נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

איך שרייב צו דיר
מיין נשמה אין מיר
אפאר ווערטער שטילע
הער צו מילה במילה

פיל מאל איך שפאציר
ווען דו ליגסט אין מיר
מיט דיין הייליגע גייסט
צו וואס די תורה הייסט

אזוי געשמאק די וועג
א שפאציר לאנגע טעג
צווישן בלומעלעך פילע
זינג איך מיר א תפילה

ואהבתך נאר מיט פרייד
ליב האבן דיינע רייד
לעולמים זיין מיט דיר
טאטע ווייז מיר די טיר

אזוי שפאצירנדיג ווייט
נשמה זעסט אינדערזייט
א בלאטע טיעף און נאס
דו ווילסט גיין א אנדערע גאס

אוועק טוסטו מיר שלעפן
אויף בעסערע צוועקן
ס'זאל מיר ליכטיג ווערן
צו שמוץ נישט קערן

אבער נשמה די זעלבע צייט
איך זע אויך פון די זייט
א וואסער גאר א שיינע
שמעקט פון בלומען פיינע

די גערוך מיר פארשיכערט
איך שפיר זיך באצוקערט
אהין איך וויל נאר לויפן
זען וואס זיי פארקויפן

גוף גוף טוסטו שרייען
וואס היינט ווילסטו איינזייען
די פירות שניידן מארגן
בעסער טו היינט זארגן

ואהבתך נאר מיט פרייד
ליב האבן דיינע רייד
לעולמים זיין מיט דיר
טאטע עפן מיר די טיר

אבער זיי וויסן נשמה
אז אונזער מלחמה
איז נישט דיר צו פרירן
מיר טוען אנדערש שפירן

ווען דו שפירסט גרויסע זאכן
קען צומאל מיין נערוון קראכן
גשמיות'דיגע אויגן באקומען
קוים וואס איך בלייב ביים זינען

נשמה טו מיר פארשטיין
און לאז מיר נישט אליין
צוזאמען זיך צו פלאגן
און בעטן און אייביג זאגן

ואהבתך נאר מיט פרייד
ליב האבן דיינע רייד
לעולמים זיין מיט דיר
לאמיר דורכגיין די טיר
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף, איך זאל זוכה זיין צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה. אומאן ראש השנה 🔥🔥
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

פשטות'דיגע שורות מיט טיפע באדייטן, געוואלדיג!
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7194
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'איז הערליך שיין, און זייער הארציג פול מיט אמת. באמת ווענד זיך אלעס אין די שורש נשמה פון א מענטש. יעדער האט זיך זיין וועג. ס'דא נשמות וואס ציען זייער ארויף, דארפן זיי בערך אזא סארט מהלך. אבער ס'דא נשמות וואס וואלטן זיך געוואונטשן אז ס'זאל זיי מער ציען.

און צום סוף וויל איך דיר עפעס פרעגן: האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
טאמער יא, לאז מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען.
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח סאיז זייער שיין און טיף
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נשמה האט געשריבן: ס'איז הערליך שיין, און זייער הארציג פול מיט אמת. באמת ווענד זיך אלעס אין די שורש נשמה פון א מענטש. יעדער האט זיך זיין וועג. ס'דא נשמות וואס ציען זייער ארויף, דארפן זיי בערך אזא סארט מהלך. אבער ס'דא נשמות וואס וואלטן זיך געוואונטשן אז ס'זאל זיי מער ציען.

און צום סוף וויל איך דיר עפעס פרעגן: האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.
טאמער יא, לאז מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען.

טויש צוריק פליז צו די ערשטע נוסח.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

הייליגער באשעפער איך בעט דיר העלף, איך זאל זוכה זיין צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה. אומאן ראש השנה 🔥🔥
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע:אונטערן באנק

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

הערליכע פאעטישע ארבעט, די שורות זענען צוזאמגעשטעלט ווי פון זיך אליין געגאסן מיט א געלאסנקייט, א אמת'ער גוטע ארבעט.
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
פארלאשן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2022 4:17 am

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארלאשן »

הערליך שיין!!!!
הארציגע סטרונעס
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:52 am

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארציגע סטרונעס »

הערליך!!!
ישר כח!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8204
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

הערליך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יעצט געליינט.

זייער גוט און בא'טעמ'ט אראפגעלייגט..

ש'כח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
פילינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 12, 2021 3:51 am

Re: נשמה טייערע, הער אויס א מינוט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פילינגס »

הערליך שיין
טאלאנט + נשמה
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”