אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

בס"ד
איידער איך הייב אן שרייבן וויל איך קלאר מאכן עטליכע נקודות .

1) אז איך מיין נישט קיינעם דא פערזענליך אבער קיינעם.
איך וויל פשוט ארויסברענגען מיינע אבזערוואציעס אויף אביסל א הומאריסטישער וועג.

2) די דאזיגע באשרייבונג האט גארנישט מיטן עכטע אניגראם וואס יענץ ליגט און תורת הנפש.
דאס איז א פשוטע באשרייבונג.

3) איך שרייב די זאכן בעיסד אויף מיינע אבזערוואציעס, און יעדער איז מאאר דען וועלקאם צוצולייגן זיינע אייגענע אבזערוואציעס און קאמענטארן איך בין נישט אלעמאל גערעכט, און איך בין דאך א מענטש סאו בין איך בייעסד.
אדרבה איך וועל מיך פרייען אויב איינער לייגט צו זיין אפיניאן.

4) ביטע ליינען אויף אייער אייגענע אחריות.

5) איך מאך חזרה אויף די ערשטע נקודה, איך מיין נישט קיינעם.


איז אזוי.
פאר די וואס ווייסט נאכנישט וואס מיינט אניגראם העל איך אביסל מסביר זיין.
און די וועלט איז דא א מושג וואס הייסט די 9 אניגראם.
ס'איז און קורצן א סיסטעם וואס יעדער מענטש פאלט אריין און א קאטעגארי פון איינס ביז ניין וואס דאס איז די תכונה פון די מענטש.


האבעך געטראכט שוין צו מיר אביסל צייט אז מען קען זאגן די זעלבע זאך אויף אונזער וועלטל.

עס איז דא אסאך מענטשן דא און איך גיי פראבירן זיי צו צוטיילען און 9 סארטן מענטשן.

כנגדן פון 9 מינע מענטשן וואס מען געפינט און א געווענליכע בית המדרש.

עס איז זיכער דא מענטשן וואס גייען נישט אריין און קיין איין קאטעגארי, אדער וואס גייען אריין און אפאר קאטעגאריס אבער מען רעדט נישט וועגן די קליינע ציבור.

איך האב נישט געשריבען און א סדר סאו די סדר איז גארנישט.

און די נאמבער וואס די ביסט דא מיינט נישט אז ביזט די זעלבע נאמבער און די עכטע אניגראם.

און שוין.

נאך אלע דיסקלעימער'ס הייבן אונז אן.



1 די היי ראולער'ס.


די קאטעגארי איז בעצם צוטיילט אויף 2 אבער משום סיבות האב איך עס אריינגעלייגט און איינס.

און בית מדרש קען מען זיי אלץ די אהבת קדומים אידן, און אלץ די שמשים.

זיי זענען די חברה וואס פלעגן נאך קייען טשאטשאס און די בעק פון א סטעישען וועגען.

זיי זענען אריבער די קראך און פארלוירן שווערע געלטער.

איך רעד פון די חעוורע וואס זענען שוין איינגעשריבן דא פון 06 07.

זיי האבן שוין געזעהן בעסערע צייטן און ערגערע צייטן.

און כ'מיין אויך די שמשים די סייט אדמינ'ס און די הנהלה וואס זיי זענען דא צו מאכן די פלאץ בעסער.
אדער ערגער לויט מאנכע..... (בעיקור די אכטערס)

זיי גייט שוין נישט אן די היינטיגע יונגווארג און די שטותים.

זיי טייפן נאר אויף BBcode פשוט ווייל זיי קענען זיך נישט אויס און די היינטיגע טעכנעלאגיע.

די חברה וואס קענען שוין נישט שלאפן פון אלטקייט.

די חברה וואס זיי האבן אויף זייערע הויזן 3 ביפערס...... מיט א ריזיגע קיטשעין פון שליסלעך.

בקיצור די הויפטן.

דאס איז קאטעגארי נאמבער 1.



2 די ליינער'ס.


די אידן און בית מדרש וואס שטייט אלעמאל ביי די קופקע אבער ער רעדט קיינמאל נישט אריין.

איך מיין די חברה וואס זיי ליינען אלעס.

זיי גייען פון די אשכול צו יענע אשכול און ער ליינט אלעס.

ער ליינט אלע נייעס אלע באשרייבונגען וכדו'.

ער זאגט אבער קיינמאל נישט זיין מיינונג.

ער איז שוין איינגעשריבן דא פאר 5 יאר אבער ער האט נאך ניטאמאל געשריבען 10 תגובות.

