די קריטישע מויל שלאס

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

געבוירן איז ער פונקט ווי אלע, צום אויסטערלישן פרייד פון זיינע עלטערן. חיים האט מען אים א נאמען געגעבן, זאל ער טאקע ראטן אינעם גרויסן זיידע נאך וועם די שוויגער האט באפוילן אים א נאמען צו געבן.

חדשים זענען אריבער געלאפן, חיים לאכט שוין, מאכט שוין ביי ביי, ער וואקט שוין, מען גייט אים שוין באלד מאכן פיאות.

מיט פרייליכע הערצער, מיט לויב און דאנק צו השי"ת, מיט תפילה אויף ווייטער, האט מען אים געמאכט פיאות, אנגעטון א קאפל, און ער האט צום ערשטן מאל געקושט די הייליגע ציצית. טרערן פון התרגשות האבן זיך געקייקלט פון געזיכט, און מתפלל געווען אויף א לעכטיגע עתיד. ווען מען ווייסט ווען בעפאר...

נישט לאנג דערויף, זאכן האבן עפעס אנגעהויבן נישט קלאפן, דער לעכטיגער חיימ'ל איז עפעס נישט כתמול שלשום. א באזוך ביים קינדער דאקטער האט נאך מער אנגעשראקן, און אויף זיין באפעל האט מען באשטעלט אן אפוינטמענט אין שפיטאל.

ווייסע כאלאטן און גרינע קליידער, שטיינערנע געזיכטער און טיפע אויגן, ענדלאזע קארידארן און לעכטיגע שטיבער, מאסקעס נאך בעפאר קאוויד, די אומהיימליכע ווענט פון שפיטאל.

דער דאקטער קומט אריין מיט א גאר ערנסטע געזיכט אויפן פנים וואס האט קיין גוטס נישט געזאגט, חיימ'ל זיצט אויפן בעטל, ניטאמאל ווייסט ער וואס דא גייט פאר, ער לעקט זיין לאלי מיט א רואיגקייט. מיר דארפן מאכן נאך טעסטס, מען קען נאך גארנישט זאגן. ביטע דאקטער, אפשר דאך? איך קען נישט זאגן קיינע רעזולטאטן פאר עס איז קלאר, אבער אזויפיל יא, די מצב איז נישט פויגלדיג.

און אזוי האט מען געמאכט נאך א טעסט און נאך איינס, נאכאמאל געשטאכן דעם אומשולדיגן ריינעם עופה'לע, ווער קען דען באשרייבן דאס הארץ פון א טאטע, שטייט ער הילפסלאז, איין נוירס כאפט אן די הענט, איינער די פיס, און דער דאקטער שטעכט און שטעכט. חיימ'ל קוקט מיט בעט'נדיגע אויגן און וויינט היסטעריש, טאאטי! אבער זיינע הענט זענען געבינדען, שעפעלע עס וועט דיר זיין גוט, נאר נאך איין מינוט נאכדעם גייט מען אהיים. שלינגענדיג א טרער נאך א טרער, שטייט ר' לייבעלע דארט, ער קען נישט צוקוקן דאס צער און פיין פון זיין לעכטיגן חיימ'ל, די ווענט פון די שטוב דרייען זיך אין רונדעס, אלעס וואס ער הערט איז א געשריי פון טיפעניש פון הארץ, 'טאאאטי', און וואס קען ער טון חוץ מיט וויינען מיט זיין צארטע חיימ'ל, און די מלאכי מעלה וויינען מיט מיט אים, האב מעקיד והבן נעקד ומלאכי השרת צועקים ובוכים.

די צומישעניש, די הילפסלאזיגקייט, די שרעק, נאך וואס עס איז געקומען די ביטערע בשורה, ב"ה עס איז נאך גאנץ פרי, אבער די מצב איז ליידער ביטער ווי א גאל. מ'ברויך אסאך רחמי שמים.

חיימ'ל איז שוין נישט אזוי שנעל אהיים פון שפיטאל, משפחה און גוטע אידן האבן זיך איינגעטיילט, און לייבל איז געלאפן פון זיין היים צו די ארבעט, אין שפיטאל און צוריק. וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס האבן ארויסגעהאלפן און אנגעבאטן הילף, הייליגע עסקנים האבן אוועקגעגעבן טעג און נעכט און געעפענט די פארמאכטע קאמפליצירטע קארידארן פון שפיטאל, נייגעריגע מענטשן האבן געשישקעט אונטערן רוקן, און טייל בראווע האבן געפרעגט אפן אין פנים אריין.

