די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאנסימאן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:59 am

די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסימאן »

קום איך מיר צום בעסמעדרעש, און א גרינעם דינסטאג אינדערפרי, די זייגער קלאפט 10:00, און איך האב שוין געדארפט זיין ביים ארבעט 15 מינוט צוריק, אזוי אריין וואקענדיג טרעף איך מיר אן און אזא נאסע האלב הענגעדיגע "ברוך דיין האמת" צעטל, אזוי אונגאנצן דערשראקן, ווער האט יעצט געהאט זיין טשענס... אבער נאכן מעיין זיין לויט די דרך הלימוד וואס מיין מגיד שיעור און שיעור א' ישיב"ק האט אריין געבראטן און אונז, כאפ איך מיר אז עס איז אן אלטע צעטל פון צוויי וואכן צוריק, איי געס דא חזר'ט מען שטארק די והחי יתן אל לבו... נו זאל זיין אזוי...
שפאציר'יך מיך אריין און בית מדרש, לויף אראפ די סטעפס צום נייעם מקוה, וואס סאך הכל האט מען איבער געפענט די דאך, אבער וועגן דעם זענען זיי ארויף מיט נאך 5 דאללער א יעדע חודש, נאך א מזל אז איך טרעף מיין חבר דארט וואס איז גרייט דאר צו ווערן פאר איין מינוט, איך זאל קענען אריין מיט אים אין מקוה, און פארשטייט'זעך ער פארגעסט ח"ו נישט צו צולייגן "אז איך לאז דיר אריין אבער עס איז דיין אחריות אויף די גניבה", ווי למשל כ'האב אים נאך קיינמאל נישט מסביר געווען אז כ'נעם דאך סייווי נישט קיין שויער, און ממילא ניץ איך גארנישט אויס, איז דאך זה נהנה וזה לא חסר, און כופין אל מדות סדום...
אריין קומענ'דיג און מקוה איז מיין ערשטע דעסטינאציע די האנטוכער, זעה איך דארט צוויי קאנטעינערס, אויף איינס שטייט "געניצטע" און אויף די אנדערע שטייט "אום-געניצטע", (איי געס זיי קענען נישט שרייבן "קלינע" ווייל עס איז נישט,) זעה איך דארט נאך אזא גרויסע צעטל מיט רויטע ביכשטאטן "די פרייז וואס איר צאלט פארן מקוה איז נאר פאר איין האנטוך", ווי למשל ווייל עס איז גרויס און רויט וועט איינער זיך צוהערן,
אזוי שטייענדיג און זייענדיג מעיין איבער אלע דזשואקס וואס יעדער האט צוגעשריבן, זעה איך ווי די שמש און בית מדרש קומט אריין אין מקוה, און נישט מער און נישט ווייניגער ער געט אזא כאפ אן צוויי האנטוכער, אבער נישט פלעין, נאר ער זוכט אזוי אויף די מערסטע דיקע, וואס איינע פון די סייד עפעקטס איז אז אלע האנטוכער כאפן א טענצל און הייבן אן טאנצן הארא, און ענדיגן אויף א אומבאשטעטיגטע מקום ערגעץ ווי אויפן שעלף,
געב איך אם אזא פרעג, "וואס איז די פרייז פאר נאך א האנטוך?" און אן קיין טראפ בושה ענפערט ער מיר "נאך א דאללער"!!!
און איך בין אונגאנצן צימישט... "עס קאסט געלט אדער יא"???!!!

