סאדאם כוסעין, טויט דורך הענגן
פרעזידענט בוש האט פון זיין וואקאציע ארט אין טעקסאס באגריסט דעם הינריכטונג, זאגנדיג אז ברענגן סאדאם צו גערעכטיגקייט איז א וויכטיגע דערגרייכונג אין איראק'ס ציהל צו ווערן א דעמאקראטיש לאנד, און דאס צייכנט אפ די ענדע פון א שווערע יאר פאר די איראקע פאלק און אירע טרופן.
כוסעין האט געשטעלט א שטיקל ווידערשטאנד ביים איבערגעגעבן ווערן דורך די אמעריקאנע וועכטער צו די איראקע באאמטע, שפעטער האט ער יא איינגערוהט און שטארק אנגעכאפט דעם אראבישן "קאראן" ביים געפירט ווערן צו די תלי'.
אינעם שיאטישן טייל פון באגדאד, האבן טויזנטער מענטשן געטאנצן אין די גאסן, אנדערע האבן אויסגעשאסן מיט זייער געווער אין די לופט צו פייערן די טויט פונעם געוועזענעם דיקטאטור וואס האט אומגעברענגט הונדערטער טויזנטער שיאטן נאכדעם וואס זיי האבן פלאנירט אים אומצוברענגן.
טראצדעם וואס סאדאם איז שוין א פארגאנגענהייט, ציטערן די אמעריקאנער און איראקער אויטאריטעטן אז די געוואלדטאטן וועלן יעצט פארשארפט ווערן דורך זיינע שטיצער און פארטיי מעמבערס וועלכע האבן געסטראשעט מיט די ערגסטע נקמה אקציעס.
לויט באריכטן זענען אויך סאדאם'ס האלבער-ברודער "בארזאן איבראהים", און "אוואד על-באנדאר" דער געוועזענער הויפט ריכטער פון איראק, היינט אומגעברענגט געווארן דורך הענגן.
בלויז געציילטע שעה'ן נאך סאדאם'ס פגירה, האט א באמבע אויפגעריסן אויף א מיניבאס אין א פיש מארקעט דרום פון באגדאד, אומברענגענדיג 31 מענטשן. 58 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן אין די אטאקע.