עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

היכל הנגינה

עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכל הנגינה »

SUI.jpg
SUI.jpg (211.49 KiB) געזען 6958 מאל


שמואלי אונגאר!!!!!!!!

ושמואל בקוראי שמו.. יא דער שמואלי וואס א מינוט געפינט ער זיך אן סטעידזש און א מינוט בעקסטעידזש..

יא יא.. דער נאמען קלינגט ביי יעדן אין די אויערן, עס טוט ערוועקן גוטע מעמאריס. אסאך פון אונז געדענקען די פארגאפקייט אויף אונזערע פנימ'ער ווען מ'האמיר די ערשטע מאל געהערט שמואלי'ן זינגען. דער יונגערמאן זינגט ווי א קינג.. האט יעדער געלארעמעט. און יא, ס'האצעך אנגעהויבן בזעיר אנפין אבער גאר גאר שנעל האט ער זיך ארויפגעכאפט אויפן טראן און זיך דערזעהן אלץ איינע פון די היינטיגע כוכבים בעולם הנגינה סיי אין ארה"ב און סיי און ארץ ישראל. אט דער שמואלי שטייט נאך עד היום און איז מהנה הונדערטער און טויזענטער יודן איבער די וועלט. און אלעס מיט זיין אריגינאלן כעריזמע און נאטורליכן געשמאק.

מערכת 'היכל הנגינה' שע"י אייוועלט האט דעם כבוד פאר אייך פארצושטעלן א מייסטערהאפטיגן שמועס וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די פארגאנגענע וואכן מיט שמואלי ווי האט נישט געשוינט קיין צייט און קיין ווערטער מיטצוטיילן פילע גאר אינטערעסאנטע געשעהנישן און פאקטן איבער ווער דאס איז 'שמואלי אונגאר'. דער אינטערוויו אהערצושטעלן איז געווען ווייט פון א לייכטע ארבעט, אזוי ווי איר זעהט איז דאס א לענגערע אינטערוויו מיט אסאך אינפארמאציע און ס'האבן דא אריינגעארבעט א שיינע פאר יודן מיט איבערמידליכע כוחות כדי אייך צו ברענגען א פארטיגן פראדוקט פון וואס איר וועט בעז"ה שטארק הנאה האבן.

=================================================

[align=center]די פאלגענדע ניקים האבן אנטייל גענומען אינעם פראיעקט און האבן נישט געשוינט קיין שווייס, און מ'רעדט דא פון וואכן ארבעט.. איז קומצעך זיי א הערצליכן יישר כח פארן עוסק זיין בצרכי ציבור שלא על מנת לקבל פרס.

בראש וראשון ידידינו החשוב, שמ״ו נאה לו
@שלומי שפילמאן

ואתו עמו
@נאר מיט שמחה (נמ"ש מיט א נו"ן)
@מתמיד (Masmid)
@ציגאנער
@קנאפער ידען
@שטייפע טרויבן
@א שרייבערל
@כינור
@איינס


ותשוח"ח להם, דער זכות זאל זיי ביישטיין.

און אצינד לאמיר צוגיין צום אינטערוויו
Everyone, fasten your seat belts[/align]

•••




אייוועלט: א גוט יאר שמואלי, וואס פארציילסטו עפעס גוטס?

שמואלי אונגאר: הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!

דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו אונז יעדן טאג… נישט אייביג קען מען זען די גוטסקייט, אסאך מאל דארף מען ארבעטן שווערער ווי אנדערע טעג. אבער ס'איז גוט, ס'איז פיין, ס'שיינט און ס'לייכט…

•••


אייוועלט: וויאזוי גייט עס מיט די חתונות, דער עולם האלט ביים טאנצן?

שמואלי: חתונות איז וואונדערבאר!

איך זאג אייביג פאר מענטשן, אז כ'פיל מורא'דיג ספעשל אז איך קען טון א געוויסע זאך פאר פרנסה וואו מ'זעט מענטשן אין זייערע בעסטע מאמענטן... מ'איז פרייליך און אויפגעלייגט, מ'איז אנגעטון שיין, מ'איז עקסייטעד צו זיין ביי די חתונה, און מ'פארברענגט שיין ביי די חתונה… ספעציעל די קינדער, זיי ווארטן שוין א האלבע יאר פאר די חתונה, מ'קויפט ספעציעל נייע שיינע קליידער פאר די חתונה, און די טאג פון די חתונה קומט מען שוין אהיים גאר פרי פון חדר ווייל מ'דארף זיך אראפלייגן…

צו מ'טאנצט? ווענדט זיך ווי א משפחה. ס'זענען דא וואס טאנצן לעבעדיג, און ס'זענען דא וואס האבן ליב צו קוקן אויף די מוזיק… ס'איז דא אלע מינע מענטשן, ברוך השם פאר דעם…

•••


אייוועלט: אקעי, לאמיר אנהייבן די שמועס; עס איז אונז א כבוד אייך צו האבן דא אויף אייוועלט.
פארציילט אונז פון אונטער די קוליסן, ווער איז דאס שמואלי אונגאר?


שמואלי: פון אינטער די קוליסן איז עס 'שמואל דוד אונגאר'...

שמואל דוד אונגאר איז אויפגעוואקסן אין קרית יואל, און דארט האט מען אים פארציילט אז ער קען זינגען... ר' חיים הערש מענדלאוויטש הי"ו (געווען דער הויפט מדריך אין ת"ת אין קרית יואל) האט מיר אינטראדוסט אז איך בין א זינגער. און יעצט - אויף מיין לעצטע אלבום - האב איך געזאגט ביי די הדסים "ברענג אריין די הדסים, חיים הערש". חיים הערש מענדלאוויטש איז איינער פון די דריי, ס'איז אזא בלורי וויזשען צווישן חיים הערש כ"ץ הי"ו, חיים הערש סעגעדין הי"ו, און חיים הערש מענדלאוויטש הי"ו...

סאו בין איך אויפגעוואקסן אין קרית יואל. ס'איז געווען זייער א אינטערסאנטע צייט ווען איך בין אויפגעוואקסן, מיין טאטע איז א באבוב'ער, ער איז געקומען פון בארא פארק מיט א הויכע ביבער הוט, מיין מאמע איז פון אויסטראליע, זי האט געלערנט אין חב"ד, מ'האט גערעדט ענגליש אינדערהיים און אידיש אין חדר, און אזוי איז אריבערגעגאנגען אלע יארן... ס'איז געווען זייער שיין, ס'איז געווען דיפרענט…

•••


אייוועלט: ווען האט איר אנטדעקט אייער מוזיקאלישע טאלאנט?

שמואלי: איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז איך קען זינגען, ווייל קיינער פארציילט נישט... מ'זינגט זיך אונטער, מ'קלאפט אויפן טיש, און מ'דראמט עוד ישמע…

סאו ס'איז געווען אין קעמפ, מסתמא תשס"ב אדער אפילו תשס"א, האט מיר ר' חיים הערש מענדלאוויטש געשטעלט זינגען "וואאאס וועט זיין ווען משיח וועט קומעעעעען?..." און דער עולם האט געענטפערט "ווען משיח וועט קומעעען - לאמיך הערן - וועלן מיר מאכן א ??? - זייער פיין....", און נאך דעי ניגון - - איין רגע, איך מיין אז ביי חברת תהלים האב איך שוין פארגעזינגען "שיר המעלות..."

ווען ר' אברהם מאיר מארקאוויטש האט נישט געקענט קומען בין איך געווען זיין סאבסעטוט און איך האב פארגעזינגען די תהלים. דאס איז לכאורה געווען פארדעם, אבער איך האב נאכנישט געוואוסט אז איך קען 'זינגען'. איך האב געוואוסט אז איך האב א הויכע קול און איך קען גוט ליינען די פסוקים... איך האב געזינגען.

און נאך קעמפ יענע יאר האט מיר ר' חיים הערש מענדלאוויטש געזאגט אז איך זאל אריינגיין אין די קווייער ימים נוראים פון סאטמאר מהר"א, מ'האט געזינגען אין קצבה מיט מכלכל חיים, נאכדעם האב איך געזינגען חנוכה אין די קווייער ביי קרית יואל'ער רב און באקומען א מחצית השקל. (כ'מיין אז איך האב עס פארקויפט נאכדעם פאר א דאלער... איך האב געדארפט האבן דאס געלט…..)

•••


אייוועלט: דיין הערליכע שטימע האסטו גע'ירשנ'ט פון ערגעץ?

שמואלי: ש'כח פאר די קאמפלימענט!

די באשעפער שיקט די אלע גוטע זאכן. ס'איז בלעדי. מ'דארף מתפלל זיין, מ'דארף האבן סייעתא דשמיא און נשיאות חן.

די שטימע האב איך אבער גע'ירש'נט - דער באשעפער מאכט עס אויסקוקן ווי דרך הטבע - פון מיין מאמע. מיין מאמע פלעגט זייער שיין זינגען אלס מיידל, אין סקול האט זי באקומען די סאלאוס, און די שטומע נעם איך פון איר, נישט פון מיין טאטן.

•••


אייוועלט: ווען איז געווען די ערשטע מאל וואס איר האט געזינגען 'אויפן סטעידזש'?

שמואלי: פרעגסט א גוטע קשיא...

טעקניקלי, אין חדר האב איך שוין געזינגען אויפן סטעידזש... איך האב געזינגען ווען די ירושלימ'ער רב איז געקומען, און איך האב געזינגען ווען מ'האט זיך פארהערט הונדערט בלאט. ס'געווען אסאך מענטשן, טאקע נישט מיט לייטס און מוזיק, אבער ס'געווען א סטעידזש אין פראנט פון מענטשן...

סאו אויב רעדסטו פון חתונות - ווען איך האב די ערשטע מאל געזינגען אויף א גרויסע סטעידזש? כ'ווייס נישט... מסתם אין תשע"ג אדער ע"ד.
ווער ס'געדענקט די 'רבון' קליפ? יענץ איז אויך געווען א סטעידזש, א קליינע סטעידזש...

באט איך קען נישט געדענקען פונקטליך. בערך אין תשע"ד, און די ערשטע מאל וואס איך האב געזינגען אין חדר איז געווען פראבעבלי אין תשס"ד. די ערשטע מאל איז שוין געווען אין ס"א, אבער אין כיתה ט' איז געווען די סיום פון הונדערט בלאט - -

(ניגון רחם בחסדך)
מסוד חכמים ונבונים,
ומלמד דעת מבינים,
אפתחה פי בשיר ורננים,
- איך האב פארגעסן די פערטע ליין פונקטליך...

ברשות מורינו די רב שליט"א,
ווען מיר זיצן דא די גאנצע כיתה,
טוען מיר אלע זיין דא מקבל פנים,
מיט א ברכה לאורך ימים ושנים.

נקבלה פניכם בתודה,
יעדער איינער איז אודאי מודה,
עלינו לשבח לאדון הכל,
מיר זענען זוכה צו מצות הכל,

- דעטס איט. ביז דא געדענק איך.

אווער...

•••


אייוועלט: וועלכע אלבומס פלעגסטו אויסהערן אלץ קינד, און אלץ בחור?

שמואלי: אלס קינד האב איך אויסגעהערט וואס מיין מאמע האט אהיימגעברענגט. מיין מאמע האט אהיימגעברענגט מיאמי בויס קווייער, זי האט אהיימגעברענגט טעקנאו, 'די חברה' פון אלי גערטסנער, מב"ד, אברהם פריעד, ליפא שמעלצער.

איך האב זייער קאננעקטעד צו ליפא, ער רעדט אידיש, ליפא האט גערעדט מיין שפראך... ליפא איז לכאורה מיין שטערקסטע אינפלוענס. איך האב זיך אייביג מחי' געווען מיט זיין מוזיק, זיינע ניגונים, זיינע אלבומס, און אלס בחור האב איך עס סאך אויסגעהערט.

אלס בחור האב איך געהערט ליפא, אברעימל, שוועקי, איך האב אויסגעהערט אהרלע סאמעט מיט מאיר אדלער, חתונות, און דעטס בעיסיקלי איט.

מיין מאמע האט געקויפט גרשון ורובה, קענסט גרשון ורובה? "קל ברוווך, גדול דעה, הכין ופעעעל, זהרי חמה..." קענסט דעי ניגון?...

"איים סאו סיק אוו רחם"... ווער האט יענץ געמאכט? רעכניץ? כ'ווייס?...

דאס האט מען אויסגעהערט אינדערהיים...

•••


אייוועלט: ביסטו אלץ בחור געווען איינעם'ס פען? אויב יא, וועמען'ס?

שמואלי: יא, לכאורה, מיכאל שניצלער און ליפא שמעלצער…

•••


אייוועלט: ווער איז געווען דיין ראול מאדעל, ווער זענען דיינע רבי'ס אין נגינה?

שמואלי: דאס איז אויך עפעס וואס איך ווייס נישט וואס צו זאגן... מיין ראול מאדעל... אייראונאָו. אברעימל? כ'בין זייער אינספייערד געווען פון די זינגערס, באט מיין רבי אין מוזיק? כאניש קיין רבי עכט...

מרדכי! מרדכי זינגט גוט. איך הער אים אויס און איך ווער משוגע פאר אים. סאו ס'איז בעיסיקלי מרדכי און ליפא. דיס איז וואט איי העוו טו סעי.

