אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

אין המבשר פרייטיג איז געווארן אויפגעדעקט א מורא'דיגע שוידעליכע אויפדעקונג א בריוו פון איינעם אברהם תהומי איינע פון די אנפירערעס פון אצ"ל פארטיי, וואס איז טרועריג בארימט מיט זייערע מעשים
ווי ער שרייבט אין בריוו איז די החלטה צו הארגענען דיהאן אנגענומען געווארן אין ירושלים און איינע פון די באטיילגיטע איז געווען יצחק בן צבי שר"י וואס איז שפעטער געווען איינע פון די נשיאים פון מדינת ישראל
איך האב די נייעס געזעהן אין JDN
פרשטייט זיך בקיצור נמרץ
בייגעלייגט דא די באשרייבונג אין JDN מיטן בריוו
ווער עס ווייסט דערויף מער פרטים זאל ארויף ברענגען

מסמך מטלטל: כך תכננו ראש הממשלה והנשיא את רצח העסקן החרדי
יעקב אבוביץ14.06.2019 14:23
יצחק בן צבירצח דה האןתגובה אחת
בישיבה סודית שנערכה בירושלים, בה השתתף גם הנשיא לימים יצחק בן-צבי, התקבלה ההחלטה לרצוח עסקן חרדי חף מפשע: הקדוש רבי יעקב ישראל די האן הי"ד. הסודות של רצח העסקן חרדי החף מפשע נחשפים - הסתרה והטשטוש של ראשי המדינה
עיתון 'המבשר' חושף היום (שישי) לראשונה אחרי 95 שנים, עדות מצמררת של ניסיונות טיוח, מוצלחים למרבה הצער, של הרצח הפוליטי הראשון בארץ ישראל, שבוצע נגד הקדוש רבי יעקב ישראל די האן הי"ד, מטובי עסקני 'אגודת ישראל' בירושלים. ההחלטה התקבלה בישיבה סודית שנערכה בירושלים, בה השתתף גם לימים הנשיא יצחק בן-צבי, התקבלה ההחלטה לרצוח עסקן חרדי.

כותב המכתב הוא אחד ממבצעי הרצח אברהם תהומי, מפקד בארגון ההגנה וממקימי האצ"ל, ששלח אותו לעודד ארצי, חוקר והיסטוריון שחקר את הרצח, ובמכתב מגלה תהומי כי צמרת ההנהגה הישראלית דאז, עמדה מאחורי תכנון הרצח, ובראשם דוד בן גוריון ויצחק בן צבי.

"ההחלטה על זה נתקבלה בירושלים. ולא הייתה זו החלטת ההגנה בלבד” כותב תהומי. "יצחק בן צבי השתתף בהחלטה זו. כתבתי זאת בשעתו במכתב סודי ליהודה סלוצקי, אני התנגדתי לפרסום הדבר בגלל עמדתו החשובה של בן צבי. גם עכשיו מתנגד אני לפרסום הדבר כי אין ברצוני לתת חומר לאנשי אגודת ישראל נגד תנועת העבודה".


מסתבר ששיקולים פוליטיים צרים, שגרמו להסתרה, אלו גם הובילו לרצח המתועב עצמו שהסעיר את היישוב היהודי בארץ ישראל במשך שנים ופערו בליבו פצע שלא הגליד עד היום.

המכתב הסנסציוני והמטלטל מצטרף למכתב נוסף ששלח תהומי שחלקים ממנו נחשפו בעבר, וכלל רמזים על העדות שמופיעה במכתב שנחשף בחודשים האחרונים.

לדברי מומחים והיסטריונים, לו היה המכתב נחשף בזמן אמת, היה מוביל לסערה פוליטית רחבת הקיף, ואולי אף להקמת וועדת חקירה שתוביל להעמדת שורת בכירים מהנהגת המדינה לדין על מעורבות ברצח.

את המכתב, הכתוב על נייר בגוון כחול, שיגר תהומי בתשל"ט ובמשך עשרות שנים נח בתוך קופסת קרטון חשוכה, ולא ראה אור מעולם. אך גם היום, 95 שנים אחרי, הוא מהווה חומר נפץ רב עוצמה, שמעמיד בסימן שאלה את ניקיון כפיהם של מנהיגי תנועת העבודה, שלכאורה קשרו קשר לביצוע רצח פוליטי מזעזע של יהודי ועסקן חרדי בליבה של ירושלים. במשך, אולם כעת, מכתב שחושף בית המכירות הפומביות "קינג דיוויד" מגלה את האמת המושתקת.
מודים ברציחת דיהאן.jpg
מודים ברציחת דיהאן.jpg (119.55 KiB) געזען 5608 מאל
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7243
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דאס איז א נייעס? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס שוין געזען ערגעץ.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27110
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווישוואש האט געשריבן: דאס איז א נייעס? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס שוין געזען ערגעץ.