טא מעיק דע סטארי שארט, איך כאפ א מקוה, א טו אן, ארויס פון מקוה.
א קאווע, ווי קען מען גיין דאווענען אן א קאווע, אבער כאפ איך מיר וואס איז א קאווע אן א צוגרעטעל'ע, דעסיידעד און געגאנגען, כ' שלעפ מיר ארויס פון טאש אן אלטע אוקריינישע מאלבארא רעד וואס כהאב מיר פארשאפט פון א חבר וואס איז געווען אין אומאן אויף ראש השנה און מיר געברענגט השפעות, כ'נעם ארויס פון טאש מיין עליטע צונדער,(דעיס וואס כ'האב נאך פון ישיבה צייטן ווייל עס זעט אויס ווי א האלצערנע קעמל, און פרעג מיר נישט וואס די משגיח האט געטראכט ווען ער האט געזען ווי איך דריי מיר ארום מיט א האלצערנע קעמל,) און נאך פארן נעמען די ערשטע צו, די ראשית הגז, די תרומה, פיל איך א שטעך פון אונטן מיר, דריי איך מיר ארום, זע איך אן אלטן זיידע, זיין פיאות נאך צופלאשקעט פונעם טלית, ניטאמאל זיין לינקע ארבל האט ער שוין אנגעטון נאכן דאווענען, מיט די טלית און איין הענט, און די צווייטע האלט ער אויף אן אופן וואס משום איזה סיבה דערמאנט עס מיר פון מיין רבי וויאזוי ער שרייט מיר אן נאכן ארום שיקן פאר א האלבע קלאס א צעטל אז "כ'ווייס אז די רבי האט היינט געגעסן פאר פרישטאג טונא ווער קען געסן וויאזוי", און די רבי האט עס אנדעקט, (ווער ווייסט, אפשר איז גאר די זיידע מיין רבי'ס זיידע און עס לויפט און די דזשינס,) און מיט זיין באסאווע שטימע אזש אז כ'הייב אן טראכן אז ער איז נעכטן ארויס פון מצרים, הייבט ער אן שרייען "די ווייסט נישט אז דא רייכערט מען נישט און בית מדרש... די דאקטער האט מיר געווארנט אז איך טאר מיר נישט דרייען נעבן מענטשן וואס רייכערן" "גיי דיר פון דא, סעקענד הענד סמאוק איז סאך ערגער", "ביסט א שור המזיק ברשות הרבים" ווערט ער מיר א תלמוד חכם, ווייל זיין אייניקל האט אים נעכטן נאכגעזאגט א שטיקל דף וואס ער האט יעצט געלערנט,
געב איך מיר אזא קוק ארום, און איך פול מיר ממש וויאזוי די יודן האבן געפילט און מדבר, אין הכי נמי, כ'האב טאקע ענני (הכבוד?) ארום מיר ווייל כ'האב נאכנישט אויסגעלאשן מיין צוגרעטל, אבער ווי שה אחד בין שבעים זקינים פיל איך מיר זיכער, כ'האב דא לייוו אויפן סצענע יעדע אלטע יוד פון גאנץ בארא פארק, אלע ווילן מיר צורייסן, און ארום זיי שטייען אלע פרישע בחורים וואס האבן זיך אקארשט גענדיגט רייסן אויפן ברעטל, דערנאך האבעך דא דער יוד וואס זיין שפתיו נוטפות מר פונעם שמאלץ הערינג, מיט די האלב געביסענע אלטע סאגי קרעקער, און ארים זיין מויל איז נאך שמוציג פון די האלבע שטיקל קעיק, וואס נאכן זעהן אז די וואס האט עס מנדב געווען האט עס געברענגט ווייל זיין רעבעצין האט אים מסביר געווען אז אפי' די פייגלעך שבת שירה וועלן עס שוין נישט עסן, האט ער געלאזט דארט זיין שריים אז א צווייטער זאל צוברעכן זיין ציין אויף דעם,(ווער ווייסט אפשר האלט ער אז היות עס איז נאס פון זיין שפייאכץ, איז עס שוין גרינגער עס צו עסן,) אלע שטייען דא ארום מיר און קוקן מיר אן מיט אזעלכע פאראכטיגע בליקן(כ'ווייס נישט וואס די ווארט מיינט, סארי, כ'האף אז עס קומט דא אריין),
כ'ארבעט דאך אויף מיין מדות,(א צווייטע ברירה האב איך נישט, ווייל אויב נישט גייט נישט גיין שידוכים מיט די קינדער,) געב איך אזא מירמל ארויס פון אונטערען נאז, "איים סא סארי, כ'לעש עס יעצט אויס", און מיט א רויטע נאז ווארף איך עס אראפ און צוטרעט עס, "הלוואי אוך וואלט געווען די ציגרעטל און געווארן פארשווינדן, ווייל איך בין סייווי געווארן צוטרעטן" טראכט איך צו מיך.
אזוי בבושת פנים שפאציר איך מיר אריין אינעם היכל התפילה, זעה'ענדיג אז מען האלט ביי ברכו, דעסייד איך צו לייגן תפילין אינעם זייטיגע שטיבל, קום איך מיר אריין כ'שלעפ אראפ מיין ארבל, און געגאנגען כ'הייב אן, ויסעו, עס הייבט זיך אן א רייד וואס גייט זיך ענדיגן ביי אחד ושמו אחד,
כ'האלט אזוי צווישן של יד און של ראש, און כ'הייב אן פולן אזא קיצל און מיין נאז... עפעס אזא היימישע שמעק... עפעס ענדליך צו די שמעק וואס מיין ווייב קען נישט דערליידן... אדער אזוי ווי די מצה אויוון צוויי וואכן נאך פסח... יאפ יא גאט איט... איטס סמאוק... איינער פאברענט זיין נעגל... געב איך מיר אזא דריי ארום, און ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, איך זעה די רב מיטן שמש שטייען און..
יאפ זיי.. רייכערן... אן קיין טראפ בושה, און בית מדרש... און מיין נאז קיזעלט, שפייעכטץ קומט מיר ארויף...
און איך בין אונגאנצן צימישט... "מען מעג אדער נישט"???!!!!