איך האב קיינמאל נישט געטראכט ווען איך האב געזינגען וועמען איך גיי כאילו נאכמאכן, ווער ס'איז מיין רבי און ווער ס'איז מיין ראול מאדעל... איך האב געזינגען... מ'האצעך געשטעלט זינגען ווארימע ניגונים, הייליגע ניגונים, און דעטס בעיסיקלי איט…

•••


אייוועלט: איז דא איינער וואס האט דיר שטארק געשטופט צו זינגען, אדער עפעס א גוטע פידבעק אז דו ביסט אויפן ריכטיגן וועג?

שמואלי: איז אזוי מיין זיידע - מיין טאטע'ס טאטע - האט זייער שטארק געוואלט אז איך זאל זינגען, ער האט געגלייבט אין מיר און ער האט אין מיר אינוועסטירט. ער האט מיר באצאלט פאר א מייק, ער האט מיר באצאלט פאר ביזנעס קארדס, די ערשטע ביזנעס קארד איז געשטאנען מיין פאון נומבער און מיין זיידע'ס פאון נומבער… ווייל ער האט געזאגט, וואס איז, אויב דו הייבסט נישט אויף קען מען מיר רופן… ער האט מיר באצאלט פאר וואויס לעסאנס, און אלס בחור האב איך נאכנישט געדרייווט - פלעגט ער מיר נעמען צו דזשאבס, כ'ווייס נישט צו וויפיל דזשאבס ער האט מיר למעשה גענומען, כ'מיין אז ווייניגער ווי פינף… די דיעל איז געווען אז עני אינקאם איז 50\50, סאו ער האט מיר דעפענעטלי געשטופט צו זינגען…

גוטע פידבעק? ס'איז א גוטע קשיא, פאר יעדעם איינעם איז שווער. ווען איך האב אנגעהויבן, איי געס איך האב געגלייבט אין מיר ווייל כ'האב דאך עס געטון... פארוואס האב איך עס געטון? ווייל כ'האב עס ליב געהאט. כ'האב עס ענדזשויט. איי וואסענט סאו גוד עט איט, באט איי ענדזשויד איט. און בעיקר די מענטשן האבן עס ענדזשויט…

און כ'בין נישט געקומען אויף אזא מין וועג אז כ'גיי דא פראוון איינעם, אדער אז איך גיי דא ברענגען עפעס א חידוש, כ'האב מיר פשוט ארויסגעשטעלט זינגען... און כ'פיגער עס נאך יעצט אויס… פארשטייסט?

סאו איך האב באקומען אייביג פידבעק אבער ס'האט מיר נישט קיין סאך געהאלפן, איך האב געוויסט אייביג ביי מיר וואס איז נישט גוט און וואס איך דארף פיקסן, איך האב געהאט מזל, איך האב געהאט סייעתא דשמיא אז כ'בין אנגעקומען צו דוד קויפמאן און אזוי בין איך אנגעקומען צו נפתלי משה שניצלער, און אזוי האבן זיך זאכן געגעבן א שאקל.

דאס קען איך זאגן, פארשטייסט…

•••


אייוועלט: אלס א געוועזענע כאאר מיטגליד, פילסטו אז ס'האט דיר עפעס צוגעגעבן צו דיין קאריערע? און וואלסטו געראטן פאר א פרישער אין די ליין צו פראבירן ערשט אין קווייער?

שמואלי: זייער א גוטע קשיא. אלץ א געוועזענער קווייער מיטגליד האט מיך עס דעפינטלי צוגעגעבן.

צו כ'וואלט געראטן פאר א צווייטן? וואס האב איך צו ראטן... יעדער האט זיך זיין דזשערני און זיין וועג וואס ער דארף אריבערגיין, נישט יעדעם איינעמ'ס איז די זעלבע. יעצט, מיר האט דער באשעפער געפירט אין די דירעקשן, אז איך בין אנגעקומען צו יואלי פאלאטשעק אין די זמירות קווייער, און פון דארט בין איך געגאנגען צו די שירה קווייער, וואס די שירה קווייער האט טאקע מיט מיר געמאכט, איז אז איך בין ארומגעפארן אסאך ארום די וועלט, כ'בין געפארן קיין טאראנטא, כ'בין געפארן קיין שיקאגא, כ'בין געפארן קיין לאס אנדזשעלעס, און... - אפשר קיין לאנדאן אויכעט - און איך בין אוועקגעגאנגען פון די ויואל משה חתונות, אימפעריאל, קאנטינענטאל, עטרת גאלדא, עטרת חיה... כ'בין אוועקגעגאנגען פון די מינע פלעצער און כ'בין געגאנגען צו אנדערע מינע פענסי חתונות, איך האב געזעהן אנדערע מינע מענטשן, אנדערע וועניו'ס, אנדערע מינע בענדס, און דעס האט מיר דעפינענטלי געהאלפן אז ווען איך האב אנגעהויבן אליין צו גיין, ווען כ'האב באקומען אזעלעכע חתונות, האב איך שוין געוואוסט וואס צו עספעקטן, און וואס צו ערווארטן, און געוואוסט וועלעכע ניגונים זיי האבן ליב, - אורך ימים מיט השיבנו... ניגונים וואס זענען באקאנט, וועלטס ניגונים… כאפסט?

ביז דעמאלטס פלעג איך זינגען ביי ממש חסידישע חתונות, כ'האב געזינגען בעיקר אין ראוז-קעסטל, אין בית רחל פאראדייס אין קרית יואל, כ'האב געקענט זינגען אין מאנסי אין ווילחאוויטץ, עטרת חיה שרה, אין וויליאמסבורג האב איך געקענט זינגען אין קאנטינענטאל, ויואל משה, אימפעריאל, בארא פארק אין גאלדא און עטרת חיה, אפשר אפילו תורה ויראה... און אלעס איז געווען חסידישע חתונות. די ערשטע טאנץ איז געווען אשרי העם שככה לו מיט יודו לה' חסדו, הכול יודוך, ותמיד נספר… חסידישע זאכן, גוטע זאכן, ניגונים אן קיין ווערטער וואס איך קען דיר נישט אראפשרייבן... באט דארט זינגען מען מער 'כל זמן שאני רואה חתן וכלה', מ'זינגט 'שהחיינו', מ'זינגט 'ענבי הגפן', מ'זינגט 'הנה מה טוב', ס'איז א אנדערע מין vibe דארטן, פארשטייסט?

דאס האב איך זיך אויסגעלערט פון די שירה קווייער ווען כ'בין ארומגעפארן עטליסט צוויי יאר מיט זיי, וואס כ'בין אסאך ארומגעפארן, האביך זיך דאס געלערנט…

•••


אייוועלט: וואס איז געווען די גרעסטע פלאץ וואס דו האסט געזינגען, דהיינו די מערסטע צאל מענטשן?

שמואלי: איז געווען אין ארץ ישראל א קאנצערט, כ'מיין ס'האט געהייסן 'מאי חנוכה', און דארטן האב איך געזינגען. דארטן איז געווען 10,000 מענטשן האבן זיך צוזאמגענומען, און ס'האט געזינגען דארטן מרדכי, ישי ריבו, און יודל, מיט המנגנים בענד. חנוכה תשע''ז.

•••


אייוועלט: פאר וועלעכע אדמורי"ם ורבנים האסטו שוין געזינגען? און צו האסטו באקומען אמאל עפעס א גוט ווארט אדער הערה פון זיי?

שמואלי: איך האב געזינגען פאר די ירושלימ'ער רב, ער האט געשמייכלט צו מיר... איך האב געזינגען פאר די קרית יואל'ע רב מהר''א, ער האט מיר געגעבן א מחצית השקל און געזאגט אז כ'קען שיין זינגען… איך האב שוין געזינגען פאר ר' חיים לייבוש ראטענבערג שליט''א פון פארשעי, און איך האב שוין געזינגען פאר זיינע ברודער'ס אדמורי''ם מ'קאסאן.

אממ… וואו נאך האביך געזינגען, וואו האביך געזינגען?…
כ'מיין פאר הרב מארגענשטערן פון ארץ ישראל, און פאר אסאך רבי'ס - ווען איך זינג ביי חתונות און ס'קומען אריין רבי'ס… סאו טעקניקלי זינג איך פאר זיי…

•••


אייוועלט: איז שוין געווען אמאל וואס דו האסט זיך צעוויינט אינמיטן זינגען?

שמואלי: יא, ס'איז געווען אמאל וואס כ'האב מיר צעוויינט אינמיטן זינגען. איז אז ס'זענען דא אסאך מענטשן קען עס ווייטער פארן, אבער אז ס'דא ווייניג מענטשן און מ'הערט זיך צו, קען עס זיין אביסל בושות… אבער איך קען מיר נישט העלפן אסאך מאל…

איך האב געזינגען יעצט חנוכה אין ארץ ישראל, איינע פון די נעכט חנוכה בין איך אריבער צו איינעם אינדערהיים וואס איר מאן איז אוועק ל''ג בעומר, און זי האט פינף יתומים אינדערהיים און זי צינדט אליין חנוכה לעכט. ס'איז געווען זייער שווער... אויך איך בין געווען חנוכה אין ארץ ישראל - אויך אוועק פון מיינע קינדערלעך - און כ'האב אויך געצינדן אליינס, און ס'איז מיר אויך געווען שווער... האט מען מיר געזאגט אז דארטן איז דא די אלמנה, האבעך געקלערט לאמיר אריבערגיין דארטן צינדן און איך וועל זינגען מיט די קינדער... איך בין אריבערגעגאנגען, זיי האבן געברענגט מוזיק און ס'איז געווען מורא'דיג עמאשענעל, די מאמע האט מיר געבעטן אז כ'זאל זינגען חשוף, יתומים און אלמנות געוואלד טאטע האב רחמנות... כ'מיין אז אסאך מענטשן האבן געוויינט. איך האב נישט געקענט קוקן אויף קיינעם... איך האב ממש געוויינט… און גארנישט, מ'טרייט עס צו האלטן ווייטער און מ'פארט… מ'טוט די בעסטע וואס מ'קען.

ווען איך זינג אסאך מאל דעם ניגון "שמעתי, שמעתי את תפילתיך… ראיתי, ראיתי את דמעותיך…" ווען איך זינג עס פאר חולים קען איך מיר שטיקן. היינט נאכט בינעך געווען אויף א פארטי האט מען געזינגען פון מיכאל, "אהה צבי גלאנשטיין… רחל'ע מיין רחל'ע מא מא מאם די באשעפער זאל דיר געבן…" געזינגען דא פאר איינעם וואס מ'זאגט אז ער האט נאך אפאר וואכן צום לעבן און ס'איז געווען זייער הארציג… סאו יא כ'האב מיר שוין צעוויינט אינמיטן זינגען.

און איך געדענק נאך אנהייב ווען כ'פלעג זינגען פאר שירה, האב איך געזינגען אמאל אויף א מצווה טאנץ און די אבי הכלה איז געזיצן אין א וויעל טשעיר, ער האט געהאט עי.על.עס. ל''ע, און מ'האט געזינגען "מודה אני אני לפניך…" און ס'איז געווען מורא'דיג הארציג, דענק איך… סאו כן..

•••


אייוועלט: וועלעכע סארט ניגונים שפירסטו זיך די מערסטע באקוועם נאכצוזינגען?

שמואלי: מיט ניגונים וואס כ'קען גוט. כ'האב עס שוין אסאך געזינגען, איך האב עס אויסגעטרעטן…

איך האב ליב אזאלכע ניגונים ווי "שוש אשיש בה'" פון יודל, "רבון רבון כל העולמים…" אזאלכע מינע ניגונים. איך האב אויך ליב שטייטע ניגונים.

די מערסטע פיל איך מיך באקוועם אויף ניגונים וואס איך האב שוין אסאך געזינגען.


אייוועלט: דערצייל עפעס א גוטע פלאפ (בעסער עטליכע..) וואס דו האסט שוין געהאט אין דיין זינגען קארייער?

שמואלי: שוין געהאט אסאך פלאפס... וואס איך געדענק? כ'דארף טראכטן. כ'דארף באמת טראכטן...

