היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

לרגל די דריי וואכן וואס מיר טרויערן און בענקען נאך ירושלים אונזער גלוסטעניש, וועל איךשרייבן אביסל איבער ירושלימ'ע היסטאריע.

עס איז אלעס דברים פשוטים - קיין חידושים, אבער אביסל צוזאמנעמען די זאך, און זיך דערמאנען און בענקען צום הייליגן שטאט...

די אלטשטאט ירושלים איז כידוע גאר אן אלטן שטאט, און איז אריבער במשך הדורות פילע הענט/קעניגן/אימפעריעס און רעגירונגען.

די אלטשטאט וואס אונז קענען היינט, איז אלעס ארומגענומען מיט די באוואוסטע שיינע חומות ירושלים, וואס זענען געבויעט געווארן דורך דעם טערקישן הערשער סולטאן סולימאן וואס האט איינגענומען ארץ ישראל אלץ א חלק פונעם דאן אויפשטייגענדעם מעכטיגן "טערקישן אימפעריע" מיט ירושלים אלץ דעם געגנט הויפטשטאט.

די חומות האבן. טויערן פון אלע זייטן, שער יפו / שכם / החדש / האריות / האשפות / ציון.
דער שטאט זעלבסט איז צוטיילט אין פיר קווארטלען די מוסלמענער קווארטל /רובע המוסלמי, די נוצרי'שע קווארטל/רובע הנוצרי, די אידישע קווארטל/רובע היהודי, און די ארמענישע קווארטל/רובע הארמני.

רובע המוסלמי. די גרעסטע פון צווישן זיי איז די מוסלמענע קווארטל, וואס נעמט אריין אין זיך די פילע שוק'ן ובראשם די באוואוסטע גאס וואס לויפט פונעם שער שכם ביזן כותל פלאזא, און איז היינטיגע צייטן באוואוינט מיט וויסטע אראבער וואס קוקן מיט שפיזיגע אויגן אויף יעדע איד וואס גייט דארט אריבער...

אבער פאר נישט צו לאנג צוריק האט עס געווען פול מיט אידישע חצרות אנגעפולט מיט אידישע איינוואוינער, אשטייגער ווי מרא דערעא דישראל רבי יוסף חיים זונענפעלד זצ"ל האט דארט געוואוינט, און נאך פילע אידישע משפחות האבן דארט געוואוינט, בעיקר אין די חלקים נענטער צום רובע היהודי
.
אויך פילע שולן און ישיבות האבן זיך דארט געפונען, א חלק זענען היינט שוין צוריק אין אידישע הענט, און א חלק ליידער נישט.
צווישן זיי זענען באוואוסט די בנין 'שובו בנים' וואס ר' אליעזר ברלנד האט איבערגענומען פון אראבישע הענט, אין דער בנין פלעגט זיין די באוואוסטע ישיבה 'חיי עולם'.
בית המדרש 'אוהל יצחק' וואס איז א שפאן אוועק פונעם כותל, און איז הערליך איבערגעבויט אויפן פארצייטישן שטייגער, און פיל נאך...
אויך די אלטע חצר פון כולל חבת ירושלים איז אין דעם קווארטל, וואס איז היינט א ישיבה - אונטער הרב זילברמן.

רובע הנוצרי. דער קווארטל איז פול מיט טומאות און טיפלות, גלחים און נאנע'ס איז קיין זעלטנהייט צו זעהן זיך דרייען אויף די געסלעך, און צומאל אפילו מיט גרויסע שתי-וערב'ס... נישט קיין געשמאקע פלאץ פאר איד זיך צו דרייען... אויך איז דארט נישט פארהאן קיין אידישע היסטאריע (פון די לעצטע עטליכע הונדערט יאר).

רובע היהודי. דאס איז שוין פול מיט אידישע היסטאריע, ידע שטיינדל איז איינגעזאפט מיט די רוח און קדושה פון די הייליגע גדולים וואס האבן זיך דארט געדרייט ווי צום ביישפיל הרמב"ן, האור החיים הק', הרש"ש, רבי גדליה חיון, רבי יהודה חסיד, רבי גרשון קיטוב'ער זי"ע.

