ווי איז מיין קאר???

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאנסימאן
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:59 am

ווי איז מיין קאר???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסימאן »

"א גוט מארגן... א גוט חודש..."
דאס איז וואס האט מיך אויפגענומען נאכן שיינעם שטייטן דאווענען היינט אינדערפרי... אוי איז דאס איז געווען א דאווענען איינס און די וועלט, הגם סתם א טאג פראבירט מען צו כאפן א מנין..."מען יאגט זעיך", אבער היינט איז דאך ראש חודש, א זמן צו דאנקן דעים בורא כל עולמים פאר אלע חסדים וואס ער האט געטון, האט מען דעסיידעד אז מען גייט דאווענען אונעם רב'ס מנין, דארט דאווענט מען שטייט רואיג, אלע זיידעס און עובדים דאווענען דארט, און ב"ה געווען א שיינעם דאווענען, א שיינעם בעל תפילה, א שיינעם שטימע, ביי הללו את ה' האט ער אנגעפאנגען...
נע ביסט זיכער נישט נייגעריג און דעם... האסט דאך נישט אריין געקומען דא צו הערן גיטע איידיעס...העלן מיר גיין ווייטער...

אזוי נאכן ארויסגיין פון בית מדרש, געכאפט א שמועס מיטן שמש איבער על דא ועל הא, פארשטייט זיך געגעבן א קאמפלימענט מיט א טיפ,(כ'בין דאך אין די גוסטע...ס'איז דאך ר"ח...) אהיים געגאנגען זיך געוואשן אויף מזונות ברויט...(ס'איז דאך ר"ח...) געבענטש, און ב''ה נישט פארגעסן יעלה ויבוא, און געגאנגען מען גייט און ארבעט אריין,
מען געט זיך אזא זעץ אריין אין קאר, און ויסעו...אבער אופס... עס ווערט לאנגווייליג...אבער ב"ה אונז יודן זענען געבענטש מיט עפעס וואס הייסט קולמע...(קול מבשר בלע"ז), ס'איז עניוועי אויף ספיד-דייל,(און אויך אויף די מאסט ריסענט-קאל...)
"קול מבאאששעער",(עס איז נישט דא קיין טראפן אויף מיין קיבארד, סא איך קען דיר נישט מסביר זיין די ניגון, אבער כ'גלייב אז די קענסט עס...)
"ווי...איז...מיין...קאר...????"
"ווי...איז...מיין...קאר...????"
אקעי לאמיר אנפאנגען די נייעס פון אנפאנג...די נייעס באריכט רעדט זיך איבער יענק'ל, איך קען נאך דעי יענק'ל פון חדר, אלץ געטרייעט צו זיין א רייסער...געהאט די בעסטע פיילאט פען... די נייעסטע סטייל גלעזער...און יעצט זיכט ער זיין קאר...ער האט עס ערגעץ געפארקט און קען זיך נישט דערמאנען ווי...קומט זיך אים, גלייך נאכן חתונה איז ער אריין און סעילס, און ווער עס פארשטייט צו דעם ווייסט אז און סעילס דארף מען האבן א נייעם שיינעם קאר,(עכ"פ אזוי האט ער מיר געזאגט,) איינס ווייל מען דארף מאכן א גיטע אימפרעישן, און צוויי, ווייל די אפיס איז אין קאר, ממילא דארף עס זיין העכסט באקוועם, און אויסגעשטאט מיט די נייעסטע פיטשערס...און יעצט זיכט ער זיין קאר...
ווי...איז...מיין...ניין, איך ווארן דיר....
אקעי ער איז געווארן גערעגט...אייגעס ער האט באמערקט זיין קאר...אבער וועם ווארנט ער...??? זיין קאר...???
סיר איי ניד מיי קאר...!!!
אקעי איי געס ער רעדט צו איינעם...לאמיר הערן וואס גייט דא פאר, אפשר פון וואס יענער גייט צוריק ענפערן גיימיר וויסן וואס גייט דא פאר...
באט יא דאבל פארקט, מען...!!!
אקעי, איי גאט איט...ער האט דאבל פארקט... און צו זיין גיט מזל טאויט מען זיין קאר...
אקעי גיימיר זיך צוהערן צום מעשה...נאר אונטערעסאנט אז קולמע געט א לייוו ריקארדונג פון די מעשה...???
איך בין דיר גרייט צו געבן געלט... איך דארף מיין קאר...!!!
דא וויין איך שוין מיט אים, ס'סאוינט ווי עס קומט טרערן...נעבעך מן הסתם דארף ער זיך ארויסלאזן כאפן א יארכע...
סארי מען, טאלק טא פליק איט...!!!
ניין...איך גלייב עס נישט...ניין נישט פליק איט...זיי קען איך פון די עדוועטייזמענטס...ס'האט מיר געכאפט עפעס אנדערש...
דעי "שלעפער מען"(איך האב נישט קיין אנדערע נאמען פאר אים, סארי,) זאגט אים אויס די סוד...ער איז דאך זיין גרעסטע שונא...ווי אזוי קען דאס זיין...???
פינטל...אייגעס די גרעסטע שונא זאגט אויס די גרעסטע סוד...!!!





