צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7492
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

American Dream האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:22 pm
הולך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:10 pm
נועם המידות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm
ביידען ווערסעס טראמפ ראלי אין די זעלבע סטעדיום
נישט זיכער אז ביידן האט דא מער מענטשן. ווי די קענסט זען איז די בימת הכבוד ביי ביידן אסאך מער אריין געריקט ווי ביי טראמט.
פארט אינטרעסאנט צו זען אז ער האט אזא גרויסע עולם.
די אשכול איז די פרא ביידען אשכול
עס איז דא געוויסע וואס נעמען זייער פערזענליך אויב מען שרייבט דא זאכן וואס איז נישט פרא ביידען
האלצשטיין האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:55 am
כ'מיין ס'איז שוין העכסט צייט צו עפענען א אייגענע פרא ביידען אשכול.

איינער איז מיט מיר?...
עס קומט נישט אריין נעמען פערזענליך. עס איז א צווייטע נקודה.

עס איז שוין דא א פרא טראמפ אשכול, די אלגעמיינע נייעס אשכול איז שוין אויך א אפיציעלע פרא טראמפ אשכול, יעצט ווערט די אשכול אויך א פרא טראמפ אשכול.

יעדער האט רעכט צו האלטן וואס זיי ווילן, יעדער קען לאכן פון סיי וועלכע נייעס דא ווערט געברענגט, יעדער האט רעכט צו דיסעגריען מיט וואס דא ווערט געברענגט.

מען דארף אינאכט נעמען אז דא איז די פרא ביידען אשכול. איינער וויל קאמאנטירן, אפלאכן, טענה'ן חוזק מאכן? הארצן גערן, נעם יענעם תגובה און ציטיר עס אין א צווייטע אשכול און טו כל מה שליבך חפץ.

זה הוא.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

American Dream האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:17 am
שפילקעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:22 am
American Dream האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:17 am
שפילקעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:13 am
American Dream האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:11 am

נאפ זייט 2020 סווינגט עס צירוק
קען זיין, לכאורה די בארדער אישו מאכט אסאך שיפטן רעכט.

אבער ס’סווינגט נאך לעבעדיג.
יא יא צו די רעפאבליקאנער אבער
כאפסט אבער אז טעקסאס איז אמאל געווען די גרעסטע און פעסטע רעפאבליקאנער פעסטונג.
אזוי קאליפארניע ביי די דעמאקראטן.
פאר 15 יאר צוריק וואלט נישט אין חלום געקומען אז ס’וועט אזוי שטארק שיפטן.

און די זעלבע סורפרייזונג וועט זיין אויב די געפ אין ניו יארק וועט זיין אין די סינגעל דידזשיטס.
פונקט פארקערט די טעקסעס איז געווען א בלוי שטאט ביז 40 יאר צירוק

קארטאר האט נאך געזיגט אין טעקסאס

ביל קלינטאן האט פארלוירן טעקסאס ביידע מאל מיט קלענערע פערצענטן ווי הילערי קלינטאן אין ביידען

אין 2000 טאקע צילוב וואס בוש איז געווען די פאפולערע גאווערנאר פון טעקסאס איז די סטעיט געסווינגט שטארק רעכטס

זייט טראמפ איז אריינגעקומען האבן די בוש רעפאבליקאנער אין די סטעיט אנגהויבן סווינגן צו דעמאקראטן טאקע אין 2018 האט טאקע קרויז קום געווינען

אבער זייט טראמפ האט אריינגעברענגט די היספאנישע צו די רעפאבליקאנע לאגער האט די סטעיט אנגעהויבן צירוק צו גיין רעפאבליקאנער אין יעצט אין 2022 האבן רעפאבליקאנער אפגעהאלטן שטארקע זיגן דארט ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ זיגן אין טעקסאס מיט ארום 10 פערצענט
נישט ממש.
דעמאקראטיש יא, אבער נישט לינק (און אויך נישט בלוי, ווייל די רויט=רעפובליקאנער בלוי=דעמס איז נאכנישט געווען אזוי שטארק איינגעפירט...).

