נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2758
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

Yiddish Travel האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 6:03 pm
לופטהאנזא האט יעצט געמאלדן אן אפמאך מיט די עירפארט סטעף צו העכערן די וועידזשעס און סטאפן די סטרייקס, די סטעף באקומען אן אינקריעס פון 12.5% און ווי אויך א סטימיולעס טשעק פון 3000 יורא. יעצט בלייבט צו זעהן ווער עס וועט באצאלן פארן סטרייק...
און וואס איז מיט אוסטריען?
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

בוק קיפפער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 6:14 pm
Yiddish Travel האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 6:03 pm
לופטהאנזא האט יעצט געמאלדן אן אפמאך מיט די עירפארט סטעף צו העכערן די וועידזשעס און סטאפן די סטרייקס, די סטעף באקומען אן אינקריעס פון 12.5% און ווי אויך א סטימיולעס טשעק פון 3000 יורא. יעצט בלייבט צו זעהן ווער עס וועט באצאלן פארן סטרייק...
און וואס איז מיט אוסטריען?
אוסטריען איז אונטער עקסטערע מענעדזשעמענט אנטער די ברייטערע לופטהאנזא גרופ
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

ווי אויך די פלייט אטענדענטס סטרייקס איז אויך נאך נישט קער גענומען
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

סענעטאר טעד קרויז האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג, קאנגרעסלייט סענאטערס און קאבינעט סעקרעטעריס קומט זיך נאך אזויפיל ווי די היימישע רבי'ס, ער האט אריין געגעבן לעגעסלעישאן אין סענאט -מיט שטארקע שאנסן דורכצוגיין- אז זיי זאלן באקומען א פריוואטע באדינער וואס זאל זיי באגלייטן דורכאויס די פרייוועט סעקיורעטי אין עירפארט, כדי צו געניסן פון די אויסטערלישע סערוויס דארף מען דזשאסט באקומען א טויט סטראשונקע
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

יונייטעד פליגער פון תל-אביב קיין ניוארק טרעפט זיך אן מיט אומגעווענליכע טורבעלענס
ווערט פארקירעוועט קיין סטוארט און דאן צוריק צום ארגינעלען דעסטינאציע

אין ענגליש ווערט דאס גערופן א rough start. נאך וואס יונייטעד האט נישט לאנג צוריק אנגעהויבן מיט דירעקטע פלייטס פון תל-אביב, האט UA85 זיך געגרייט צו לאנדן אין ניוארק נעכטן פרייטאג אבער באגעגנענדיג זיך מיט גאר שטארקע ווינטן האט זיך די פליגער געוואקלט צו פעסט צו קענען דורכפירן א סוקסעספול לאנדונג.
ס'איז געווען גאר א שווערע צייט פאר די פאסאדזשירן וואס זענען געווארן אויפגעשאקלט ווילדערהייט אינדערצייט וואס די פליגער האט זיך געראנגלט מיט די רוחות רעות פאר רשות צו אנרירן די אמעריקאנע באדן, איינער האט עס צוגעגליכן צו "סיקס פלעגס" און אנדערע האבן דערציילט אז זיי האבן שוין געטעקסט זייערע נאנטע רישנדיג זיך אויפן ערגסטן.
עווענטועל האט די פילאט באשלאסן זיך צו פארקיערעווען צום נישט ווייטן סטוארט עירפארט. א צאל פאסאדזשירן זענען פארוואונדעט געווארן (איך זעה געמישטע באריכטן וויפיל) מיט עטליכע אפגעפירט אין א שפיטאל נאנט צום עירפארט.
נאכן זיך רעארגאניזירן און אנפילן די טאנקען מיט פרישע ברענשטאף, זענען די ווינטן שוין געווען קאנטראלירט, און די פליגער האט זיך צוריקגעקערט קיין ניוארק אן קיין פראבלעמען.
עקספערטן ערקלערן, אז טראץ די רעאלאטיוו נאנטקייט צווישן ניוארק און סטוארט, האט געשפילט א גרויסע ראלע די דירעקציע פון פליען ביים אפפראוטשן די עירפארט, ווייל אין ניוארק פליהט מען א NS ליניע וואס האט געליטן פון ערנסטע ווינטן, ווס. סטוארט וועלכע מען אפפראוטשט אין א EW ליניע.
לויט די צייט פון די פלייט וואס איז געסקעדזשועלט צו לאנדן ערב שבת נאך חצות איז מסתבר אז ס'זענען נישט געווען אויף דעם פליגער קיין אידן שות"מ.