אמאל אמאל כאפט זיך ארויס א לייק פון אונטער די ארעם.

אבער דעטס איט.

העסט איהם קיינמאל נישט הערן זיך טענה'ן אדער זאגן זיין אפיניאן.


גיימיר צום דריטן קאטעגארי


3 די שרייבער'ס.


די אידן וואס זענען פונקט פארקערט ווי די צווייערס.

די אידן וואס ווען מען גייט כאפן א קאווע און קאווע שטיבל זענען זיי אייביג דארט'ן און שמועסן.

ער גייט ארום פון איין אשכול צום צווייטען און ביי יעדן זאך געט ער אזא ווארף אריין זיין צוויי צענט.

זאל עס זיין וועלטליכע נייעס, פאליטישע נייעס, עקנאמישע נייעס, אידישע נייעס.

צו זאל עס זיין און קרעטשמע אדער פארברענגן.

ער מוז אריינזאגן זיין אפיניאן איבעראל.

קיין איין אשכול גייט נישט ווערן אפגעשוינט פון די חברה.

זיין גאול איז אז אויף די היימבלאט זאל שטיין זיין ניק אויף די לינקע זייט ביי יעדע אשכול.

און דעם גייט אויך אריין די חברה וואס שרייבן סתם איבריגע תגובות ארויפצוציען זייער ראנק צו זייער הויעך.

ער גייט אפילו שרייבן און צובראכענע טעלעפאון אשכול נאר צו באקומען נאך תגובות אויף זיין נאמען. ס'פארשטייט פארשטייט.


נאכדעם האמיר דעם פערדן וואס ער איז אזא מיטן צווישן 2 און 3


4 דער פארקער.


ער איז דער איד און בעסמעדרעש וואס ווייסט נישט פון גארנישט אחוץ אוקראינע.

דא רעדט מען פון די מענטשן וואס זיי זעצען זיך אריין און 1 2 אשכולים און דארט פארקט ער.

ער רירט זיך נישט ארויס פון זיין דאלעד אמות.

ער למשל גייט אריינפארקן ביי פאליטישע נייעס און דארט איז ער גאנץ פיין, ער ברענגט גוטע סחורה צום טיש.

אבער גייסט איהם קיינמאל נישט זעהן ביי די געזונטהייט אשכול אדער בכלל און די גאנצע קרעטשמע אפטיילונג.

ער ווייסט נאר פון זיין זאך ער ווייסט נישט פון עפעס אנדערש.

דארט איז איהם גוט. און דארט בלייבט ער.


5 די באלעבאטים.


איך רעד פון די אידן וואס וואגען זאל א בחור'ל צוגיין צו איהם און בעטן צדקה.

און וואגן זאל איינער אוועקנעמען זיין פלאץ און שוהל, אחת דתו ל....

די מענטשן דא וואס זיי זענען שוין דא עטליכע יאר דא.

זיי האבן זיך שוין אנגעקליבן א שיין ביסל תגובות אויף זייער רוקן.

און זיי זענען שוין גאנצע באלעבאטים אויפן מקום.

זיי קענען שוין שיסן עדיטאט אויף די זיבענערס.

זיי ווערן שוין נערוועז ווען איינער לייגט א שטיקל נייעס פאר זיי.

נאכדערצו אויב יענער האט נאכנישט קיין 100 תגובות אפילו.

זיי ווערן נערוועז ווען א יונגע טוטער קומט אריין און טענה'ט זיך מיט זיי.

און זיי שעלטן די רוחות ווען איינער פרעגט וואס מיינט צ/ק.

זיי זענען כסדר ביזי אז און זייער צייטן האבן נאך די יונגע חברה געהאט כבוד פאר די עלטערע.

כ'מיין אז זיי זענען אויך פון די חברה וואס דווח'ענען אוועק. נאכנישט דא אזא ווארט אקעי מיין קרעדיט....
וכדו'


6 די פשוט'ע אידן.


די אידן און בית מדרש וואס זענען פשוט זיי ארבעטן פון 9 ביז 5.

זיי הערן זיך אמאל צו צום קופקע ווען מ'רעדט עפעס אינטערסאנט.

אמאל ווארפן זיי אריין זייער אפיניאן אויך.

זיי באדערן נישט קיינעם.

קיינער באדערט נישט מיט זיי און אלעס פארט בשלום.

היות זיי מאכן נישט צופיהל נויז האבעך נישט צופיל וואס צו רעדן וועגן זיי ואתכם הסליחה.


7 די פרישע חברה.


די נייע איידעם וואס קומט און שווער'ס בית מדרש צום ערשטען מאל.