דעמאקראטן אין די סאוט, אריינגערעכנט טעקסאס, זענען געווען זייער קאנסערוואטיוו אויף סאציאלע טעמעס, אריינגערעכנט סעגרעגאציע און די סיוויל רייטס באוועגונג.
דאס האט זיך אנגעהויבן טוישן אין די 1960ער אונטער קענעדי דורכאויס די סיוויל רייטס עפאכע. לינדאן דזשאנסאן, קענעדי'ס וויצע און ערזאץ נאך די קענעדי אטענטאט, האט אונטערגעשריבן די סיוויל רייטס עקט אין 1964.

דזשאנסאן, א תושב טעקסאס טאקע, האט נאך עספיעט צו באקוועם געווינען דעם סטעיט ווען ער איז געלאפן פאר זיין ערשטע טערמין אין נאוועמבער 1964 (ער האט איבערגענומען קענעדי אין ענדע 1963, און גע'חתמ'עט די סיוויל רייטס עקט אין מיטל 1964), אבער פון דארט און ווייטער האבן דעמאקראטן געהאלטן אין איין פארלירן ווייסע טראדיציאנעלע דעמאקראטישע וויילער צו די רעפובליקאנער דרום סטראטעגיע.

ס'איז וויכטיג צו באמערקן אז די דרום דעמאקראטן, כאטש מער קאנסערוואטיוו אויף סאציאלע און ראסע אישוס, זענען געווען מער פאפוליסטיש אויף עקאנאמישע אישוס, אריינגערעכנט די דעמאקראטישע ניו דיעל פאליסיס, און עס האט גענומען צייט פאר די ארטיגע ראסיסטישע ווייסע גענצליך אפצולאזן די דעמאקראטישע פארטיי.

בעיסיקלי וואס איך זאג איז אז, אז טראמפ לויפט אלס א סאדערן דעמאקראט, אבער א פעיקע, ווייל זיינע עקאנאמישע פאליסיס זענען בכלל נישט פאפוליסטיש.
אוועטאר
אדרת שער
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרת שער »

שפילקעס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:45 am
אדרת שער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 9:23 am
הולך האט געשריבן: זונטאג יוני 23, 2024 3:33 pm
קיינער נאך נישט דערמאנט 2 אינטרעסאנטע נייעס פון פאריגע וואך סא כוועל נעמען די שופר.

אין די רויטע טעקסעס איז די פארמעסט היבש שמאל מיט טראמפ פאראויס בלויז 7 פראצענט (טרמפ געוואנען אין '16 מיט 9 פראצענט און 2020 מיט 6 %)

פאוילס ווייזן אז עלטערע ווייסע וואס זענען אין די פארגאנגאנהייט געווען א טראמפ בעיס זענען היבש אפגעקילט אין גייען פאר ביידן (וואס ביידן פארלירט ביי די שווארצע באקומט ער ציריק דא)
ווי שוין געשריבן עטליכע מאל , ארבעטן די דעמאקראטן שוין א שיינע פאר יאר צו סווינגן טעקסאס, זייער מהלך איז אהינצוברענגן אסאך יונגע סטודענטן וויילער וואס גייען על פי רוב צו דעמאקראטן.

ס’שיינט אז די מהלך ארבעט. עטליעסט צוביסלעך.
אויך ברענגען זיי דארט מער היספאנישע
נועם המידות
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

איליגעל קראסינג אראפ מיט 40 פראצענט אין 3 וואכן!
אטעטשמענטס
Screenshot_20240626_095027_Chrome.jpg
Screenshot_20240626_095027_Chrome.jpg (174.14 KiB) געזען 1111 מאל
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

געוועזענע רעפאבליקאנע קאנגרעסמאן עדעם קיזינגער קומט ארויס אין שטיצע פון פרעזידענט ביידען

רעפאבליקאנע פאר ביידען קאליצע האלט זיך אינמיטן בויען
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

