א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

אזוי ווי דער עולם האט אנגעוויזן גרויס אינטערעסע אין די ירושלימ'ער לעבן און שאפן.

לאמיר דא אנהייבן מיט א ליסטע פון ערטער/מעמדים/געשעענישן און וואס נישט, וואס די הייליגע שלאפלאזע שטאט האט אלץ צו פארקויפן, וואס אי"ט דאזענ"ט פע"י ט"ו מי"ס..., ביסטו אין ירושלים אויף עטליכע טעג, מאך זיכער אז דו ביסט באמת דארט, און מאך זיכער מיטצולעבן איינע אדער עטליכע פון די מקומות.


א) ארט: רחוב בית ישראל, צייט: מיטוואך 1:05 נאכמיטאג (13:05 בלע"ז).
טויזענטע טויזענטע לומדי ישיבת מיר (בתי מדרש:מרכזי/בית שלום/שלמי שמחה/פרידמאן/פינסק/בית מנחם/סלאנים/ישיבת מאה שערים... ועוד),והגלילות... גייען און לויפן אראפ די בארג, אלע יאגן זיך צום בנין "בית ישעיה" מיט אירע דריי גיגאנטישע חדרי אוכל, פארוואס פונקט מיטוואך? פרעג עני מירער תלמיד וועט ער דיר ענטפערן: וואס הייסט היינט איז שניצל דע"י, (ווי זאגט די מעניו האטליין: היום יום שניצל בשבת...).

שורות שורות אידן ווארטן מיטן טעלערל אין האנט צו באקומען זייער לאנג ערווארטעטע שניצל, א אלטע ירושליימער (וואס האט שוין 37 יאר חזקה אויף זיין פלאץ אין מרכזי, דארט לעבן די שיפע ארון הקודש ביים רעכטן קארנער,וואס ר' נתן צבי ז"ל האט אים קלאר געזאגט אז ער מעג אוועקשיקן אנדערע פון זיין פלאץ אפילו נאך 9 אזייגער...),שטייט אין שורה מיטן בארא פארק'ע בחור (וואס זיצט אין די בעיסמענט פון בית שלום, טיף אריין אין מקלט), דער פארעלטערטער ליטווישער ארץ ישראלדיגן בחור (בוגר ישיבת תפרח, וואס זיצט אין פרידמאן, און קומט צו ר' אשר'ס שיעור נאר זיך צו לערנען אידיש), שטייט מיטן גני גאולה'דיגע אמעריקאנע אינגערמאן, (וואס א גאנצע וואך פאסט אים נישט צו בלייבן אין ישיבה אויף לאנטש, נאר מיטוואך...), אזוי ביז זיי זעען זיך מיט א שניצל אין טעלער, דערנאך הייבט זיך אן מערכה פון זיכן א פלאץ זיך אנידערצוזעצן, בשעת וואס די פרענקישע קיטשן מענעדזשער שרייט קולות "אחד לכל אחד"..... שוין געטראפן א פלאץ א שטאק אראפ איצטער דארף מען אפרוימען יענעמ'ס שיריים....

דאס איז א מיטאג אין די גיגאנטישע לאנטש רומ'ס, פון די ריזיגע הייליגע תורה פעסטונג "ישיבת מיר".

פא"ן פעק"ט: עס איז מקובל ביי די בחורים איש מפי איש, די שניצל מאשין איז די גרעסטע שניצל מאשין אין לאנד... וי"א אז עס איז גאר גיענעס רעקארד. וי"א אז די (טמא'נע) צבא האט גאר א גרעסערע... (יעי פאר זיי...)

המשך וועט נאכפאלגן לויטן פארלאנג
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום מיטוואך מאי 22, 2024 7:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט'ן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

גיט איז גיט
מיט א געשמאק
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 6:23 am
לאקאציע:הר הקודש מירון

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט'ן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א געשמאק »

לאז דיך נישט צופיל בעטן

שרייב שרייב
דערוילעם האט גרויס הנאה.
אותות ומופתים
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט'ן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

פארלאנג איט איז
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט'ן נודע ביהודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

יחזקאל זיי ממשיך
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5557
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

@תרמב האט העווי קאמפעטישען...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

קורץ און שארף! 555
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8864
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

גאר גאר גוט

א חבר מיינער פלעגט קומען מיט א בעג און זיך שטעלן ביי יעדע ליניע, ספלעגט זיין צוויי ליניעס אין יעדע חדר אוכל, און סאיז דא דריי שטאק, פלעגט ער אוועקגיין מיט זעקס שניצלעך, גענוג פאר די גאנצע וואך...

