יאסעלע גולם; לא היה "או" נברא?
עס איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט כמה חוקרים, וועגן דאס ענין פון יוסילי גולם.
איך גיי נישט אריין גיין צו דער ספר נפלאות מהר"ל איז אוטענטיש צו נישט, פאר דעם איז שוין דא אן אנדערן אשכול, איך גיי דא נאר אביסל דורך שמועסן, אויב האט דער מהר"ל באשאפן א גולם אדער נישט.
ווען עס איז ארויס געקומען הרב ראזענבערג'ס ביכל "נפלאות מהר"ל" איז געווארן א גרויסע שטורעם, צו יא גולם צו נישט גולם, אסאך "גולם לייקענער" טענה'ן - עד היום זה - אז פאר ראזענבערג, האט מען נישט געהערט אז דער מהר"ל זאל האבן באשאפן א גולם.
דער טענה איז נישט ריכטיג. ווייל עס זענען פארהאן עטליכע מקורות פארדעם, ועי' בס' גלעד ווי דער משכיל שי"ר, האקט שוין שטיקער קעגן דעם גולם.
פון די ערשטע מקורות וואס זענען דא, איז:
בני יששכר; דער מהר"ל האט זיך משתמש געווען מיט ספר יצירה, למעשה איז נישט קיין ראי' אז ער האט "געמאכט" א גולם, הגם איך קען נישט דעם ספר, אבער פון דער נאמען פונעם ספר איז משמע אז דאס איז א "מעניועל" צו באשאפן בריות.
ברכת אברהם; פון בוטשאטש'ער רב מח"ס דעת קדושים (נפטר בשנת תר"א), שטייט קלאר וז"ל: "אמר, שהגור אריה זצ"ל עשה גולם ע"י ספר יצירה הק'" וכו', למעשה אין דעם ספר איז דא הוספות פונעם מלקט, לכן "אויב מען וויל", איז דא דערין א שטיקל שוואכקייט.
ר' איציקל סקערער; אין ספר ספורים נחמדים, ברענגט ער אראפ פון ר' איציקל סקווערער (נפטר תרמ"ה), וזל"ש: וסיפר אדמו"ר הנ"ל אודות הענין מהגולם שעשה מהר"ל מפראג וכו'".
אויב איינער וויל זיך דינגען מיט דער אויבענדערמאנט קדושים, "בי מיי געסט", איך פערזענליך האב נישט קיין פראבלעם מיטן גלייבן אז ער האט יא געמאכט א גולם.
נעקסטע מקור, איז זייער אינטערסאנט:
אין מגילת יוחסין למהר"ל שרייבט דער מו"ל ר' נח לעווין פון קאברין אין הערה: ושמעתי מפי הגאון האמיתי המפורסם כו' מו"ה יוסף שאול הלוי אב"ד דק"ק לעמברג, שפ"א בהיותו בק"ק פראג, ביקש לעלות על עליית בהכ"נ הישנה הנקרא אלט שול, לראות שם את הגולם. וכאשר בא אל סולם העלייה, בא אליו שמש בהכ"נ, איש זקן, וסיפר לו כי הגאון הגדול ר' יחזקאל לאנדא זצ"ל אב"ד דק"ק פראג, כאשר פ"א רצתה נפשו לראות את הגולם, התעסק בתעניתו באותו היום, וטבל במקוה טהרה, והתעטף בטלית ותפילין, ואחר כל אלה עלה לשם, וכאשר ירד אמר הגאון הנ"ל, כי מהראוי שלא לעלות עוד שם שום אדם. וכאשר שמע הדברים האלה, ירא וחדל מלעלות.
לאמיר אנהייבן מיט ר' נח'ן, אין זיין ספר האט ער געמאכט קאמפאט פונעםן מהר"ל'ס מגילת יוחסין, צו זאגן אז ער האט געבאקן דער מעשה איז שווער צו זאגן, ווייל "הרוצה לשקר ירחיק עדותו", אין ער האט געדרוקט דעם ספר בחיי דעם לעמבערגער רב וואס וואלט עס פארלייקענט - איז נישט מסתבר אז שקר היה בפיו.
ווייטער צו זאגן אז דער שמש איז דער בעקער, אמת, פראג איז שוין דעמאלטס נישט געווען פראג, אבער אדרבא, אויב שוין יא, וואלט דער שמש געדארפט האבן אן אינטערעסע יא אויפצוווייזן אין די משכילישע גערעכטיגקייט, אז קיין גולם איז נישטא, ווידער אויב האט ער מורא געהאט אז עס איז יא דא - דהיינו אז דער שמש האט נישט געטויגט - וואלט זיך ר' יוסף שאול נישט געקימערט מיט זיין מיינונג.
פון כל הנ"ל זעהט מען אז ספיקות איז שוין געווען אין די צייטען פון דער נודע ביהודה (אבד"ק פראג משנת תקטו - נפטר בשנת תקנג) - 150 יאר נאכן מהר"ל, אינעם מהר"ל'ס אייגענע שטאט, וואס דאס האט עם געשטופט צו גיין קוקן אם היו דברים מעולם.
פארוואס עס איז געווען ספיקות, אז גאנץ פשוט:
אויב איז עס אמת אז דער מהר"ל האט עס געהאלטן פאר א סוד (ראי' שלא כתב המכתב), און איינער פון די אייניקלעך אדער פון די יודעים האבן פארציילט דער סוד, וואלט שוין אפילו בחיי המהר"ל געקענט זיין ספיקות. און קיינער וואלט זיי נישט געקענט פושט זיין. איי פארוואס האט יענער פארציילט? גיי ווייס אפשר האט ער געהאלטן אז נאכ'ן פטירה איז דער סוד בטל. נא, שטעל דיך פאר אז ביי דער שבעה פונעם מהר"ל פארציילט איינער וועגן דער גולם, מען דארף זיין א קליינער סקעפטיקער צו שרייען "איך וואין שוין אין פראג 50 יאר און איך האב קיין גולם נישט געזען". ואידך פשיטא הוא.
למעשה האב איך נישט געטראפן קיין איין ערליכער מקור וואס זאל לייקענען שטיין און ביין אז דער מהר"ל זאל האב באשאפן א גולם.
בד"א: די וואס טענה'ן אז מען האט זיך אויסגעמישט מיט'ן מהר"ל'ס תלמיד רבי אליהו בעל שם, האב א גרויסען טעות, ווען דער תלמיד מהר"ל איז געווען דער בע"ש פון לואנץ (זיידע פון השתדלן ר' יוסלמן פון רוסהיים), ווידער דער חכם צבי'ס זיידע רבי אליהו בעל שם איז געווען אבד"ק חעלם, און איז נישט געווען א תלמיד פונעם מהר"ל, הגם זיי זענען ביידע געווען אין איין דור.
ווער עס האט נאך מקורות בעד או נגד, זאל מזכה זיין דעם עולם דא.
בכ"ר
איטשע
הוספה: פאר די וואס ווילן גלייבן דער לובאוויטשער רבי שריבט אין א בריוו אז זיין שווער דער מהריי"ץ האט געזען שארית הגולם, און געשמועס וועגן דעם מיט זיין פאטער דער מהרש"ב.