וואס הייסט א פלאפ... א פלאפ הייסט ווען איך ווער באמת פארשעמט? ווייל איך פארשעם מיך נישט עכט… ווען איך האב א פלאפ פאר איך ווייטער, חוץ אויב ס'איז א גרויסע ענדינג און מ'דארף ארויפארן… איך געדענק נישט אז כ'זאל נישט אזוי… - איי דאנט קנאו. כ'האב נישט קיין מעמארי…

כ'געדענק אז כ'בין אמאל אנגעקומען צו א חתונה און זיי האבן באשטעלט נאך א זינגער… די חתן האט מיר באשטעלט, און די כלה האט אים באשטעלט. סאו ס'איז געבליבן אז איך גיי זינגען די ערשטע טאנץ און ער גייט זינגען די צווייטע טאנץ…
איי וועסטו פרעגן, וועלכע זינגער? ווילסט דאך אוודאי וויסן וועלכע זינגער ס'איז געווען... די חתונה איז געווען אין לעיקוואד, די שפילער איז געווען מאטי מיללער, און די אנדערע זינגער וואס די כלה האט באשטעלט האט געהייסן 'פליגמאן' איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען - זיין ברודער האט די שיר ושבח קינדער קווייער.
יא. דאס איז נישט קיין פלאפ, דאס איז אזא אורחות אויפן סטעידזש…

לאמיר טראכטן, לאמיר טראכטן... אה! איך האב יעצט געזינגען אין ארץ ישראל, נפתלי קמפה האט געהאט א קאנצערט און ער האט מיר מארח געווען אז כ'זאל זינגען א ניגון, און איך האב געזינגען 'ירא שמים'. די מוזיק הייבט אן די אינטרא טא-רא-רא-רא... און איך וויל אנהייבן 'לעולם…' אבער די שפילער האט געמיינט אז איך בין נאכנישט רעדי, סאו ער האט אנגעהויבן טא-רא-רי-רא-רא-רם נאכאמאל... ער האט אבער געזען אז איך האב אנגעהויבן האט ער געסטאפט, און איך האב געזען אז ער האט אנגעהויבן די אינטרא האב איך געסטאפט… און נאכדעם האבן אונז צוזאמען אנגעפאנגען… דו ווייסטעך.. סאו איך האב געקוקט מאך די אינטארא פאאר...
איי געס דאס איז א פלאפ, באט א פלאפ איז א פלאפ. א פלאפ מאכצעך ביי יעדעם. ס'איז אקעי. א פלאפ איז אקעי…

נאכדעם איז דא זאכן וואס איז נישט קיין פלאפ, ס'איז פלעין נישט פראפעשענאל…
פארגעסן ווערטער איז נישט פראפעשענאל, נישט קיין פלאפ. סאו ס'איז דא אסאך ניגונים וואס איך קען נישט די ווערטער, סאו קען מען זען אז כ'קען נישט די ווערטער… מ'זעט אז איך זינג נישט גוט די ווערטער... - מ'דארף נישט אריינגיין אין די שמועס, לאז עס לויפן…

•••


אייוועלט: מיט וועלכע זינגער וואלסטו געוואלט האבן א דואט, און ס'נאכנישט אויסגעקומען?

שמואלי: איך האב געדארפט האבן א דועט מיט יעקב שוואקי אויף זיין לעיטעסט אלבום, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון.

איך וויל האבן מיט איינעם א דועט, באט איי דאנק טינק אז ס'גייט געשען. איל גולן, כ'ווייס נישט צו דו הערסט אים אמאל אויס. איל גולן איז א מורא'דיגע זינגער, ער האט אזא זיסע שטומע, באט ער זינגט פאר די חיצונים... סאו איך ווייס נישט וואו אונז קעמער אפילו האבן א דועט.

דועטס איז טריקי - עט ליעסט איך קוק עס אזוי אן - א דועט קען מען נישט געבן א ווארף צאם, עני ניגון עני צוויי זינגערס, און פערטיג... ס'דארף האבן א פנים, ס'דארף האבן א כעמיסטרי און יעדער דארף קענען שיינען. אין כדי אז יעדער זאל קענען שיינען מוז די ניגון זיין דייוועירס, ס'מוז זיין הויעך און נידריג, אדער מער קאלערעטור און ווייניגער קאלערעטור, ווייל יעדער שיינט ערגעץ אנדערש. מ'קען נישט אריינפיטן צוויי זינגער אין איין באקס, און דערפאר מוז די ניגון זיין ספעשל.

סאו יא, מ'וועט זען מ'וועט זען. אלל אין גוד טיים…

•••


אייוועלט: וועלכע זינגער קומט גראד ארויף אין קאפ וואס דו אדמייערסט? ווען דו דארפסט ח"ו אפזאגן א דזשאב, צו וועלעכע זינגער וואלסטו געשיקט? כ'מיין, נישט דווקא דיין פעיווערט, נאר ווער האלסטו איז די מערסטע נאנט צו דיין טעיסט?

שמואלי: כ'עדמייער אסאך זינגערס, אבער יעדער איינער אויף א דיפרענט וועג, יעדער אויף א דיפרענט אופן. יעדער האט געברענגט עפעס א דיפרענט פרישקייט.. און, זינגערס זענען נישט אלע אין איין באקס... וויאזוי זאגט ליפא, 'שטייט אין גמרא, כשם שאין פרצופיהן שונות כך… די דעות…' אלס איז דיפרענטס.

און מענטשן ווילן יעדעם לייגן אין א באקס ... זינגערס. בום. אלע זינגערס דארפן פיטן דעם זעלבן באקס... 'ער טוהט אזוי, וואס טוהסטו נישט אזוי? ער מאכט אזוי, מאך דו אויך אזוי…' סאו, א זינגער ווי ליפא שמעלצער איז סאך מער ווי א זינגער. א זינגער ווי מרדכי בן דוד איז אויך סאך מער ווי א זינגער. א זינגער ווי אברהם פריעד, יעקב שוואקי, אייזיק האניג, שלום לעמער, בערי וועבער, יו קנאו.. יעדער ברענגט עפעס אנדערש צום טיש. יעדער האט א אייגנשאפט, און פון יעדעם קען מען זיך עפעס לערנען...

סאו די ווארט עדמייער, עדמייער איז א שטארקע ווארט, באט איך לערן מיך פון יעדן איינעם... אממ, נישט פון יעדן איינעם... -פון זינגערס וואס כ'זעה אז איך קען מיך פון זיי לערנען... באט עדמייער?? וואס הייסט עדמייער?... אויף די ניגונים וואס ער האט? אויף די שטימע וואס ער האט? אויף די אינפלואנס וואס ער האט? אויף די געלט וואס ער מאכט?... מיט וואס עדמייער איך אים?... ער טוהט זיין תפקיד, ער זינגט, און איך טוה מיין תפקיד, און איך זינג...

באט איך לערן זיך פון יעדן, און מ'לערנט זיך פון זיך אליין... איך עדמייער יעדעם. וואס איז שייך צו זאגן...

•••


אייוועלט: נעמסטו אן שבתים דזשאבס? אדער צו זיין בעל תפילה ימים נוראים?

שמואלי: איך נעם אן שבתים דזשאבס, באט איך האב עס נישט ליב צו טון, ס'איז מיר זייער שווער, ספעשעלי אויב האב איך א וואך וואס איך ווייס אז איך וועל דארפן ארבעטן... און שבת, אן קיין מייק איז זייער שווער, באט מ'רופט מיך, און אז ס'קומט אויס אז ס'לוינט זיך פאר מיין פעמילי, עמוישענעלי פיזיקלי און - פיינענטשעלי... דעמאלס גיי איך אוועק זינגען שבתים.

ימים־נוראים האט מען מיך שוין גערופן, איך האב עס אבער נאך קיינמאל נישט געטון. איך האב באקומען אמאל א גרויסע גרויסע אפפער, און איך האב געזאגט ניין. נישט ווייל איך האב נישט געדארפט די געלט, נאר ווייל איך האב מורא געהאט. ווייסטעך דאווענען ימים נוראים, מ'דארף קודם גוט גוט קענען, איך וואלט זייער געוואלט דאווענען צוויי דריי יאר סתם אין עפעס א בית מדרש'ל צו באקומען דעם הרגש דערפון פאר איך גיי עס טון פראפעשענעלי.

באט איך האב דעפענעטלי א געפיל פאר נוסח - איך בין נישט קיין גרויסע חזן, נישט 'חזנות' - 'נוסח'. שיינע נוסח, איי וואד לייק טו קאנסידער מייסעלף א שיינע בעל תפילה, דיסנט, א עוורידזש קאלאראטור - אפשר אביסל אבאוו עוורידזש... און שוין. דער עיקר איז ווארעם. ווארעמקייט.

•••


אייוועלט: אויב עמיצער בעהט אז דו זאלסט זינגען אויף זיינס א ניגון אדער א ישיבה פורים סינגעל/וועדינג סאנג, גייסטו עס טוהן? אדער האסטו געוויסע פאליסי'ס איבער דעם?

פאר דע רייט פרייז, אלמאסט עווריטינג איז פאסיבעל…

•••
היכל הנגינה

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכל הנגינה »

אייוועלט: לאמיר אריבערגיין צו 'חתונות';
וואס קענסטו זאגן אז שמואלי אונגאר האט אריינגעברענגט אין די היימישע חתונות, עפעס וואס איז נישט געווען בעפאר?

שמואלי: דאס איז א גוטע קשיא. דאס איז א גוטע קשיא...

יעצט אז איך דארף צוריקקוקן - בשעת מעשה האב איך נישט משים על הלב געווען און איך האב געטון וואס איך האב צו טון, אבער יעצט ווען איך קוק צוריק - איך מיין אז איך האב אריינגעברענגט ביי חתונות אין אמעריקע א געוויסער 'אינפארמאליטי'...

אין אמעריקא איז אלעס פארמאל, אלעס איז פונקטליך. ס'דא א אינטראו, ס'דא א ניגון, יעצט זינגט מען דעם ניגון און יעצט זינגט מען יענע ניגון... ווען איך האב אנגעהויבן זינגען ביי חתונות בין איך מער מיט די מענטשן, ס'איז געווארן מער ענטערטעינמענט ווי פלעין זינגען.

למשל ווען איך הייב אן זינגען, פאר די ערשטע ניגון, קודם באגרוס איך דעם עולם... "מזל טוב מזל טוב מחותנים! מזל טוב משפחת קלויזענבורג! מזל טוב משפחת בעלזא!"... אזוי ברעכט מען די אייז...

און נאכדעם איז שוין צוגעקומען די אלע מינע משוגעת'ן, די אלע "אה-אה-אה-אה, אה-אה, אה, אה-אה" אזוי מיך אריינצולייגן אין די גיער... "אה-אה-אה-אהודני, אהודעהעני..." אזעלכע מיני שטיק...

בעיסיקלי, איך האב אוועקגענומען די פארמעאליטי. און איך מיין אז היינט קענסטו טאקע שוין זען ווי אסאך נייע זינגערס זענען שוין מער 'לאאס', מ'רעדט שוין און מ'ערלויבט זיך שוין צו לאכן...

מיכאל האט עס טעקניקלי שוין אויכעט געהאט, סאו מיכאל האט עס שוין געברענגט, באט איך ווייס נישט צו מיכאל האט עס דורכגעבראכן. נאר מיכאל האט עס געקענט מאכן און קיינער נישט מער. היינט איז אבער געווארן, אז דער עולם שעמט זיך סאך ווייניגער ווי אמאל ארויסצוקומען מיט טעלענט.

איך האב פונקט געשמועסט מיט איינעם נעכטן, אז 'בעק אין די דעיס', ווער ס'איז אויפגעוואקסן אין די זיבעציגער אכציגער יארן, איז געווען זייער פאר זיך, לייק ס'איז א געווען א חידוש אז 'אהה ער איז איינער וואס איז א בדחן! ער איז א זינגער!' ס'געווען ממש איינצעלנע...
מענטשן וואס זענען אבער אויפגעוואקסן אין די טא-טאוזנטס זענען סאך מער באקוועם ארויסצוקומען מיט די טעלענט, מ'שעמט זיך נישט צו שרייבן אדער צו פעינטן אדער צו זינגען אדער צו בדחנ'ען, ס'איז א נייע דזשענערעישען...

•••


אייוועלט: ענערדזשי... פון וואו נעמט א איד אזויפיל ענערדזשי?

שמואלי: איך דארף אסאך שלאפן. אסאך שלאפן…

און די מציאות איז אז ענערדזשי 'קומט'... אז ס'הייבט אן קומען ענערדזשי, קומט שוין די גאנצע זאך... אז דער עולם טאנצט, און אז איך בין אין א גוטע מוט, און די סטעידזש ארבעט און מ'זינגט - קומט א גוטע ענערדזשי...

און דא קומט ווייטער אריין סייעתא דשמיא. נישט אייביג ווען איך קום אן צו א דזשאב, צו א חתונה אדער צו א דינער, בין איך דוקא אין א גוטע מוט און אויפגעלייגט. ס'קען זיין אז דעי טאג בין איך ארויסגעגאנגען פונדערהיים און מיין ווייב האט מיך געהאט געבעטן פאר איך בין געגאנגען, טו מיר א טובה, כ'ווייסוואס, עפעס מיט די קינדער, און איך האמיך געיאגט איך דארף גיין, און זי איז ברוגז, און כ'ווייס? כ'בין נישט אין אזא גוטע מצב... ס'קען זיך מאכן, פארשטייסט?

איך האב א 'לייף'. איך בין טאקע א זינגער, באט איך בין אויך א טאטע פון קינדער... און יו נאו? איך בין ריספאנסיבל פאר געוויסע זאכן...
כ'מיין אז מענטשן - די ליינער פון די שורות - קוקן מיר אן אלס א 'זינגער', און זיי מיינען אז זיי קענען מיך אויכעט... און דעיס האב איך אויך זייער אסאך, מענטשן קומען צו מיר זאגן "שמואלי, איך האב דיר נישט געקענט פון פארדעם, באט איי גאט טו סעי, דו ביסט זייער א 'האמבלד גיי'..." איך האב עס יעצט דא געהאט ביי א פארטי, מיט אפאר מענטשן...

פון איין זייט האב איך עס ליב צו הערן, אבער איך האב זיי צוריקגעזאגט "וואס האסטו געטראכט? פארוואס האסטו געטראכט אז איך בין נישט קיין האמבלד גיי?...".
איך מיין אז מענטשן דארפן קענען זען אויף א זינגער ווער ס'איז האמבלד, ווער עס האט יומיליטי, ווער עס זינגט מיט א געוויסע נאבעלקייט, און ווער עס זינגט מיט א שטאלץ און מיט לייק 'העהעהע...' דאס... מ'דארף דעיס קענען ליינען.

