טוב לבהאט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 1:52 am
און שוין!האט געשריבן:↑מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 1:04 am
הערליך שיין!!!
איין שאלה נאר, געט נישט די זון ארויס פרישע ענערגיע יעדן טאג? אויב יא, איז עס פריש באשאפענע ענערגיע? דאס קען דאך נישט זיין לויט די כללים וואס מען האט יעצט אוועקגעשטעלט, איז עס פשוט אז די זון גיבט פון איר אייגענע ענערגיע, הייסט דאס אז די זון קען זיך אמאל אויסנוצען?... פאר אונז אידן איז דאס נישט קיין פראבלעם ווייל די וועלט גייט נאך שטיין אפאר קארגע הונדערט יאר, אבער וויאזוי פארענטפערן דאס די חוקרים?
די ענטפער איז אז יא, די זון ווערט קלענער יעדן טאג מיט 350 ביליאן טאן צוליב די ענערגיע וואס ער געט אוועק.
וועט איר דאך אוודאי פרעגן, פארוואס זאל די חומר פון די זון ווערן קלענער בלויז מיט דעם וואס ער געט אוועק ענערגיע? די ענטפער אויף דעם איז, אז דאס איז איינער פון די גרעסטע חידושים פון איינשטיין אז ענערגיע געט צו צום חומר, ווי מער ענעגיש א זאך איז אלס מער חומר פארמאגט ער, עס ווערט אנגערופן E = mc2
דאכט זיך אז די חידוש פון איינשטיין גייט א טראפ טיפער, זיין חידוש איז אז חומראיזענערגיע, דהיינו מען קען טוישן פון חומר צו ענערגיע און פון ענערגיע צו חומר, וויבאלד זיי זענען 2 זייטן פון די זעלבע מטבע. און פאקט, נוקלעארע ענערגיע ווערט באשאפן דורך ארויסנעמען ענערגיע פון חומר.
איל משולשהאט געשריבן:↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:26 am
טוב לבהאט געשריבן:↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 12:35 am
די מעגלעכקייטן אז א גאנצע איי זאל צעבראכן ווערן איז ריזיג גרויס, אבער עס איז פארהאן בלויז איין מעגליכקייט אז א צעבראכענע איי זאל צוריק גאנץ ווערן, דערפאר איז נישט מסתבר אז א צעבראכענע איי וועט נאטירלעך צוריק גאנץ ווערן.
דאס איז בלויז ווייל דו ביסט צוגעוואוינט אזוי. אין טעאריע ארבעט עס יא פארקערט. אויב וואלט ענערגיע געגאנגען אויף צוריק צו וועגס, וואלט דאס געווען די טבע, און וואלסט אנגעקוקט אז ענערגיע זאל גיין פון סדר צו אומסדר אלס קעגן די חוקי הטבע.
אויב וואלט ענטראפי בלויז געווען א געזעץ אין פיזיק דאן קען מען זאגן אז אויב זמן לויפט פארקערט וואלט די ענטראפי אויך געלאפן פארקערט און אלעס וואלט געשטימט.
אבער אזויווי ענטראפי איז געבויט אויף פראבעבילעטי און פראבעבילעטי איז נישט קיין געזעץ אין פיזיק, פראבעבילעטי איז לאגיק. דאס וואס איך וועל לכאורה נישט געווינען די לאטעריע איז נישט קיין געזעץ אין פיזיק, עס איז בלויז לאגיק.
