עס איז א מצוה!

דער אויבערשטער געט אונז חודש תשרי א געוואלד מיט מצוות אז עס זאל איבערוועגן די וואגשאל לטב, עס איז א שמחה, עס איז נישט א גורם פאר סטרעס, די סיבה פאר די מצוות איז נישט א בחינה פון נסיונות צו זען אויב גייסט עס אדורכמאכן - אגב שטייט טאקע אז די עשר נסיונות האט דער אויבערשטער אויך נישט געגעבן אויסצופרואוון אברהם אבינו, נאר אויפצואווייזן! דער אויבערשטער האט געוואוסט ער גייט עס ביישטיין און נאר דערפאר אים עס געגעבן - נחזור לענינינו עס איז נישט א שווערע טעסט, עס איז א טשידינג פעיפער, ס'איז דא א פארכטיגע יום הדין, דער אויבערשטער וויל דיר צושטעלן סניגורים געט ער דיר אסאך מצוות וואס זאלסט מקיים זיין.

אלץ סאטמאר'ער איז מיר הושענא רבא א גרויסע פארכטיגע טאג, באקאנט די משל וואס רבוה"ק זאגן יעדעס יאר איבער די מלך וואס קומט אין שטאט, די משל גייט אז די וואס גייען אנטקעגן די מלך באקומען אלעס גוטס, די וואס עכ פ ווען דער מלך איז אין שטאט קומען זיי, פועל'ן אויך אלעס, אבער איינמאל דער מלך פארט שוין אוועק און דו לויפסט נאך פרעגט מען דיר 'וואו ביזטו געווען ביז יעצט?!' (אבער אז מען זאגט כ'האב עפעס צו זאגן פאר די טובה פונעם קעניג לאזט מען אים צי, דערפאר זאגט מען הושענא למענך אלוקינו).
זעסטע דאך אז א גאנצן צייט איז נישט קיין גרויסע גדולה צוצוקומען צום מלך, מ'דארף נישט קיין פראטעקציע, אוודאי קען מען נישט קומען אנגעטון ווי א שלעפער מיט א שאכטל פארבאטענע סחורה אויף זיך, מ'דארף קודם תשובה טון, אבער דער מלך איז מוחל.

יעצט פאר איינער וואס נעמט סטרעס איז זייער שווער צו געבן אן עצה, די בעסטע עצה איז אים צו היילן ער זאל מער נישט נעמען סטרעס בכלל, עס איז נישט קיין געזונטע זאך בכלליות אינעם לעבן. וואס זאל איך זאגן פאר אזא איינעם? אז טו א,ב, און ג, און ביזט מסודר? ס'ארבעט דאך נישט אזוי, א איד דארף אלעמאל זיין א הולך ממדריגה למדריגה, די טאג וואס דו ביזט פערפעקט וויאזוי דו דארפסט זיין הערשט דעמאלט שטארבט מען, אז א מענטש קומט אן צו זיין שלימות האט ער דאך נישט קיין סיבה צו בלייבן לעבן - עס איז סתם א שאד, ער קען אזויפיל פארפאטשקען.
די גאנצע עולם הזה איז דומה לפרוזדור, דאס איז נאר א דורכגאנג צום עולם האמת כדי די שכר וואס דער אויבערשטער געט זאל נישט זיין קיין נהמי דכסיפין, א בחינה פון שטיצן א איד בדרך כבוד, א איד א נצרך וואס האט א שטיקל געשעפט, אנשטאט אים געבן א נתינה און אים מאכן שפירן ווי א נצרך, גייט מען קויפן א שמאנצע אים צו קענען שטיצן בדרך כבוד, דער אויבערשטער וויל אונז געבן שכר, די נשמות שעמען זיך צו נעמען, שיקט מען זיי דא אראפ, און זיי רעדן זיך איין אז זיי האבן 'זיך פארדינט' די שכר, איי אלעס איז דער אויבערשטער, אלמלי הקב"ה עוזרו אינו יכול לו, אבער שוין, דאס איז א חסד ה'.