סאו איך בין אביסל סופרייזד ווען א מענטש זאגט "ער מיינט אז איך בין -" מענטשן פרי-דזשאדזשן. מ'קען מיך אלס א זינגער און מ'האט נישט קיין אאאהנונג...
פאר די ליינער דא בין איך 100% זינגער... דעטס איט. אבער אין מיין לייף, אין מיין פערסענל לייף- איך גיי זאגן א נאמבער, לעטס סעי זינגען איז - ס'איז מיין פרנסה, סאו ס'אינטערוויינט, ס'איז מיין פעעשן, ס'איז מיין ליין, ס'איז מיין איידענטיטי, סאו ס'שווער צו זאגן א עכטע נאמבער. באט זינגען איז - א 'חלק' פון מיין דעי-טו-דעי לייף, יו נאו?

סאו, צוריקצוגיין צו די קשיא... ענערדזשי.

מ'דארף ארבעטן אויף זיך, נא?...
מ'דארף ארבעטן אויף זיך צו האבן א גוטע ענערדזשי, און צו זיין אין א גוטע מוט. נישט יעדן טאג איז מען אין א גוטע מוט, אבער אז מ'הייבט אן צו זינגען ווערט מען אין א גוטע מוט…

•••


אייוועלט: וויאזוי קענסטו זיך אויפפרישן פאר א חתונה טאמער ביסטו נישט אין די גיסטע? אדער שפירסט זיך נישט גוט?

שמואלי: אויב איך בין נישט אין די גוסטע, דאס האב איך אסאך מאל - נישט אסאך מאל, כ'קען עס האבן, 20% פון דזשאבס א יאר, קען איך אנקומען און כ'וועל נישט פילן די בעסטע מוט אדער די מערסטע פריש, אדער מיין שטומע איז מיר גוט, לייק, לעטס דא דיס...

און די צוואנציג פראצענט ווען איך בין נישט אין די גוסטע - איז אבער הונדערט פראצענט פון די צייט, ווער איך אין די גוסטע ווען איך הייב אן צו זינגען. איך האב נאכנישט געהאט אזאנס אז איך האב אנגעהויבן צו זינגען און איך בין נישט געווען אין די גוסטע נאכדעם. ס'איז נאר פארדעם. צו ווייל מ'האט געהאט א סטרעספול דעי, צו ווייל עפעס איז נישט געגאנגען זיין וועג, צו וואטעווער ס'איז. ווען מ'הייבט אן צו זינגען, מ'כאפט אן די מייק - "קנא לשמך נווורא ונקדאאאש..." יו דזשאסט גאו וויט איט... מיוזיק ליפטס יו אפ, איט מעיקס יו אין עי גוד מאוד...

יעצט ווען איך פיל מיר נישט גוט, איז א צווייטע מעשה. כ'פיל מיך דאך נישט גוט... פארשטייסט?
דארף מען האבן סייעתא דשמיא. ווייל ווען איך פיל דאך דיך נישט גוט קען איך דאך נישט גיין זינגען, ווייל איך פיל דאך דיך נישט גוט…
כאפסט? כ'פיל דאך דיך נישט גוט…

•••


אייוועלט: ווער באשליסט וועלעכע נייע ניגון גייט מען נאכזינגען, קוקסטו וואס אנדערע טוהען, אדער וואס דיר שמעקט? אדער איז עס גאר דער פראדוסער, אדער שפילער?

שמואלי: איך האב זייער הנאה פון דעי קשיא… איך האב שוין געהאט אסאך אינטערוויאס, דעיס איז גוטע קשיא דא...

קיינער באשלוסט נישט.

יעצט בין איך אין א אנדערע פאזישן ווי ווען איך האב אנגעהויבן, איך בין אין א אנדערע פלאץ יעצט. איך האב שוין נישט היינט אזויפיל חתונות ווי איך האב געהאט אמאל. איך האב מער געסוויטשט, איך פאר מער ארום אין די וועלט, און אפילו דא לאוקעלי זע איך אז איך מאך - איך מאך חתונות, אבער - עקסקלוסיוו חתונות, און איך זינג ביי דינערס, בר מצות, א שיינע שבע ברכות, לאו דוקא חתונות. צו מיט המספיק, ארגאנעזעישנס, ס'דא אסאך אסאך אנדערע ארבעט חוץ חתונות. איך האב אביסל געסוויטשט, און דער באשעפער פירט די וועלט, אלעס איז גוט און כ'בין זייער העפי... כ'בין זייער העפי וואו איך בין יעצט.

סאו ווען איך האב אנגעהויבן צו זינגען - אודאי האב איך געמוזט זינגען די ניגונים וואס זענען געווען 'אין' - אבער איך האב אויכעט געזינגען ניגונים וואס איך האב ליב געהאט. און עט סאם פוינט געדענק איך אז איך זאל אריינברענגען א געוויסע ניגון און איך זאל זען אז מ'זינגט עס, צו ס'איז געווען ביי שרולי אדלער האב איך געזינגען "אוי, ווען א חסיד געט א שפרינג..." דעי ניגון האב איך געזינגען און ס'האט געגעבן א קום אריין...

נאכדעם האב איך עס געהאט מיט "אין המלך אין המלך אין המלך נושע..." האב איך עס געזינגען ווייל איך האב ליב געהאט די שטיק דערפון... און ס'געווארן אז יעדער האט עס געזינגען.

און ס'איז מסתם דא נאך אפאר אזאכע ניגונים. איך מיין אז "מיר זענען דיינע קינדער, דו ביסט אונזער טאטע..." איך האב עס געזינגען, ס'געווען א ווידיאו, און דעמאלס איז די ניגון זייער שטארק אריינגעקומען.

סאו אין א געוויסע זין האב איך געפילט ווי כאילו איך סעט די טרענד... און יעצט האב איך ארויסגעשיפטעד און איך זע אז איך זינג מער פון מיינע ניגונים.

אבער ווער ס'מאכט אפ? כ'מיין אז די 'מענטשן' מאכן אפ. די זינגערס קענען נישט אפמאכן. די זינגערס זינגען, מ'טרייט אויב איינער וויל מער שטופן זיין זאך, קוק אפילו אויף מיך - מענטשן זאגן מיר 'שמואלי, אלע דיינע ניגונים זענען היטס...!', נישט אלע ניגונים זענען היטס. וואס טוט זיך מיט, איך האב א ניגון, "אתה הראת לדעת", ס'נישט אנגעקומען אין ערגעץ... איך האב א ניגון "אמן… ישועות מיט רפואות, ענטפערטס: אמן…", מ'זינגט עס דא דארטן... איך האב "מי כעמך ישראל" וואס מ'זינגט בכלל נישט...
איי העסטע זאגן מ'קען עס שטופן? מ'קען גארנישט שטופן... די מענטשן מאכן אפ און שוין.

אסאך מאל איז טאקע דא א אויסנאם. באט אלטאמעטלי - די מענטשן. מ'קען נישט שטופן. כ'קען נישט זען א ניגון וואס מ'האט געשטופט און ס'געווארן א היט...

•••


אייוועלט: ווילאנג דארף נעמען פאר א נייע ניגון צו אריינקומען אין די חתונה זאלן?

שמואלי: איך האב נישט קיין אהנונג... ס'איז דא ניגונים וואס כאפט שפעט, למשל הנני פון בערי וועבער האט געכאפט פינף זעקס יאר נאך וואס די סידי איז ארויסגעקומען - ווען ס'איז ארויסגעקומען האט מען עס נישט געזינגען - און אזוי איז דא אסאך ניגונים וואס כאפט שפעטער, ס'איז נאכנישט די צייט, ממש אזוי…

אסאך מאל איז דא א ניגון וואס כאפט אויף די מינוט, אבער נאכדעם גייט עס ארויס פון סטייל… סאו דעס מיינט אז זינגער'ס האבן עס געוואלט זינגען - פון די פריעדיגע קשיא... אבער מענטשן האבן עס נישט געבעטן, מ'האט געבעטן אנדערע זאכן און אזוי פאלט עס ארויס פון די ליסטע. אויב מענטשן וואלטן עס געבעטן וואלט עס געבליבן אינעווייניג. אבער כ'מיין אז ס'האט נישט קיין זמן, קיין סעט זאך, ווען א ניגון קומט אריין ווי לאנג ס'נעמט… איי דאנט טינק סאו.

•••


אייוועלט: וואס מאכסטו ווען דער מחותן וויל אזוי, און די בחורים ווילן אזי.. וכדומה?

שמואלי: מ'דארף קענען האבן דעם פיפטן שולחן ערוך...

מ'דארף עס אויסשמעקן, און מ'דארף זאגן פאר די בחורים וואס זיי דארפן, און מ'דארף זאגן פאר די מחותנים וואס זיי דארפן.

וואס וויל דער מחותן וואס פארפירט? ער וויל א האג, ער וויל פילן אנדערסטוד, ער וויל פילן אז ער האט א ווארט. סאו מ'קען אים זייער שיין מסביר זיין אז ס'איז אויך דא א חתן און זיינע חברים.

מ'דארף געבן סימפאטיע, "איך גיי אם ירצה השם זינגען, וועלכע ניגונים ווילט איר? - איך גיי עס זינגען. זיי ווילן אבער אויך דאס, מ'דארף יעדן מאכן פילן באקוועם, באט מחותן, איי וויל טעיק קעיר אוו יו!".
ער וויל הערן דעם גוט ווארט. ווען ער הערט דעיס, האסטעם, און ער פארפירט נישט.

און די בחורים אויכעט. די בחורים, אז מ'זאגט זיי "גיי טאנצט, בארוהיגטס ענק", גייען זיי טאנצן, ס'איז נאר דא אייביג אפאר וואס דרייען איבער.

די פוינט איז, מ'דארף קענען מענאווערן, און מ'דארף פארשטיין וואס דער אנדערער וויל. די בחור וויל דען דוקא דעם ניגון?... ס'איז אלעס נעבעך א געים... כאפסט?

יא. מ'דארף פארשטיין וואס די מענטשן ווילן, און אז דו מאכסט זיי פילן אנדערסטוד האסטו געמאכט דעם דזשאב, און נאכדעם ווען זיי קומען פארפירן האסטו שוין מיט זיי א שפראך, "מ'האטעך שוין גערעדט, מ'האטעך שוין געזאגט, איי גאט יו"...

•••


אייוועלט: וואס האלטסו קען זיך טוישן אין היימישן מוזיק ארענע, ספעצעיל ביי חתונות?

שמואלי: ביי א חתונה וואלט איך גארנישט געטוישט, איך וואלט געלאזט חתונות וויאזוי ס'איז. ס'דא א חתן, מ'טאנצט פאר אים די חברים, ס'נישטא וואס צו טוישן. א חתונה גייט בלייבן די זעלבע. משמח זיין חתן-כלה.

אין די היימישע מוזיק ארענע וואלט איך געהאלטן אז מ'קען אסאך צולייגן און פארבעסערן, אבער חתונות וואלט איך נישט געטוישט. חתונות איז גוט וויאזוי ס'איז. כ'מיין, מ'קען אייביג צולייגן מיוזישנס, אראפנעמען מיוזישנס, איך בין נאך אלס א פען פון א פלעינע 'וואן מען בענד', שוין, מיט א גיטאר אין די זייט, און נו, אפשר א קווייער...

דעיס קענען זיך טשעינדזשן, א גרעסערע סטעידזש, א קלענערע סטעידזש... אבער די אויסשטעל פון חתונות? - ס'געשעט עניוועי טשעינדזשעס, אמאל פלעגט מען שפילן אויף חתונות אויף 120 דיסקא, און יעצט שטיימיר דא ביי 128... ס'ווערט אגאנצן צייט שנעלער און שנעלער, און שוין...

נעקסט?

•••


אייוועלט: וועלעכע סארט ניגונים שפירסטו זיך די מערסטע באקוועם נאכצוזינגען הארציג, לעבעדיג וכדו'?

סאו ס'ווענדט זיך אין מיין מאאד. אסאך מאל בין איך אין די מאאד פון היי ענערדשי און מ'דארף זינגען לעבעדיגע ניגונים, אסאך מאל בין איך מער אין א פאוואליע מאאד און כ'וויל זינגען מער שטייטע ניגונים, אסאך מאל בין איך מער אין א סעד עמאושענעל מאאד וויל איך זינגען ניגונים וואס איז מער עמאושענעל, און אסאך מאל בין איך סתם אזוי אין אזא דזשאלי מאאד, נישט היי ענערדשזי אבער גוט אויפגעלייגט, וויל איך זינגען מער אפביט געשמאקע ניגונים. סאו ס'ווענדט זיך אין די מאאד…

איך האב ליב צו זינגען אלע ניגונים עז לאנג ס'איז גוט און איט מעיקס מי פיל גוד, האב איך ליב אלע ניגונים…

•••


אייוועלט: וואס איז דיין פעיוועריט דזשאנרע פון ניגונים, אמאליג היינטיג?

שמואלי: ס'טוישט זיך אלעמאל... איך האב אלעמאל אנדערע פעיוואריטס.

אלטע ניגונים דערמאן איך זיך פון אלטע צייטן, נייע ניגונים איז פון היינט, און יעדע ניגון מאכט מיר א דיפרענט זאך. איך האב ליב 'גלות גלות ווי גרויס ביסטו' פון ר' אייזיק'ל קאליב'ער איז א מורא'דיגע ניגון וואס מאכט מיר אייביג אזוי ווי טשילס... און… - אויך די היינטיגע ניגונים. איך האב ליב די היינטיגע דיסקאוס.. וועלכע ניגונים האב איך ליב וואס איז לעצטנס גוט? איך דארף טראכטן. באט איך האב ליב ביידע...