אונז אלע ווייסן אז אונז זעמיר שוין געווען דא אויפן וועלט(כ'מיין די עולם השפל נישט איי וועלט...אדער אפשר און פאריגן גלגול אויך דא געווען...[אפשר בין איך 15...???]) מער ווי איינמאל, און די באשעפער האט אונז אראפ געשיקט נאך אמאל ווייל מיר דארפן עפעס פארעכטן, ער האט אונז געגעבן נאך א טריי אויט,
אבער...אבער ער זאגט אונז נישט וואס... אונז ווייסן נישט וואס דאס איז...דאס איז א סוד כמוס...
אבער...אבער איין וועג איז דא אויסצוגעפונען...און דאס איז דורך אונזער גרעסטע שונא...ניין נישט כאמאס, נישט ביידען, נישט די אנטעסמיט, אונז האמיר סאך א גרעסערע שונא, די יצר...די יצר הרע...וכל שם וחנוכא דאית ליה...יא, ער זאגט אונז וואס אונזער מיסיע איז,
די ספה"ק לערנען אונז אויס, דאס וואס איז די שווערסטע, דאס וואס די יצר שטעלט זיך די מערסטע, דאס איז די מיסיע, דאס איז פארוואס די ביסט דא...!!!

פינטל...אייגעס די גרעסטע שונא זאגט אויס די גרעסטע סוד...!!!






לכבוד ר"ח... "א ראש חודש נאש"
געב מיר א לייק אדער א קאמענט, דאס וועט זיין מיין ר"ח נאש
אוועטאר
ווייסאלעס
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:40 pm
לאקאציע:דארט...

Re: ווי איז מיין קאר???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסאלעס »

אייזן!!!!! פיינע נייעס!!!!!!
נ.ב. נעם עס אראפ פון דיין חתימה, עס איז שוין נישט ר"ח.
כא..כא..כא...
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ווי איז מיין קאר???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

שטארקע מעשה.
ציפעדיגע מוסר השכל.
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
חזנות בדורנו
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אינעם טיפסטן קרעכץ פון יאסעלע

Re: ווי איז מיין קאר???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזנות בדורנו »

גאר א טיפע טראכטער א שטארקע נקודה שכח גיי ווייטער אן
די בית המקדש איז געווען די גרעסטע מושג פון טוב אין די בריאה !!
פארוואס ? ווייל דארט האט דער בוכ"ע משרה שכינתו געווען !
גוטע באשעפער כ'בענק מיר זייער צו דיין הויז ! קער דיך צו אונז אום !
אונז גייען שוין זיין וואויל!
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: ווי איז מיין קאר???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

חזנות בדורנו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:01 am
גאר א טיפע טראכטער א שטארקע נקודה שכח גיי ווייטער אן
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”