און איז פול מיט הייליגע בתי מדרשים אויף יעדע טריט און שריט, בית הכנסת הרמב"ן, החורבה, רבי יוחנן בן זכאי, בית ק-ל, תפארת ישראל-ניסן בק און פיל מער.
אויך די שטובער פון גדולי ישראל ווי די הויז פונעם אור החיים הקדוש, רש"ש און פיל מער
.
פון פילע חלקים פונעם רובע האט מען א קלארן בליק אויפן מקום המקדש און די מסגד עומר דערויף, און אויך פונעם כותל המערבי.

רובע ארמני. איז נישט צו אינטרעסאנט, גאנץ ענדליך צום רובע הנוצרי, און ווערט היינט גאנץ שטארק איבערגענומען דורך די אידישע איינוואוינער פונעם רובע היהודי, צוליב דעם דירות מאנגל אין דעם רובע היהודי...

המשך יבוא.
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
רבא מברניש
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:מ'שוועבט

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

סובסקרייבט
א פאזיטיווער מענטש איז אויך פאזיטיוו צו נעגעטיוויטי!
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:03 pm

רובע ארמני. איז נישט צו אינטרעסאנט, גאנץ ענדליך צום רובע הנוצרי, און ווערט היינט גאנץ שטארק איבערגענומען דורך די אידישע איינוואוינער פונעם רובע היהודי, צוליב דעם דירות מאנגל אין דעם רובע היהודי...

די ארמוינים וואוינען שוין נישט דארט?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

צו א מעסטערפיעס פון @יחזקאל סגל לנדא מוז מען זיך סובסקרייבן,
סובסקרייבט
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און האב הנאה
אוועטאר
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

wow
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
אזוי גאר! האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:37 am

די תגובה האט אויסגעקוקט ווי ביידן אין די ווייסע הויז.

איך בעט די אחראי וואס מעקט עס זאל מיר צולייגן עפעס א ווערטעל.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

מאסיוו
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

געליינט די קעפל און גלייך געלייקט!
קוק מיר ארויס...
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

חלק אלקי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:14 pm
געליינט די קעפל און גלייך געלייקט!
קוק מיר ארויס...
איצטער קענסטו ליינען 'די ארטיקל'...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:37 pm
חלק אלקי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:14 pm
געליינט די קעפל און גלייך געלייקט!
קוק מיר ארויס...
איצטער קענסטו ליינען 'די ארטיקל'...
געליינט און הנאה געהאט!
שיינע בעגינינג..
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:28 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:03 pm

רובע ארמני. איז נישט צו אינטרעסאנט, גאנץ ענדליך צום רובע הנוצרי, און ווערט היינט גאנץ שטארק איבערגענומען דורך די אידישע איינוואוינער פונעם רובע היהודי, צוליב דעם דירות מאנגל אין דעם רובע היהודי...

די ארמוינים וואוינען שוין נישט דארט?
ארמעניע Armenia איז א שטרענג קריסטליך לאנד, וואס געפינט זיך ביים גרעניץ פון די אייראפעאישע און אזיאנע קאנטינענטן (די געגנט צווישן רוסלאנד און איראן) אין די אמאליגע צייטן פלעגן זיי האבן א שטארקע השפעה אויף די גאנצע אומגעגנט און אויף די גאנצע קריסטליכע וועלט.
און ווי אלע גלויבונגען - וואס ווילן האבן אן ארבטייל אין ירושלים - האבן די ארמענער אויך געוואלט... און זיי האבן זיך געקענט ערלויבן...

זיי האבן געהאט געוויסע בעלות אויף קריסטליך פארהייליגטע מקומות אין ירושלים (וואס זיי האלטן נאך אן עד היום הזה) אויך האבן זיי איבערגענומען קאנטראל פון דעם געגנט הנקרא על שמם "רובע הארמני", און דארט האבן זיך געפונען זייערע גלחים און שלוחים אין ירושלים.

מיט די יארן איז די גאנצע מעכטיגקייט פון די ארמענער צובלאזן געווארן... און זייער אנוועזהייט און אינטערעס אין ירושלים איז כמעט א פארגאנגענהייט...