•••


אייוועלט: אויב בעט מען דיר צו זינגען א ניגון אויף העברעאיש און דו פארשטייסט נישט קיין ווארט פונעם ניגון, גייסטו עס נאכאלץ זינגען?

שמואלי: זיכער, סא שאלה...

נישט נאר אין איברעאיש… איך זינג אסאך ניגונים אין לשון קודש וואס כ'פארשטיי נישט וואס איך רעד... איז עס די ווייבס, די ניגון, ס'איז העכער ווי ווערטער...

•••


אייוועלט: צו האסטו בחורים אגענטן אין ישיבות? און אויב יא, ברענגן זיי טאקע אריין די מערהייט פון דיינע דזשאבס?

שמואלי: (לאכט...) ניין, איך האב נישט קיין בחורים עידזשנס אין ישיבות... כ'פלעג האבן, ווען איך האב אנגעהויבן צו זינגען האב איך געהאט, אבער איך האב קיינמאל נישט געפילט ווי כ'האב א עידזשנט וואס לכבוד איהם האב איך דזשאבס… איך בין געווען א גוטער זינגער, איך האב געארבעט שווער, און איך האב געהאט דזשאבס... איך האב קיין איינמאל נישט געהאט א גוטער עידזשנט וואס האט א געשליפענער צינגעל און ער קען מיר אריינרוקן… בכלל נישט געווען אין פלאץ. קיינמאל נישט.

אייביג איז דא א עידזשנט, אפילו יעצט. כ'טראכט איך האב איינעם אין לעקיוואד, אבער זיי זענען נישט קיין בחורים, זיי זענען מער סיריעס כעוורע וואס זיי בוקן אסאך שפילערס און זינגערס… כ'ווייס נישט צו זיי הייסן א עידזשנט, באט זיי ברענגען אויך נישט די מערהייט פון די דזשאבס. די מערהייט פון די דזשאבס קומען פון מויל צו אויערן. מענטשן ווייסן...

•••


אייוועלט: לאמיר אריבערגיין שמועסן איבער דיינע הערליכע סידיס;
למעשה, וואס האט דיר געמאכט ארויסגעבן דיין ערשטן/צווייטן סידי, שמואלי 2?


שמואלי: איי געס ס'איז געקומען צו א צייט וואס איך האב געפילט אז כ'דארף עס נעמען צו די נעקסטע לעוועל.

ארויסגעבן א סידי איז בעיסיקלי ארויסשטעלן אייגענע מאטריאל, און דאס קען מען עווענטשעלי זינגען אויב מ'באשטעלט מיר, אדער קען מען דאס ריקוועסטן ביי אנדערע עווענטס ס'זאל זיין גוטע ניגונים. סאו ס'איז אלעס צו געינען פאפולעריטי און בויען די ברענד מאר אימפארטענטלי. ווייל איך האב געטראפן נפתלי משה שניצלער, און ער מאכט סידי'ס, דאס איך דאך זיין פרנסה, סאו ער האט מיר געטראפן און מיר געזאגט אז מ'קען ארויסגעבן... איך האב נישט גע'חלומ'ט אז כ'גיי ארויסגעבן א סידי…

עז עי מעטער אף פעקט, די ערשטע צוויי יאר וואס כ'האב געזינגען, - איך האב געוואוינט אין מאנרא, כ'האב געזינגען אין מנוחת הנפש און אין ראוז קעסטל, און מענטשן זענען מיר געקומען פרעגן, נו שמואלי ווען געבסטו ארויס א סידי?... און איך האב אייביג געפילט ווי זיי קומען מיר אזוי מעודד זיין… ער איז א זינגען סאו ער דארף ארויסגעבן א סידי… איך האב אייביג געהאט א לאנגע עקספלענעישן, האב איך געזאגט אז ס'איז דא א זינגער וואס זינגט אויף חתונות, נאכדעם איז דא א זינגער וואס איז א סטודיא ארטיסט. איך בין נישט קיין סטודיא ארטיסט, איך בין א חתונה זינגער. קוק אן, האסטו צאלי גאלד, ער זינגט שוין פופצן יאר און ער האט נאכנישט ארויסגעגעבן קיין איין סידי, - דאס איז נאך געווען פאר אהבה רבה - אזא מין זינגער בין איך. כ'בין נישט קיין פענסי זינגער ווי יומי לאווי מיט שלמה טויסיג וואס מ'געט ארויס שיינע סידי'ס... ס'איז וועי עבאוו מי. אזוי האב איך גענטפערט און אזוי האב איך עכט געהאלטן…

באט שפעטער, נפתלי משה קעים אין אינטא מיי לייף און זאכן זענען געגאנגען אנדערש, אזוי האמיר ארויסגעגעבן די ערשטע דיסק, און ס'איז געווען - וויאזוי זאגט מען… - קריטיקעלי עקלעימד.. ברוך השם, איט וואס נייס... און נאכדעם מאך א ברכה און נאכדעם מדריגות, אבער מ'קען זען אז איך הייב אן מער און מער צוביסלעך ארויסקומען אויף מיינע אלבומ'ס. שמואלי-2 איי וואז פלעינג איט ווערי ווערי סעיף, און ס'האט נישט געהאט קיין סאך שמואלי פלעוואר… ס'האט געפעלט אינדענדעטי, און ביי מאך א ברכה איז דעס מער ארויסגעקומען, און ס'איז טאקע געווען שטערקער. און נאכדעם מדריגות איז עס געווען נאך שטערקער, אבער אויף א דיפרענט אופן, באט ס'איז אויכעט מער מיך...
שוין, איך פארקריך שוין דא פון די קשיא…

•••


אייוועלט: וואס איז געווען די ערשטע ניגון וואס דו האסט געזאגט 'דאס איז מיינס!'?

שמואלי: אמממ... כ'דארף מיך דערמאנען...

'מה יתרון לאדם' פון מיין ערשטן אלבום האב איך זייער ליב געהאט. ער האט געבעטן זייער טייער פאר עס, און איך האב איהם באצאלט ווייל איך האב געפילט אז איך מוז עס האבן.

איך האב עס געפילט ביי 'רבון' "רבון רבון כל העולמים..." איך האב עס געהערט די ערשטע מאל און איך האב געטראכט, פון דעם מוז איך מאכן א ווידיאו... איך מוז מאכן א קאווער פון דעם ניגון. דעיס האב איך זייער שטארק געפילט און איי ווענט וויט איט וויט די נעקסט פיו מאנטס.

די ניגונים פון מיין אייגענע אלבום - אסאך מאל הער איך א ניגון פון הערשי, און איך לויף נאך הערשי פאר א געוויסע ניגון, כ'זאג אים איך דארף דעי ניגון דו מוזט מיר עס געבן, און... ער האט נישט געוואלט... למעשה געבט ער עס מיר און - - - דעי וואך האט ער מיר גערופן און ער זאגט מיר' 'שמואלי, די ניגון איז דיינס!'.

איך האב געהערט ירא שמים אין סטודיאו, ס'איז געווען א גוטע ניגון, און איך האב געזאגט 'אקעי', דעיס איז א גוטע ניגון איי לאוו איט ווערי מאטש, לאמיר עס לייגן אויפן אלבום.

אויב דעיס ענסערט די קוועסטשן...

•••


אייוועלט: דו פיקסט די ניגונים פאר דיינע סידיס, אדער די פראדוצירער?

שמואלי: אויסוועלן די ניגונים איז א פראסעס...

פארשטייט זיך, מיין פראדוסער דארף עס ליב האבן. פארוואס דארף עס מיין פראדוסער ליב האבן? ווייל אויב נישט, אויב געב איך ארויס ניגונים וואס איך האב ליב, וועט עס זיין אזוי ווי אביסל סעלפיש... ווייל איך מאך מיר מיינע ניגונים, מיין ארט, ס'איז נישט שיין. געב וואס מענטשן ווילן הערן, שעיר דיין מיוזיק מיט מענטשן. מענטשן זאלן עס קענען נאכזינגען, מענטשן זאלן עס וועלן זינגען ביים שבת טיש. סאו פאר דעם האב איך די העלפ פון א פראדוסער וואס ער קען מיר אוועקנעמען פון מיין פלאץ, פון זאכן וואס איך האב פערסאנעלי ליב, צו א פלאץ וואו מענטשן גייען ליב האבן. סאו ביידע צוזאמען וועלן אויס די ניגונים. די שווערסטע פאַרט איז צו אויסוועהלן די ניגונים, באט ס'ווערט מיר נאר גרינגער.

אין אנהייב האב איך נישט געוויסט אפילו וויאזוי צו וועהלן. באט עז איים גראואינג אלדער, און איך בין מער אין טאטש מיט מיר און איך ווייס מער וואס איך זינג און מער וואס איך וויל, און איך זינג די ניגונים פאר מענטשן און איך זע וואס מענטשן פיקן אויף און וואס מ'זינגט מיט, באקום איך א בעסערע שמעק.

באט מ'פיקט עס צוזאמען. מ'פיקט עס צוזאמען.

ס'קען אסאך מאל זיין א ניגון וואס נאר איך וועל ליב האבן. ער זאגט מיר 'איך האב עס נישט ליב' און איך וועל אים זאגן 'איי דאנט קעיר. דעיס גייט ארויף', דעמאלס וועט ער זאגן 'אקעי, לייג עס ארויף'. אדער פארקערט - איך מיין אז פארקערט איז נאך נישט געווען. נע, ס'איז זיכער יא געווען... - וואס ער האט מיר געזאגט 'דעיס מוז ארויפגיין' און איך זאג 'איך פל עס נישט. איי דאנט לייק איט'... 'יא, לייג עס ארויף, מ'דארף עס זינגען... '. באט בדרך כלל האמיר אונז עס ביידע ליב.

•••


אייוועלט: וועלעכע סידי האט זיך די מערסטע פארקויפט? (און אויב מ'מעג פרעגן, וויפל קאפיס מיינט די מערסטע?) און לדעתך, פארוואס?

שמואלי: מיין סידי וואס האט זיך די מערסטע פארקויפט איז לכאורה 'אן סטעידזש'.

ס'קען זיין אז 'בעק סטעידזש' גייט עס ביעטן, אבער 'אן סטעידזש' האט זיך דערווייל פארקויפט די בעסטע.

איך קען דיר ענטפערן דער נומער, באט מ'דארף דאך וויסן די רעלעטיוועטי. רעלאטיוו צו וואס? וואס האט מען פארקויפט אמאל, וואס פארקויפט מען היינט. ווער פארקויפט וויפיל, ווער פארקויפט אסאך, וואס הייסט אסאך... אזוי וועסטו קענען וויסן מיין פלאץ...

באט איך האב זייער שיין פארקויפט. ס'איז אנגעקומען ווייט, איך האב באקומען אסאך גריסן דערפון, און איך מיין אז עס האט זיך פארקויפט די מערסטע.

לדעתי פארוואס? ווייל ס'איז דא איידענטיטי דארט. און יעצט קומט מען צוריק צו די פריערדיגע זאך,
איך בין א חתונה זינגער, דעיס האב איך געטון די לעצטע 5 יאר און איך האב דארטן עקסעלט, איך בין אריינגעקומען אין א זאל און געמאכט לעבעדיג דארט, מ'האט געזינגען פרייליכע ניגונים און יו דזשאסט מיקס איט אפ, מ'האט געמאכט פרייליך אינטערטעינמענט און גוטע ענערדזשי אין זאל. דעיס האב איך אריינגעלייגט אין דעם סידי. סאו ס'האט א איידענטיטי, ס'איז דא וואס אנצוכאפן.

ווייטער 'מאך א ברכה' מיט 'שמואל 2' וואס איז א אנדערע בחינה. ס'איז איך וואס איך שטעל ארויס נייע ניגונים, מיינע ניגונים וואס איך זינג עס די ערשטע מאל, איך ברענג עס לאור העולם. נישט יעדער ווייסט ווער איך בין און נישט יעדער וויל הערן נייע ניגונים, וואטעווער, ס'דא אלע מינע תירוצים...
אבער א סידי וואס יעדער קען די ניגונים און ס'איז א חתונה - יעדער גייט צו חתונות, און ס'פילט גוט - ס'איז ברוך השם געווען א גוטע סידי, מ'האט געהאט סייעתא דשמיא - אפשר וועגן דעם האבן עס מענטשן מער אויפגעכאפט.

און לכבוד דעם האב איך שוין פארקויפט מער 'מדריגות' ווייל דאס האט מיר שוין געמאכט מער פאפולער.

•••


אייוועלט: וועלעכע ניגון האסטו נישט געגלייבט אז ס'וועט ווערן אויפגעכאפט און ס'געווארן, און וועלעכע האסטו געמיינט אז ס'וועט זיין א היט און ס'נישט געווארן?