הולך האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 2:10 pm
נועם המידות האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 1:16 pm
ביידען ווערסעס טראמפ ראלי אין די זעלבע סטעדיום
נישט זיכער אז ביידן האט דא מער מענטשן. ווי די קענסט זען איז די בימת הכבוד ביי ביידן אסאך מער אריין געריקט ווי ביי טראמט.
פארט אינטרעסאנט צו זען אז ער האט אזא גרויסע עולם.
ממש אינטערעסאנט

מען רעדט דא פון פילאדעלפיע
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבער די ביידען אדמיניסטראציע'ס קריג קעגן די ענערגיע אינדוסטריע...
אטעטשמענטס
Screenshot_2024-06-26-10-42-32-79_f9ee0578fe1cc94de7482bd41accb329.jpg
Screenshot_2024-06-26-10-42-32-79_f9ee0578fe1cc94de7482bd41accb329.jpg (364.91 KiB) געזען 1086 מאל
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7492
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 10:44 am
אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבער די ביידען אדמיניסטראציע'ס קריג קעגן די ענערגיע אינדוסטריע...
אוי, שוין ווידער ברענגסטו א טשארט, דו גלייבסט עס נאך...?
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נאך אין די סעריע פון די העכסט געהיימע ביידען קאמפיין פראפאגאנדע פראגראם. עס איז דא א מעגליכקייט אז דער פרעזידענט פלאנט אפשר ארויסצוגעבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו נידערן די קלאסיפיקאציע ראנק מיט איין שטאפל.
אטעטשמענטס
IMG_20240626_173313.jpg
IMG_20240626_173313.jpg (364.32 KiB) געזען 1007 מאל
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:33 pm
נאך אין די סעריע פון די העכסט געהיימע ביידען קאמפיין פראפאגאנדע פראגראם. עס איז דא א מעגליכקייט אז דער פרעזידענט פלאנט אפשר ארויסצוגעבן אן עקזעקיוטיוו ארדער צו נידערן די קלאסיפיקאציע ראנק מיט איין שטאפל.
וואס מיינט עס
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

אין שום יאוש בעולם כלל...

פון @ר' זעקל נאך די פעטערמאן דעבאטע
אטעטשמענטס
IMG-20240628-WA0000.jpg
IMG-20240628-WA0000.jpg (71.52 KiB) געזען 892 מאל
"We can't let the cure be worse than the problem"

דזשאו ביידען 2024!
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

מייק פענס 2024 האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 12:10 am
אין שום יאוש בעולם כלל...

פון @ר' זעקל נאך די פעטערמאן דעבאטע
ביסט נאך אלטס אויף זיין וואגן?
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

אינפלעישאן קומט אריין די נידעריגסטע אין 3 יאר.

אינפלעישן אראפ וועידזשעס ארויף!
אטעטשמענטס
Screenshot_20240628_090652_Chrome.jpg
Screenshot_20240628_090652_Chrome.jpg (191.73 KiB) געזען 664 מאל
Screenshot_20240628_093332_Chrome.jpg
Screenshot_20240628_093332_Chrome.jpg (238.4 KiB) געזען 664 מאל
"We can't let the cure be worse than the problem"

דזשאו ביידען 2024!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

מייק פענס 2024 האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 9:37 am
אינפלעישאן קומט אריין די נידעריגסטע אין 3 יאר.

אינפלעישן אראפ וועידזשעס ארויף!
20240628_094322.jpg
20240628_094322.jpg (51.06 KiB) געזען 637 מאל
ליסן, זיין סטעיט אוו די יוניאן רעדע איז געווען אייזן, און ער איז פונקט נעכטן געווען שווער פארקילט אדער ווייסעכוואס.

