מ'קען דאס פארשטיין אין גשמיות, ווארום ס'איז דאך כח הפועל בנפעל (עי' אריכות בס' מגיד דבריו ליעקב האיך מלמדים כח הפועל מהנפעל), און יעדער זאך וועלכע איז סתום וגליא דארף מען קוקן אויף דער חלק הגליא און ארויס נעמען דערפון וואס איז דער מהות פון דער חלק הסתום (ביים אייבירשטען איז נישט שייך משיג צו זיין זיין מהות קען מען בלויז משיג זיין זיין מציאות, עי' במאו"ע בליקוטים ובישמ"ל), ביי א מענטש איז זיין חלק המחשבה כלפי א צווייטער מענטש א ענין סתום, משא"כ זיינע פעולות זענען גליא פאר אנדערע, כדי צו פארשטיין צו א מענטש איז א חכם אדער א נאר, לאנשים כמוני וועלכע קענען נישט אריין קריכען צו יענעם אין מח, וועלען דאס נישט וויסן פון אן אויסערליכע בליק, אבער אז מ'גוט א קוק און מ'זעהט אן ענין וואס דער יעניגער האט געטוהן, איז דער פועל יוצא פון איהם א דבר חכמה איז דאך א סימן אז ער איז א חכם, און אויב איז דאס א שטות איז א סימן אז יענער איז נישט קיין חכם דער חליפיהן דערפון.
קומט אויס לפ"ז אז די מדות זענען א דירעקטע פועל יוצא פון די מוחין. איז אע"פ וואס בעצם טוען די מוחין נישט קיין שום פעולה זענען זיי אבער פארבונדען מיט די מדות, און דאס איז דער ענין פון דעת וועלכע פארבונדט איר (מל' וידע אדם את חוה).