אין סעריע פון מיינע דזשאב'ס. מיין געלויף פאר גאווערנאר...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5264
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

אין סעריע פון מיינע דזשאב'ס. מיין געלויף פאר גאווערנאר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אויב נישט קיין פיזישע ארבעט, נישט קיין קאפ ארבעט, און נישט קיין האנט ארבעט, וועל איך מיר נעמען צו מויל ארבעט. מ'גיימיר אריין אין פאליטיק.

ווי באקאנט דארף א פאליטישאן גארנישט קענען אויסער צוזאגן. און ווי באקאנט איבער די וועלט אז ליב האבן און צוזאגן קאסט נישט, וועל מיר דאס פראבירן. גיימיר גיבן א שאנס.

ווי באקאנט איז דער אמטירנדער גאווערנער'טע קיינמאל נישט געווארן אריינגעוועלט פאר דעם אמט. טראץ וואס צו זיין לוטענענט גאווערנאר אונטער קאומא האט זי געמאכט א אויסער געווענליך גוטע ארבעט. נעמליך, גארנישט טון. א שטייגער ווי וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען אונטער אבאמא. אופס, א שטייגער ווי אמטירנדער פרעזידענט ביידען דורכאויס זיינע יארן אלס וויצע אונטער די אבאמא אדמינסטראציע...

אוי, כ'בין פארפארן אין פאליטיק... סיי וויאזוי, איז זי אבער אנגעקומען צו דעם מאכטפולע פאזיציע אלס גאווערנאר פון די ליבעראלע ניו יארק דורכדעם וואס איר פארגייער ענדרוי קאומא האט רעזיגנירט נאך עטליכע סקאנדאלן וועלכע זענען געקומען צום קלימאקס דורכאויס די קאוויד עפאכע ווען ער האט פארשיקט פילע מענטשן צו שטארבן אין די גאז קאמערן אין אוישוויץ.. אופס, כ'מיין צו שטארבן אין נורסינג האומס איבער די סטעיט, וואס ער איז דאן געווען געצווינגען צו רעזיגנירן אין שאנדע.

אוי, יעצט בין איך פארפארן אין היסטאריע לעקציעס. איז לאמיר נאכאמאל צוריק קומען. לויפט פרוי האקול, די אמטירענדע גאווערנאר, און קעגן איר לויפט דער רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן פון לאנג איילענד זעלדין. די צוויי אפאנענטן זענען נישט קיין זייער נאנטע חברים. און ס'איז צום ערווארטן א לייכטע פארמעסט צווישן די צוויי, ווי דער דעמאקראט וועט ארויסקומען א געווינער מיט גרויסע נומערן.

די צייט גייט צוביסלעך פארביי, און מר. זעלדין צייגט זיך ארויס אלס א שטארקע קריטיקירער פון פרוי האקול, אויף אזא פארנעם אז ער הייבט זיך אין די פאולס.

דאן איז עס מיר אריין אין קאפ. אפשר בין איך דער פאסיגער קאנדידאט פאר דעם אמט? די רעכטע און לינקע עלעמענטן זענען ביידע אויסדרוקליך נישט קיין גוטע אויסוואל. איז ווער יא? אוודאי איך! מר. איל משולש!

ווי נאר דער באשלוס איז געמאכט געווארן, האט מען תיקף זיך גענומען צו די ארבעט.

דער ערשטער זאך שטעלט צוזאם א קאמפיין טיעם, און מ'הייבט אן צו פאנדרעיזען געלט פארן קאמפיין. מען דארף דאך האבן עפעס געלט אין קעשענע צו אנהייבן א מארקעטינג קאמפיין.

דערנאך הייבט מען אן צו משוגע מאכן אפאר פריינט פאר אפאר טאלער, און פארשטייט זיך מיט'ן צוזאג אז ווען איך וועל געוואונען, וועט זיך עס זיי האבן געלוינט אויף למפרע... וד"ל...

און אזוי... צוביסלעך הייבט אן ווערן עפעס. די חברים וועלן זיכער שטימען פאר מיר, און אזוי אויך פילע שכנים און משפחה מיטגלידער. מ'העט באצאלן אפאר ניקס דא אויף אייוועלט זאלן קאמפיינען פאר מיר, און זאכן וועלן זיין מסודר...

נאכן לאזן די גרויסארטיגע קאמפיין אין שוואונג איז בלויז געבליבן פאר מיר צו דרימלען אויפן ריקליינער און צוזאגן פארן ציבור אז מיט מיר ביים שיסל וועט גארנישט פעלן.
עכ"פ פאר מיר...
אבער וואס א חילוק...

דא קענט איר זען א טייל פון מיינע באמיאונגען צו געוואונען. און דא נאך אביסל.

עניוועי די טאג פון די וואלן זענען אנגעקומען, און עס האט זיך טאקע אנגעזען א מאסיווע אנטיילנעמעראציע אין די וואלן. די רעפאבליקאנער, די דעמאקראטן, אלע זענען געקומען וויינען צו מיר אויף אלע פיר איך זאל עס נישט טון. זייער טענה איז געווען אז איך פארשטיי אינגאנצן נישט צו קיין פאליטיק. אבער דאס איז בכלל נישט אמת. איך בין פון די גרעסטע פאליטישע פארשטייערס ביי אונז אינדערהיים! כ'מיין בײ מיר אינדערהיים... אויב גלייבט איר נישט, קענט איר פרעגן מיין בני בית. און עס איז גאנץ פשוט, זי טוט כלל נישט אין פאליטיק, אין איך יא, און דווקא אסאך, איז בין איך אטאמאטיש 'דער' פאליטישן מיטן ה' הידיעה.

אבער צו מיין אנטוישונג איז נישט געווען קיין סוף ווען א טאג דערויף איז געמאלדן געווארן די טרויעריגע בשורה אז איך האב פארלוירן. וועט איר פרעגן פארוואס איך בין נישט אויפגעבליבן א גאנצע נאכט? אה, איך בין דאך געווען פולשטענדיג פארזיכערט ביי מיר מיט מיין זיג. עס איז מיר אין געדאנק ניטאמאל געקומען אין באטראכט אז עס איז פארהאן אזא אויסוואל פון פארלירן.

שטיי איך מיר אויף אויפצומארגנס אינדערפרי, און שוין, א דורכשניטליכער טאג. גארנישט ספעציעל. איז וואס איז שלעכט? טאקע דאס! איך האב געוואלט עס זאל זיין דער טאג פונעם יאר צענדליג זיכער, און אפשר אפילו פונעם יאר הונדערט. איך בין דאך דער גאווערנאר פון ניו יארק!

אבער ווייזט אויס אז די ניו יארקער האלטן אז איך בין נישט גוט פאר פאליטיק אויך נישט.
וועל איך ווידעראמאל דארפן זיך זוכן א נייע באשעפטיגונג.

ימלא ה' חסרוני...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: אין סעריע פון מיינע דזשאב'ס. מיין געלויף פאר גאווערנאר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

כהאב געוואיט פאר דיר!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
מיין באליבטע דראון
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 6:07 pm

Re: אין סעריע פון מיינע דזשאב'ס. מיין געלויף פאר גאווערנאר...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין באליבטע דראון »

כהאב געוואיט פאר דיר!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”