ער טרייט נאך אויסצוגעפינן מיט וועם ס'לוינט זיך צו זיין גוט מיט.

און פון וועם ס'לוינט זיך צו שטיין ווייט.

ווער ס'שיסט עדיטאט.

און ווער טיילט לייקס.

ער ווייסט נאכנישט וואס די אלע קאמפליצירטע ווערטער מיינען אבער ער געוויינט זיך צו.

אסאך פרעגן וואס ס'מיינט, און אסאך טרייען צו דערשנאפן פון א צווייטער.

ער פראבירט נאך אויס אויב די לייק באטטען ארבעט, און אויב מען קען ציטירן, און וויאזוי מען עטטעטשעד בילדער.

אסאך מאל ווערט ער פארלוירן אז די פינעווערס שיסן איהם עדיטאט אבער ער געט זיך אן עצה.

אסאך פון די חברה דרייען זיך אריין צום סוף.
און אסאך געבן אויף.


נאכדעם האבן אונז די אכטער'ס


8 די קריגערס.


און ס'מדרש זענען זיי די מענטשן וואס האלטן טענה'ן זיך נאכאלץ אז די וואלן און 2020 זענען געגנבעט.

ער גייט זיך האלטן ביי זיינס אפילו אז די איבערצייגסט איהם הונדערט מאל אז נישט.

ער ווייסט נישט פון קיין מאסעס.

די וועלט זאגט א ווערטעל, אז איבעראל הייבט די גמרא אן מיט מאי טעמא דתנא קמא.
פארוואס הייבט נישט די גמרה אן מיט מאי טעמא דתנא בתרא.
זאגט די וועלט אז תנא בתרא ווייסעך זיין טעם, פארוואס ווייל אז תנא קמא זאגט אזוי מוז ער דאך זאגן אנדערש פון יענעם. אבער תנא קמא פארוואס ער האט אזוי געזאגט ווייסעך נישט.
על כל פנים אזוי זאגט די וועלט.

זיי זענען פון די מינע מענטשן וואס מוזן אייביג זיין און יעדע טענה'ריי.

געווענליך סתם זיך צו טענה'ן.

גייסט איהם קיינמאל נישט זעהן מסכים זיין צו א צווייטן.

אסאך מאל זענען זיי אויך די חברה וואס דרייען איבער מיט טעגלאש וכדו'.
סתם לשם .......

זיי האבן אלעמאל די טענות אויף די עדמינס פארוואס אזוי און פארוואס אזי.

א גרויס חלק פון די חברה האבן צוגעברענגט אז עפעס אן אשכול איז געגאנגן פייפן.
פרעג מיר נישט קיין פרטים ווייל כ'גיב נישט ארויס.

בקיצור פאר א חלק מאכן זיי די שווארץ יאר.

געווענליך קומען זיי זיך אויך נישט אויס מיט די פינעווערס.

זיי טענה'ן אבער אלעמאל אז קיינער קומט זיך נישט אויס מיט די פינעווערס. גיי ווייס ווער ס'איז גערעכט.


שוין פאר נאמבער ניין בינעך געווען מסופק וועם צו לייגן ווייל כ'האב נאך צוויי סארטן מענטשן אבער קליינע מינארטיס, העלעך ענק לאזן דיסיידען וועם ענדערשט.


9 די מעשה דערציילער.


דער איד און בית המדרש וואס מיט איהם געשעהט פונקט אלעמאל אלע עקסידענטס.

ער זעצט זיך אריין און אן אשכול און ער הייבט אן דערציילען זיין דראמאטישע פארזעצונג.

צו זאל עס זיין א פיקציע, צו זאל עס זיין אן שטוינענדע האר-אויפשטעלנדע מעשה וואס איז מיט איהם אליינס געשעהן.

ער פארציילט זיין עקספריענס און זיינע פלאפס וכדו'

די חברה זענען פיינע שרייבערס.

זיי האבן אלעמאל געהאט אן ארטיקל און די באשרייבונג ע"ה.

ער האט שוין געווינען עטליכע מאל די שרייבער פארמעסט.

בקיצור.

9.1 די בחורים.

אדער האבן אונז די בחורים.

איך רעד דא פון די בחורים וואס זיי קומען און שיבע און פארציילן אז זיי האבן אליינס געהערט פון א גרויסע טאטע אז פוטין גייט נישט איינעמען אוקראינע.

און אז טעסלעס סטאק גייט גיין פייפן און די נעקסטע פאר טעג.

היות די נושא ברענגט ארויף הויעכע בלוט ביי מאנכע העליך נישט אריינגיין מער און קיין פרטים.