קיין שום נייעס, איזרעילי געלע זשורנאליזם בתפארתה, דראמא און סקופים באזירט אויף לופט.

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=553215#p553215
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

ס'איז דא א בוך וואס ר' הערשל משי זהב מיט זיין ברודער יהודה (באותה שעה כ.. ה..), האבן געשריבן מיט גאר אינטרעסאנטע אויפדעקונגען.
און דרך אגב, די ציונים האבן אים קלאר געסטראשעט.
לעצט פארראכטן דורך מענטשאלע אום זונטאג יוני 16, 2019 12:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

המכתבים עומדים עכשיו למכירה...

המכתב המלא באשכול על דה-האן
מכתב אברהם תהומי אודת רציחת דה-האן
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

די לינק וואס הרב מילער ברענגט איז מיר געבלאקט ווייס איך נישט וואס דארט שטייט

און ס'איז מיר אינטראסאנט צו זעהן דעם ספר פון משי זהב סרידער, ווייסט איינער וויאוזי דער ספר הייסט?

בכל אופן ביי מיר איז דאס געווען א חידוש און אז איך זעה א גרויסן קעפל אין JDN האב איך עס געברענגט
איך האב געמיינט אז ס'וועט זיין אינטרעסאנט
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8036
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ירוושלמי22 האט געשריבן: די לינק וואס הרב מילער ברענגט איז מיר געבלאקט ווייס איך נישט וואס דארט שטייט

און ס'איז מיר אינטראסאנט צו זעהן דעם ספר פון משי זהב סרידער, ווייסט איינער וויאוזי דער ספר הייסט?

בכל אופן ביי מיר איז דאס געווען א חידוש און אז איך זעה א גרויסן קעפל אין JDN האב איך עס געברענגט
איך האב געמיינט אז ס'וועט זיין אינטרעסאנט

"הקדוש דה האן , הרצח הציוני הראשון בארץ ישראל"

זע דא מער איבער דעם
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

נא_שכל האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן: די לינק וואס הרב מילער ברענגט איז מיר געבלאקט ווייס איך נישט וואס דארט שטייט

און ס'איז מיר אינטראסאנט צו זעהן דעם ספר פון משי זהב סרידער, ווייסט איינער וויאוזי דער ספר הייסט?

בכל אופן ביי מיר איז דאס געווען א חידוש און אז איך זעה א גרויסן קעפל אין JDN האב איך עס געברענגט
איך האב געמיינט אז ס'וועט זיין אינטרעסאנט

"הקדוש דה האן , הרצח הציוני הראשון בארץ ישראל"

זע דא מער איבער דעם

יישר כח
splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

ווישוואש האט געשריבן: דאס איז א נייעס? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס שוין געזען ערגעץ.

געווען באשריבן אין איינע פון די ביילאגעס דעם יו"ט שבועות (כ'מיין די וואך)
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

יארן צוריק אינעם ״דער איד״ אונטערן נאמען פון ״אליעזר עפשטיין״ פלעגט הרה״ח ר׳ סענדער דייטש ז״ל באריכטן און האמערן איבער דעם נושא.

ער האט די אלע נעמען געברענגט מיט אונטערלאגעס פון זיי אליין.
דער שוידערליכער מארד וואלט אויפגערודערט א יעדע נארמאלע לאנד, אבער נישט אין מדינת ישראל, דארט האט מען דאס פארשוויגן.

ווען מיר הערן אז מדינת ישראל האבן געטון שגץ שטיק, אז סיי האבן מקריב געווען אידיש בלוט, אז זיי האבן זיך נישט געקימערט מיט די מענטשהייט, אלעס כדי אויפצושטעלן א אייגן לאנד, איז די רציחה פון הקדוש יעקב ישראל דעהאן הי״ד איינע פון די הוכחות.

אזוי שרייבענדיג דערמאן איך מיך איינע פון די קעפלעך. ״די ערשטע מארד אין די מדינה, ליידער נישט די לעצטע!״

פשטות ווערט דאס ״אנדעקט״ כדי דער בריוו זאל זיך גוט פארקויפן.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מיללער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: דאס איז א נייעס? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס שוין געזען ערגעץ.

קיין שום נייעס, איזרעילי געלע זשורנאליזם בתפארתה, דראמא און סקופים באזירט אויף לופט.