דער אויבערשטער דארף נישט איין ספעציפישע זאך פון יעדע מענטש, סיז נישט אז דער אויבערשטער דארף תורה און דערפאר ווי מער תורה א מענטש לערנט איז ער גרעסער, רחמנא ליבא בעי, דער אויבערשטער דארף די הארץ פון א מענטש, א מענטש זאל אלעמאל אמת'דיג זיין נכנע צום אויבערשטן און זיינע געבאטן, און מיט אן אמת'דיגקייט מיינען דעם באשעפער בכל פרט ופרט ממעשיו ודיבוריו ומחשבותיו.

אוודאי ארבעט עס נישט אז א מענטש דארף גראד זיין א וותרן, זיך מאכן הפקר, און טון אלעס נאר דעם רצון השם יעדע רגע - אבער יעדער דארף חלומ'ן צוצוקומען דערצו, יא, איך ארבעט פאר מיין ברויט, און איך בין פארנומען מיטן טאג 'הלואי' ווען איך קען האבן די צייט, כח, געדולד,נערוון צו זיצן און עוסק זיין בתורה פול טיים!
ווייסטו וואס? לאמיר זיך כאטש עטוואס פארבעסערן אין דעם ענין, לערנען מיט מער התמדה, מער ברציפות, נישט פארקנאקן די גמרא ווי נאר מ'ענדיג די שיעור נאר קודם טרעפן נאך איין שיטה אדער פשט, אפשר פארלעשן מיין טעלעפאן בשעת הלימוד, יעדער איינער לפי דרגא דיליה, אבער א מענטש 'טאר' קיינמאל נישט זיין צופרידן. נעם די א קליינע פיצי קבלה, פיר עס אויס, נאך צוויי חדשים וואס עס איז א חלק פון דיין סדר היום גיי צום נעקסטן, א.א.וו.

א מענטש טאר קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט וואס ער טוט, ער דארף אלעמאל צילן א שטאפל העכער - אוודאי איז עס גרינג צו זאגן און שרייבן, הלואי ווען איך פיר ווען אויס אלעס וואס איך שרייב דא, אבער דאס דארף נאכאלץ זיין די ציל.

די זעלבע זאך מיט מידות טובות, וותרנות, רחמנות, כעס, א.א.וו. אויף אלעם דארף מען שטאפלווייז ארבעטן מיטן ציל צוצוקומען צו הלל'ס סבלנות, וכדומה אלע מידות טובות.

טא א מענטש וואס נעמט סטרעס וואס זאל איך אים זאגן? ער נעמט סטרעס, ער וויל זיך שוין זען דערנאך, ער איז גרייט צו טון וואס מ'דארף, עס דארף אבער זיין טשיק טשאק, א טובל און ארויס, וואס זאל איך דיר זאגן? סיז א לייפטיים סטראגל, האסט א דשאב? האסט אמאל געזאגט פאר דיין באלעבאס אקעי, קוק אהער, לאמיר היינט ענדיגן די ארבעט פאר די גאנצע חודש? ס'ארבעט נישט אזוי, כל יום יהיה בעינך כחדשים, יעדן טאג איז דא א נייע דשאב, נייע זאכן וואס דארפן געטון ווערן, סארי, קענסטעך נישט טרעפן דערנאך.

אלול בלאזט מען שופר אלץ רימיינדער אז האלא, געדענקסט פאלעקס האט געשריבן אז יעדן טאג דארף מען זוכן זיך צו פארבעסערן? אה, האסט פארגעסן אמת? דאונט ווארי, ער פארגעסט אויך... טווווו! א שופר בלאזט, דערמאן דיר! האלא, דשאסט א פרענדלי רימיינדער... דארפסט גארנישט טון מער ווי דו דארפסט טון א גאנץ יאר, אבער דערמאן דיר אז דו דארפסט בכלל עפעס טון.

מ'הייבט אן סליחות ווייל ביזט שוין אימיון צו די שופר, וועק דיר אויף! נעם קעיר פון זיך, ראש השנה איז א יום טוב, מ'טונקט די עפל אין די האניג פאר א זיס יאר, און מ'מאכט א סעודת יום טוב, ס'איז א פרייליכע טאג! וואס איז? היום תאמצינו! היום תברכינו! היום תגדלינו! היום תשמע שעותינו! יא, היינט איז די טאג וואס דער אויבערשטער געט אונז אלעס!

איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס דער אויבערשטער געט אונז דעם טאג איז תשובה, אבינו מלכינו השיבינו בתשובה שלימה לפניך! רפואות פאר חולים, און נאך א גאנצע ליסטע וואס אונז בעטן!
עס איז א פארכטיגע טאג, ווייל עס איז א יום הדין, און מען שטעלט זיך פארן מלך מלכי המלכים, אבער בטוח אני באלה ובזכות שלשת אבות אז דער אויבערשטער גייט מיר פארשרייבן לחיים ולשלום.

מוצאי יום הקדוש שטייט פארוואס קלאפט מען סלח לנו? וואסערע חטאים האט א איד ביי מעריב תיכף נאך נעילה? שטייט מען קלאפט סלח לנו אויף די מחשבה אז אפשר האט מען נישט גע'פועל'ט, א איד דארף תמיד בשמחה זיין.און וואוסן אז דער אויבערשטער איז א רוצה בתשובה, כי לא תחפוץ במות המת כי אם בשובו מדרכו וחיה, ער זוכט דיר נישט צו כאפן.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 11:10 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 11:03 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:57 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:30 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:24 am

פארוואס חלילה,
תלוי ועלכער מלמד, א מלמד וואס ווייסט אויך צו אריינלייגן די געשמאקע חלקים פון די ימים טובים, לדוגמא מדגיש זיין די קיטל ווייל אונז זענען זיכער דער גוטער באשעפער וועט אונז געבן א גוט יאר, העלפט אסאך.
און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסט אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.
ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג.
פארכטיג קען אויך זיין מיט יראת הרוממות,
”מה נוראהמקום הזה... וזה שער השמים.
נו נו, מ'רעדט דאך פון ביידע, זיי זענען דאך תליא הא בהא כמובא בספרים הקדושים.
די שאלה איז וויפל דגוש מען לייגט אויף יעדע פון זיי,
בפרט פאר יונגע הערצעלעך און נשמה’לעך.
די שאלה איז גילטיג א גאנץ יאר, לאו דוקא אין די טעג.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שמעק_טאביק האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 11:45 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:57 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:30 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:24 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 9:23 am

חלילה!

נאר די וועג וויאזוי אסאך אידן נעמען היינט צוטאג סטרעס איז די גורם.
פארוואס חלילה,
תלוי ועלכער מלמד, א מלמד וואס ווייסט אויך צו אריינלייגן די געשמאקע חלקים פון די ימים טובים, לדוגמא מדגיש זיין די קיטל ווייל אונז זענען זיכער דער גוטער באשעפער וועט אונז געבן א גוט יאר, העלפט אסאך.
און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסע אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.
ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג.
פארכטיג קען אויך זיין מיט יראת הרוממות,
”מה נוראהמקום הזה... וזה שער השמים.
מען קען זאגן וואס מען וויל, אבער עס איז שרעקעדיג! די טייטש פון סליחות ברענגט מיר זארג, ווי אויך די טייטש פון די תפלות אין ימים נוראים (ונתנה תוקף וכדו'), ווען מען האט אינזין אביסל פי' המלות פון די סליחות ווערט מען פיין דערשראקן. "אולי מיסורין יחבא"..... מען זעהט קלאר אז די פייטנים האבן אויך געציטערט פון די טעג.
היינט ארעסטירט מען פאר דעם....
כתר מלוכה
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2022 2:51 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר מלוכה »

תשובה איז איין זאך: אפמאכן איך וויל טון נאר וואס דער באשעפער האט ליב, און נישט קיין עבירות.

איינמאל די האסט דאס געטון, טו נאר וואס ס'ארבעט פאר דיר.

ס'איז נישט עק וועלט אז האסט פארפאסט א טאג סליחות.

דער אייבישטער וועט דיר מוחל זיין אז דו וועסט גיין דאווענען אין א שטילע רואיגע שול ר''ה, קענסט אפי' אוועקפארן פאר יו''ט.