שוין עטס דיסיידס וועלכע גייט אריין און די ניינער קאטעגארי.




שוין האבעך גענדיגט מיין באשרייבונג.

אדרבה אויב האסטו עפעס א הארה זאג עס בטוב לב.

כ'האב געשריבן אביסל קורץ היות כ'האב נישט צופיל געדולד צו שרייבן.

ווי געזאגט דא .

און ניין איך גיי נישט זאגן פאר קיינעם און וועלכע קאטעגארי ער גייט אריין און.

און נאכאמאל אויב פילט איינער אז כ'האב איהם געטשעפעט, זאל ער זיך ביטע מעלדן ווי פריער איך כ'וועל עס מסדר זיין על צד היותר טוב.

יישר כח פאר'ן אויסהערען וואס כ'האב צו פארקויפען.

אויב האסטו הנאה געהאט, ביטע שמייס אריין מיט א קאמפלימענט, עס מיינט אסאך!
לעצט פארראכטן דורך fein אום דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

fein האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:30 pm
בס"ד
איידער איך הייב אן שרייבן וויל איך קלאר מאכן עטליכע נקודות .

1) אז איך מיין נישט קיינעם דא פערזענליך אבער קיינעם.
איך וויל פשוט ארויסברענגען מיינע אבזערוואציעס אויף אביסל א הומאריסטישער וועג.

2) די דאזיגע באשרייבונג האט גארנישט מיטן עכטע אניגראם וואס יענץ ליגט און תורת הנפש.
דאס איז א פשוטע באשרייבונג.

3) איך שרייב די זאכן בעיסד אויף מיינע אבזערוואציעס, און יעדער איז מאאר דען וועלקאם צוצולייגן זיינע אייגענע אבזערוואציעס און קאמענטארן איך בין נישט אלעמאל גערעכט, און איך בין דאך א מענטש סאו בין איך בייעסד.
אדרבה איך וועל מיך פרייען אויב איינער לייגט צו זיין אפיניאן.

4) ביטע ליינען אויף אייער אייגענע אחריות.

5) איך מאך חזרה אויף די ערשטע נקודה, איך מיין נישט קיינעם.


איז אזוי.
פאר די וואס ווייסט נאכנישט וואס מיינט אניגראם העל איך אביסל מסביר זיין.
און די וועלט איז דא א מושג וואס הייסט די 9 אניגראם.
ס'איז און קורצן א סיסטעם וואס יעדער מענטש פאלט אריין און א קאטעגארי פון איינס ביז ניין וואס דאס איז די תכונה פון די מענטש.


האבעך געטראכט שוין צו מיר אביסל צייט אז מען קען זאגן די זעלבע זאך אויף אונזער וועלטל.

עס איז דא אסאך מענטשן דא און איך גיי פראבירן זיי צו צוטיילען און 9 סארטן מענטשן.

כנגדן פון 9 מינע מענטשן וואס מען געפינט און א געווענליכע בית המדרש.

עס איז זיכער דא מענטשן וואס גייען נישט אריין און קיין איין קאטעגארי, אדער וואס גייען אריין און אפאר קאטעגאריס אבער מען רעדט נישט וועגן די קליינע ציבור.

איך האב נישט געשריבען און א סדר סאו די סדר איז גארנישט.

און די נאמבער וואס די ביסט דא מיינט נישט אז ביזט די זעלבע נאמבער און די עכטע אניגראם.

און שוין.

נאך אלע דיסקלעימער'ס הייבן אונז אן.



1 די היי ראולער'ס.


די קאטעגארי איז בעצם צוטיילט אויף 2 אבער משום סיבות האב איך עס אריינגעלייגט און איינס.

און בית מדרש קען מען זיי אלץ די אהבת קדומים אידן, און אלץ די שמשים.

זיי זענען די חברה וואס פלעגן נאך קייען טשאטשאס און די בעק פון א סטעישען וועגען.

זיי זענען אריבער די קראך און פארלוירן שווערע געלטער.

איך רעד פון די חעוורע וואס זענען שוין איינגעשריבן דא פון 06 07.

זיי האבן שוין געזעהן בעסערע צייטן און ערגערע צייטן.

און כ'מיין אויך די שמשים די סייט אדמינ'ס און די הנהלה וואס זיי זענען דא צו מאכן די פלאץ בעסער.
אדער ערגער לויט מאנכע..... (בעיקור די אכטערס)

זיי גייט שוין נישט אן די היינטיגע יונגווארג און די שטותים.