למעשה נאך געציילטע מינוטן בין איך שוין געווען אין קאר,(כ'יאג מיר דאך,) און איך האב שוין געדארפט זיין און ארבעט א שעה צוריק, כ'געב א כאפ מיין טעלעפאון צו רופן מיין חבר וואס האט נעכטן געמאכט א ברית צו ווינטשן מזל טוב, און נאך פאר ער האט אויפגעהויבן הער איך די באקאנטע סירענעס, אז עפעס א האלאוי וויל יעצט דארכפארן, פיין געב איך מיר א ריק און די זייט צו מאכן פלאץ, אבער נישט מער און נישט ווייניגער ער פארט נישט ווייטער, געב איך מיר א דריי ארום זעה איך די מערסט באקאנטע קאר און ניו יארק סיטי אונטער מיר... געס ווער... יא האסט געכאפט... די מיט דעי קאלערפאל לייטס... ער האט געכאפט א קרבן היינט... אבער למען השם פארוואס דארף עס זיין פונקט מיר ווען איך יאג מיר,
קומט צו וואקן אזא גראבע הויכע שווארצער, "לייסענס ענד רעגיסטרעישן פליז" בלית ברירה גיב איך אום די טייערסטע וואס איך פארמאג, "דא יא נאוי וויי איי סטאפ יא" פרעגט ער מיר מיט אזא געשמאק וואס דערמאנט מיר פונעם איכה אין בראשית, אפשר וויל ער אויך אריינגיין און א שמועס, אבער היות איך בון נישט און די גיסטע ענפער איך אום מיט אזא תמימת וואס איך האב נאר גענוצט פאר מיין משגיח, "סיר, איי העוו נאוי קלא וויי", אבער ער געט נישט אויף "דיד יא טאלק אן דעי פאוין?" אקעי סא ער לאזט מיר נישט איבער מיט קיין ברירת, "יעס, באט איט וואס ווערי אימפארטענט" אבער גארנישט העלפט נישט, נישט ר' ישעי' בן ר' משה, גארנישט, נאך אפאר לאנגע מינוטן קומט ער צו מיט א לאנגע קוויטל, און מיט א ריזיגע שמייכל און פיל מיט סיפוק שפאצירט ער אוועק מיר איבער לאזענדיג אפגעפאטשט,
טא בי דעי נייס גיי לאז איך אים גיין ערשט, אבער דא האב איך געכאפט א שאק, ער דרייווט ארויס און אין זיין הענט ליגט א... יא א טעלעפאוין...
און איך בין אונגאנצן צימישט... "מען מעג אדער נישט"???!!!!