אויב האסט פארפאסט שלאגן כפרות פארטאגס, קען מען רואיגערהייט מאכן אויף געלט.

אא''וו.

מיט א רואיגקייט.
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

רוב זאכן וואס מען מאכט היינט צוטאגס א מצב ביים דאווענען זענען נישט קיין עיקר
למשל ונתנה תוקף איז א שטיקל יוצר גארנישט אנדערש פון שבת שקלים די לאנגע שטיקל פאר נקדישך...
מען רעדט דארט וועגן די גרויסקייט פונעם טאג און אז אפילו די מלאכים ציטערן און מען איז דן כל באי עולם ותשובה ותפילה וצדקה...
און דאן גייט מען צירוק צום ענין (די גאנצע יוצר פון מיסוד חכמים איז א הכנה צו נקדישך) "ואתה הוא מלך...!!!"
דרי מעלה עם דרי מטה... נקדישך... כנועם שיח סוד שרפי קודש...

די נושא איז בכלל נישט ווי שרעקעדיג די טאג איז
און עס איז סך־הכל א שטיקל יוצר.
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

ראש השנה איז א יום טוב אויך אן דעם אז עס איז א יום הדין
עס שטייט גארנישט אין פסוק וועגן יום הדין!
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

רבש"ע וואס מ'רעדט דא צוזאם בו בזמן וואָס די אונטערשריפט אנטהאלט די פסוק ואת האלוקים ירא.

איך זאג יעדן טאג ביי די שמו"ע, הקל הגדול הגיבור והנורא, עטץ אויך?

וואס גייט פאר מיט ענק? וואס ווערט מען סטרעספול פון א פארכטיגע באשעפער וואס האט אונז מזכה געווען מיט תורה וומצוות? רצה הקב"ה לזכות את... לפיכך הרבה...

יא דער פארכטיגע באשעפער טוט דאס.

ווער ס'קען עס נישט עסן אדער לעבן דערמיט זאל פליען זוכן א פערזענליכע רבי, מורה דרך, משפיע וכד' און דערמיט ראטעווען זיך און זיין שטוב בזה ובבא.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 11:20 pm
אפשר לייג זיך אינגאנצן אריין אין הענט פון באשעפער ער זאל דיר פירן, אפילו תשובה טון זאל ער דיר צוהעלפן. איך טראכט אויך אז גאר אסאך מאל קומט די סטרעס פון פילן אז כדי צו זיין אן ערליכע איד דארף מען 24\7 טראכטן און זיך מצמצם זיין צו טון דעם רצון ה', און עס איז ברור אז עס איז נישט אזוי, נאר דער באשעפער וויל מיר זאלן אים דינען פון אונזער נארמאלע לייף סטייל.

מען בעט די אידן וואס פארשטייען זאלן ביטע אריינקומען אים דעם אשכול פארברייטערן ארום דעם נושא. עס איז גאר א וויכטיגע נושא.
ב"ה

אין די נארמאלע לייף סטייל איז 7/24 אריינגעווייערט אופנים וויאזוי צו טון דעם רצון ה'.

יש צמצום ויש צמצום. והחילוק ביניהם, אז איין מין צומצום איז "מיט מיינע מחשבות גיי איך יעצט ארויס פון מיין לייף סטייל, און איך זוך עפעס אינדרויסן פון ארום מיר צו טון די רצון השי"ת". סאו, אויב איך גיי אויפן גאס און איך זעה א שיינעם הימל, מיט שיינע ביימער, די זוהן ווארעמט מיר מיט אירע שטראלן, און אלעס איז פרייליך, דארף איך יעצט ארויסגיין פון מיין ארום, און זוכן עפעס אינדרויסן פון מיר צו טון די רצון השי"ת. און בעיקר "איך בין מיך יעצט מצמצם. און פילן אגאנצן צייט: עכט וויל איך נישט, נאר איך צווינג מיך. עס איז מיר טאקע שווער, אבער איך טו די רצון השי"ת. איך האב מסירת נפש.