די געגנט איז נאך נקרא על שמם, אבער פיל חלקים זענען געשעפטן אין קאנטראל פון אראבער (די גאנצע וועג פון שער יפן ביזן רובע היהודי... אויב מאכט מען א רעכטס גלייך נאכן שער) און אנדערע חלקים איז באוואוינט מיט אידן, און א גרויסע חלק איז א פארקינג לאט אונטער די כותל'ס הנהלה.

בקיצור: ארמענער קענסטו טרעפן דארט - אפשר צוויי מענטשן...

איך האב אמאל געשמועסט מיט א אלטן ארמענער, ער האט אפילו נישט געוואוסט אז "זיין פאלק" האט א קווארטל אין ירושלים...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אקעי

סאיז געווען באשערט. האסט מיך אויסגעכאפט.

צוליב דעים וועל איך עס דא לייגן פון א דרעפט.

תבנה חומות ירושלים

במשך רוב יארן איז ירושלים געווען ארומגענומען מיט א חומה. אבער כמעט אלע מאל וואס ירושלים איז איינגענומען געווארן, איז די חומה אויך צעווארפן געווארן. סאיז געווען אסאך יארן וואס ירושלים האט בכלל נישט געהאט קיין מויער. רוב מאל איז עס צוריק געבויט געווארן דורך דער וואס האט עס איינגענומען אדער דורך די תושבים.

די ערשטע חומה איז שוין געבויט געווארן מיט אריבער 4000 יאר צוריק אין די צייטען פון די כנענים. אבער פון דעמאלטס איז עס אסאך מאל חרוב געווארן און צוריק געבויט געווארן.

די חומה וואס נעמט היינט ארום ירושלים איז בערך 500 יאר אלט. די חומה איז געבויט געווארן דורך סולימאן הראשון ער איז געווען א סולטאן פאר די האימפריה העות'מאנית (אין ענגליש Ottoman Empire)

די היינטיגע חומה איז געבויט געווארן בערך אין 1538.

פאר די יעצטיגע חומה, איז ירושלים געשטאנען בערך 300 יאר אן קיין חומה.

רבי עובדיה מברטנורא וואס האט באזוכט אין ירושלים אין 1488 שרייבט די פאלגענדע.
”וירושלים רובה חרבה ושוממה, ואין צריך לומר שאין לה חומה סביב... וכמעט לא נשאר בה איש שלא יחסר לחמו”
סאיז נאך דא פארשידענע פלעצער ווי מען קען נאך זעהן איבערבלייבעניש פון די פריערדיגע חומות.

אלט שטאט ירושלים איז צוטיילט אין 4 קווארטלעך. דאס זענען די הרובע המוסלמי דאס איז פאר די בני ישמעאל, הרובע הנוצרי פאר די קריסטליכע, הרובע הארמני און הרובע היהודי.

שערי ירושלים זענען די טויערן וואס ערלויבט אריינצוגיין אין אלט שטאט (עיר העתיקה) ירושלים. (נישט אויפטוישען מיט שערי הר הבית)

היינט צוטאגס זענען דא 7 אפענע טויערן און א שיינע צאל פארמאכטע.

איינער פון די באוויסטע שערים וואס זענען פארמאכט איז שער הרחמים, אנדערע ווילן עס רעכענען אין די מנין פון די שערים, און רעכענען לויט דעים 8.

די שער הרחמים געפינט זיך אויף די מזרח זייט. ווען איינער שטייט אויף די הר הזיתם וואס איז אויך אויף מזרח זייט, וועט דאס זיין פונקט קעגען איבער זיין פנים. די שער איז סיי א שער פאר די חומה פון ירושלים, און סיי א שער פאר די הר הבית צוליב וואס די הר הבית געפונט זיך ממש נעבען די מזרח וואנט פון ירושלים. זעה בילד.

סאיז דא א מסורה אז פון יענע שער איז די שכינה @געגאנגען אין גלות, און פון יענע שער וועט משיח צוריק אריינקומען אין ירושלים.