#יונייטעד
#EWR
#SWF

די מאפע וואס ווייזט ווי די פליגער האט diverted פון ניוארק קיין סטוארט
EWR-SWF.png
EWR-SWF.png (398.31 KiB) געזען 4067 מאל
לעצט פארראכטן דורך רוממה אום דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

רוממה האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 30, 2024 10:43 pm
יונייטעד פליגער פון תל-אביב קיין ניוארק טרעפט זיך אן מיט אומגעווענליכע טורבעלענס
ווערט פארקירעוועט קיין סטוארט און דאן צוריק צום ארגינעלען דעסטינאציע

אין ענגליש ווערט דאס גערופן א rough start. נאך וואס יונייטעד האט נישט לאנג צוריק אנגעהויבן מיט דירעקטע פלייטס פון תל-אביב, האט UA85 זיך געגרייט צו לאנדן אין ניוארק נעכטן פרייטאג אבער באגעגנענדיג זיך מיט גאר שטארקע ווינטן האט זיך די פליגער געוואקלט צו פעסט צו קענען דורכפירן א סוקסעספול לאנדונג.
ס'איז געווען גאר א שווערע צייט פאר די פאסאדזשירן וואס זענען געווארן אויפגעשאקלט ווילדערהייט אינדערצייט וואס די פליגער האט זיך געראנגלט מיט די רוחות רעות פאר רשות צו אנרירן די אמעריקאנע באדן, איינער האט עס צוגעגליכן צו "סיקס פלעגס" און אנדערע האבן דערציילט אז זיי האבן שוין געטעקסט זייערע נאנטע רישנדיג זיך אויפן ערגסטן.
עווענטועל האט די פילאט באשלאסן זיך צו פארקיערעווען צום נישט ווייטן סטוארט עירפארט. א צאל פאסאדזשירן זענען פארוואונדעט געווארן (איך זעה געמישטע באריכטן וויפיל) מיט עטליכע אפגעפירט אין א שפיטאל נאנט צום עירפארט.
נאכן זיך רעארגאניזירן און אנפילן די טאנקען מיט פרישע ברענשטאף, זענען די ווינטן שוין געווען קאנטראלירט, און די פליגער האט זיך צוריקגעקערט קיין ניוארק אן קיין פראבלעמען.
עקספערטן ערקלערן, אז טראץ די רעאלאטיוו נאנטקייט צווישן ניוארק און סטוארט, האט געשפילט א גרויסע ראלע די דירעקציע פון פליען ביים אפפראוטשן די עירפארט, ווייל אין ניוארק פליהט מען א NS ליניע וואס האט געליטן פון ערנסטע ווינטן, ווס. סטוארט וועלכע מען אפפראוטשט אין א EW ליניע.
לויט די צייט פון די פלייט וואס איז געסקעדזשועלט צו לאנדן ערב שבת נאך חצות איז מסתבר אז ס'זענען נישט געווען אויף דעם פליגער קיין אידן שות"מ.

#יונייטעד
#EWR
#SWF

די מאפע וואס ווייזט ווי די פליגער האט diverted פון ניוארק קיין סטוארט
EWR-SWF.png
פארוואס האט נאר דיי איין פליגער געהאט אישוס מיט ווינטן?!
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

קו ירוק האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 1:44 am

זיך אויך געוואונדערט, איך ווייס נישט
אפשר זענען טאקע נישט געווען קיין סך אריינקומענדע פליגערס אין יענע צייט בכלל
מ'קען נאכקוקן אויף flightrada24 פלעיבעק וויאזוי ס'האט דעמאלטס אויסגעקוקט
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (88.25 KiB) געזען 3832 מאל
א גוט מארגן!
דורכאויס די פארגאנגענע וואך האבן מיר געלייגט ווייניגער נייעס באריכטן צוליב א קלענערע אינטערעסע ראטע (נישט אויסמישן מיט די פאליטיק-געפלאגטע אינטרעסט ראטע), דערפאר לייגן מיר אריין מער נייעסער אינעם זונטאג סך הכל וואס האט יא געצויגן מער אינטערעסע.
ליינט און האט הנאה!