אבער למעשה בין איך שוין אזא שעה און א האלב שפעט און ארבעט, סא נישט האבענדיג קיין ברירה האב איך נישט געלאזט מיין פיס הענגען אויפן געז פעדל, נאר עס באקוועמערהייט אנגעלאנט ביזן פלאר... אזוי אז 15 מינוט שפעטער בין איך געווען ביים ארבעט,
אריין פארנדיג אינעם פארקינג לאט האב איך מיט גרויס ציטער זיך ציגעגרייט צום פסק פונעם מנהל, איי עם סארי, מענעדזשער, צוגעזאגט צוואנציג דאלער פאר ר' מאיר בעל הנס אויב אלעס גייט דורך בשלום, און יא, גלייך בין איך געהאלפן געווארן, איך זעה די באקאנטע קאר וואס אלע ארבעטער צוטערן פון אים דרייט זיך איין אונטער מיר, "ברוך השם טראכט איך צומיר, יעצט קען ער מיר נישט אנשרייען, ער איז דאך אויך שפעט"...
אבער א מענטש טראכט און די מענעדזשער לאכט...
ער געט אזא פארק שיף, (ער מעג ווייל ער האט געוואלט האבן לייטס,) אן נאך פאר איך האב אפי' ארויס פון קאר קומט ער צו און ער הייבט אן מאכן יללות, אזש כ'האב שוין פארגעסן אלעס וואס איך בין אדורך היינט,(כמבואר בגמ' מי שפגע בו דב וכו' וארי וכו' ונחש...) און נאך א גאנצע טוץ פון קללות לאזט ער מיר ארויס נאר ווייל די בעה"ב רופט אים ווי ער איז...
און איך בין אונגאנצן צימישט... "מען מעג קומען שפעט אדער נישט"???!!!!


און ניין איך מיין נישט די הנהלה, נישט די אחראים, זיי זענען זייער גוט און ניצן נישט אויס זייער מאכט, נאר איך מיין דיר!!! יא דיר!!!
יעדער האט ערגעץ ווי ער האט מאכט, צו ביסטו א מענעדזשער, צו א שמש, (אדער גאר א פאליס) אדער אפי' נישט, יעדער האט ערגעץ ווי ער האט מאכט, אינדערהיים צו ערגעץ אנדערש מאך זיכער אז די אביוזט נישט דיין מאכט, טו די אליינס וואס די פארלאנגסט פון אנדערע,

און אזוי, נאר אזוי וועלן אנדערע זיך בייגן אונטער דיין מאכט...



(לכבוד ווערן א שר המאה...)
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2473
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

פיין געשריבן, פיינע געדאנק, פיינע שפראך..

ווער א שר מאה אפטער....
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

האהאהא!!
דו צעדרייטער, מיינע באקן שעיקן!
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
העלאוקיטי
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

Re: די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאוקיטי »

אויב דעס איז פאר שר מאה, וואס קומט אלץ שר אלף?

זייער הנאה געהאט
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

טראגטס איהם צו די 6 ווערטער אשכול איך ווארט שוין פאר די נעקסטע אפגרעיד
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
ווייסאלעס
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:40 pm
לאקאציע:דארט...

Re: די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסאלעס »

די מאך זיכער נישט אויסצוניצען דיין מאכט מיטן פעדער און באהערש נישט אנדערע...!!!
כא..כא..כא...
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

העלאוקיטי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 3:31 am
אויב דעס איז פאר שר מאה, וואס קומט אלץ שר אלף?

זייער הנאה געהאט
גא"מ
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: די נאמען פון די מעשה איז... איך מעג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

גוט!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”