שמואלי: איך האב ליב די לאמיר טראכטן.. איך האב נישט געטראכט אז 'רחמנא' גייט זיין אויפגעכאפט, און איך האב נישט געטראכט אז 'בטחו' גייט זיין אויפגעכאפט. א.א.וו.
און פארקערט, א ניגון וואס איך האב געהאלט אז ס'גייט גיין און ס'איז נישט געגאנגען, אהההה... 'מה נשתנה' אין א וועג. איך האב געהאלטן אז מה נשתנה גייט זיין מער אויפגעכאפט, אבער אפשר ווייל ס'איז שווער צו זינגען, ס'איז צו פענסי... ס'מאכט סענס, איי וואס דזשאסט קידינג מייסעלף אז ס'גייט זיין אויפגעכאפט. אממ, וואס נאך וואס נאך... 'אמן- ישועות מיט רפואות-ענטפערטס אמן…' פון מדריגות, איך האב געהאלטן אז יענע ניגון קען גיין, און מענטשן האבן מער ליב געהאט 'לך'. אבער איך האב אויך געהאלטן אז לך קען גיין.

•••


אייוועלט: די לעצטע סידי 'מדריגות' האסטו געמאכט א שארפן רעכטס, איז עס ריכטיג? אויב יא, וועם איז עס צו פארדאנקען? און וואס פלאנסטו אויפן נעקסטן סידי?

שמואלי: יא ס'איז ריכטיג, באט איך האב נישט געפילט אז כ'נעם א שארפע רעכטס, איך האב געפילט ווי -לאז מיך ארויסגעבן א סידי פון מיינע ראאטס, איך בין א חסידישע בחור, א חסידישע גיי, און איך האב דזשאסט געוואלט מאכן א חסידישע אלבום מיט גוטע ניגונים… איך גיי נאך מסתמא מאכן נאך אזאלכע אלבומ'ס אין די פיוטשער, ווייל ס'איז שיין. ס'איז בא'טעמ'ט, ס'איז טעיסטי, ס'איז גוט - ס'איז דזשאסט גוט.

און ס'איז נישט צו פארדאנקען קיינעם. ס'איז צו פארדאנקען די פראסעס, ס'איז צו פארדאנקען נפתלי משה, הערשי, מיך, די טאוט פראסעס, יו קנאו... די ברעינסטארמען. ישעי גראס מסתם איז געווען א אינפלוענס... אפשר ר' יואלי'ש יאקאבאוויטש, מיין רבי, איי דאונט קנאו אלעס צוזאמען...
ס'איז א דזשערני. לייף איז א דזשערני. דאס איז געווען די דזשערני, וואס זאל איך דיר זאגן, ס'איז גוט ס'איז שיין, איך האב מורא'דיג הנאה פון מדריגות.

די נעקסטע סידי, אויב איז דעס רעכטס, גייט די נעקסטע זיין לינקס... באט איך רוף עס נישט רעכטס און לינקס, איך רוף עס מעינסטריעם מיוזיק... יא מעינסטריעם מיוזיק. מיין נעקסטע סידי גיי איך נישט פרינטן אין קיין קאפיס, כ'וועל פארקויפן אויף מיין וועבסייט הארד קאפיס, אבער כ'גיי עס ארויסשטעלן נאר דיגיטעלי און כ'גיי עס נישט דיסטריביוטן אין קיין סטאר'ס. איך פיל אז ס'איז א טויטע מארקעט... דעס מאל האב איך עס געטון, איך פיל כ'שטעל עס צו עז עי סערוויס, און די נעקסטע מאל וועל איך עס האבן אויף מיין וועבסייט. כ'וועל פארקויפן דארט יו.עס.בי'ס, רעקארדס, טעיפס, מיט סידי'ס... דארטן גייט עס אריין ווייל היינט איז אלעס דיגיטעל. סאו די נעקסטע סידי גייט זיין א דיגיטעל סידי אי''ה אזוי ווי בטחו מיט בר עלאי, ס'איז דיגיטעל סטאף, ס'איז קיינמאל נישט ארויסגעקומען אויף אן אלבום און ס'האט געכאפט. ס'איז גוט, ס'גייט. מ'דארף עס נישט האבן אויף א הארד קאפי.

באט ס'גייט האבן מער לעבעדיגע ניגונים. איך וועל האבן מסתם דארט, כ'ווייס נישט… איך קוק עס אן ווי צען צוועלף טרעקס, כ'וויל האבן דריי שטאטע ניגונים, און די איבריגע וויל איך זאל זיין לעבעדיגע, מער אפביט סטאף, מער קאנטעמפארערי.

יא יא, אי''ה, די באשעפער זאל געבן די כוחות מ'זאל ווייטער קענען אנגיין, אבער דאס איז די פלאן...

•••


אייוועלט: וועלעכע ניגונים וואס דו האסט ארויסגעגעבן זענען לדעתך די שטערקסטע היטס?

שמואלי: יעצט איז עס אויף א צייט וואס כ'קען נישט דיסיידן צו ס'איז 'מאך א ברכה' אדער 'ירא שמים'. ירא שמים, קוקט אויס, גייט איבערהיפן מאך א ברכה...

מאך א ברכה האט מיך גענומען אויף א מורא'דיגע פלאץ, ס'האט מיר גענומען צו א נייע קראוד... איך האב ממש געזען באשיינפערליך וואס א ניגון קען טון צו איינעם, סאו מאך א ברכה איז פון מיינע שטערקסטע היטס. ירא שמים, רחמנא, לכבוד שבת, בר עילאי, דאס איז וואס איך קען געדענקען...

נאכדעם איז אויכעט דא 'קל מסתתר', קל מסתתר איז א ניגון וואס איך זינג אסאך און איז אויפגעכאפט. אויכעט איז דא ניגונים וואס איז אויפגעכאפט אין ארץ ישראל, און נאכדעם איז דא ניגונים וואס איז אויפגעכאפט אין אמעריקא, ס'איז אנדערע מינע מענטשן וואס האבן ליב אנדערע מינע ניגונים... באט דעס איז בעסיקלי די ליסט, לדעתי…

•••


אייוועלט: וויאזוי שפירט זיך עס אז מ'זינגט נאך אזויפיל ניגונים וואס שטאמען פון דיר?

שמואלי: ווייסט א עושר האט מיר אמאל געפרעגט, א גרויסע עושר, - כ'פארצייל די מעשה אסאך - האט ער מיר געפרעגט 'שמואלי, וויאזוי פילט עס צו זיין א סטאר?...' און איךהאב אים צוריקגעפרעגט, לאמיר אים רופן יואלי... כ'זאג אים 'יואלי, וויאזוי פילט עס צו זיין א ביליאנער?...' זאגט ער מיר אז ער פילט עס נישט… און דאס איז עקזעקלי די זעלבע תירוץ, אז כ'פיל עס נישט.

איך האב שוין פריער געזאגט אז זינגען איז א חלק פון מיין לייף, און איך האב אויך א אנדערע לייף. כ'האב קינדער, כ'האב א ווייב, כ'האב הוצאות, כ'האב פעמילי, כ'האב א לייף חוץ זינגען. מענטשן קוקן מיר אן נאר ווי א זינגער, סאו ווען איינער, לאמיר זאגן, קומט אויף מאנסי און ער גייט דאווענען און ער זעט מיר אריינוואקן אין שול... ער ווערט אינגאנצן לייק שמואלי אונגאר די זינגער איז דא... באט ווען איך וואק אריין טראכט איך נישט שמואלי אונגאר וואקט אריין... הו, איך בין שמואלי אונגאר... איך טראכט נישט אזוי, און כ'קען מסתם אזוי זאגן אויף אלע אנדערע זינגער'ס, מ'טראכט נישט אזוי. ווייל - אזוי ווי די עושר האט מיר געזאגט, ער טראכט נישט אז ער איז א ביליאנער, באט ווען איך זעה אים, די ערשטע זאך וואס איך טראכט איז וואאו ער האט ביליאנס… ס'איז א גרויסע פארט פון זיין פון זיין לייף אבוויעסלי, אבער א מענטש פילט עס נישט.

יעצט אוודאי איך באקום ווידיא קליפס, איך זע אז מ'זינגט עס און ס'געבט א גוטע געפיל, באט כ'זעה אנדערע ניגונים וואס איך געב ארויס און ס'כאפט נישט און כ'ווער נישט דארט לייק סופער דאון עבאוט איט. יו קנאו, ס'דא וואס כאפט יא און ס'דא וואס כאפט נישט. אבער ס'איז זיכער אז ס'איז זייער א געבענטשע פילינג ווען מ'זעט אז מ'זינגט נאך די ניגונים און מענטשן האבן עס ליב, ווייל מ'זינגט נאר נאך ניגונים וואס מ'האט ליב, מ'גייט נישט נאכזינגען א ניגון אויב מענטשן האבן עס נישט ליב. ס'איז מער די פוינט אז איך קען ברענגען א ניגון וואס כ'האב ליב מער ווי אז מ'זינגט מיין ניגון, אה… ס'איז מיין ניגון… ווייל וואס האב איך פון דעם, אלטעמיטלי.

איך האב געטראפן אמאל יוצי וואלדנער און כ'האב אים געזאגט 'וואאו יוצי, האסט דאך אזויפיל ניגונים…' - ער האט טאקע רייכע און גוטע ניגונים, האט ער מיר געזאגט 'יא, באט איט דאסענט פעי די בילס…' און ער איז גערעכט, פארשטייסט… איך האב א הנאה אז כ'קען ברענגען ניגונים וואס מענטשן זינגען נאך און איט מאווס דהעם, איט דאוס סאמטינג טו דהעם... איי קען מעיק עי דיפרענס, דאס איז וואס די גרעיטפולנעס קומט…

•••


אייוועלט: דערצייל עפעס א שטארקע פידבעק פון דיינע אלבומס?

שמואלי: ס'איז געווען ביי שמואלי-2. כ'מיין ס'איז געווען ביי שמואלי-2, ביי די ניגון אמת, 'אמת ואמונה כל זאת…' - האב איך באקומען א לאנגע אימעיל פון א בחור'ל אין יוראפ, און ער זאגט מיר אז ער היט שוין נישט קיין שבת ר''ל, און ער איז לייק עי בעד אינפלוענס פאר זיינע געשוויסטער, ער איז די עלסטע אינדערהיים, זיינע עלטערן זענען זייער סעד עבאוט איט און ס'איז א צובראכנקייט אין די גאנצע משפחה, באט די עלטערן, פון איין זייט האלטן זיי אים אינדערהיים און פון די אנדערע זייט ווילן זיי אים ארויסשיקן. למעשה ער איז אהיימגעקומען איין טאג ווען די סידי האט געארבעט און ער האט געהערט די ניגון אמת ואמונה כל זאת... 'כי-הוא-ה'-אלוקינו ואין- זולתו' איטס דיט איט פאר הים... ס'האט געארבעט אין די בעיסמענט און ער האט עס געהערט, הי וואס דראון... ער האט געפענט די טיר פון די בעיסמענט, ער האט אנגעהויבן אראפצוואקן נאך א סטעפ און נאך א סטעפ, - ער הערט קיינמאל נישט אויס קיין אידישע מוזיק. ער האט געהערט די ניגון און ער האט געזאגט אז די וואך גייט ער היטן שבת! ער האט געהיטן שבת און אלעס האט זיך אנגעהויבן איבערדרייען אויף די גוטע וועג…

דאס איז א מורא'דיגע פידבעק וואס איך האב נאר געקענט חלומ'ען פון דעם...

•••


אייוועלט: שמואלי אונגאר'ס ניגונים פון אלבומס און סינגעלס ווערן אויפגעכאפט איבער אלע שיכטן און קרייזן. וואס איז דער סוד?

שמואלי: סיריעסלי איך דארף וויסן די סוד, כ'האב נישט קיין אנונג... איך בין פונקט אזוי יו קנאו, כ'בין האמבעלד און כ'פיל מורא'דיג בלעססד.

פארוואס? ווייל די באשעפער וויל אזוי און ער מאכט מיר א שליח. ער האלט אז איך בין א גוטע שליח... איך ווייס נישט. סיעתא דשמיא, לאק, איך דאווען ערליך, כ'טריי צו זיין א ירא שמים... די באשעפער וויל מיר צוריקגעבן.

איך האב נישט קיין אהנונג פארוואס עני זאך אין די וועלט, דאס גייט יא און דאס גייט נישט, איינער איז מער מצליח און איינער איז ווייניגער מצליח. איך ווייס נישט, כ'ווייס איין זאך; איך טו מיין ארבעט מיט א מורא'דיגע נאמנות, כ'טו עס מיט מיין גאנצע הארץ, און ווען איך געב ארויס מוזיק טריי איך עס אויך צו טון מיט מיין גאנצע הארץ, איי וועסטו מיר זאגן, אנדערע זינגער'ס טרייען אויך, זיי געבן אויך זייער גאנצע הארץ?... כ'ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, איי דאנט העוו די ענסערס...

•••


אייוועלט: וועלעכע ניגון איז דיר געווען די שווערסטע אפצוזינגען?

שמואלי: אויף מיינע אלבומ'ס איז מיר געווען שווער צו זינגען רחמנא, 'רחמנא דעני…' כ'האב עס נישט געקענט אפזינגען, אויך יוסף מוקיר שבת, די ווערטער. איינצו'חזר'ן גוט די ווערטער.