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=553215#p553215

די פרטים זענען סאך עלטער ווי דער גאנצער המבשר צייטונג. אלע ווייסן דערפון שוין פאר יארן.
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע:אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ר' אלי' שטיינבערגער ע"ה האט דאס ברייט באשריבן אין ליכט שטראלן 3, נישט זיכער אויב דער תהומי ווערט דארט אויך דערמאנט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות) .
אין א שיינעם העלן טאג...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מיללער האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: דאס איז א נייעס? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס שוין געזען ערגעץ.

קיין שום נייעס, איזרעילי געלע זשורנאליזם בתפארתה, דראמא און סקופים באזירט אויף לופט.

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=553215#p553215

ריכטיג
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

splinter האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: דאס איז א נייעס? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס שוין געזען ערגעץ.

געווען באשריבן אין איינע פון די ביילאגעס דעם יו"ט שבועות (כ'מיין די וואך)


קונטרס "אינטרעסאנט "
פון לעצטע חודש
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פראצעדור האט געשריבן:
splinter האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן: דאס איז א נייעס? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס שוין געזען ערגעץ.

געווען באשריבן אין איינע פון די ביילאגעס דעם יו"ט שבועות (כ'מיין די וואך)


קונטרס "אינטרעסאנט "
פון לעצטע חודש

די קונטרס "אינטרעסאנט" האט אן אשכול אויף אייוועלט?
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 425
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע:אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

היינט כ"ט סיון איז געוועהן די יארצייט פון הקדוש ר' יעקב ישראל ב"ר יצחק אייזיק דעהאן הי"ד
אויב קענסטו נישט דיין רבי'נס יחוס איז גארנישט געשען. אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
הגה"צ ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד משגיח בישיבת חכמי לובלין.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5896
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

נכד האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 12:44 pm
יארן צוריק אינעם ״דער איד״ אונטערן נאמען פון ״אליעזר עפשטיין״ פלעגט הרה״ח ר׳ סענדער דייטש ז״ל באריכטן און האמערן איבער דעם נושא.

ער האט די אלע נעמען געברענגט מיט אונטערלאגעס פון זיי אליין.
דער שוידערליכער מארד וואלט אויפגערודערט א יעדע נארמאלע לאנד, אבער נישט אין מדינת ישראל, דארט האט מען דאס פארשוויגן.

ווען מיר הערן אז מדינת ישראל האבן געטון שגץ שטיק, אז סיי האבן מקריב געווען אידיש בלוט, אז זיי האבן זיך נישט געקימערט מיט די מענטשהייט, אלעס כדי אויפצושטעלן א אייגן לאנד, איז די רציחה פון הקדוש יעקב ישראל דעהאן הי״ד איינע פון די הוכחות.

אזוי שרייבענדיג דערמאן איך מיך איינע פון די קעפלעך. ״די ערשטע מארד אין די מדינה, ליידער נישט די לעצטע!״

פשטות ווערט דאס ״אנדעקט״ כדי דער בריוו זאל זיך גוט פארקויפן.
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
אוועטאר
יהודי לא ציוני
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2015 10:19 am

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי לא ציוני »

אין ויקפידיע שטייט עס שוין לאנג https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%90%D7%9F
אוועטאר
יהודי לא ציוני
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2015 10:19 am

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי לא ציוני »

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אויב מעג איך אביסל צונעמען און אביסל אויפמישן די קארטלעך.

א. לית מאן דפליג אז דר. דעהאן איז געשאסן געווארן אדורך די ציונים.
ב. לית מאן דפליג אז דער שיסער איז א רוצח גמור און אזוי אויך אלע שותפים לדבר פשע.
ג. לית מאן דפליג אז מ'האט אים געשאסן נאר צוליב זיינע שטארקע אקטיוויטעטן קעגן דעם רעיון הציוני.
ד. לית מאן דפליג אז אברהם תהומי (אברימל זילבערבערג) פונעם שטאט אודעסע האט געהאט א שטארקע יד אינעם מארד. און לכאורה אפילו דער רוצח אליינס.
ה. לית מאן דפליג אז הגנה האט געוואלט זעהן דעם דר דעהאן טויט.

פון דא אבער ווערט די געשיכטע קאמפליצירט און צומישט.

