שיבוטא פיש, וואו געפינט מען דאס?

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

שיבוטא פיש, וואו געפינט מען דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

ווער ווייסט דען נישט די גמרא רבא מלח שיבוטא וכו', דער שיבוטא פיש איז א ספעציעלע סארט פיש וואס די מפרשים שרייבן דארט אז דאס האט די זעלבע טעם ווי חזיר צוליב כל מה דאסר רחמנא שרא לן כוותי'.

פארציילט מיך א אינגערמאן וואס איז געפארן אין די מרחקים ערגעץ ווי, אז ער האט געטראפן א פיש סטאר ווי עס איז געווען א כשר'ע פיש וואס דער אייגנטומער האט אים געזאגט אז דאס האט די זעלבע טעם ווי חזיר, איך ווייס נישט צו איך זאל אים גלייבן אדער נישט, אבער בכל אופן האט דאס ביי מיר אנגעצינדען א נייגער צו האבן די סארט פיש וואס די הייליגע אמוראים פלעגן עסן לכבוד שבת, און איך האב דאס אנגעפאנגען צו זיכן.

איך האב אביסל גענישטערט, אבער נישט ווייסנדיג צופיל וויאזוי ווענד איך מיך דא צו ווער עס קען זיך צושטעלן צו די מערכה פון אויפזוכן די סארט פיש און דאס אהערברענגען קיין אייוועלט ומשם לניו יארק.

דאס איז וואס איך האב יא געטראפן
http://koshernexus.org/general-topics/s ... like-pork/
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שטייט נאר מוחא דשיבוטא, די גאנצע פיש מן הסתם האט נישט דעם טעם
.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

ווער זאגט אז חזיר האט א גוטע טעם
בילד
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

געווען באשריבן בימים ההם אינעם משפחה מאגאזין. זיי שרייבן דארט אן ארטיקל יעדע שטיק צייט (נישט וועכענטליך) מיט׳ן נאמען ari and ari ארי גרינספאן און ארי זיוואטאפסקי. (אגב ארי איז דער טאטע פון מנחם זיוואטאפסקי איבער וועם די סופרים קאורט קעיס איבער שרייבן אויפ׳ן פאס jerusalem, isreal האט זיך אפגעטון)
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אפשר: סי-בעס = שי-בוטא
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

וואס א חילוק צו די טעם איז עפעס גיט צו נישט, דער עיקר איז אז די פיש איז א ספעציעלע מין פיש וואס די אמוראים האבן געגעסן, אזוי ווי מען זעהט אין די גמרא, די אחרונים זאגן גאר א סברא אז וועגן דעים הייסט דאס שיבוטא מלשון שב"ת, אז דאס איז א ספעציעלע שבת'דיגע פיש
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: שיבוטא פיש, וואו געפינט מען דאס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

זעה דא שיטות (קארפ צו האליבוט)
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A9% ... 7%98%D7%94

כהאלט אין מיין האנט דעם בילדער ספר ”מאור למונחי תלמוד וואס האט שיינע הסכמות, ער זאגט אז דער שיבוט[א] איז דער Gadus.. נו יעצט דארף איך שוין וויסן צוויי זאכן.. א שנעלע סורטש צייגט אז דאס איז עפעס פון דער קאד פיש פאמיליע.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”