און די אנדערע אופן איז "די רצון השי"ת איז אז איך זאל זען זיין וואונדער, און פילן זיין חסד" און מיין כוח פון צמצום געט מען מיר פון הימעל א מתנה זיך מדבק זיין צו השי"ת. ס'איז מיר א זכי'. איך וויל דאס. איך האב עס ליב. איך בין מיך מוסר צו השי"ת אגאנצן צייט, ווייל דאס וויל מיין חלק אלוק ממעל. און איך בין מיך מער און מער מצמצם צו טרעפן די מתנות און די שפע וואס מ'געט מיך פון הימעל. צו טרעפן די רצון השי"ת וואס איז ממש דא אריינגעווייערט.

והשם הטוב עוזר ויעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 5:22 am
בן דותא האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 12:16 am
די ימים נוראים מאכן נישט קיין סטרעס, איר מיינט צו זאגן אז איר נעמט סטרעס פון די ימים נוראים
גוט געזאגט,
מצד שני, די ימים נוראים ווי דער מלמד לערנט עס אויס די קינדער, איז יא גאנץ א גורם צו סטרעס.
ב"ה

ווער זאגט אז דו האסט גוט אפגעלערנט די ימים נוראים אלץ קינד, אדער בחור'ל? אפשר האט זיך דיר געדאכט אז ס'איז עפעס נישט א גוטע זאך, ווייל איינער ארום דיר איז געווען אנגעצויגן און דו האסט נישט געוואוסט וואס דאס מיינט. לערן נאכאמאל דורך דעם גאנצן ענין פון ימים נוראים מיט ערוואקסענע גלעזער. און דאן קענסטו נאכאמאל מאכן סענס פון די זאכן וואס דו האסט געזען אלץ קינד, אדער אלץ בחור. צו פארשטיין צי עס האט געהאט מיט ימים נוראים, און צי עס האט נישט געהאט צו טון מיט ימים נוראים, נאר ענדערש מיט די צעשטופעניש נאכן כפרות שלאגן. ווייל מ'האט דיך נישט געהעריג אויפגענומען מיט א שמייכל, ווייל מ'האט נאך געדארפט ארלעדיגן עפעס.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7217
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 11:10 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 11:03 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:57 am
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:30 am
קוגל מאכער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:24 am

פארוואס חלילה,
תלוי ועלכער מלמד, א מלמד וואס ווייסט אויך צו אריינלייגן די געשמאקע חלקים פון די ימים טובים, לדוגמא מדגיש זיין די קיטל ווייל אונז זענען זיכער דער גוטער באשעפער וועט אונז געבן א גוט יאר, העלפט אסאך.
און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסט אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.
ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג.
פארכטיג קען אויך זיין מיט יראת הרוממות,
”מה נוראהמקום הזה... וזה שער השמים.
נו נו, מ'רעדט דאך פון ביידע, זיי זענען דאך תליא הא בהא כמובא בספרים הקדושים.
די שאלה איז וויפל דגוש מען לייגט אויף יעדע פון זיי,
בפרט פאר יונגע הערצעלעך און נשמה’לעך.
ב"ה

און קען זיין אז מ'דארף ארויסווייזן סך מער ליבליכקייט און סך מער שמייכלען הארציג צו יונגע הערצעלעך און נשמה'לעך. מוז נישט זיין אז ס'האט מיט שילדערן די שווארצע מלאכים. און די גרויסע פחד. קען זיין אז ווייל מ'איז פארנומען מיט די טעלעפאון אדער מיט די טעבלעט און פאר א טובה געט מען אזא שנעלע שמייכל צום קליינעם "צדיק'ל וואס איז שעפעלע" אז ער זאל זיין שטיל פאר די נעקסטע שעה. מוז נישט זיין אז ס'האט מיט די שילדערונג פון שווארצע מלאכים און ווייסע מלאכים. קען זיין אז ס'האט ווייל ס'פעלט הארץ, ס'פעלט נאנטקייט. אין א אייז קאלטע אומוטיגע ענווייראנמענט פילט זיך דאס קינד. האט נישט צו טון מיט די וועג וויאזוי מ'האט אראפגעלייגט ראש השנה און יום כיפור.
נטיעות
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

