"מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

"מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

מוצש"ק כי תצא תשפ"ד

זיצן עטליכע איידעלע יונגעלייט ארום דעם טיש ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. שוין געטונקען די חלה אין קאטשעניו און געשמועסט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן, אויך איבערגעקייט אפאר היימישע לשון הרע'ס, אלטע און נייע צוגלייך. די שמועס פארט אריבער צום נושא וואס איז אלעמאל על הפרק: אייוועלט...

ס'איז ממש מאדנע ווי די חסיד'ישע יונגעלייט ווייזן ארויס גרויס בקיאות אין אייוועלט. מ'רעדט דורך אפאר אשכולות און ניקס ביז...

"עטס האטס געזען די נייע בוך?" רופט זיך אלי'ש אן, "שאץ מאץ האט ארויסגעגעבן א בוך פון זיינע 'טאטע' ארטיקלען אין אייוועלט."

"אזוי?" פרעגט משה, "מיט זיין אמת'ער נאמען?"

"ניין, ס'איז אנאנים. אבער אין אייוועלט האט איינער אויסגעזאגט ווער ס'איז, ס'האט זיך לכבוד דעם איבערגעקערט... פרעגט בעסער נישט!"

אלי'ש דערציילט די גאנצע פרשה מיט אלע פרטים... דער עולם הערט צו מיט אפענע מיילער און אויערן. יעדער ווייסט אז אלי'ש איז א זעלטענער בקי בכל שבילי אייוועלט, מ'זאגט אז ער האט באהאלטענע פארבינדונגען צווישן די הויכע פענסטער.

"דו ווייסט ווער שאץ מאץ איז?" פרעגט וועלוול נייגעריג.

אלי'ש שמייכלט באשיידן. "גילוי.."

"מאך דיך נישט נאריש," מישט זיך מאיר אריין, "זאג.."

"כ'האב מורא פונעם 'ארור'..." מאכט ער זיך תמ'יש.

"דו היפאקריט!" רייסט זיך עזריאל אויף, "דו אליין האסט מיר אמאל אויסגעזאגט ווער ס'איז! מאך דיך נישט ווי א ענדע צדיק.. זאג און פארטיג!"

אלי'ש פארלירט זיך נישט. ער האלט דאס מויל פארמאכט.

"שוין, וועל 'איך' זאגן," באשליסט עזריאל, "יעדער ווייסט סייווי. שאץ מאץ איז - - - !"

שטיל.

"מיינסט עס ערנסט?" מורמלט משה, "איך קען אים גוט... כ'קען עס נישט גלייבן..."

...און די שמועס פארט ווייטער ווי קיינמאל גארנישט.

"גראדע ווייס איך וואס דיין ניק איז," רופט זיך אן וועלוול צו עזריאל.

עזריאל בלייבט רואיג. "כ'האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. מעגסט עס אפילו זאגן הויך." נע, 'יענע' ניק ווייסט ער סייווי נישט. קיינער חלומ'ט נישט אז יענץ איז איך. ער ווייסט מסתמא נאר מיין אפיציעלע ניק, וואס איך האלט נישט בסוד.

"ביסט זיכער אז איך מעג זאגן ברבים?" קוקט אים וועלוול אין די אויגן, און ער מורמלט אים אריין אין אויער א נאמען פון עפעס א ניק... טאקע יענע ניק וואס 'קיינער ווייסט נישט' - - -

בעסער נישט צו דערציילן וואס עזריאל'ס רעאקציע איז געווען... א אויפרייס איז ווייניג געזאגט...

ענדליך בארואיגט זיך עזריאל אביסל. ער הייבט אן כאפן מער און מער ווי פארלוירן ער איז. אלע שטותים והבלים, קינדישע קריגערייען און פארברענגערישע שטותים וואס ער האט צאמגעפירקלט אויף אייוועלט, דאס אלעס איז בכלל נישט בינו לבין עצמו... ס'זיצט איינער און האלט אלעס מיט. ווער ווייסט ווער נאך ס'ווייסט אז ס'איז ער...

"וואס איז?" גיסט משה זאלץ אויף די וואונדן, "כ'האב געמיינט אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט גילוי?..."

ר' אלעזר כי מטי להאי קרא בכי, "ולא יכלו אחיו לענות אתו כי נבהלו מפניו", ומה תוכחה של בשר ודם כך, תוכחה של הקדוש ברוך הוא על אחת כמה וכמה - - -
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

תגובה דורך יוחנן כהן »

די בעסטע פאנטש ליין עווער!!!