און ביי די לייוו דזשאבס די ווידיאוס, איז משה רבינו ביי פאר. משה רבינו האב איך אריינגעלייגט מורא'דיג אסאך כוחות. חדשים, ממש חדשים, פאר איך האב עס עקשעלי געזינגען. כ'טראכט אבער, אז אפשר איז עס געווען ענערדזשי נאט ספענד וועל… וואלט איך אריינגעקוקט, וואס האב איך עס געדארפט קענען אויסעווענדיג, און ווען איך קוק ווען אריין וואלט איך געהאט ווייניגער פרעשור, אפשר וואלט איך עס בעסער געזינגען. כאפסט, איך וואלט עס געדארפט קענען אכציג פראצענט און צוואנציג פראצענט אריינקוקן, אזוי וואלט איך געווען באקוועם, יעצט האב איך מיר עס אויסגעלערנט הונדרעט פראצענט, סאו מיין גאנצע פערפארמענס איז געווען אלל עבאוט וואס איז די נעקסטע ליין וואס איז די נעקסטע ליין... איך בין נישט קיין ליפא שמעלצער וואס קען אויפמאכן א ליין און פארן... איך דארף וויסן די ווערטער, סאו כ'האב געהאט מורא'דיג אסאך פרעשור ביי משה רבינו. סאו ביי די ענד אף די געים, טראכט איך, וואלט איך יא געקענט אריינקוקן. אבער דעמאלטס האב איך נישט געוואלט אריינקוקן, איך האב עס געוואלט קענען אויסעווענדיג און ס'איז מיר געווען די שווערסטע. יא.


אייוועלט: קומט נאך, נאך א חלק פון די 'שול ניגון'?

שמואלי: העהע… ניין מסתם נישט.

אבער ביי ברכה און נחת האט מען געמאכט פרישע ווערטער, און יעצט האב איך דא א געוויסע פראדזשעקט וואס איך גיי דארט זינגען, און זיי מאכן א ווידיאו און גייען נוצן 'שול', אבער מ'גייט מאכן נאכאמאל פרישע ווערטער, - אבער ס'קומט נישט קיין חלק ב', ניין.

•••


אייוועלט: ווי באקאנט, שמואלי איז היינט צוטאגס ארומגענומען מיט א פראדאקשען: שלום וואגשאל, נפתלי משה, און הערשי וויינבערגער. וואס איז יעדעמ'ס חלק אין דיין זינגען און וואס ברענגט יעדער פון זיי צום טיש?

שמואלי: איז וואס איך האב באמערקט ביי מיר אז ס'דא אזא זאך ווי ביזנעס פון גיין מאכן ביזנעס, מאכן פרנסה, און ס'דא אזא מין זאך פון זינגען. זינגען מיט ביזנעס איז נישט די זעלבע זאך, איינער איז א גוטע זינגער מיינט נישט ער איז א גוטע ביזנעסמאן, מיינט נישט ער ווייסט וויאזוי צו דיעלן מיט קאסטומערס, ועל כולם ווייסט ער נישט עכט אליינס זיין וועליו, ער דארף אייביג האבן א דרויסנדער זאל זען די וועליו, און דאס פלעגט נפתלי משה טון פאר מיך. פון תשע''ד האט ער מיר געזאגט 'דיין וועליו איז דאס. שמואלי, מוזט גיין צו פיפצן הונדרעט, מוזט גיין צו צוויי טויזענט', און ער האט מיר געהאלטן אינאיין שטופן.. סאו פאר דעם איז וויכטיג צו האבן איינער וואס רעדט מיט די קאסטומערס און מאכט אפ די פרייזן, איינער וואס זעט ווער עס רופט, וואס זאמלט די דאטא, וויפיל זענען מענטשן גרייט צו באצאלן… הקיצור, צו וויסן די דאטא פון די מארקעט. איך, עז א זינגער, כ'וויל פאוקעסן אויף די זינגען. סאו שלום וואגשאל, וואס ער טוט פאר מיר, איז ער טוט די חלק פון ביזנעס. ער זאמלט די דאטא און ער רעדט מיט די קאסטומערס, ער שיקט ארויס די קאנטרעקטס, די פוינט איז אז ער ווייסט וואס צו בעטן, ווען צו בעטן, און וויפיל צו בעטן. סאו דאס טוט שלום וואגשאל פאר שמואלי אונגאר פרודאקשען.

נפתלי משה שניצלער איז די מוזיק גיי, ער מאכט די מוזיק. און אויב מאכט ער נישט די מוזיק קען ער מיר זאגן וואו כ'זאל גיין פאר די מוזיק. - דאס אינקלודעד די זינגען, מיט די קווייער, מיט די מיקסן, מיט די מעסטערינג... און הערשי איז מורא'דיג קריעטיוו, און הערשי געבט מיר אזויפיל צו - כ'ווייס נישט וויאזוי דאס ארויסצוברענגען. למשל, אויף 'בעק סטעידזש' איז ער געווען א מורא'דיגע וויכטיגע פארט צאמצוברענגען די ניגונים, וועלכע ניגונים אריינצולייגן, וואס ארויסצונעמען, - ווייל יעדער קען נאר צולייגן זיין חלק. ווייסט, א מענטש קען שלעפן פופציג פונט, אבער צוויי מענטשן קענען שלעפן הונדרעט פופציג פונט. מ'קען שלעפן מער. סאו ער לייגט מיר מורא'דיג אסאך צו, צו קריעיטיוועטי, און צו איידיעס, -חוץ דעם וואס ער שרייבט מיר ניגונים. איך זיץ מיט אים, ער מאכט מיר גוטע גוטע ניגונים און כ'האב מיט אים א גוטע קעמיסטרי. קעמיסטרי איז זייער וויכטיג. וואס קעמיסטרי קען מאכן איז א מורא'דיגע זאך…

באט די פוינט איז, אז מ'איז צוזאמגענומען מיט א טיעם איז עס סאך בעסער ווי ווען מ'איז איינער אליינס, און מ'לויפט צו דעם קאמפאוזער פאר דעם, צו יענע מוזישען פאר דעם, און יענער מענעדזשער פאר דעם, מ'קען נישט אזוי ס'דארף זיין מסודר.

•••


אייוועלט: איז עס אמת אז אין א"י ביסטו מער אויפגעכאפט און פאפולער ביים עולם? וואס קענסטו זאגן א חילוק צווישן די ארץ ישראל'דיגע און אמעריקאנע עולם ביי א אויפטריט?

שמואלי: אויך א גוטע קשיא.

וואס איך באמערק אבער, די אמעריקאנע עוילעם הייבט אן נאכצוגיין די איזרעאליס, ס'געווארן אסאך בעסער. ביי ברכה און נחת איז עס נישט געווען אזוי גוט, יעצט האב איך געזינגען לחיים מיט נחת, די עוילעם איז שוין מער ווארעם. יעצט האב איך געזעהן ביי דרשו - די עוילעם איז שוין מער ווארעם...

יעצט, די ארץ ישראל'דיגע עולם קומט זינגען, און די אמעריקאנע עולם קומט זעהן… ער קומט כאילו דיך דזשאדזשן, ער קומט כאילו מחליט זיין צו זעהן, דער טויג יא און דער טויג נישט, לאמיר זעהן וואס דער מצב איז... באט די אמעריקאנע עולם טוישט זיך און מ'קומט יא צו וועלן ענדזשויען און מיטזינגען און מיטארבעטן מיט די ניגונים. יא, ס'טוישט זיך…

סא דאס איז געווען די חילוק.

•••


אייוועלט: לדעתך, ווי אזוי וועט די פיוטשער אויסקוקן כלפי סידיס?

שמואלי: איך האב שוין פריער געזאגט, ס'איז טויט. די סידי מארקעט איז טויט. ס'גייט ארויס, ס'איז א זאך פון די פעסט. ס'האלט שוין ביי יו.עס.בי'ס, און נאכדעם אלעס גייט ווערן דיגיטעלי.

•••


אייוועלט: מאכט מען היינט נאך געלט פון ארויסגעבן סידיס? אויב נישט, וואס שטופט דיר ארויסצוגעבן?

שמואלי: א גוטע קשיא. וואס הייסט צו מען מאכט געלט, צו איך נעם נאך ארויס א ריווח?... יא איך האב געמאכט ריווח. אויף אלע מיינע סי-די'ס וואס איך האב ארויסגעגעבן, האב איך געבראכן איווען און געמאכט ריווח, אבער נישט גענוג איך זאל קענען באצאלן מיט דעם די מארגעדזש... פארשטייסט?… ס'געלט קומט אריין דא דארט, אין די ערשטע האלבע יאר קאווער איך מיך, - האב איך געהאט די לעסט עקספיריענס - און נאכדעם קומט אריין געלט דא דארט פון סטרימינג, אויכעט פון דיסטיבריאשען, און פון די אנדערע וועבסייטס. פון דזשואיש מוזיק קומט אריין כסדר קליינטשיגע טשעקלעך, אסאך מאל איז עס פינף הונדערט דאללאר, אמאל טויזנט דאללאר, אמאל פופצן - אין יענע עריע. גלייך נאך די סי-די קומט ארויס באקום איך גרעסערע טשעקלעך פון די סטרימינג, ווייל מער מענטשן הערן עס, און ווי מער צייט עס גייט אריבער הערן עס ווייניגער מענטשן אויס. אין די לאנג ראן פון דרייסיג יאר קען אריינקומען געלט…

פארוואס עס לוינט זיך ארויסצוגעבן סידי'ס? ווייל איך וויל ארויסשטעלן מוזיק. איך וויל מענטשען זאל הערן נייע ניגונים, און איך וויל מענטשען זאלן מיר באשטעלן פארדעם… מענטשן גייען ווילן הערן, שמילי האט ארויסגעגעבן א ניגון, איך וויל הערן ווי ער זינגט קל מסתתר. ער זאל קומען צו מיין סיום הש"ס און זינגן קל מסתתר… זייער סימפל. אדער א אינגל וואס האט זייער ליב מאך א ברכה, מ'האט אים צוגעזאגט אז ווען ער גייט בר מצוה האבן גייט שמילי אונגאר קומען זינגען מאך א ברכה… איך מאך געלט פון די לייוו דזשאבס, נישט פון די סידי'ס, איך בין זייער העפי. ס'איז א דיפרענט וועלט, ס'איז א דיפרענט מארקעט...

יעצט, מענטשן וואס האבן ארויסגעגעבן סידיס, לאמיר זאגן צווישן ס"ה און ע"ב ע"ג בערך, -כ'ווייס נישט ווען ס'איז געווען, ס'געקומען די סוויטש, ס'געווען זייער שווער פאר מענטשען צו מאכן אזא סוויטש… פאר דריי יאר צוריק האט מען געקענט מאכן געלט אויף סי-די'ס און היינט גנב'ט מען אין מ'קאפיט... אבער איך בין שוין אנגעקומען נאכדעם וואס מען קאפיט, דעס איז שוין געווען מיין ריעלעטי. איך בין קיינמאל נישט אריין געקומען מיט די מיינדסעט אז מען גייט דא מאכן געלט, מגייט קויפן פראפעטי און ס'גייטצעך טון… פארשטייסט… אזוי איז עס. ביי דעי סידי האב איך שוין אפילו ארויסגעשטעלט אויף סטרימינג פאר ס'נאך געווען אין די סטארס… אין סטרימינג איז די פיוטשער. דאס איז די זאך, און פארדעם לוינט זיך ארויסצוגעבן סידי'ס.

•••


אייוועלט: לאמיר שמועסן איבער דיינע קאלעקשן סטעידזש סידי'ס;
איז דא א חלק פון ארבעטן אויף א קאלעקשאן אלבום וואס איז שווערער ווי א געווענליכער אלבום? אויב יא, וועלכע חלק?


שמואלי: יא, די חלק פון א קאלעקשן אלבום איז, אז איך מוז זיך צושטעלן עטוואס צו די היינטיגע ניגונים וואס איז פאפולער.

ביי מיין אייגענע דיסק קען איך ארויסשטעלן זאכן וואס איך האב ליב, זאכן וואס איך קאנעקט צו, און וואס איך האב א שמעק אז מענטשן גייען ליב האבן. אבער אויף א קאלעקשן סידי איז פארקערט, דארף איך זינגען ניגונים וואס, בדרך כלל לאמיר זאגן - 60 פראצענט וואס מ'קען און וואס מ'זינגט. מ'קען נישט ארויסגעבן א קאלעקשן סידי פון ניגונים וואס קיינער קען נישט, און אפילו לעבעדיגע ניגונים וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געהערט וואס איז זייער נישט באקאנט, אבער דו ווילסט מענטשן זאלן עס מיטזינגען.

סאו די טשעלענדזש ביי אזא סידי איז אויסצומישן אז ס'זאל קענען רעדן צו א גרויסע עולם. מענטשן וואס האבן ליב עלטערע ניגונים, מענטשן וואס האבן ליב פרישערע ניגונים, מענטשן וואס האבן ליב שטאטערע ניגונים, שנעלערע ניגונים, און אויך וויל איך אריינלייגן ניגונים וואס איך האב ליב… נישט סתם ניגונים וואס איז באקאנט, איך וויל עס אויכעט ליב האבן און עס ענדזשויען צו זינגען... סאו, דאס איז די דיפרענס אין א קאלעקשן אלבום און א געהעריגע אלבום.

•••


אייוועלט: וויאזוי מאכסטו אויסקוקן ווען דו זינגסט פאר די פיר ווענט ווי כאילו ס'איז א לייוו חתונה וואו די עולם שפרינגט?