צוליב די מסורה זענען די גוים געגאנגען און עס פארשפארט, ווי האבן די ישמעאלים געבויט דארט א בית הפגרים מיט די טענה אז אליהו איז דאך א כהן וואס קען זיך נישט מטמא זיין און אזוי ארום אפהאלטן די גאולה. וואס די שוטים האבן נישט געוויסט איז אז יתוש קדמך און די תורה ווערט געפאסקענט אז קברי עכו"ם אינם מטמאים.

יעצט לאמיר אויסרעכענען די אפענע טויערען.

1. השער החדש

דאס איז נפרץ געווארן. (א שער בויט מען נישט נאר מען נעמט ארויס און מען מאכט א פריצה ווערט עס ממילא אפן) אזוי שפעט ווי 1889. וכשמו כן הוא. דאס איז די נייעסטע שער וואס איז דא. די שער איז אין די רובע הנוצרי.

גלייך נאך די @6 טאגלי מלחמה האט משה דיין (מסתמא א גרויסע ענדע צדיק. @חברונער וועט אפשר וויסען מער איבער דער פארשוין.) געוואלט אויפברעכן א פרישע שער און עס א נאמען געבען שער השבות, אבער פון דאס פלאן איז געווארן אן ערעפלאן.

2. שער שכם

שער שכם איז געבויט געווארן אין 1538. שער שכם הייסט צוזיין די שענסטע שער פון אלע שערים וואס זענען דעמאלטס געבויט געווארן.

סווערט אנגערופען שער שכם ווייל פון דארט פלעגט מען פארן קיין צפון צו שכם. אין געוויסע שפראכען ווערט עס אנגערופען שער דמשק פאר די זעלבע סיבה ווייל פון דארט פארט מען קיין צפון קיין דמשק.

די שער געפונט זיך אין הרובע המוסלמי. די שער איז ברייט באקאנט פאר די בחורים וואס לערען (?) אין ירושלים. פאר דיע וואס גייען צום כותל ( זייערע עלטערן גייען אויך?) גייען פרייטאג צונאכטס דורך די שער צוליב וואס דאס הייסט צו זיין די שנעלסטע וועג פון די היימישע געגענטער.

3. שער הפרחים

די שער איז געבויט געווארן אין 1539.

די נאמען קומט פון א טעות פון די אראבישע נאמען וואס האט באדייט די שער וואס מען גייט ביינאכט. סהייסט נישט פרחים וועגען בלומען ווייל יעדע שער האט בלומען.

סאיז דא וואס רופען עס שער הורדוס צוליב וואס הורדוס האט דארט דערנעבן געהאט זיין הוז.

שער הפרחים איז אויך אין הרובע המוסלמי.

4. שער האריות

דאס איז געבויט געווארן אין 1538-1539

די נאמען איז צוליב די 2 פּארן לייבן וואס שטעקן זיך ארויס פון די צוויי זייטן פונעם טויער.

אנדערע זאגן אז דאס איז א טעות און סאיז א @ברדלס נישט א לייב.

א ברדלס איז א טשיטא. סאיז דא וואס זאגן אז די נאמען איז צוליב די פלעקן וואס די חיה האט מלשון הפסוק "עֲקֻדִּים נְקֻדִּים וּבְרֻדִּים" (בראשית, ל"א, י'). @יש הנאה וועט וויסען בעסער.

די שער איז אויך אין הרובע המוסלמי. סאיז אויף די זעלעבע וואנט פון שער הרחמים קעגען איבער די הר הזיתם.

5. שער האשפות

דאס איז אויך געבויט געווארן אין 1538.

די שער געפונט זיך אין הרובע היהודי.

די שער איז ממש נעבן די כותל המזרחי. די אויטאבוסים וואס פארן פון די היימישע געגענטער צום כותל פארן אריין אין די שער און לאזן דארט אראפ דער עולם.

די נאמען ווערט שוין דערמאנט אין נחמי'

וָאֵצְאָה בְשַׁעַר הַגַּיא לַיְלָה וְאֶל פְּנֵי עֵין הַתַּנִּין וְאֶל שַׁעַר הָאַשְׁפֹּת וָאֱהִי שֹׂבֵר בְּחוֹמֹת יְרוּשָׁלַ‍ִם אֲשֶׁר הֵם פְּרוּצִים וּשְׁעָרֶיהָ אֻכְּלוּ בָאֵשׁ.