פאקט בלייבט אז ער איז געווען און איז א שטוינדע דורכפאל אין טורמס פון מעסידזשינג די לעצטע פאר יאר, און ס'איז א געוואלדיגע פראבלעם און עוולה דאס צו איגנארירן.
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

ווען טראמפ וואלט גענוצט ביידנס ווערטער וואלט גארנישט געווען ראנג.
ס'נאר זיין קול.
רעיגענס קול איז נישט געווען בעסער.
איך בין א @אליעזר קרויס פען, נאר מיט א שטיקל פילטער'ל. דהיינו:

מיר בלייבן יאנטשי ביז משיח'ס טאג בע"ה.
געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
נועם המידות
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

פרעזידענט ביידען האלט היינט אפ א קאמפיין עווענט אין נארט קארליינע און דערנאך קומט ער צו ניו יארק פאר עטליכע עווענטס.
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
נועם המידות
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

די לאנגיעריגע שנאה פון די מידיא צו ביידען קומט קלאר ארויס, איינער האלט אז ווען טראמפ האט ווען א מעס אפ דיבעיט וואלט פאקס א.ד.ג. געטון וואס די מידיא טוט יעצט צו ביידען?

נועם המידות האט געשריבן: פרייטאג יוני 28, 2024 9:55 am
די לאנגיעריגע שנאה פון די מידיא צו ביידען קומט קלאר ארויס, איינער האלט אז ווען טראמפ האט ווען א מעס אפ דיבעיט וואלט פאקס א.ד.ג. געטון וואס די מידיא טוט יעצט צו ביידען?
די מידיא האט שוין פארלאנגט אין 2022 אז ביידען זאל ארויס דראפן צו סעיוון די מידטערמס, אונז ווייסן וויאזוי עס האט זיך גענדיגט.
אטעטשמענטס
Screenshot_20240628_095722_Chrome.jpg
Screenshot_20240628_095722_Chrome.jpg (229.8 KiB) געזען 569 מאל
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

רעיגען האט געהאט א ענליכע מעשה ווי ביידען, ביי זיין ערשטע דעבאטע איז ער אריינגעקומען גאר שוואך און אלט, אבער ער האט גאר שטארק צוריק געווינען ביי די צווייטע דעבאטע מיט זיין בארימטע ליין אז ער גייט נישט אויסנוצן זיין קעגנערס (יונגע) עיזש און אומערפארונג פאר א קאמפיין אישו קעגן אים

אפגערעדט אז ער איז למעשה געווען באקוועם פאראויס אין די פאולס. און די דעבאטע איז געקומען פיל שפעטער אינעם קאמפיין, די צווייטע דעבאטע נאכפאלגנדיג נישט לאנג דערנאך

(אינקאמבענט פרעזידענטן בכלל קומען געווענליך אריין שוואך אין די ערשטע דעבאטע).

און וואס מיינסטו? רעיגען איז טאקע געווען אלט קראנק און שוואך אין די לעצטע יאר 2 פון זיין קאדענץ, עס איז נישט געווען סתם א בלבול

ביידען'ס פראבלעם איז פארט, נישט אזוי ווייט די קול ווי זיין האלטונג, זיין פארעלטערטער און שיער פארקאלעכטער אויסקוק, און זיין שטוינענדע מעגליכקייט צו פארוואנדלען זיין שטארקייט (אבארשען) אין זיין גרעסטע שוואכקייט (אימיגראציע). זיין אוממעגליכקייט צו דעליווערן איין גוטע אטאקע ליין. און די טשערי אן טאפ איז זשיל'ס דברי חיזוק ביי די ענדע (וואס האט געצייגט קלאר אז וואס מיר זעהן איז די זעלבע וואס זיי זעהן אינטערנעלי).

#זשאו_מאסט_גאו

און דאס איז גוטע לערן געלט פאר די דעמאקראטישע פארטיי פאר די צוקונפֿט, נישט צו פרובירן ארויף צו צווינגן אויף אמעריקע א קאנדידאט וואס די וויילער זאגן זייער קלאר אז זיי דארפן אים נישט.