ווער איז למעשה שאץ מאץ ווילסטע נישט זאגן?
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

סתם א כלל
א זאך וואס דו האסט מורא אז עס קען דיר בעקפייערן שרייב נישט אין קיין שום פאבליק פלאץ און רעד נישט אין קיין פאבליק פלאץ, דו קענסט נישט וויסן ווען עס קען דיר פראסקענען אין פנים
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

אויף הלכה למעשה שטייט קלאר אין פסוק "וגילו ברעדה" קומט אויס אז מען דארף יא ציטערן פון גילוי ולית מאן דפליג....
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
Rabbi Chaim
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

ביבליאגראף האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 6:06 am
מוצש"ק כי תצא תשפ"ד

זיצן עטליכע איידעלע יונגעלייט ארום דעם טיש ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. שוין געטונקען די חלה אין קאטשעניו און געשמועסט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן, אויך איבערגעקייט אפאר היימישע לשון הרע'ס, אלטע און נייע צוגלייך. די שמועס פארט אריבער צום נושא וואס איז אלעמאל על הפרק: אייוועלט...

ס'איז ממש מאדנע ווי די חסיד'ישע יונגעלייט ווייזן ארויס גרויס בקיאות אין אייוועלט. מ'רעדט דורך אפאר אשכולות און ניקס ביז...

"עטס האטס געזען די נייע בוך?" רופט זיך אלי'ש אן, "שאץ מאץ האט ארויסגעגעבן א בוך פון זיינע 'טאטע' ארטיקלען אין אייוועלט."

"אזוי?" פרעגט משה, "מיט זיין אמת'ער נאמען?"

"ניין, ס'איז אנאנים. אבער אין אייוועלט האט איינער אויסגעזאגט ווער ס'איז, ס'האט זיך לכבוד דעם איבערגעקערט... פרעגט בעסער נישט!"

אלי'ש דערציילט די גאנצע פרשה מיט אלע פרטים... דער עולם הערט צו מיט אפענע מיילער און אויערן. יעדער ווייסט אז אלי'ש איז א זעלטענער בקי בכל שבילי אייוועלט, מ'זאגט אז ער האט באהאלטענע פארבינדונגען צווישן די הויכע פענסטער.

"דו ווייסט ווער שאץ מאץ איז?" פרעגט וועלוול נייגעריג.

אלי'ש שמייכלט באשיידן. "גילוי.."

"מאך דיך נישט נאריש," מישט זיך מאיר אריין, "זאג.."

"כ'האב מורא פונעם 'ארור'..." מאכט ער זיך תמ'יש.

"דו היפאקריט!" רייסט זיך עזריאל אויף, "דו אליין האסט מיר אמאל אויסגעזאגט ווער ס'איז! מאך דיך נישט ווי א ענדע צדיק.. זאג און פארטיג!"

אלי'ש פארלירט זיך נישט. ער האלט דאס מויל פארמאכט.

"שוין, וועל 'איך' זאגן," באשליסט עזריאל, "יעדער ווייסט סייווי. שאץ מאץ איז - - - !"

שטיל.

"מיינסט עס ערנסט?" מורמלט משה, "איך קען אים גוט... כ'קען עס נישט גלייבן..."

...און די שמועס פארט ווייטער ווי קיינמאל גארנישט.

"גראדע ווייס איך וואס דיין ניק איז," רופט זיך אן וועלוול צו עזריאל.

עזריאל בלייבט רואיג. "כ'האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. מעגסט עס אפילו זאגן הויך." נע, 'יענע' ניק ווייסט ער סייווי נישט. קיינער חלומ'ט נישט אז יענץ איז איך. ער ווייסט מסתמא נאר מיין אפיציעלע ניק, וואס איך האלט נישט בסוד.

"ביסט זיכער אז איך מעג זאגן ברבים?" קוקט אים וועלוול אין די אויגן, און ער מורמלט אים אריין אין אויער א נאמען פון עפעס א ניק... טאקע יענע ניק וואס 'קיינער ווייסט נישט' - - -

בעסער נישט צו דערציילן וואס עזריאל'ס רעאקציע איז געווען... א אויפרייס איז ווייניג געזאגט...

ענדליך בארואיגט זיך עזריאל אביסל. ער הייבט אן כאפן מער און מער ווי פארלוירן ער איז. אלע שטותים והבלים, קינדישע קריגערייען און פארברענגערישע שטותים וואס ער האט צאמגעפירקלט אויף אייוועלט, דאס אלעס איז בכלל נישט בינו לבין עצמו... ס'זיצט איינער און האלט אלעס מיט. ווער ווייסט ווער נאך ס'ווייסט אז ס'איז ער...