אזוי אויך אין די משנה אין עדיות עד שבאו שני גרדיים משער האשפות.

סאיז דא וואס זאגן אז דורך די שער פלעגט מען ארויסטראגן פון בית המקדש צו נחל קדרון די אפר און די אשפה.

6. שער ציון

דאס ווערט אויך אנגערופען שער דוד. דאס איז אויך אין הרובע היהודי.

די שער איז געבויט געווארן אין 1540.

7. שער יפו

די שער איז געבויט געווארן אין 1538.

דאס ווערט אנגערופען שער יפו צוליב וואס דפון דארט פארט מען מערב צום ים קיין יפו. היינט גייט עס צו רחוב יפו.

דאס ווערט אויך אנגערופען דרך חברון וויל פון דארט פלעגט מען פארן קיין חברון.

פאר די אלע וואס גייען צופיס פון די היימיש געגענטער ווי למשל פון רחוב @תרמב אינמיטען דערוואך צום כותל (אדער צום סאטמערע פארטש) וועלן אסאך נוצען די שער.
בילד
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום דינסטאג אוגוסט 06, 2024 8:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 4:20 pm

download/file.php?id=650598
Wow Wow
מיין חלק ב' כמעט ווארט ביי ווארט שוין געווען ביי מיר אין דרעפט...

איך קען שוין גיין צו חלק ג'

ש'כח @בריטיש עירוועיס
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4512
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 4:26 pm

כוועל דיר זאגן.

כהאב געהאט געפלאנט צו צילייגען קבר דוד, עיר דוד, הר ציון....

אבער סהאט מיך נישט צופיל געצויגען איז עס געבליבען זיצן אין מיין דרעפטס. סאיז געווען באשערט אז די זאלסט עס שרייבן אזוי זאל איך עס דא קענען לייגן און מיין ארבעט איז נישט געגאנגען לטמיון.
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6020
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער שיין און מסודר, ירושלים שערים סביב לה.
יעצט קען איינער שטעלן בילדער פון אלע שערים צו ערגענצן די ארטיקל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

דעס אז די וועג פון שער שכם איז די שנעלסטע, אזוי זאגט מען, אבער ס'איז לאו דוקא אמת,
ס'איז טאקע אפשר א באקוועמערע (און שרעקעדיגע) וועג,
אבער אין צייט איז עס ממש די זעלבע ווי שער יפו
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:03 pm
דעס אז די וועג פון שער שכם איז די שנעלסטע, אזוי זאגט מען, אבער ס'איז לאו דוקא אמת,
ס'איז טאקע אפשר א באקוועמערע (און שרעקעדיגע) וועג,
אבער אין צייט איז עס ממש די זעלבע ווי שער יפו
שער שכם איז קורצער אויפן זייגער. פאקט.

קוק אויף גוגל מעפס

חוץ וואס מען גייט דארט שנעלער...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
כ'זאג נישט אויס
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2022 9:58 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'זאג נישט אויס »

אמאל געהערט ווייס איך נישט צו ס’איז אמת
ווען מען האט געבויט די היינטיגע חומה זענען די אינדזשענירן אויפגעקומען מיט א מהלך צו מאכן די טויערן שטערקער דהיינו אנשטאט מאכן א באקס מאכט מען עס רינדעכיג און ס’האלט זיך סאך שטערקער
שער האריות
שער האריות
ISR-2015-Jerusalem-Lions'_Gate.jpg (259.14 KiB) געזען 658 מאל
די העכסטע ליגט אויף די צוויי אונטער דעם. די צוויי אונטער דעם ליגן אויף די פיר אונטער און אזוי ווייטער ביז די ערד
ווען די סולטאן האט געהערט פון דעם האט ער געהאלטן אז מ’מאכט חוזק פון אים און ער האט געהייסן הארגענען די צוויי קבלנים מ’קען זיי היינט גיין באזוכן נעבן שער יפו
Screenshot_20240804_044039_Maps~3.jpg
Screenshot_20240804_044039_Maps~3.jpg (230.27 KiB) געזען 658 מאל
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע דיינע תגובות, עס איז דא א מאקסימום פון 255 אותיות וואס מען קען שרייבן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17833
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער אינפארמאטיוו!!