לב חכם לימין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 6:14 pm
ב"ה
מי האיש?
ומה הוא אומר?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1813
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

איינער האט א אנגעלייגטע קרעדיט קארד מיט הונדערטער טויזענטער דאלער ביטערע חובות, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער קען נישט קאווערן די חודש און דרייט זיך ארום מיט א זויערע פנים, קומט צו איהם איינע און זאגט איהם, שטרענג דיך אביסעלע אהן פאר צוויי דריי וואכן און באקומסט א קלין אקאונט! זירא בעלענס!
אונז האבן זייער א העווי בעלענס, עס קען אפעקטן דיין געזונט, דיין ווייב אדער קינדערס געזונט ח"ו, אזוי אויך די נחת פון די קינדער און די פרנסה, זאגט די הייליגע טאטע, כ'האב פאר דיר א דיעל, שטרענג דיך א קליין ביסעלע אהן, און איך וועל דיר געבן א קלין בעלענס!
איך וואלט מיך אנגעכאפט מיט אלע כוחות אויף דעם פאר א יעדע קאסט!
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

איך פארשטיי נישט, עס זענען דא דא אידן וואס האלטן אז ימים נוראים איז נישט שרעקעדיג?? מען גייט אפמאכן וואס גייט זיין מיט דיר און דיין גאנצע משפחה במשך די גאנצע יאר, יעדע עגמת נפש, פרנסה און הרחבת הדעת, ווער רעדט נאך ל''ע א טראגעדיע היל''ת, אוודאי איז עס שרעקעדיג! וויאזוי נישט?
אוודאי ווייסן מיר אז דער אויבערשטער וויל אונזער גוטס און האט אונז ליב, אבער עכ''ז איז עס שרעקעדיג.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: די ימים נוראים מאכט מיר סטרעס, וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

קאכעדיגע האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 9:49 pm
איינער האט א אנגעלייגטע קרעדיט קארד מיט הונדערטער טויזענטער דאלער ביטערע חובות, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער קען נישט קאווערן די חודש און דרייט זיך ארום מיט א זויערע פנים, קומט צו איהם איינע און זאגט איהם, שטרענג דיך אביסעלע אהן פאר צוויי דריי וואכן און באקומסט א קלין אקאונט! זירא בעלענס!
אונז האבן זייער א העווי בעלענס, עס קען אפעקטן דיין געזונט, דיין ווייב אדער קינדערס געזונט ח"ו, אזוי אויך די נחת פון די קינדער און די פרנסה, זאגט די הייליגע טאטע, כ'האב פאר דיר א דיעל, שטרענג דיך א קליין ביסעלע אהן, און איך וועל דיר געבן א קלין בעלענס!
איך וואלט מיך אנגעכאפט מיט אלע כוחות אויף דעם פאר א יעדע קאסט!
זייער א שיינע משל.

שטעלט אייך אבער פאר אז יענער זאגט אים, שטרענג דיך אן די נעקסטע צווי דריי וואכן וכו' אבער ער זאגט אים נישט פונקטליך וואס ער דארף צו טון אין די צוויי וואכן כדי אפצוווישן די חובות.

די סטרעס וואס דער בעל חוב גייט האבן אין אט די צוויי גורלדיגע וואכן, קען זיך יעדער פארשטעלן. ער ווייסט אז ער האט א געלעגנהייט פטור צו ווערן איינמאל פאר אלעמאל פון זיינע חובות און פראבלעמען, אבער ער האט נישט קיין אנונג וואס ער ברויך טון, און ביני לביני פליט די מסוגלדיגע צוויי וואכן אדורך.

אט דאס איז די סטרעס וואס אסאך אידן פילן אין די גרויסע פארכטיגע טעג. מ'ווייסט אז מ'האט א געלעגנהייט אפצוווישן די חובות און זיך איבערבאטן מיט'ן טאטן אין הימל, אבער מ'ווייסט נישט וואס מ'ברויך טון דאס צו דערגרייכן.

דו"ק ותשכח
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”