"וואס איז?" גיסט משה זאלץ אויף די וואונדן, "כ'האב געמיינט אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט גילוי?..."

ר' אלעזר כי מטי להאי קרא בכי, "ולא יכלו אחיו לענות אתו כי נבהלו מפניו", ומה תוכחה של בשר ודם כך, תוכחה של הקדוש ברוך הוא על אחת כמה וכמה - - -
נעמט ארויס צוויי ווערטער פון אייער תגובה. 'איידעלע' און 'חסידישע'. אינגעלייט באטייליקט ביי א מלוה מלכה וואס מרעדט זאנע שטותים האבן קיין שייכות מיט די צוויי טיטלען
אוועטאר
אזוי גאר!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8613
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

Rabbi Chaim האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 8:37 am

נעמט ארויס צוויי ווערטער פון אייער תגובה. 'איידעלע' און 'חסידישע'. אינגעלייט באטייליקט ביי א מלוה מלכה וואס מרעדט זאנע שטותים האבן קיין שייכות מיט די צוויי טיטלען
סעלף העיטינג דזשא
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

וועלקאם בעק!

איר ווילט אז איך זאל פארלייקענען פאקטן?
אוועטאר
בעל מוסף
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:14 am

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מוסף »

Rabbi Chaim האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 8:37 am
ביבליאגראף האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 6:06 am
מוצש"ק כי תצא תשפ"ד

זיצן עטליכע איידעלע יונגעלייט ארום דעם טיש ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. שוין געטונקען די חלה אין קאטשעניו און געשמועסט סיפורי צדיקים פון די יארצייטן, אויך איבערגעקייט אפאר היימישע לשון הרע'ס, אלטע און נייע צוגלייך. די שמועס פארט אריבער צום נושא וואס איז אלעמאל על הפרק: אייוועלט...

ס'איז ממש מאדנע ווי די חסיד'ישע יונגעלייט ווייזן ארויס גרויס בקיאות אין אייוועלט. מ'רעדט דורך אפאר אשכולות און ניקס ביז...

"עטס האטס געזען די נייע בוך?" רופט זיך אלי'ש אן, "שאץ מאץ האט ארויסגעגעבן א בוך פון זיינע 'טאטע' ארטיקלען אין אייוועלט."

"אזוי?" פרעגט משה, "מיט זיין אמת'ער נאמען?"

"ניין, ס'איז אנאנים. אבער אין אייוועלט האט איינער אויסגעזאגט ווער ס'איז, ס'האט זיך לכבוד דעם איבערגעקערט... פרעגט בעסער נישט!"

אלי'ש דערציילט די גאנצע פרשה מיט אלע פרטים... דער עולם הערט צו מיט אפענע מיילער און אויערן. יעדער ווייסט אז אלי'ש איז א זעלטענער בקי בכל שבילי אייוועלט, מ'זאגט אז ער האט באהאלטענע פארבינדונגען צווישן די הויכע פענסטער.

"דו ווייסט ווער שאץ מאץ איז?" פרעגט וועלוול נייגעריג.

אלי'ש שמייכלט באשיידן. "גילוי.."

"מאך דיך נישט נאריש," מישט זיך מאיר אריין, "זאג.."

"כ'האב מורא פונעם 'ארור'..." מאכט ער זיך תמ'יש.

"דו היפאקריט!" רייסט זיך עזריאל אויף, "דו אליין האסט מיר אמאל אויסגעזאגט ווער ס'איז! מאך דיך נישט ווי א ענדע צדיק.. זאג און פארטיג!"

אלי'ש פארלירט זיך נישט. ער האלט דאס מויל פארמאכט.

"שוין, וועל 'איך' זאגן," באשליסט עזריאל, "יעדער ווייסט סייווי. שאץ מאץ איז - - - !"

שטיל.

"מיינסט עס ערנסט?" מורמלט משה, "איך קען אים גוט... כ'קען עס נישט גלייבן..."

...און די שמועס פארט ווייטער ווי קיינמאל גארנישט.

"גראדע ווייס איך וואס דיין ניק איז," רופט זיך אן וועלוול צו עזריאל.

עזריאל בלייבט רואיג. "כ'האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. מעגסט עס אפילו זאגן הויך." נע, 'יענע' ניק ווייסט ער סייווי נישט. קיינער חלומ'ט נישט אז יענץ איז איך. ער ווייסט מסתמא נאר מיין אפיציעלע ניק, וואס איך האלט נישט בסוד.

