דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגען??
און איך בין שטייצעך אייביג געווען די שלימזל וואס האט עס אייביג אויפגעגעסן צו ברענגן, און מיינע רבי'ס האבן מיר אייביג געצימבלט און פרובירט מיט אלע זייערע טאקטיקן מיר צו מאכן ברענגן דעם דאזיגן חומש. צו מיטן מיר הייסן מאכן א קניפ אויף מיינע צוויי געדרייטע לאקעלעך אויף די זייט פון מיינס א קאפ, צו מיט אנדערע עטישע מהלכים. און א'חוץ אז איך האב מיר ארום געדרייט מיט א צוקניפטן פיאה, האט ער גארנישט אויפגעטיען.
טיילמאל האבן זיי זיך געבייזערט און מיר געפרעגט דעם בעל שם טוב'ס קשיא, "זאג נאר, דיין הויזן האסטו אויך פארגעסן צו ברענגן?"
ס'איז א בחינה פון ווען איך האב פאר א מיסטעיק פארגעסן זיך צו באנוצן מיטן הכנות צימער ביי לאנטש, און ווען איך האב געזעהן אז ס'איז כלו כל הקיצים, האב איך אויפגעהויבן מיינע צוויי פינגער עד רקיע השמים, בשעת ווען פון מיין מויל שעפשעט זיך אונטער הא הא הא, צוליב מיר האבן קבלה פון אונזערע זיידעס אז ווען מען שעפשעט זיך אינטער די ברימערייאכץ, ברענגט דאס שנעלערע ריזאלטאטן...
און ווען מיינע רבי האט פיינעלי דיסייטיט צו זיך קומערן מיט מיינע געשפשערייאכץ, און איך האב געזאגט מיין פשוטע פרומע בקשה אז איך ברויך ארויסגיין, איז גלייך צוריק געקומען עפרון החיתי'ס קשיא, "ביסט געגאנגען ביי לאנטש?"
קענסטו מיר מסבירן וואס די חוצפה און הפקירות דאס איז געווען?
וואס האט רעכל מיט מעכל?
פארשטייט זיך אז זיין טיש מיט א אמה ארום דעם איז אייביג געוועזן מקצה.
אבער שוין, לאמיר נישט פארקריכן.
צו ווען איך בין געקומען שפעט צו פארטאגס, און מיין מגיד שיעור האט מיר געפרעגט צו אויב איך וואלט געדארפט אויפשטיין פרי צו א טריפ, צו איך וואלט אויך אנגעקומען שפעט?!
ווען איך האב פארוויילט אין מיינע ישיבה יארן נישט מער געדאכט כולם שוין לטובה, האבן מיר אייביג געדארפט ברענגן גמרות, טיילמאל א בלויע, טיילמאל א רויטע להגדיל תורה ולהדירה.
און ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז כ'האב אייביג געברויכט זיכן מיין גמרא און כ'האב געספענד א לאאט אויף טיים דזשאסט צו זיכן מיין גמרא. ביז ד'רוילעם האט מיר אויפגעקלערט די סוד ווי אזוי ס'ארבעט, אז יעדער איז משפיע אנהייב זמן א גמרא, ומשם ואילך ביסטו בארעכטיגט צו נעמען עני גמרא פונעם שלחן, א בחינה פון שיבעודה דר' נחום, אזוי האט יעדער אייביג א גמרא, און ס'הערשט עטוואס עפל סדר בכדיר העולם.
אלזא, לאמיר צוקומען צום פאנטש ליין. ס'איז באוויסט לכל ואחד ואחד אז די אייטעם הנקרא שירעם וואס איז געמאכט צו באשיצן פון רעגן, אויב דו ברענגסט דאס אין ס'מדרש, איז עס א בחינה פון א זיכערע סוסייד מישען...
און איך געדענק נאך ווען דו פלעגסט אוינען א שירעם...
און די לוי' וועט ארויס גיין צוועלעף אזייגער פונעם לאקאלען בית מדרש. אוי איז ער געווען א גיטן שירעם. געדינט דעם תפקיד. אלעמאל געווען געטריי. געארבעט פאר מיר בכל עת ובכל שעה.
אבער נאכן עס ברענגן איינמאל אין ס'מדרש און עס אריין געפארקט אויפן הענגער, און נאכן דאווענען האבן מיר נאר געקענט שלום מאכן מיטן מצב, און האפן אז די נייע אוינער וואס האט עס געלאקכענט פון מיר, זאל עס כאטשיג ניצן אויף גיטע פלעצער.
ליסען, כ'האב נישט קיין טענות, צוליב איך האב געטיען די זעלבע זאך נעכטן. פון ווי מיינסטו האב איך די שירעם?!
סאו לאמיר צוקומען צו מיין מיליאן דאלער,דיגע קשיא און צונעמען די זאך אויף קליין געלט.
פארוואס ברויך איך יעדן טאג קויפן א נייעם שאל?
פארוואס זאל דאס נישט צוגיין גענוי די זעלבע מהלך פינעם שירעם אז יעדן טאג איז מען קונה א אנדערענס דורך א שינו רשות?
פארוואס ברויך איך מיר אויסזעקלן מיינע קעשענעס צו זיך איינהאנדלען א יעדן טאג נאך איינס?
למה ה'שאל ניגרע?
ס'איז עפעס א ראזשינקע?
די עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט קאמענטארן...