אזוי גייען די וואכן און טעג, שמערצליכער פון ביטער, און ציפעדיגער פון ווייטאג, לייבעלע האט נארוואס פארברענגט מיט תהילימ'ל לאנגע שעות אין שפיטאל, קייענדיג שטיקער טרערן, און גלעטנדיג זיין מאגערער צדיק'ל.

ענדליך איז געקומען א וואוילע שוועגערין, זי וועט יעצט איבערנעמען פאר די נעקסטע שטיק צייט, לייבעלע מאכט א פארטראכטער זיין וועג ארויס, ער קען שוין נעבעך די איינגעשטעלטע ביים פראנט דעסק, און גריסט זיי מיט די הענט, ער דרייווט צוריק אריין אין שטאט, אבער מאכט אפ אז ער וויל גיין אביסל אין בית המדרש אויסקלארן די מוח פארן אהיימגיין צו זיין ווייב און קינדער.

און אזוי זעצט ער זיך אראפ אויף א בענקל און שוועבט אין אן אנדערע וועלט, מיטאמאל שפראצט ארויס א איד, און הייבט אויף א קול מיט א שטימע וואס האט אפגעקלינגען אינעם גאנצן בית המדרש. דו דארט! ווער מיינסטו ביסטו? מיינסט די גאנצע וועלט איז דיינס? דאס פלאץ איז מיין מקום קבוע! די וועלט געהערט נישט צו דיר, אינגערמאן. לייבעלע הייבט אויף זיין קאפ, און זעהט און פילט די שפיזיגע בליקן פון די גאנצע בית המדרש, ער ווייסט נישט וואס ער האט זיך פארזינדיגט, און ווייסט נישט וואס ער האט געטון, אבער ער פילט ווי ער טראגט נישט אריבער די בזיונות. דאס איז געווען די שטרוי וואס האט צובראכן דעם בערשטל'ס רוקן. ממש ער ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון. ניטאמאל קען ער ארויסרעדן א ווארט זיך צו אנטשולדיגן, צוליב די קנויל וואס וואקסט אין זיין האלדז, און יענער לאזט נישט נאך, אפשר אנטשולדיגסטו דיך? הא? פאלטיר ניטאמאל ביי.

טייערע ברודער, נישט נאר צו איינער וואס זיין קינד איז אין שפיטאל דארף מען אבאכט געבן וואס מען רעדט. ווערטער קענען אויפרעכטן, און קענען חרוב לייגן אויף א שוידערליכע פארנעם. איר קענט קיינמאל נישט וויסן וואס עס טוט זיך ביי יענעם אין הארץ, וואס ער גייט יעצט דורך. און אפילו איר האלט אז יא עס קומט זיך אים, איך וועל נישט שטיל בלייבן, וויסן זאלט איר, עס לוינט זיך נישט. עס איז נישט ווערד.

ומידה טובה מרובה, איר קענט קיינמאל נישט וויסן וואס אייער גוט ווארט קען אויפטון! עס איז אומשאצבאר! טראכט גוט איבער בעפאר איר רעדט, איר קענט ראטעווען וועלטן.
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע:יעצט בין איך דא

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מורא'דיג!

מ'דארף דאס כסדר האלטן פאר די אויגן.

האסט א געוואלדיגע שפראך און א פליסיגע פעדער!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דאס איז א מעשה שהיה? א משל?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

פארוואס וויין איך יעצט? כ'האב נישט געוויסט דו קענסט דאס אויך...

ס'איז דערנאך, איך שריי שוין נישט אויף קיינעם קיינמאל... וואס דו ביסט אומשטאנד צו טוהן מיט מענטשליכע געפילן, מיט אייניגע ווערטער אין א תגובה... אבנארמאל!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

;l;p-
הערליך שיין מיט א גוטע מוסר השכל

פייט! פייט! פייט!

[email protected]
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

אנעים זמירות האט געשריבן: דאס איז א מעשה שהיה? א משל?

וועלכע חלק? וואס איז אייער פראגע?... שמועסט אייך אויס...
מרחוק השם נראה לי
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

Wow
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

ווייטער דער ארי', ווען די קומסט זיך צוזאם מיטן פעדער איז מוראדיג
געוויינט און געלאכט ביינזאם
גיי אן
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אייזן דער
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

כוויין. כפארשטיי.