"ביסט זיכער אז איך מעג זאגן ברבים?" קוקט אים וועלוול אין די אויגן, און ער מורמלט אים אריין אין אויער א נאמען פון עפעס א ניק... טאקע יענע ניק וואס 'קיינער ווייסט נישט' - - -

בעסער נישט צו דערציילן וואס עזריאל'ס רעאקציע איז געווען... א אויפרייס איז ווייניג געזאגט...

ענדליך בארואיגט זיך עזריאל אביסל. ער הייבט אן כאפן מער און מער ווי פארלוירן ער איז. אלע שטותים והבלים, קינדישע קריגערייען און פארברענגערישע שטותים וואס ער האט צאמגעפירקלט אויף אייוועלט, דאס אלעס איז בכלל נישט בינו לבין עצמו... ס'זיצט איינער און האלט אלעס מיט. ווער ווייסט ווער נאך ס'ווייסט אז ס'איז ער...

"וואס איז?" גיסט משה זאלץ אויף די וואונדן, "כ'האב געמיינט אז דו האסט נישט קיין פראבלעם מיט גילוי?..."

ר' אלעזר כי מטי להאי קרא בכי, "ולא יכלו אחיו לענות אתו כי נבהלו מפניו", ומה תוכחה של בשר ודם כך, תוכחה של הקדוש ברוך הוא על אחת כמה וכמה - - -
נעמט ארויס צוויי ווערטער פון אייער תגובה. 'איידעלע' און 'חסידישע'. אינגעלייט באטייליקט ביי א מלוה מלכה וואס מרעדט זאנע שטותים האבן קיין שייכות מיט די צוויי טיטלען
קוק וויפיל א זייגער די באשרייבאכץ איז געשריבען געווארן קענסטע שוין פארשטיין און ארויסהאבן די פאקטן
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

איך קען נישט כאפן אויב דו האסט געשריבן די ארטיקל און דערנאך געכאפט דעם פאנטש ליין, אדער געבויעט די ארטיקל מיט מחשבה תחילה, אלענפאלס, די פאנטש ליין איז קרעיזי!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:22 am
איך קען נישט כאפן אויב דו האסט געשריבן די ארטיקל און דערנאך געכאפט דעם פאנטש ליין, אדער געבויעט די ארטיקל מיט מחשבה תחילה, אלענפאלס, די פאנטש ליין איז קרעיזי!
די פאנטש ליין איז מיר אריינגעקומען אין קאפ ממש ביים ענדיגן שרייבן. ס'איז מיר געווארן קאלט און ווארעם, כ'האב געפילט ווי מיין קאפ שטעלט זיך אפ...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18484
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עדיג!

די ארטיקל קנאקעדיג!

די פאנטשליין שרעקעדיג!

און ציפעדיג!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ס׳גייט בערך אזוי…
אה, שלום עליכם! דו ביסט יואל קליין פון אייוועלט?
יא.
אה, כ׳האב גראדע הנאה פון דיינע ארטיקלען
יישר כח! אפשר טענה׳ט מען זיך אמאל, ווער ווייסט?!
נעע, איך שרייב נישט, איך ליין נאר.
—-
מיינסט איך גלייב דיר? יעדער האט א דשימעיל אקאונט, און יעדער האט א ניק… איך האב אויך א ניק, און כ׳האב מער פון איינס… ווייל אזוי איז די מנהג המקום.. יעצט קומט מיר בעסער אויס צו שרייבן אפן.

געוויסע מאל זעה איך תגובות מיט גראבע ספעלינג מיסטעיקס. איך פארשטיי אז איינער וויל נישט מ׳זאל כאפן ווער ער איז, שרייבט ער מיט די לינקע האנט… אדער האט מען פונקט נישט קיין אידיש און מ׳שרייבט אויף ענגליש…

דערמאנט מיר א מעשה ווען צוויי ניקים האבן זיך געריסן ביי די קעפ בנוגע אקטועלע ענינים, ביז די שווער האט געכאפט אז ער טענה׳ט זיך מיט זיין איידעם…

ענליך האבעך אמאל געזעהן לייוו ווי מיין חבר ווערט צעשטורעמט, ממש נשתנה צורה ווען ער האט צוזאמגעשטעלט אז ער האט זיך גע׳טענה׳ט ביז די זיבעטע ריפּ מיט זיין אייגענע ברידער…

ס׳איז זיכער דא נאך א טאן מיט מעשיות….