אברהם תהומי:
א ווילדער צאפ, זיך צוקריגט צום סוף מיט יעדעם און ארויסגעפארן צום סוף וואוינען בכלל אין האנג קאנג.
געווען פון די גרויסע פירער אין הגנה, געווארן צוקריגט מיט זיי און גע'עפענט א פרישע ארגעניזאציע מיטן נאמען אצ"ל, צוריק געגאנגען צו הגנה, פריש אוועקגעגאנגען וחוזר חלילה.
ער האט אליינס בחייו עטליכע מאהל געטוישט גרסאות ווער עס האט אים געהייסן שיסן, צו ער אליינס האט געשאסן, ווער האט אלס געוואוסט דערפון, וכו' געווען פול מיט סתירות.
ער איז למעשה אוועק זייער אנגעווייטאגט אויף די פירער פון הגנה ועל ראשם בן צבי.
ער האט געהאט א שטארקע אינטערעסע אריינצושמירן די הויעכע שישקעס פון הגנה אינעם גאנצן סיפור, כדאי בעיקר צו לייגן דרוק אז מ'זאל עפענען די פראטאקאלן פון ימים ההם און עס זאל ארויסקומען לאור עולם זיין גרויסע ראלע אין הגנה, און ווי מהאט אים אזוי באזייטיגט פאר גארנישט און פארנישט.

המפעל:
אין יענע יארן איז געווען א געהיימע גרופע מיט'ן נאמען המפעל. כמעט אלע זענען געווען יוצאי אודעסע, און זיך גוט געקענט פארדעם. ביי זיי איז אלעס געווען מותר למען המדינה, אפילו וואס ביי אנדערע איז געווען (אפיציעל) א רויטע ליניע. ווי למשל בא'גנב'ן אלמנות (אפילו הרג'נען אויב עס פעלט אויס), פראטעקשן בלע"ז, פשוטע רויב אויף געשעפטן וכו' וכו'.

די קבוצה האט זיך געציילט אינגאנצן 12 מענטשן, און אלע זענען געווען אינעם זעלבן קיבוץ (יפעת) כל ימיהם, און עס האט געדארפט בלייבן בסודי סודות און מיטגיין מיט זיי אין גהנום אריין. אבער איין זימער אינעם קיבוץ בשנת תשמ"ב איז דארט געווען א פארשוין מיט'ן נאמען און ער רעקאדירט די שמועסן אינעם קיבוץ ווי די עלטערע חברה האבן מעלה זכרונות געווען פון זייערע יוגענט, און שפעטער האט ער דאס פארשפרייט און אזוי דאס מגלה געווען.

וואס דא שטעלט זיך אויס האט תהומי צוליב זיינע נקמה געפילן געמאכט א גרויסע קאשע און פארדרייט די יוצרות (לכאורה די קלענסטע עבירה זיינע). די אמת'ע מעשה (לויט ווי זיי אליינס האבן דערציילט, און עס שטימט אסאך בעסער מיט די מציאות) גייט אין קורצן בערך אזוי:

אליהו בן חורין (בינדער) - דער פירער פון המפעל, צוזאמען מיט נאך אנדערע מפעל מיטגלידער האבן איין נאכט געמאכט א מיטינג וואס צו טוהן מיט דר. דעהאן. אברהם קרישבסקי (גיורא) האט געשטעלט די שאלה צו מ'זאל אים הרג'נען, אלע האבן געוועלט אז יא.

נאכן באשלוס אים צו הרג'נען האט מען אריינגעלייגט יעדעמס נאמען אין א היטל, און אזוי געמאכט א גורל ווער די צוויי רוצחים זאלן זיין. אברהם תהומי און זאב משי זענען ארויסגעקומען אלס די פארלירער (ודו"ק). תהומי און משי האבן אנגעהויבן מאכן יעדע נאכט הקפות אין ירושלים, צו זעהן דעם סדר היום פון דר דעהאן. נאך א שטיק צייט האבן זיי אויפגעכאפט אז ער דאווענט יעדן טאג מנחה 6 אזייגער אינעם ביהמ"ד פונעם שערי צדק שפיטאל.

אינעם טאג פונעם מארד האבן ביידע (משי און תהומי) געהעריג אנגעגאנגען מיט זייער סדר היום. פאר מנחה צייט זענען שוין ביידע געשטאנען אינעם געגענט פונעם שפיטאל, און תהומי איז געשטאנען נעבן טיר אויף רחוב נתן שטראוס (היינט איז עס רחוב שטראוס ממש נאנט צו קארנער יפו, דארט ווי די גאס טוישט זיך די נאמען צו קינג דשורדש) כאילו ער שטייט דארט סתם. אויפן וועג אריין צו מנחה האט אים דר. דעהאן העפליך באגריסט, און אריין אין שוהל. משי האט אראפשפאצירט נענטער צום קארנער פון רחוב אגריפס צו האלטן אן אויג דארט ארויף אויף די גאנצע גאס צו זעהן אויב די גאס איז ליידיג. ווען דעהאן איז ארויסגעקומען פון מנחה, האט משי געוויזן פאר תהומי אז ער האט די "גא - אהעד". תהומי האט געפרעגט פאר דעהאן וויפיל אזייגער איז, ווען דעהאן האט ארויסגענומען זיין גאלדענעם טאשן זייגער האט אים תהומי געשאסן דריי מאהל און אנטלאפן פונעם ארט.