זיי טייפן נאר אויף BBcode פשוט ווייל זיי קענען זיך נישט אויס און די היינטיגע טעכנעלאגיע.

די חברה וואס קענען שוין נישט שלאפן פון אלטקייט.

די חברה וואס זיי האבן אויף זייערע הויזן 3 ביפערס...... מיט א ריזיגע קיטשעין פון שליסלעך.

בקיצור די הויפטן.

דאס איז קאטעגארי נאמבער 1.



2 די ליינער'ס


די אידן און בית מדרש וואס שטייט אלעמאל ביי די קופקע אבער ער רעדט קיינמאל נישט אריין.

איך מיין די חברה וואס זיי ליינען אלעס.

זיי גייען פון די אשכול צו יענע אשכול און ער ליינט אלעס.

ער ליינט אלע נייעס אלע באשרייבונגען וכדו'.

ער זאגט אבער קיינמאל נישט זיין מיינונג.

ער איז שוין איינגעשריבן דא פאר 5 יאר אבער ער האט נאך ניטאמאל געשריבען 10 תגובות.

אמאל אמאל כאפט זיך ארויס א לייק פון אונטער די ארעם.

אבער דעטס איט.

העסט איהם קיינמאל נישט הערן זיך טענה'ן אדער זאגן זיין אפיניאן.


גיימיר צום דריטן קאטעגארי


3 די שרייבער'ס


די אידן וואס זענען פונקט פארקערט ווי די צווייערס.

די אידן וואס ווען מען גייט כאפן א קאווע און קאווע שטיבל זענען זיי אייביג דארט'ן און שמועסן.

ער גייט ארום פון איין אשכול צום צווייטען און ביי יעדן זאך געט ער אזא ווארף אריין זיין צוויי צענט.

זאל עס זיין וועלטליכע נייעס, פאליטישע נייעס, עקנאמישע נייעס, אידישע נייעס.

צו זאל עס זיין און קרעטשמע אדער פארברענגן.

ער מוז אריינזאגן זיין אפיניאן איבעראל.

קיין איין אשכול גייט נישט ווערן אפגעשוינט פון די חברה.

זיין גאול איז אז אויף די היימבלאט זאל שטיין זיין ניק אויף די לינקע זייט ביי יעדע אשכול.

און דעם גייט אויך אריין די חברה וואס שרייבן סתם איבריגע תגובות ארויפצוציען זייער ראנק צו זייער הויעך.

ער גייט אפילו שרייבן און צובראכענע טעלעפאון אשכול נאר צו באקומען נאך תגובות אויף זיין נאמען. ס'פארשטייט פארשטייט.


נאכדעם האמיר דעם פערדן וואס ער איז אזא מיטן צווישן 2 און 3


4 דער פארקער.


ער איז דער איד און בעסמעדרעש וואס ווייסט נישט פון גארנישט אחוץ אוקראינע.

דא רעדט מען פון די מענטשן וואס זיי זעצען זיך אריין און 1 2 אשכולים און דארט פארקט ער.

ער רירט זיך נישט ארויס פון זיין דאלעד אמות.

ער למשל גייט אריינפארקן ביי פאליטישע נייעס און דארט איז ער גאנץ פיין, ער ברענגט גוטע סחורה צום טיש.

אבער גייסט איהם קיינמאל נישט זעהן ביי די געזונטהייט אשכול אדער בכלל און די גאנצע קרעטשמע אפטיילונג.

ער ווייסט נאר פון זיין זאך ער ווייסט נישט פון עפעס אנדערש.

דארט איז איהם גוט. און דארט בלייבט ער.


5 די באלעבאטים


איך רעד פון די אידן וואס וואגען זאל א בחור'ל צוגיין צו איהם און בעטן צדקה.

און וואגן זאל איינער אוועקנעמען זיין פלאץ און שוהל, אחת דתו ל....

די מענטשן דא וואס זיי זענען שוין דא עטליכע יאר דא.

זיי האבן זיך שוין אנגעקליבן א שיין ביסל תגובות אויף זייער רוקן.

און זיי זענען שוין גאנצע באלעבאטים אויפן מקום.

זיי קענען שוין שיסן עדיטאט אויף די זיבענערס.

זיי ווערן שוין נערוועז ווען איינער לייגט א שטיקל נייעס פאר זיי.

נאכדערצו אויב יענער האט נאכנישט קיין 100 תגובות אפילו.

זיי ווערן נערוועז ווען א יונגע טוטער קומט אריין און טענה'ט זיך מיט זיי.

און זיי שעלטן די רוחות ווען איינער פרעגט וואס מיינט צ/ק.