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

תגובה דורך פראפעסאר »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:42 am

דעיס איז אמת'ע מעשיות אדער משלים??
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

אמת׳ע מעשיות.
די צווייטע האט פאסירט די אויסברוך פארנט פון מיין נוז.
לעצט פארראכטן דורך הרב יואל קליין אום דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:42 am
ס׳גייט בערך אזוי…
אה, שלום עליכם! דו ביסט יואל קליין פון אייוועלט?
יא.
אה, כ׳האב גראדע הנאה פון דיינע ארטיקלען
יישר כח! אפשר טענה׳ט מען זיך אמאל, ווער ווייסט?!
נעע, איך שרייב נישט, איך ליין נאר.
—-
מיינסט איך גלייב דיר? יעדער האט א דשימעיל אקאונט, און יעדער האט א ניק… איך האב אויך א ניק, און כ׳האב מער פון איינס… ווייל אזוי איז די מנהג המקום.. יעצט קומט מיר בעסער אויס צו שרייבן אפן.

געוויסע מאל זעה איך תגובות מיט גראבע ספעלינג מיסטעיקס. איך פארשטיי אז איינער וויל נישט מ׳זאל כאפן ווער ער איז, שרייבט ער מיט די לינקע האנט… אדער האט מען פונקט נישט קיין אידיש און מ׳שרייבט אויף ענגליש…

דערמאנט מיר א מעשה ווען צוויי ניקים האבן זיך געריסן ביי די קעפ בנוגע אקטועלע ענינים, ביז די שווער האט געכאפט אז ער טענה׳ט זיך מיט זיין איידעם…

ענליך האבעך אמאל געזעהן לייוו ווי מיין חבר ווערט צעשטורעמט, ממש נשתנה צורה ווען ער האט צוזאמגעשטעלט אז ער האט זיך גע׳טענה׳ט ביז די זיבעטע ריפּ מיט זיין אייגענע ברידער…

ס׳איז זיכער דא נאך א טאן מיט מעשיות….
נעה, די איידעם און שווער חלק איז עכט?
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are

דעמאקראטישע וועג פון נאמענירען. ארבעט, כמעט אייביג

גיימיר מאכן עקסערסייז!

מיין העי"ט אויפן לוי!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:47 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:42 am
ס׳גייט בערך אזוי…
אה, שלום עליכם! דו ביסט יואל קליין פון אייוועלט?
יא.
אה, כ׳האב גראדע הנאה פון דיינע ארטיקלען
יישר כח! אפשר טענה׳ט מען זיך אמאל, ווער ווייסט?!
נעע, איך שרייב נישט, איך ליין נאר.
—-
מיינסט איך גלייב דיר? יעדער האט א דשימעיל אקאונט, און יעדער האט א ניק… איך האב אויך א ניק, און כ׳האב מער פון איינס… ווייל אזוי איז די מנהג המקום.. יעצט קומט מיר בעסער אויס צו שרייבן אפן.

געוויסע מאל זעה איך תגובות מיט גראבע ספעלינג מיסטעיקס. איך פארשטיי אז איינער וויל נישט מ׳זאל כאפן ווער ער איז, שרייבט ער מיט די לינקע האנט… אדער האט מען פונקט נישט קיין אידיש און מ׳שרייבט אויף ענגליש…

דערמאנט מיר א מעשה ווען צוויי ניקים האבן זיך געריסן ביי די קעפ בנוגע אקטועלע ענינים, ביז די שווער האט געכאפט אז ער טענה׳ט זיך מיט זיין איידעם…

ענליך האבעך אמאל געזעהן לייוו ווי מיין חבר ווערט צעשטורעמט, ממש נשתנה צורה ווען ער האט צוזאמגעשטעלט אז ער האט זיך גע׳טענה׳ט ביז די זיבעטע ריפּ מיט זיין אייגענע ברידער…

ס׳איז זיכער דא נאך א טאן מיט מעשיות….
נעה, די איידעם און שווער חלק איז עכט?
יא.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:46 am
אמת׳ע מעשיות.
די צווייטע האט פאסירט די אויסברוך פארנט פון מיין נוז.
וויאזוי איז ער געוואויר געווארן אז עס איז זיין ברודער\איידעם?
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:46 am
אמת׳ע מעשיות.
די צווייטע האט פאסירט די אויסברוך פארנט פון מיין נוז.
ס'הייסט די אויסברוך צווישן דיר אין דיין ברודער איז געשעהן פארנט פון דיין נאז?... איך כאפ נישט פונקטלעך...
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