ווילאנג אונז לעבן אין וועלט ווי עס געשען זאכן וואס האבן א גרעסערע שאנס צו געשען, אין אזא וועלט מוז ענטראפי ארויפגיין
הטבע הוא שנתן הבורא חוק בבריאה שתתנהג בהנהגה מוגבלת של סיבה ומסובב. כגון: התבואה - החרישה, הזריעה, ההשקיה הם הסבות הטבעיות הגורמות לגידול התבואה. אבל השאלה היא: הרי לא נדע המהלך למה הסיבה מסבבת המסובב, ורק נדע שכך הוא תדיר. האם אין זה באמת נס תדירי - אלא שהורגלנו בו? ונצייר נא לנו: אילו ראינו קבר אשר המת שנקבר בו כבר נאכל כל בשרו ויהי לעפר, והנה לאט לאט מעומק הקבר מתחיל לצמוח גוף אדם ועולה דרך הקרקע, והקבר נפתח ויוצא אדם חי ככל החיים, מה היינו אומרים לזה? האם אין זה נס גדול של תחיית המתים? ואם-כן למה לא נבחין בנס זה גם בתבואה, הנזרעת בארץ, והזרע נרקב לגמרי, ואחר-כך מתחיל לצמוח מתוך הריקבון, האם אין זה נס של תחיית המתים ממש, בלי הפרש? בודאי כן הוא, אבל ההפרש, שלתחיית המתים של אנשים לא הורגלנו, ולתחיית המתים של התבואה הורגלנו. אילו היינו רגילים להפך, היינו קוראים לתחיית המתים שבבית הקברות - טבע, ולתחיית המתים שבזרעים היינו קוראים - נס. אבל האמת היא, כי אין בין טבע לנס כלום: הכל נס הוא; כל העולם כולו אין לו שום סיבה זולת רצונו יתברך, ורצונו היינו מעשיו והנהגתו, כי כל אשר ברצונו מתהווה מאליו, רק זה שאנו קוראים לו נס היינו רצון שיתהווה עניין שלא הורגלנו בו, וממילא החידוש פועל בנו להתעורר ולראות בו את יד ה'. וזה אשר אנו קוראים טבע הוא אשר רצונו יתברך שיתמיד אופן אחד אשר נהיה מורגלים בו, ויהיה מקום לנסות את האדם, אם גם בכזה יראה אך את רצון ה' לבד, או יחשוב כי מסר ה' כוחות לטבע - ושבתוך הטבע יש גם לאדם עצמו כוח לפעול בדרך סבה ומסובב. ולפי-זה הטבע אינו במציאות כלל, אלא רק כאחיזת עיניים לאדם, שיהיה לו מקום לטעות וגם לבחור באמת.
...יש מסתכל לתוך הבית דרך חור מנעול שבדלת, ויראה עט כותבת, ולא יראה את האדם - וידמה שהעט כותבת בעצמה. כך הוא הכופר, שיחשוב שהטבע פועלת בעצמה. אבל כשפותח הדלת, יראה את האדם הכותב; כך המאמין יראה שהקב"ה הוא העושה והמסבב את הכל, וכל הסיבות ומעשי בני-אדם הם אצלו כמו עט ביד הכותב, אשר ישתמש בכולם לתכלית אשר ירצה.
השם "טבע" הוא ביטוי המכסה בשטחיות נוראה את החכמה הנוראה הגלומה בתוך הבריאה, שלא ייתכן בשום אופן שבעולם שמהלך "טבעי" בלי רוח חיים ובלי מגמה תכליתית יברא עולם נפלא כזה. אין אווילות גדולה ממחשבה זו! חוקר הטבע הגשמי מחפש תשובה לשאלות הבאות: איך, כמה והיכן? אולם אינו יכול לענות על השאלה: למה ומדוע מתנהג הטבע כפי שהוא מתנהג? הלא יש מי שדואג שהכוכבים ינועו במסילותם, יש מי שדואג שריכוז החמצן ושכבת האוזון ישארו בצורה קבועה, באותו אופן מתרחשים כל התהליכים, הגדולים והקטנים, הקבועים וברי ההישנות, אשר בלשוננו קרויים "טבע" - שמשמעו הרגל.
און איין ווארט ''מדע האט נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין הסבר אויף קיין שום זאך , זיי האבן נאר געגבן ס''ה א הגדר , אויב אזוי איז שוין פארענטפערט די קשי וואס די גריכן האבן געפרעגט אויף די קשת, און די תירץ איז אז די תורה רעדט בכלל נישט פון די הגדר , די תורה רעדט פון די הסבר וואס דאס קענסטו דאך נישט מסבר זיין .
איז דאס די זעלבע שאלה פון Does correlation imply causation ווייל דאכצעך אז ביי דעם האבן שוין אלע פיליזאפן איינגעשטימט אז סאימפלייט נישט. ס'קען זיין אז איך מיש סתם ארום די יוצרות...

די מישסט אויס די יוצרות. יענס איז א מאטעמאטיק חשבון, וואס די רעדן פון איז פיליזאפיע
טוב לבהאט געשריבן:↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:19 pm
נאך א דוגמה, ווען א מענטש הייבט אויף א שטיין גיט ער איבער אביסל פון זיין ענערגיע פארן שטיין. ווען די שטיין פאלט צו דער ערד פארניצט ער די ענערגיע וואס ער האט באקומען פונעם מענטש, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די פירות וואס ער האט געגעסן, וואס האט באקומען די ענערגיע פון די זון. קומט אויס אז די ענערגיע איז געגאנגען פון די זון צו די פירות צו די מענטש צו די שטיין.
זעהן מען פון דעם אז ענערגיע קען נישט באשאפן אדער פארלוירן ווערן.
איין זאך פארשטייעך נישט, פון דא זעהט מען טאקע אז ענערגיע קען נישט באשאפן ווערן, אבער פון וואו זעהט מען אז ס׳קען נישט פארלוירן גיין? וואו גייט די ענערגיע פון די שטיין נאכדעם וואס ס׳לאנדעט אויף דער ערד?