זיי זענען כסדר ביזי אז און זייער צייטן האבן נאך די יונגע חברה געהאט כבוד פאר די עלטערע.

כ'מיין אז זיי זענען אויך פון די חברה וואס דווח'ענען אוועק. נאכנישט דא אזא ווארט אקעי מיין קרעדיט....
וכדו'


6 די פשוט'ע אידן.


די אידן און בית מדרש וואס זענען פשוט זיי ארבעטן פון 9 ביז 5.

זיי הערן זיך אמאל צו צום קופקע ווען מ'רעדט עפעס אינטערסאנט.

אמאל ווארפן זיי אריין זייער אפיניאן אויך.

זיי באדערן נישט קיינעם.

קיינער באדערט נישט מיט זיי און אלעס פארט בשלום.

היות זיי מאכן נישט צופיהל נויז האבעך נישט צופיל וואס צו רעדן וועגן זיי ואתכם הסליחה.


7 די פרישע חברה


די נייע איידעם וואס קומט און שווער'ס בית מדרש צום ערשטען מאל.

ער טרייט נאך אויסצוגעפינן מיט וועם ס'לוינט זיך צו זיין גוט מיט.

און פון וועם ס'לוינט זיך צו שטיין ווייט.

ווער ס'שיסט עדיטאט.

און ווער טיילט לייקס.

ער ווייסט נאכנישט וואס די אלע קאמפליצירטע ווערטער מיינען אבער ער געוויינט זיך צו.

אסאך פרעגן וואס ס'מיינט, און אסאך טרייען צו דערשנאפן פון א צווייטער.

ער פראבירט נאך אויס אויב די לייק באטטען ארבעט, און אויב מען קען ציטירן, און וויאזוי מען עטטעטשעד בילדער.

אסאך מאל ווערט ער פארלוירן אז די פינעווערס שיסן איהם עדיטאט אבער ער געט זיך אן עצה.

אסאך פון די חברה דרייען זיך אריין צום סוף.
און אסאך געבן אויף.


נאכדעם האבן אונז די אכטער'ס


8 די קריגערס.


און ס'מדרש זענען זיי די מענטשן וואס האלטן נאכאלץ אז די וואלן און 2020 זענען געגנבעט.

ער גייט זיך האלטן ביי זיינס אפילו אז די איבערצייגסט איהם הונדערט מאל אז נישט.

ער ווייסט נישט פון קיין מאסעס.

די וועלט זאגט א ווערטעל, אז איבעראל הייבט די גמרא אן מיט מאי טעמא דתנא קמא.
פארוואס הייבט נישט די גמרה אן מיט מאי טעמא דתנא בתרא.
זאגט די וועלט אז תנא בתרא ווייסעך זיין טעם, פארוואס ווייל אז תנא קמא זאגט אזוי מוז ער דאך זאגן אנדערש פון יענעם. אבער תנא קמא פארוואס ער האט אזוי געזאגט ווייסעך נישט.
על כל פנים אזוי זאגט די וועלט.

זיי זענען פון די מינע מענטשן וואס מוזן אייביג זיין און יעדע טענה'ריי.

געווענליך סתם זיך צו טענה'ן.

גייסט איהם קיינמאל נישט זעהן מסכים זיין צו א צווייטן.

אסאך מאל זענען זיי אויך די חברה וואס דרייען איבער מיט טעגלאש וכדו'.
סתם לשם .......

זיי האבן אלעמאל די טענות אויף די עדמינס פארוואס אזוי און פארוואס אזי.

א גרויס חלק פון די חברה האבן צוגעברענגט אז עפעס אן אשכול איז געגאנגן פייפן.
פרעג מיר נישט קיין פרטים ווייל כ'גיב נישט ארויס.

בקיצור פאר א חלק מאכן זיי די שווארץ יאר.

געווענליך קומען זיי זיך אויך נישט אויס מיט די פינעווערס.

זיי טענה'ן אבער אלעמאל אז קיינער קומט זיך נישט אויס מיט די פינעווערס. גיי ווייס ווער ס'איז גערעכט.


שוין פאר נאמבער ניין בינעך געווען מסופק וועם צו לייגן ווייל כ'האב נאך צוויי סארטן מענטשן אבער קליינע מינארטיס, העלעך ענק לאזן דיסיידען וועם ענדערשט.


9 די מעשה דערציילער.


דער איד און בית המדרש וואס מיט איהם געשעהט פונקט אלעמאל אלע עקסידענטס.

ער זעצט זיך אריין און אן אשכול און ער הייבט אן דערציילען זיין דראמאטישע פארזעצונג.