אריה'לע די ביסט מעכטיג!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע:ביי מיר אין קעלער

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

נישט נארמאל איז נישט דאס ווארט!!!!
איך זעה מיינע אויגן נאס...
בלויז 99 צענט!!!

א ביכל מיט איבער 1000! אינטערעסאנטע פאקטן
אוועילעבל אויף עמעזאן Kindle
קויפט און האט הנאה, און לייגט א 5 סטאר ריוויו!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יוי!!!
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

רייכע פעדער, געשריבן אזוי עמאציניאל,

און איבער אלעם אזוי שארף ארויסגעברענגט אזא וויכטיגע נקודה!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שרעקליך גוט! אזוי צום נקודה, קורץ און שארף
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
holy yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

די נעמסט מיך איבער מיט דיין שפראך... ביסט געוואלדיג.
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

א גרויסן דאנק פאר אלע מגיבים און קאמפלימענטירער, יעדעם איינעם באזונדער!
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אריה במסתרים האט געשריבן: טייערע ברודער, נישט נאר צו איינער וואס זיין קינד איז אין שפיטאל דארף מען אבאכט געבן וואס מען רעדט. ווערטער קענען אויפרעכטן, און קענען חרוב לייגן אויף א שוידערליכע פארנעם. איר קענט קיינמאל נישט וויסן וואס עס טוט זיך ביי יענעם אין הארץ, וואס ער גייט יעצט דורך. און אפילו איר האלט אז יא עס קומט זיך אים, איך וועל נישט שטיל בלייבן, וויסן זאלט איר, עס לוינט זיך נישט. עס איז נישט ווערד.

ומידה טובה מרובה, איר קענט קיינמאל נישט וויסן וואס אייער גוט ווארט קען אויפטון! עס איז אומשאצבאר! טראכט גוט איבער בעפאר איר רעדט, איר קענט ראטעווען וועלטן.


קודם די ארטיקל איז זייער גוט
די נקודה וואס ציטירט דארף מען נאר אייביג און אלעמאל געדענקען:
אפי' ביי דעם אינגערמאן גייט אלעס גוט - פון וואו ווייסטו? א מלאך איז דיר געקומען בחלום, נישט בחלום - בהקיץ! און קלאר מגלה געווען אז אלעס אלעס איז ביי דעם אינגערמאן איז אויפן בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, איז א שארפע ווארט/טשעפע ביחיד וכ"ש ברבים קען זיין (און רוב מאל איז) שפיכות דמים ממש!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

;l;p-
שטארקע נקודה!
פאני...
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

דרייטצעך האט געשריבן:
קודם די ארטיקל איז זייער גוט
די נקודה וואס ציטירט דארף מען נאר אייביג און אלעמאל געדענקען:
אפי' ביי דעם אינגערמאן גייט אלעס גוט - פון וואו ווייסטו? א מלאך איז דיר געקומען בחלום, נישט בחלום - בהקיץ! און קלאר מגלה געווען אז אלעס אלעס איז ביי דעם אינגערמאן איז אויפן בעסטן אופן וואס איז נאר שייך, איז א שארפע ווארט/טשעפע ביחיד וכ"ש ברבים קען זיין (און רוב מאל איז) שפיכות דמים ממש!

;l;p-;l;p-
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
Looser
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 02, 2022 11:36 pm

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Looser »

זייער שיין געשריבן
די נקודה ציפט זייער שטארק (קיינער זאל עס נישט פילן אויף די אייגענער ביינער)
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס און באריכטן
אויף אימעיל און נישט אויף סאושעל מידיא

מערכת סאטמאר אימעיל
https://mailchi.mp/satmarinfo/signup

קרית יואל וואכנשריפט
https://landing.mailerlite.com/webforms/landing/d2u9j5
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17742
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארקע נקודה..

קענסט אבער נישט וויסן, וואו דער שרייער האט פארברענגט דעם נאכט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

גוט גוט
אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

אוראייניקל האט געשריבן: שטארקע נקודה..

קענסט אבער נישט וויסן, וואו דער שרייער האט פארברענגט דעם נאכט..

אמת, און מען דארף טאקע דן זיין לכף זכות, אבער ס'איז נישט קיין תירוץ יענעם צו וויזויהייסטעסן...
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: די קריטישע מויל שלאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

אויף דעם זאגט די פסוק מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס טוט זיך ביי יענעם
אן אייזענעם ארטיקל;l;p-
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”