אויב די ערד נעמט ענערגיע פון די שטיין דעמאלס פארוואס אויב ס'פאלט אראפ אויף א ווייכע ערד פליעט עס נישט די זעלבע שטארק אויף ארויף? ס'קומטעך ביידע מאל צופליען מיט די זעלבע שטארקייט און די זעלבע מאס ענערגיע!
ער פליט צוריק מיט זיין אייגענע ענערגיע. ווען ער פאלט אראפ אויף א ווייכע ערד, דאן איז די ערד מסוגל מקבל צו זיין די ענערגיע פון די שטיין, און די שטיין וועט איבערגעבן די גאנצע ענערגיע פאר די ערד. א הארטע ערד , איז נישט מסוגל איבערצונעמען אזויפיל ענערגיע, מילא בלייבט דער שטיין מיט א חלק פון זיין ענערגיע, און מיט דער ענערגיע פליט ער צוריק.

און וואס טוט די ערד מיטן שטיין׳ס ענערגיע?
ווען א שטיין פאלט ווערט די ענערגיע בעיקר צעשפרייט אין די לופט אין פארעם פון היץ, סאונד, און ווייברעשן.
דאס איז טאקע נאך א גוטע דוגמה פון ענטראפי. איידער די שטיין פאלט איז די ענערגיע קאנצענטרירט אונעם שטיין און ער איז נוצבאר, אבער נאכדעם וואס די שטיין פאלט צו די ערד ווערט די ענערגיע אויסגעמישט און די לופט און ער ווערט אויס נוצבאר.
קאזעלעטי ארבעט אז אז עס פאסירט עפעס א פאסירונג וואס דאס ווערט אנגערופן די גורם און עס ווערט נאכגעפאלגט מיט א פאסירינג וואס וועכט אנגערופן די תוצאה. וואס טוט פארזיכערן אז די גורם זאל אייביג זיין איידער די תוצאה?
די ענטפער אויף דעם איז, די ספיד פון ליכטיקייט.
די ספיד פון ליכטיקייט איז די מאקסימום ספיד וואס א זאך קען טרעוולען, דאס קומט אויס 186,000 מיילס א סעקאנד. קיין שום זאך קען נישט טרעוולען שנעלער ווי די ספיד פון ליכטיקייט, אויב וואלט נישט געווען אזא זאך ווי די ספיד פון ליכטיקייט און אינפארמאציע וואלט געקענט גרייכן פון איין עק וועלט צום אנדערן אין די זעלבע רגע ממש דאן וואלט קאזעלעטי געבראכן געווארן.
כדי דאס צו פארשטיין פעלט זיך אויס צו אויסשמועסן צוויי געזעצן פון רעלאטיוויטי, נאכדעם וואס מען פארשטייט די צוויי געזעצן פון רעלאטיוויטי וועט מען פארשטיין פארוואס די ספיד פון ליכטיקייט איז אזוי וויכטיג.
די ערשטע געזעץ, תנועה איז רעלאטיוו.
ווען צוויי מענטשן ווערן דערווייטערט איינער פונעם צווייטן איז יעדער בארעכטיגט צו האלטן אז ער שטייט נאר די חבר דערווייטערט זיך. עס איז נישט פארהאן קיין אמת’ע מציאות פון שטיין און זיך רירן, נאר יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן ער שטייט נאר זיינע ארומיגע ריקן זיך.
דאס איז אינגאנצן אנדערש פון אונזער טעגליכע ערפארונג, די סיבה דערצו איז וויבאלד מיר ווערן געבוירן אויף א גרויסע פלאנעט וואס ווערט אנגערופן "וועלט" און מיר מעסטן זיך כסדר רעלאטיוו צו די וועלט, מען שטייט רעלאטיוו צו די וועלט און מען ריקט זיך רעלאטיוו צו די וועלט.
אבער אויב נעמט מען א ראקעט און מען פליט ארויס פון די וועלט זעהט מען אז די וועלט מיט אלע מענטשן דערינען דרייט זיך ארום די זון און די זין דרייט זיך ארום די גאלאקסיע, אלע כוכבים און מזלות דרייען זיך ארום.
שטעלט זיך די פראגע ווער שטייט באמת?
די ענטפער איז א יעדער שטייט באמת, יעדער פאר זיך איז בארעכטיגט צו האלטן אז ער שטייט אויף איין פלאץ נאר די אלע ארימיגע דרייען זיך.
וויאזוי זאגט מען simultaneity אין אידיש? עכ"פ, הער@טוב לבהאט מיט זיין גוט הארץ אונז געגעבן די שליסל צו פארשטיין די וואונדערליכע קאנצעפט פון Relativity of simultaneity
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!