צו זאל עס זיין א פיקציע, צו זאל עס זיין אן שטוינענדע האר-אויפשטעלנדע מעשה וואס איז מיט איהם אליינס געשעהן.

ער פארציילט זיין עקספריענס און זיינע פלאפס וכדו'

די חברה זענען פיינע שרייבערס.

זיי האבן אלעמאל געהאט אן ארטיקל און די באשרייבונג ע"ה.

ער האט שוין געווינען עטליכע מאל די שרייבער פארמעסט.

בקיצור.

9.1 די בחורים

אדער האבן אונז די בחורים.

איך רעד דא פון די בחורים וואס זיי קומען און שיבע און פארציילן אז זיי האבן אליינס געהערט פון א גרויסע טאטע אז פוטין גייט נישט איינעמען אוקראינע.

און אז טעסלעס סטאק גייט גיין פייפן און די נעקסטע פאר טעג.

היות די נושא ברענגט ארויף הויעכע בלוט ביי מאנכע העליך נישט אריינגיין מער און קיין פרטים.



שוין עטס דיסיידס וועלכע גייט אריין און די ניינער קאטעגארי.




שוין האבעך גענדיגט מיין באשרייבונג.

אדרבה אויב האסטו עפעס א הארה זאג עס בטוב לב.

כ'האב געשריבן אביסל קורץ היות כ'האב נישט צופיל געדולד צו שרייבן.

ווי געזאגט דא .

און ניין איך גיי נישט זאגן פאר קיינעם און וועלכע קאטעגארי ער גייט אריין און.

און נאכאמאל אויב פילט איינער אז כ'האב איהם געטשעפעט, זאל ער זיך ביטע מעלדן ווי פריער איך כ'וועל עס מסדר זיין על צד היותר טוב.

יישר כח פאר'ן אויסהערען וואס כ'האב צו פארקויפען.

אויב האסטו הנאה געהאט, ביטע שמייס אריין מיט א קאמפלימענט, עס מיינט אסאך!
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

fein האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:30 pm
@יאנאש האט א ווייטער בליק......
יאנאש האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 4:16 pm
ביפער שמיפער, יא וואס נישט וואס... שרייב נאר שרייב, דו האסט א גוטער פעדער (און מיין לייק קנעפל איז צובראכן)
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

טשערנאוויץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 6:11 pm
fein האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:30 pm
@יאנאש האט א ווייטער בליק......
יאנאש האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 4:16 pm
ביפער שמיפער, יא וואס נישט וואס... שרייב נאר שרייב, דו האסט א גוטער פעדער (און מיין לייק קנעפל איז צובראכן)
איינער פון די מענטשן טאקע וואס האבן מיר געגעבן דעם באאסט צו שרייבן.
שכח פאר @יאנאש און שכח פאר דיר @טשערנאוויץ !!!
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

@fein , איך האב געמיינט אז דו האסט געעפענט א אשכול צו אנאליזירן די אניגראם נומבער פון די אייוועלט מעמבער'ס.

מעעע...

אבער דו שרייבסט גוט! אפילו דעי זאכן וואס איך דיסעגרי מיט דיך.
לעצט פארראכטן דורך גראז אום מיטוואך יולי 05, 2023 10:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10002
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

זייער זיס!

6
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 7:17 pm
@fein, איך האב געמיינט אז דו האסט געעפענט א אשכול צו אנאליזירן די אניגראם נומבער פון די אייוועלט מעמבער'ס.

מעעע...

אבער דו שרייבסט גוט!
גילוי זשאזשען איז נישט מיין סטייל!

שכח פאר די קאמפלימענט!
לעצט פארראכטן דורך fein אום מיטוואך יולי 05, 2023 7:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

אלטער האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 7:24 pm
זייער זיס!

6
שכח!
עכט האבן אונז גערעדט אז מען גייט נישט זאגן פאר יעדן וואס זיי זענען.
אבער א איד מיט כמעט עשרת אלפים כיכר תגובות איז קיין 6 נישט!
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4103
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע:עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

קיוט! פיינע פענע.

@גראז זאגט גוט. דארף ווען איינער מאכן אזאנס.

