לאור די סוקסעספולע בליץ-קאמפיין היינט יום א' בשלח אנגעהויבן דורך 'מטעמים' און ווייטער געפירט דורך 'שעמעדיגער' אריינברענגענדיג איבער 3000 פאר איבערלעבער נעמט מען דעם קאמפין צום קומענדיגן שטאפל. ידידנו הרה"ג איבערלעבער שליט"א האט חובות פון שווערע אלפים, אבער דא רעדט מען פון א חלק פון די חובות וואס האט זיך אנגעזאמעלט דורך זיין רעביצין תחי' פון 38,000. עטליכע ניקס האבן זיך שוין אנגערופן מיט גרויסע סכומים און מען האפט צו שאפן דעם גאנצן סכום פון 38,000 אין די נאנטע טעג.
יעדער ניק וואס איז גרייט מנדב צו זיין פון 380 און העכער זאל זיך דא מעלדן. עטליכע חשוב'ע ניקס זענען גרייט צו געבן דעם ריזן סכום פון 2000 אויב זאל זיין נאך עטליכע וואס געבן דעם סומע. וכל המרבה ה"ז משובח.
די קאמפיין איז שוין אקטיוו און מען האפט ס'זאל אריינקומען דעם גאנצן סכום בקרוב ממש נאך בעפאר ט"ו בשבט (שפעטסטנס אויף ר"ח אדר הבעל"ט)
דאס געלט וועט מען געבן אלע אינאיינעם ווי נאר די גאנצע סכום וועט זיין, וואס וועט האפנטליך געבן דעם שטופ אז מ'זאל אנקומען צום סכום אי"ה. וואס פריער אלס בעסער!
קלענערע נדבות מאכן אויך אויס, און ווער ס'איז נישט ביכולת צו געבן א גרעסערע סומע קען מנדב זיין און מחזק זיין אין די געווענליכעאיבערלעבעראשכול.
ויה"ר שיעשה נחת רוח למעלה און אונזער ידיד זאל אויפגעראכטן ווערן בישועתן של כל ישראל בב"א