סוף דבר:
תהומי איז א ביליגער רוצח, און א גרויסער ליגענער. ער האט יא געשאסן דעהאן מיט זיינע אייגענע הענט, הגנה האט געוואלט אז עס זאל געשעהן אבער נישט געגעבן פאר אים די הוראה דאס צו טוהן, זיין געהיימע קבוצה האט דאס געטוהן, און ער האט באשלאסן עס צו ווארפן אויף הגנה.

גאר א וויכטיגע הערה:
הגנה אליינס איז גארנישט אזא אומשולדיגע שעפעלע, גאר ווייט דערפון. זיי האבן גאר אסאך אידיש בלוט אויף זיך. איך רעדט נישט פון גרמא בעלמא, איך רעדט פון ידיים ממש. זיי האבן געשאסן בידיים, ברבים, אויף אנדערע וועלכע האבן נישט מיטגעשטימט מיט זיי פאליטיש (אלטעלענא, א שיף מיט פליטים וועלכע האבן מיטגעברענגט געווער פאר אצ"ל, אדער לדוגמה עסק הביש - ווען זיי האבן אליינס געמאכט באמבעס אין מצרים אויפצורעגן די אמעריקאנע. תקופת הסזון - ווען זיי האבן שלום געמאכט מיט די בריטישע צו מאכן א יד אחת קעגן אלע פון אצ"ל און לח"י מיטגלידער, ועוד ועוד ועוד). עס איז דא א סיבה פארוואס יעדער און אפילו זייערע אייגענע מיטגלידער האבן געגלייבט אז הגנה איז געשטאנען אינטער דעם. און זיי האבן זיכער אויך געקענט באשטיין און אפשר אפילו געפלאנט דעם מארד.
למעשה האבן עס אנדערע חיות רעות אויסגעפירט.

אן אנדערע ווערטער: אויב האבן ענק געמיינט אז בער האט אים פארציקט, זאג איך ענק אז א וואלף האט אים פארציקט. ביידע שטאמען פונעם זעלבן וואלד, ביידע זענען די זעלבע חיות רעות, ביידע האבן ליידער פארציקט גאר אסאך פארדעם און נאכדעם. און ביידע פון די חיות רעות זענען אייניג שולדיג און אראפירן מיליאנען אידן פונעם אידישן וועג.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פאר ווער עס קען זיך אויס אביסל אין ירושלים, ביים אינטערשטן עקס איז געשטאנען משי און געגעבן די גרין לייט אז די שטח איז ריין, ביים אויבערשטן עקס איז געשטאנען דער רוצח תהומי און געשאסן דעהאן הי"ד
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-06-19 235153 (1).jpg
Screenshot 2023-06-19 235153 (1).jpg (125.93 KiB) געזען 1404 מאל
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2023 9:37 pm
אויב מעג איך אביסל צונעמען און אביסל אויפמישן די קארטלעך.
זייער אינטערעסאנט.

פון וואנעט קומט די אינפא.?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 12:28 am
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2023 9:37 pm
אויב מעג איך אביסל צונעמען און אביסל אויפמישן די קארטלעך.
זייער אינטערעסאנט.

פון וואנעט קומט די אינפא.?
דער וואס האט רעקאדירט די שמועסן האט שפעטער ארויסגעגעבן לענגערע מאמרים אויפן נושא, (לכאורה נגד תקנת המקום צו לייגן דא, אויב נישט, לייג איך עס גערן) און משי איינמאהל נתגלה קלונו ברבים האט ער פארציילט פאר בני משפחתו געוואוסע חלקים וואס האט געפעלט פון די שמועסן. זיין זין האט שפעטער אין אן אינטערוואו איבערדערציילט (לכאורה נגד תקנת המקום צו לייגן דא, אויב נישט, לייג איך עס גערן).
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7058
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אויפדעקונג איבער די פרשה פון רציחת הקדוש דעהאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

@ממי שאמרו, יישר כח גדול!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”