#טאטע שיק מיר הויזן מיט צייט!
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

זייער שיין!
איך וואוט פאר די צווייטע 9 ווייל איך זעה נישט די ערשטע אלץ א אייגענע קאטעגאריע, אלע ניקס וואס שרייבן ארטיקלען/איבערלעבענישן/מיינונגען האבן געווענליך אסאך ציווילע תגובות אויך, וואס באזירט אויף יענע פאלט ער אריין אין איינע פון די אנדערע גרופעס.
לעצט פארראכטן דורך פישל גרין אום מיטוואך יולי 05, 2023 7:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

פישל גרין האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 7:48 pm
זייער שיין!
איך וואוט פאר די צווייטע 9 ווייל איך זעה נישט די ערשטע אלץ א אייגענע קאטעגאריע, אלע ניקס וואס שרייבן ארטיקלען/איבערלעבענישן/מיינונגען האבן געווענליך אסאך ציווילע תגובות אויך וואס באזירט אויף יענע פאלט ער אריין אין איינע פון די אנדערע גרופעס.
טאקע איינער פון די זאכן וואס כ'האב געטראכט בשעתן שרייבן.
שכוח!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

גאר גוט באשריבן און צולייגט!!!
א חוץ דיין גאלדענעם פעדער וואס השי"ת האט דיר באשאנקן, האסטו אויך א שטארקע כוח הבחנה והבדלה (דו וואלסט דיר מחיה געווען מיט א בריסקע חילוק)!! כה לחי.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
אוועטאר
אינבי
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 5:34 pm

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינבי »

הא! זייער שיין אראפגעלייגט
פעטער לעזער ברויך ברויך גלעזער
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

👍👍👍👍
זייער שיין
מאיבי תחכמני
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

גוט גוט
איך טרעף מיר נישט עכט אין קיין איינס.
דארפסט מאכן א טעסט צו קענען יעדער טרעפן זיין נומער.
אדער דארף דער עולם זאגן אין וועלכע נומער זיי זעען מיך, סיי דא און סיי ביי די עכטע.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5540
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:52 am
גוט גוט
איך טרעף מיר נישט עכט אין קיין איינס.
ווייל יעדער האט איינס אדער צוויי פליגלען

סהאט לכאורה מיט די מודס כמה”כ כי אתה ע’מדי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17406
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

"פיין" געזאגט!!

אבער ווי געהערן די יונגערע דור פון אחראים?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4484
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:51 am
Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:52 am
גוט גוט
איך טרעף מיר נישט עכט אין קיין איינס.
ווייל יעדער האט איינס אדער צוויי פליגלען

סהאט לכאורה מיט די מודס כמה”כ כי אתה ע’מדי
אדער ווייל עטליכע דיסקריבשאנ'ס זענען אומריכטיג.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:57 am
"פיין" געזאגט!!

אבער ווי געהערן די יונגערע דור פון אחראים?
זיי זענען אריינגערעכנט און די אונטער שמשים......
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:21 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:51 am
Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:52 am
גוט גוט
איך טרעף מיר נישט עכט אין קיין איינס.
ווייל יעדער האט איינס אדער צוויי פליגלען

סהאט לכאורה מיט די מודס כמה”כ כי אתה ע’מדי
אדער ווייל עטליכע דיסקריבשאנ'ס זענען אומריכטיג.
אדרבה איך ווארט צו הערן דיין ווערסיע.
אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

fein האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:22 pm
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:21 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:51 am
Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:52 am
גוט גוט
איך טרעף מיר נישט עכט אין קיין איינס.
ווייל יעדער האט איינס אדער צוויי פליגלען

סהאט לכאורה מיט די מודס כמה”כ כי אתה ע’מדי
אדער ווייל עטליכע דיסקריבשאנ'ס זענען אומריכטיג.
אדרבה איך ווארט צו הערן דיין ווערסיע.
לאז אפ, מען דארף נישט קוקען אויף יענעמס גראז
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

שכוח פאר אלע קאמפלימענטן.
ס'גייט מיך שוין נישט אן אז איך פאסט.
איך בין זאט.........
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

טשערנאוויץ האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:24 pm
fein האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:22 pm
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:21 am
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 9:51 am
Bissli האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:52 am
גוט גוט
איך טרעף מיר נישט עכט אין קיין איינס.
ווייל יעדער האט איינס אדער צוויי פליגלען

סהאט לכאורה מיט די מודס כמה”כ כי אתה ע’מדי
אדער ווייל עטליכע דיסקריבשאנ'ס זענען אומריכטיג.
אדרבה איך ווארט צו הערן דיין ווערסיע.
לאז אפ, מען דארף נישט קוקען אויף יענעמס גראז
די מעשה דא איז אז איך וויל קוקן אויף מיין גראז.
אבער דער אנדערע גראז שטעקט זיך אריין......
זא מין פרעכהייט.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

געוואלדיג! זייער גוט!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: אייוועלט אניגראם די 9 סארטן מענטשן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אוי גאטעניו!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”