שמואלי: חחח… וויזוי מאך איך עס אויסקוקן? אממ, מ'דארף האבן א גוטע עמעדזשינעישען... און ס'נעמט אסאך מאל צייט. איך קען זינגען צומאל פינעף, צען, פופצן מינוט סתם ניגונים כאילו איך בין ביי א חתונה, און זאגן 'אקעי, לאמיר אנהייבן ריקארדן' און מ'געבט א גיי אריין… סאו האב איך שוין די 'ווייבס' די פילינג און... איך רעקארד עס נישט אזוי ווי איך רעקארד א געהעריגע אלבום. איך וועל נישט ארויסגעבן אלע מיינע סודות... באט איך טו נישט זאכן וואס זענען טרעדישינעל צו טון, איך טוה זאכן וואס איז מיר באקוועם, וואס מאכט מיר פולן מער… -וואס איז בעסער פאר מיר. דעטס איט.

•••


אייוועלט: א ווארט אויף יושע קאללער?

שמואלי: יושע קאליר איז נאך זייער זייער יונג, און ער מאכט א ארבעט ווי א זקן ורגיל…!

ער דערמאנט מיר אביסל פון אלי לאופער, אויב האט מען עס האט מען עס... ס'האט נישט צוטון די יארגאנג, אויב האט מען עס קען מען עס שוין האבן ביי די דרייצן, און אויב איז עס אזא פעבריקעיטעד זאך קען מען עס מאכן ביי די דרייסיג ביי די פינעף און דרייסיג… באט ער האט עס אין די בלוט, ער ער איז דזשאסט א מורא'דיגע מורא'דיגע טאלאנט, איך האב מורא'דיג הנאה אז איך האב אויסגעוועהלט זיין בענד, און איך האף אז ס'גייט טון פאר איהם גוטע זאכן. ער מעסעדזשעט מיר טאקע אז ער באקומט משוגענע גריסן, און ס'געווען א שיינע פראסעס מיט איהם מיט זיין שפילערס און די בענד, ער האט ראזנבערג מיט מאזענסאן און ארי קאהן... ס'געוואלדיג..

געוויסע זאכן האט סינגלודה געשפילט, און אינמיטן רעקארדן האט ער זיך געגעבן א שטעל אויף און ער האט געזאגט, אז זייט מונה איז ער נאכנישט געווען אזוי עקסייטעד איבער שפילן א סעשאן אין סטודיא... מורא'דיג הנאה געהאט פון די קאורדס פון זיינע זאכן... יא... יושע קאלער זעהט אויס ער גייט האבן א שיינע פלאץ אין די עולם הנגינה, אין מיוזיק, אין די פיוטשער...

כה לחי... גוט פאר איהם. און דער באשעפער זאל איהם געבן די כוחות, און די פארשטאנד, און די וויסדאם... פאר איהם און פאר די גאנצע בענד און פאר אלעמען...

•••


אייוועלט: סאבטאטעל קומט א קאלעקשאן אלבום אויס ביליגער ווי א רעגולער אלבום אדער די זעלבע טייער אדער גאר טייערער?

שמואלי: מיך איז אויסגעקומען די קאלעקשן אלבום ביליגער. און מ'דארף טרעפן א וועג וואס זאל נישט קאסטן א סידי אזויפיל געלט, - טאקע ווייל מ'מאכט נישט קיין געלט פון דעם און ס'איז נאר א טאל אז מענטשן זאלן הערן דיינע ניגונים - קען מען עס ארויסשטעלן מיט וועלכע מיוזיק איך וועל מחליט זיין עס ארויסצושטעלן...

•••


אייוועלט: צום שלוס, וואס זענען די פלעינער פאר די פיוטשער?

שמואלי: אלעמאל איז דא זאכן פאר די פיוטשער, לאו דווקא אויב מ'ארבעט דערויף אדער נישט… אז מ'ארבעט דערויף, דעמאלטס אבוויעסלי שטיימיר נענטער, אבער ס'אייביג דא איידיעס און איך האב אייביג ניגונים. איך האב נאך ניגונים פון ווען כ'האב אנגעהויבן שמואלי-2 וואס כ'וויל עווענטועל ארויסגעבן גוטע זאכן... אבער יעצט, עט די מאמענט, איז בעק סטעידזש ארויסגעקומען.

איך מאך אפשערן יעצט, סאו איך האב א ניגון וואס כ'זינג דארט, כ'ווייס אבער נישט צו איך גיי עס מאכן פאבליק. קען זיין אז יא... ס'איז זייער א שיינע ניגון, א קליינע קורצע ניגון. נאכדעם האמיר דוד קויפמאן'ס אלבום, אפשר וועט זיין א מוזיק ווידיא פון מיין ניגון, זייער א לעבעדיגע ניגון. כ'וויל מאכן א ווידיא אויף יוסף מוקיר שבת, - האלט מען אין די בעגינינג סטעידזשס.

נאכדעם איז דא נאך איין אינטערעסאנטע זאך וואס איך גיי נישט זאגן וואס ס'איז... באט ס'איז סאמטינג אוט אוף די ספעקטרום… כ'בין זייער עקסייטעד פאר עס, א נייע עדווענטשור, און אונז גיימיר זען וואו ס'גייט אונז טראגן... לאו דווקא זינגען רילעיטעד, אבער ס'קען זיין אז זינגען אויכעט.

איך וויל ארויסגעבן א געהעריגע אלבום אי''ה סוף זומער, אבער נישט פרינטן קיין הארד קאפיס. כ'וועל עס ארויסשטעלן אזוי ווי בטחו און בר אלעאי... כ'שטעל עס ארויס דיגיטאלי, אפשר צען צוועלף נייע טרעקס, כ'וויל רוב פון זיי זאלן זיין מער לעבעדיג.

וואס נאך האב איך וואס איך טראכט?... כ'פיל איך פארגעס עפעס, איין זאך פארגעס איך...
אה! אויף הערשל ראזענבערג'ס אלבום איז דא א ניגון וואס דארף אויך ארויסקומען. כ'ווייס טאקע נישט ווען, אבער דאס איז פאר די פאסיבל פיוטשער… די באשעפער זאל געבן די ריכטיגע כוחות און סיעתא דשמיא.

•••


אייוועלט: א גרויסן יישר כוח שמואלי פארן אוועקגעבן פון דיינע טייערע מוזיקאלישע צייט, דער באשעפער זאל העלפן זאלסט קענען משמח זיין און מהנה זיין אידישע קינדער אויף לאנגע געזונטע יארן!

שמואלי: אמן! והמברכים יתברכו…

שכויעח!!

אייוועלט: הצלחה, כל טוב!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

woof!

next level!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

wow wow wow wow

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

איך בין געווען זיכער אז ס'קומט א קשיא, ווי אפט באזוכסטו אייוועלט? וויפיל ניקס האסטו? אבער שוין...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
מקווה איד
שר שמונת אלפים
תגובות: 8140
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

WOW!!!!!!

שכח פאר אלע וואס האבן גענומען אנטייל...
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5188
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

נישטא קיין וועטער
יישר כח טייערע אידן

@שלומי שפילמאן
@נאר מיט שמחה
@מתמיד
@ציגאנער
@קנאפער ידען
@שטייפע טרויבן
@א שרייבערל
@כינור
@איינס
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
עפעס א מענטש
שר האלפיים
תגובות: 2834
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 13, 2018 1:49 pm
לאקאציע:עפעס א פלאץ

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס א מענטש »

האסטו וועסטו האט געשריבן: נישטא קיין וועטער
יישר כח טייערע אידן

@שלומי שפילמאן
@נאר מיט שמחה
@מתמיד
@ציגאנער
@קנאפער ידען
@שטייפע טרויבן
@א שרייבערל
@כינור
@איינס

גאמ

און @היכל הנגינה

יוש.. איך האף עס גייט נאך אריין אין די שרייבער די וואך. דאס ברויך מען ליינען בכובד ראש איבער שבת.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דאס איז עפעס מורא'דיג! די שפראך דא איז עפעס וואס איך האב נאכנישט געליינט. איך ווייס באמת נישט צו מ'האט פשוט אראפגעשריבן שמואלי'ס ווערטער... אדער ער האט געזאגט ווען מ'זאל אריינלייגן פינטעלעך.. אדער דער האט פשוט ארויס דעם שמואלי'ס קערעקטער...

למען האמת, איך קען שוין רוב זאכן אויסווייניג.. פון די צייטן ווען כ'פלעג האבן עמיצער וואס פלעגט מיר אמאל אמאל.. אנצינדן קול מבשר... נאך אלץ איז עס געווען א פלעיזשור צו ליינען...
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3709
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

Wow
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5008
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

ממוצע האט געשריבן: דאס איז עפעס מורא'דיג! די שפראך דא איז עפעס וואס איך האב נאכנישט געליינט. איך ווייס באמת נישט צו מ'האט פשוט אראפגעשריבן שמואלי'ס ווערטער... אדער ער האט געזאגט ווען מ'זאל אריינלייגן פינטעלעך.. אדער דער האט פשוט ארויס דעם שמואלי'ס קערעקטער...

למען האמת, איך קען שוין רוב זאכן אויסווייניג.. פון די צייטן ווען כ'פלעג האבן עמיצער וואס פלעגט מיר אמאל אמאל.. אנצינדן קול מבשר... נאך אלץ איז עס געווען א פלעיזשור צו ליינען...

כ'האב הנאה אז האסט אויפגעפאסט.. ס'איז טאקע געווען א שטארקע פאוקעס אויף דעם אז ס'זאל זיין כאילו שמואלי מדברת מתוך הכתב
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'איז 60 טויזענט קערעקטערס.. פאר ווער ס'וויל וויסן...
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע:Command Center

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

עטץ האט מיר מחי געוועזן...שכח
שמילי קיפ אפ יאר גרעט ווארק
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

Wow wow wow!

פייט! פייט! פייט!

[email protected]
אוועטאר
ציישעבט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 12, 2021 1:32 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציישעבט »

האסטו וועסטו האט געשריבן: נישטא קיין וועטער
יישר כח טייערע אידן

@שלומי שפילמאן
@נאר מיט שמחה
@מתמיד
@ציגאנער
@קנאפער ידען
@שטייפע טרויבן
@א שרייבערל
@כינור
@איינס

גא"מ
אוועטאר
ציישעבט
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 12, 2021 1:32 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציישעבט »

? Pdf
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3331
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

Wow Wow!!

דאס איז עפעס מורא'דיג!

די נאטורליכקייט, די פלעינקייט. געוואלדיג!

זייער אינטערעסאנט!

שכוח פאר די חברה וואס האבן דאס צושטאנד געברענגט!!


היכל הנגינה האט געשריבן: איל גולן, כ'ווייס נישט צו דו הערסט אים אמאל אויס. איל גולן איז א מורא'דיגע זינגער, ער האט אזא זיסע שטומע, באט ער זינגט פאר די חיצונים...

:lol:
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3012
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

Nice
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

דא ליגט זיכער אסאך ארבעט, א גרויסען יישר כח פאר אלע וואס האבן עס געברענגט מכח אל הפועל
אוועטאר
גג על גג
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2021 10:04 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גג על גג »

WOW WOW WOW!!
You guys did an amazing job! Keep it up!
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שמונת אלפים
תגובות: 8182
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

זייער זייער זייער שיין! Wow א דאנק פאר יעדער וואס האט געארבעט אויף דעם!!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 12129
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

מאסיוו מאסיוו איז נישט די ווארט. די ארבעט וואס די טייערע חבירים דא האבן אראפגעלייגט איז נישט פשוט. אז מ'זאל קענען ליינען און ס'זאל זיך דאכטן וואו מ'הערט זיך צו אויף קול מבשר צו א געשמאקע אינטערוויא פון שמולי איז עס מאסיוו דעליווערד. א דאנק פאר די וואס האבן צושטאנד געברענגט די אינטערוויא און א דאנק ר' שמואל דוד פאר דיינע געשמאקע ענטפערס.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

מהערט דעם בחור רעדן פון איעדע שורה. אין די שרייבעריי ליגט זעק טאלאנט.

א דאנק פאר שמואלי פארן אוועקגעבן זיין צייט פארן וועלטל, און אדאנק פאר די וואס האבן אוועקגעבן זייער צייט צו פראסעסן שמואליס אוועקגעגעבענע צייט. סהאט מיר געבערנגט פארגעניגן פאר א שטיק צייט.

באדערט מיר נאר פארוואס מיר האבן נישט געקריגן א מעסעדזש איבער אייוועלט, ווי אויך עפעס וועגן די אלטערנאטיווע שתותים.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

ודובר שלום לכל זרעו........
הווווף איז דאס אן עבודה פון א מגילה ליינען.. די אויגן שווינדלען!

שמואלי.. יו דיד איט. אזוילכע שיינע אויסדרוקן און באלערנדע עפיזאדן, א נחת צו ליינען.
יישר כח גדול פארן אריינלייגן די עפארט און עס מיטטיילן מיט די אייוועלט ליינער.

ווי אויך א שכוח פאר אלע יודן וועלכע זענען געשטאנען צו די האנט און אריינגעבאכעט שעות על גבי שעות. געווען א ריסקי אינטערנעמונג אבער ב"ה מ'האלט מיר דא.

א ספעציעלן שכוח פאר נמ"ש, מתמיד און ציגאנער פארן זיך אפגעבן מיט די שאלות ותשובות עד אין לשער. ענקער ארבעט איז גרעיטלי עפרישיעיטעד!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

Wow... (קרעדיט: וועלוועל שמעלצער..)
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע:מונקאטש

Re: עקסקלוסיוו: ערשטמאליגע אייוועלט אינטערוויא מיט ר' שמואלי אונגאר!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

PDF?
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”