ווער נאך ווי יחזקא"ל איז פאסיג צו באשרייבן דעם שטאט ציו"ן.. חושבנא דדין כחושבנא דדין.. (על הצד ס'איז אין ירושלים.. עי' כאן). )
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:50 am
ווען די סולטאן האט געהערט פון דעם האט ער געהאלטן אז מ’מאכט חוזק פון אים און ער האט געהייסן הארגענען די צוויי קבלנים מ’קען זיי היינט גיין באזוכן נעבן שער יפו
לויט די ירושלימער מסורה האט ער זיי געהארגעט ווייל זיי האבן עס געמאכט קלענער ווי די אלטע חומה, זיך צו שפארן אויסגאבן און אנפילן די קעשענע.
דאס איז געווען איינס פון די טענות צו ליינען מגילה בי"ד.
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22734
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וואס האט מען דא אנגעפירקעלט מיט בילדער?

שכח @יחזקאל סגל לנדא זיי ממשיך.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:14 pm
וואס האט מען דא אנגעפירקעלט מיט בילדער?

שכח @יחזקאל סגל לנדא זיי ממשיך.
גאמ כוועל מוזן מאכן חלק ב אין א צווייטע אשכול... אבער די בילדער זענען הערליך איינס ביי צוויי...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
עשרה בטלנים
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2024 10:20 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עשרה בטלנים »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:16 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:14 pm
וואס האט מען דא אנגעפירקעלט מיט בילדער?

שכח @יחזקאל סגל לנדא זיי ממשיך.
גאמ כוועל מוזן מאכן חלק ב אין א צווייטע אשכול... אבער די בילדער זענען הערליך איינס ביי צוויי...
אנטשאלדיג.... כהאב נאך... אויב די ציבור וויל נישט וועח איך דא ענדיגען...
לעצט פארראכטן דורך עשרה בטלנים אום זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

א גרויסן ייש"כ @יחזקאל סגל לנדא און @בריטיש עירוועיס , הערליך שיין!
זייט'ס ממשיך.
שִׁ֤יתוּ לִבְּכֶ֨ם ׀ לְֽחֵילָ֗הֿ פַּסְּג֥וּ אַרְמְנוֹתֶ֑יהָ לְמַ֥עַן תְּ֝סַפְּר֗וּ לְד֣וֹר אַֽחֲרֽוֹן׃
רש"י:
לחילה. לחומותיה כמו חיל וחומה, (איכה ב'):
די בילדער געהערן דא viewtopic.php?t=4309 , מנהלים ביטע אריבערפירן.
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

עשרה בטלנים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:20 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:16 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:14 pm
וואס האט מען דא אנגעפירקעלט מיט בילדער?

שכח @יחזקאל סגל לנדא זיי ממשיך.
גאמ כוועל מוזן מאכן חלק ב אין א צווייטע אשכול... אבער די בילדער זענען הערליך איינס ביי צוויי...
אנטשאלדיג.... כהאב נאך... אויב די ציבור וויל נישט וועח איך דא ענדיגען...
לייג אין א באזונדער אשכול אין כוועל פרובירן שרייבן איבער די בילדער.... למשל יוסלה רוזנבלט... אויפשריפטן אויף די וואנט...
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: היסטאריע פון ירושלים - חלק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

עשרה בטלנים האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:20 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:16 pm
את פתח לו האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 4:14 pm
וואס האט מען דא אנגעפירקעלט מיט בילדער?

שכח @יחזקאל סגל לנדא זיי ממשיך.
גאמ כוועל מוזן מאכן חלק ב אין א צווייטע אשכול... אבער די בילדער זענען הערליך איינס ביי צוויי...
אנטשאלדיג.... כהאב נאך... אויב די ציבור וויל נישט וועח איך דא ענדיגען...
ח"ו, לייג נאך, די בילדער זענעם הערליך.
אדער אין די אשכול וואס איך האב געלינקט, אדער עפען א אשכול 'אמאליגע בילדער פון די כותל המערבי' וכדו'.
ייש"כ
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”