ווען גייט מען תשליך, די ערשטע אדער די צווייטע טאג.
(פון אויסעווייניג ליגט מיר אין קאפ אז) דער מטה אפרים שרייבט אז מען גייט די ערשטע טאג, אבער איינע פון די מפרשים דארט שרייבן אז על פי קבלה גייט מען דעם צווייטן טאג.
וויאזוי פירט מען זיך למעשה? און אויב גייט מען שבת זאגט מען אויך די לאנגע תפילת החיד"א?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
טראק דרייווער האט געשריבן:
ווען גייט מען תשליך, די ערשטע אדער די צווייטע טאג.
(פון אויסעווייניג ליגט מיר אין קאפ אז) דער מטה אפרים שרייבט אז מען גייט די ערשטע טאג, אבער איינע פון די מפרשים דארט שרייבן אז על פי קבלה גייט מען דעם צווייטן טאג.
וויאזוי פירט מען זיך למעשה? און אויב גייט מען שבת זאגט מען אויך די לאנגע תפילת החיד"א?
ביים שיעור אין ביהמדר הגדול קרי האט מען געזאגט אז מען גייט דע ערשטע טאג.
לכאורה האט געשריבן:
איך האב אינדערהיים 6 אנדערע סארט מחזורים, און אלע פון זיי שרייבן אז שבת זאגט מען "יום זכרון תרועה"
ווער איז זיך מתנדב צו מאכן א שאלת חכם דערוועגן?
געהערט א גאנצע שיעור פון ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א זייער שארף קעגן זאגן יום זכרון [כידוע מיט זיין פעסטע און שארפע מהלך פון רעדן], ער ברענגט דארט די אלע פוסקים וואס זאגן טאקע נאר צו זאגן זכרון, זעט אויס ער האט פארזעהן דעם פרמ"ג ער דערמאנט נישט קיין ווארט פון דעם.
טראק דרייווער האט געשריבן:
ווען גייט מען תשליך, די ערשטע אדער די צווייטע טאג.
(פון אויסעווייניג ליגט מיר אין קאפ אז) דער מטה אפרים שרייבט אז מען גייט די ערשטע טאג, אבער איינע פון די מפרשים דארט שרייבן אז על פי קבלה גייט מען דעם צווייטן טאג.
וויאזוי פירט מען זיך למעשה? און אויב גייט מען שבת זאגט מען אויך די לאנגע תפילת החיד"א?
ביים שיעור אין ביהמדר הגדול קרי האט מען געזאגט אז מען גייט דע ערשטע טאג.
אויפריכטיג האט געשריבן:
דער דברי שלום ברענגט די טייטש פונעם קדושת לוי: יום טוב של ראש השנה - עס איז א גוטע טאג ראש השנה, כשחל להיות בשבת - ווען ראש השנה געפאלט אין שבת ווייל מען קען נאר שרייבן גוטס כנ"ל.
מעולם לא זכיתי להבין דבריו הקדושים, יו"ט מעג מען דען יא שבת, זולת הם נאמר שזה מצותו של יום למעלה ודוחה יו"ט ואינו דוחה שבת, ודוחק או י"ל כי אין המדובר נאיסור כתיבה, כי אינו דומה למלאכת המשכן, רק כעין דאסור לדון, והתי' כנ"ל או כעין מה דאין אומרים תחינות בשבת ועדיין צ"ע ואכיר טובה למי שיתרצנו באופן המתקבל
י"ל בדרך דרוש, לפי"ד המאירי (ביצה דף ו.) המובא בשו"ת מהרש"ם (ח"ג סי' קיא) דביו"ט מודה ר"י דמשאצל"ג מותר, [ועי' כל"ח (פ' בשלח) בביאור דבריו, דר"י יליף חיוב משאצל"ג ממילה והבערת מת כהן דכתיב בי' ביום השבת עיי"ש]. והנה רש"י בכ"מ (שבת דף ל:, צג:) מבאר הגדר של משאצל"ג משום דברצונו לא באה לו, וטפי הוי ניחא לי' בלא זה. ועי' שו"ת מהרי"ק (סי' קלז) דלפי"ז באונסין אותו באונס מיתה לבשל בשבת הו"ל משאצל"ג. וא"כ י"ל דבודאי כתיבתו של הקב"ה לרעה הוא מצב של ברצונו לא באה לו ומוטב היה כבר שלא היה צריך לכך, וא"כ ביו"ט קיי"ל דמותר, משא"כ בשבת הרי פסק הרמב"ם כר"י דמשאצל"ג חייב. ואמנם לאמיתו של דבר לכאו' זה אינו, דודאי מודה רש"י בגוונא שסו"ס צריך הוא לתכלית המלאכה, ודברי המהרי"ק הם דוקא באונסין אותו שהוא עצמו כלל א"צ לתכלית הבישול, וכמו שביאר בטו"ט בשו"ת אגרו"מ (או"ח ח"א סי' קכא) עיי"ש. ומ"מ לא מנעתי להעלותו על הכתב משום פטפטיא דאורייתא טבין.