די קומענדיגע טעג און וואכן גייט זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן, עס וועט מער ארויסקומען אפן די כאראקטער און א נאטור פון א פאליטישער קאמפיין אין אמעריקע וואס איז א קאאליציע בעצם פון פילצאליגע פארשידנארטיגע גרופעס, פראקציעס און איינפלוסרייכע דאנאר'ס און פאליטיקאנטן. די דעבאטע האט געגעבן די מעגליכקייט צו ארויסקומען אין ריעל טיים און זאגן וואס מען האלט, אנשטאט דארפן אנשטעלן א פנים כאילו אלעס איז פיין און שיין, און עס וועט זיין דראמאטיש וויאזוי די ביידען קאאליציע צוברעקלט זיך, אדער וויאזוי זיינע נאנטע מענטשן באווייזן א פאליטישער מייסטער קלאס צוריק צו קומען פון דעם דיזעסטער

לגוף האשכול, אזא סארט אפענער קאנווענשאן קען טאקע זיין ברוטאל אינערליך, אבער אויב די פארטיי סעטעלט למעשה אויף א פאפולערער קאנדידאט וועלכער אפעלירט צו א ברייטערע קאאליציע, איז דאס נאך אלעם די בעסטע פאר די פרא ביידען hq, ווייל טראמפ איז דערנאך אין אזא סינעריא.

אוודאי וואלט דאס געדארפט פאסירן א פולער יאר צוריק און נישט יעצט, אבער עס איז וואס עס איז.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7492
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

@אותות ומופתים , ביסט דאך אזא צדיק, אזא איש ישר, עס איז צום שטוינען פון דיר.

נאך די עקסעס האליוואוד טעיפס האט זיך טראמפ צוריקגעצוגין וויבאלד מ'קען נישט ארויפצווינגען א קאנדידאט וואס קיינער דארף נישט, אמת.

שכח פאר דיין אויםריכטיגע ווערטער, זי ממשיך די שמועס אין אנדערע אשכולות.
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5930
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

די ביידען קאמפיין מעלד אז זיי האבן אויפגעטריבן מעכטיגע 14 מיליאן דאלער אין די שעות ארום די דיבאטע
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

@האלצשטיין , די רעדע איז נישט צי די פארטיי שישקעס זאלן צווינגען דעם פרעזידענט צו רעזיגנירן. עס איז נישט געשען עפעס אן עמערדזשענסי וואס פאדערט אז דער פרעזידענט זאל שוין אפטרעטן פון אמט. די דיון איז צי דעמאקראטן, און דעמאקראטיע, קען זיך ערלויבן צו שטעלן אזא קאנדידאט אלס דער אויסוואל צו דינען נאך א פיר יעריגע טערמין אלס פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן ווען אויפן צווייטן זייט איז דאנאלד טראמפ.

דעמאקראטן גייען נישט האבן אויסלענדישע הילף פון שפיאנאזש אגענטורן צו פאר'סמ'ען טראמפ מיט די טריפ טריפ ליעקס פון וויקיליקס, אדער די קאומי האנט-גראנאט צען טעג פאר די וואלן.

ביידען האט געדארפט זיין אן טאפ אוו היז געים די גאנצע צייט ביז נאוועמבער, און נעכטן האט מען גענידערט די געים מיט צוואנציג איילן אונטער דער ערד.

האבן ביידען אויפן שפיץ פון די טיקעט איז צו א גרויסע ריזיקע וואס וואלט לכתחילה קיינמאל נישט געטארט ווערן צוגעלאזט, אבער הונדערט מאל אזוי זייט די נעכטיגע טשערנאביל שטאפל קאטאסטראפע.
נועם המידות
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

ביידען איז א נייע מענטש אין נארט קארליינע.

קומט אריין קריספי, שארף, אויפגעהייטערט די מאסן זענען אויפגעהייטערט לייק נעווער בעפאר!

4 מאר יערס... לאק הים אפ...

אלע מידיא קעירען עס לייוו טענקס צו די נעכטיגע דעבאטע..
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13896
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

"לאק הים אפ," ר"ל.
אין וואס פארא ריכטונג פלאנען זיי צו נעמען די קאמפיין?
נועם המידות
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:46 pm

Re: צענטראלע פרא-ביידן וואלן HQ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם המידות »

עס איז דערפרישנד צירוק צו האבן דיין קול מר. ביידען...
מר. טראמפ, ווי זענען די דאקומענטן מיט די טאפ סיקרעט קלערנס פון די ליידיגע פאלדערס אפירגעקומען???!!!

די אמעריקאנער פאלק דארף ענטפערס!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”