ראש חודש איז דער עולם געקומען צולויפן פאר די טשיקען באדעמס, וואס פלעגט זיין נאר איין מאל א חודש לכבוד ראש חודש, אבער דאס זענען די חסידישע בחורים נישט געקומען כאפן..
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5192
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

@יחזקאל סגל לנדא
זייער גוט. קיפ איט אפ
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
● קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
ספעציעלע זוממער פרייזן!!
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:Oceania

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-05-22 142129.png
Screenshot 2024-05-22 142129.png (37.68 KiB) געזען 1265 מאל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5557
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ירוחם פישל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:24 pm
.
די קעפל קומט אבער נאכנישט צו שטיין "א נסיעה מיטן נודע ביהודה".
לעצט פארראכטן דורך הארזים אום מיטוואך מאי 22, 2024 6:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15827
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

הארזים האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:25 pm
ירוחם פישל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:24 pm
.
די קעפל קומט אבער נאכנישט צו שטיין "א נסיעה מיטן נודא ביהודה".
שטייט דען?...
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5557
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:26 pm
הארזים האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:25 pm
ירוחם פישל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:24 pm
.
די קעפל קומט אבער נאכנישט צו שטיין "א נסיעה מיטן נודא ביהודה".
שטייט דען?...
חחח
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

אויש!!! אלטע צייטן...

ווער געדענקט נאך רבי שייקי שליט"א?... דער זיסער פלומעניק פונעם רה"י. אזוי וואויל... גריסט יעדעם איינעם. 'טס ווייסט וואס איך רעד?
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פארלאנג סובמידעט.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
קאריקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריקא »

קאריקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריקא »

אויך זיס צו מיטהאלטן ווי די בעסערע חברה לויפן אויף די גאסן נאכן צוזאמפאקן טעלער אויף טעלער ווייל זיי עסן עס אין די דירה
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5557
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

כהאב פארגעסן צו פארלאנגען...

פארלאנגט.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:39 pm
אויש!!! אלטע צייטן...

ווער געדענקט נאך רבי שייקי שליט"א?... דער זיסער פלומעניק פונעם רה"י. אזוי וואויל... גריסט יעדעם איינעם. 'טס ווייסט וואס איך רעד?
נעוועדע... מיושבי המעלית..... גיי נישט צו נאנט, קענסט נאך כאפן א קוש.......
אבדק''ק פראג והגלילות
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:20 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:39 pm
אויש!!! אלטע צייטן...

ווער געדענקט נאך רבי שייקי שליט"א?... דער זיסער פלומעניק פונעם רה"י. אזוי וואויל... גריסט יעדעם איינעם. 'טס ווייסט וואס איך רעד?
נעוועדע... מיושבי המעלית..... גיי נישט צו נאנט, קענסט נאך כאפן א קוש.......


צייטן געווען...
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8864
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:20 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:39 pm
אויש!!! אלטע צייטן...

ווער געדענקט נאך רבי שייקי שליט"א?... דער זיסער פלומעניק פונעם רה"י. אזוי וואויל... גריסט יעדעם איינעם. 'טס ווייסט וואס איך רעד?
נעוועדע... מיושבי המעלית..... גיי נישט צו נאנט, קענסט נאך כאפן א קוש.......
אדער א גוטן פאנטש האט מען אויך געקענט כאפן..
יחזקאל סגל לנדא
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

הארזים האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:36 am
@תרמב האט העווי קאמפעטישען...
תרמ"ב איז נאר דא איינע!
(וואלט איך געלאפן קעגן תרמ"ב, וואלט איך זיך גערופן חבשוש...)
אבדק''ק פראג והגלילות
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:10 pm
הארזים האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:36 am
@תרמב האט העווי קאמפעטישען...
תרמ"ב איז נאר דא איינע!
(וואלט איך געלאפן קעגן תרמ"ב, וואלט איך זיך גערופן חבשוש...)
ביטע גיי אן נישט קיין חילוק א נאמען....
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2636
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:10 pm
הארזים האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 8:36 am
@תרמב האט העווי קאמפעטישען...
תרמ"ב איז נאר דא איינע!
(וואלט איך געלאפן קעגן תרמ"ב, וואלט איך זיך גערופן חבשוש...)
איך קען אבער נאר אידיש, נישט תרמב'יש...
...
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: א נסיעה קיין ירושלים מיט חזקי לאנדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

פיין פיין שרייב ווייטער… אני הקטן פלעג עסען עקראס די סטריט אין מקום בלי שם… זכרונות..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”