יישר כח איך באדאנק דיר פאר דיין ארבעט!
קוק איך מיר ארום דא און וועלטעל און איך זעה אז יעדער שרייבט ארטיקלן יעדער באקומט לייקס און גוטע קאמפלימענטן, און איך טראכט צו מיר, ווי בין איך? ווי זענען מיינע ארטיקלן? ווי איז מיינע לייקס? איך וויל אויך זיין ווי די פעסטע חברה דא וואס דרייען זיך ארום מיט 3 ביפערס אויפן הויזן!
שוין האמער דיסיידעט אז מער קען מען שוין אזוי נישט אנגיין, מען גייט זיך נעמען שרייבן פארן ציבור און קאללעקטען מיין אטענטשען וואס עס קומט זיך מיר.
שוין מ'נעמער די פעדער און די הענט אריין און מען גייט זיך נעמען שרייבן.
אופס, אבער וועגן וואס קען איך שרייבן?
שוין האמער דיסיידעט צו זעהן וואס טוהט זיך און וואס עס פעלט זיך נאך אויסשרייבן וועגן.
גיימיר צום ערשטע זאך די בחצרות אשכול תהא משכבו כפרתו.
האמער אבער 2 פראבלעמען, איינס, די אשכול עקזיסטירט שוין נישט. והשנית אז יעך פארשטיי ניט צו קיין רבי'שע נייעס, פאר סאם ריעזען האב איך קיינמאל נישט געקליקט מיט דעם.
אקעי איז נישט לאמיר זעהן ווי מ'גיימיר ווייטער.
וויל איך גיין צום וועלטליכע נייעס, קען איך אבער נישט. פארוואס ווייל איך בין נישט גוט מיט די רוסישע, און איך האב נישט די אינסייד אינפארמאציע וואס די קארעספעדאנטן האבן, איז פון ווי זאל איך ברענגן נייעס?
צו פאליטישע נייעס פארשטיי איך ווידער נישט איז גיימיר צו עקנאמישע נייעס.
קוק איך מיר ארום צו זעהן וואס מען קען שרייבן, איך קוק רעכטס איך קוק לינקס און איך טראכט צו מיר וואס קען איך שוין שרייבן
@וועקסלער און @מאניש בנבנשתי האבן שוין זיכער אלעס באשריבן.
נאופס דא איז נישט די פלאץ פאר מיר.
שוין לויף איך ארויס פון דארטן איך גיי מיר זיכן גליקן ערגעץ אנדערש.
גיי איך מיר אריבער צום היימישע קרעטשמע אבער בום איך האב שוין נישט קיין געדולד צו שרייבן.....
וואס טוה מיר דא איך דארף דאך שרייבן אן ארטיקל אז נישט גיי איך זיין וועלט'ס נאר.
וויל איך זיך שטארקן אויף מיין יצר הרע, גיי איך ווייטער איך גיי מיר נישט לאזן פון דעם שטן.
קוק איך ווייטער וואס קען איך שרייבן אבער ס'גייט נישט איך ווייס נישט פארוואס.
און דא האב איך מיר געכאפט.........
ניין איך מוז נישט שרייבען.
יא עס איז דא מענטשן וואס קענען שרייבן אבער איך בין נישט פון די.
און ניין עס פאסירט גארנישט אויב איך גיי נישט שרייבן.
איך האב אנדערע מעלות וואס יענער וואס שרייבט האט נישט.
איך ווער נישט שוואכער ווען יענער שרייבט גוט.
יוש כ'האב שוין נישט קיין כח צו שרייבען ווייטער.
עטליעסט גיי איך וויסן פון היינט און ווייטער צו אפרישיעטן מער ווען איינער שרייבט א לאנגע ארטיקל.
עטליעסט גיי איך וויסן וויפיל כח עס קאסט!
עטליעסט גיימיר וויסן וויפיל איינער וואס שרייבט קען נוצן א גוטע קאמפלימענט.
יישר כח פאר אלע שרייבער'ס דא וואס איך האב מיר געלערנט אזוי סאך פון ענק אלע.
איך וואלט אויסגערעכנט מיט די נעמען אבער גיי געדענק פון וועם כ'האב אלץ געלערנט דא גוטע אינפארמאציע!
זאל יעדער וואס האט געשריבן א גוטע ארטיקל דאס נעמען אלץ א פערזענליכע שכ'ח פון מיר!
שוין עד כן יעצט האבעך טאקע מער נישט קיין כח צו שרייבן.