יוראפ האט געשריבן: אינעם ליכט פונעם יארצייט פון דעם ירושלימער צדיק וואס ליגט אין מט ציון סעמעטערי האבן מיר געהאט די זכי' צו זיין דארט ביום היא"צ, אזוי שטייענדיג אין איינע פון די העכערע פלעצער זעענדיג נאר א חלק פונעם ריזיגן ביה"ח איז מיר אריינגעקומען א מחשבה'לע, אז אין די בתי חיים פון מאנסי סקווירא ק"י וכדו' ווען מ'גייט אהין טוט זיך דארט א פארקער פון צענדליגע צענדליגע אידן וואס גייען אהין מתפלל זיין על קברי אבותיהם ורבותיהם, און דא איז דא א ביה"ח מיט איבער 110,000! יא 6 דיזשיטס! קברים, און קיין נפש חי האט זיך נישט באוויזן דארט, חוץ די הייפעלע אידן וואס זענען נתעורר געווארן דורך די פעולת המורשת לכבוד די יא"צ הנ"ל, לויט די פריערדערמאנטע בתי חיים וואלט געדארפט זיין געפאקט נישט מיט 100'ער אידן אידן טאג נאר מיט 1000'ער....
דער סיבה איז פשוט ווייל אונזערע זיידעס; רבי'ס; באקאנטע וכדו' ליגן אין די היימישע בתי חיים, משא"כ רוב פון די אלע אור-אלטע בתי חיים זענען אנגעפילט מיט אזעלכע וואס זייערע אייניקלעך דרייען זיך נישט אזוי צווישן היימישן עולם.