פראפעסאר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:50 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:46 am
אמת׳ע מעשיות.
די צווייטע האט פאסירט די אויסברוך פארנט פון מיין נוז.
וויאזוי איז ער געוואויר געווארן אז עס איז זיין ברודער\איידעם?
מיינסט צו פרעגן: וואס זענען די טאקטיקן צו דערגיין ווער א צווייטע ניק איז?
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

ביבליאגראף האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:51 am
פראפעסאר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:50 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:46 am
אמת׳ע מעשיות.
די צווייטע האט פאסירט די אויסברוך פארנט פון מיין נוז.
וויאזוי איז ער געוואויר געווארן אז עס איז זיין ברודער\איידעם?
מיינסט צו פרעגן: וואס זענען די טאקטיקן צו דערגיין ווער א צווייטע ניק איז?
אה א גוטן וואס מאכט איר?

איך האב געמיינט צו פרעגן אז עפעס מאכט נישט קיין סענס מיט זיינע מעשיות.
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

פראפעסאר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:53 am

אה א גוטן וואס מאכט איר?

איך האב געמיינט צו פרעגן אז עפעס מאכט נישט קיין סענס מיט זיינע מעשיות.
ב"ה זייער פיין.

כ'ווייס אזויפיל, אז מיין אידענטיטעט האט איינער געכאפט פון צוויי-דריי תגובות, און לאו דווקא איינער וואס קען מיר גוט.
ווייזט אויס אז מ'דארף האבן א חוש דערצו, ווייל איך האב נאך קיינעם נישט געכאפט דערווייל, אפילו כ'האב אסאאך געליינט דא און אסאאך געגריבלט.
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

ס׳איז דא געוויסע מענטשן וואס הערן אויף שרייבן ווען זייערע קינדער האבן חתונה. זיי ציטערן פון די בישות…
ווען מ׳פרעגט זיי פארוואס זיי זאגן אז זיי שרייבן נישט מער, איז די ענטפער: ״מיינסט איך האב צייט צו דע שטותים?

יא, דו האסט פיין צייט… דו ווייסט אז דיין זון האט גע׳ירשנט דיין פעדער, דיין כאריזמע, און עפעס איז דיר שווער זיך צו טרעפן אין א שפיגל… און דיין זון גייט גאנץ שנעל צוזאמשטעלן וואס ס׳איז דיין אנדערע ניק… אפילו האסט געמאכט זיכער מיט דיין צווייטע ניק צו זיין אויף די צווייטע זייט וועלטליכע פאליטיק…

א דשאוק צו די זייט,
לכאורה (די ניק) האט פיינט טראמפ, אבער איך האב געטראפן אין זיין הויז א מאסק פון טראמפ…
איך לייג עס אן אויף זיין אויסערגעווענליכע מדרגה אין סבלנות. ער האט זיך פארענטפערט אז זיינע קינדער שפילן זיך דערמיט. צו שטארק קען ער אים נישט פיינט האבן… אפשר איז זיין צווייטע ניק איינער וואס פירט אן א פראו טראמפ אשכול? און די גאנצע פיינט האבן איז נאר לערב את השטן?! מ׳קען שוין היינט גארנישט וויסן..

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
הרב יואל קליין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

פראפעסאר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:53 am
ביבליאגראף האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:51 am
פראפעסאר האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:50 am
הרב יואל קליין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:46 am
אמת׳ע מעשיות.
די צווייטע האט פאסירט די אויסברוך פארנט פון מיין נוז.
וויאזוי איז ער געוואויר געווארן אז עס איז זיין ברודער\איידעם?
מיינסט צו פרעגן: וואס זענען די טאקטיקן צו דערגיין ווער א צווייטע ניק איז?
אה א גוטן וואס מאכט איר?

איך האב געמיינט צו פרעגן אז עפעס מאכט נישט קיין סענס מיט זיינע מעשיות.
אז כ׳וועל שרייבן מער דעטאלן וועט עס ווערן געמעקט. ס׳איז א שאד די מיה.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: "מאך אפ! דו האסט א פראבלעם מיט גילוי אדער נישט?!"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

איך פארשטיי נישט די פחד נורא. איך שרייב נישט א זאך וואס איך וואלט נישט געזאגט און פערטיג.

און יא, איך בעט יעדן טאג ביי שמונה עשרה אז עס זאל שוין זיין די התגלות...
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביידען בימי זקנתו
|
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”