די IAG גרופע - וואס איז א parent קאמפאני פון עטליכע עירליינס - האט געסטראשעט פילאטן פון Aer Lingus, אז אויב וועלן זיי נישט צושטימען צו א געהעריגע פלאן אויף וועידזשעס, וועלן זיי נישט באקומען די נייע A321XLR פליגערוואס זענען אויף ארדער.
ווי מיר האבן שוין באריכטעט (ווער האט נאר געפרעגט פארוואס איך לייג העשטעגס?), איז Aer Lingus געווען איינע פון די קאנדיטאטן אויף וועמען מ'האט שפעקולירט אז זיי וועלן זיין די ערשטע באנוצער פון דעם פליגער-סארט. אבער מיט די נייע סטראשע אויפן טיש וועלן די נייע פליגערס מעגליך גיין צו אנדערע עירליינס וואס די גרופע באזיצט, א שטייגער ווי בריטיש אדער אייבעריע - און די Aer Lingus פילאטן וועלן בלייבן באשטראפט מיט עלטערע פליגערס.
איך ווייס נישט פארוואס די נייעס'ל האט מיך געמאכט שמייכלען... אפשר ווייל איך האב ביי דיפאלט א שנאה צו די יוניאנס...
---
א צייט צוריק האט אמעריקע - מיט די הילף פון ארגענטינע - פארכאפט א פליגער פון א ווענעזועלא קארגאו קאמפאני וואס איז געווען פארבינדן מיט איראן. זינט דאן האט די ווענעזועלא רעגירונג פארבאטן פליגערס פון ארגענטינע אדער אויפן וועג צו ארגענטינע צו פליען אין זייער עירספעיס באשולדיגנדיג די לאנד אין גניבה.
יעצט האבן די רעגירונגען פון ארגענטינע און די פאראייניגטע שטאטן זיך געוואנדן צו די יו ען אוויאציע אגענטור ICAO, אז זיי זאלן הייסן ווענעזועלא עפענען זייערע הימלען פאר ארגענטינע פליגער, זאגנדיג אז די פארכאפונג איז געווען געזעצליך לויט אינטערנאציאנאלע געזעצן.
איך ואוונדער מיך אז ארגענטינע וויל אזוי שטארק האבן רשות כניסה אין ווענעזועלא, איך פערזענליך וואלט ענדערש אוועקגעשטאנען פון א געגנט וואס איך ווייס מ'איז ברוגז דארט אויף מיר...
---
א איבערגעמאכטע טערמינאל האט זיך געעפנט אין בראסעלס!אבער ניין, נישט אין בראסעלס עירפארט, נאר אין בראסעלס באן סטאנציע!
די KLM און עיר פראנס שותפים, טוען אויפהאלטן א געהעריגע עירפארט סטייל אפטיילונג אינערהאלב די בראסעלס עירפארט, פאר פאסאדזשירן וואס ווילן נעמען א שנעל-צוג פון בראסעלס קיין אמסטערדאם אדער פאריז, און קאנעקטן אויף א פליגער פון איינע פון די צוויי עירליינס.
פאסאדזשירן וואס נוצן די אפציע, קענען אריינטשעקן פעקלעך אין די באן-פארט און זייערע פעקלעך וועלן פארן ווייטער ביז זייער לעצטע דעסטינאציע פונקט ווי אויף א געווענליכע קאנעקטינג פלייט. ווי אויך האט די באן א פלייט נאמבער און פאסאדזשירן קענען באקומען פוינטס אין די Flying Blue (יעצט דארף עס הייסן Railing Blue...) לאיעלטי פראגראם פאר די רייזע.
דאס איז איינע פון וועגן מיט וואך די חברה געבן שטיצע פאר א "גרינע" ענווייראמענט, וויבאלד פליגערס לאזן איבער שעדליכע אפדרוקן אויף אונזער פלאנעט (עפ"ל).
---
די אוויאציע אויטאריטעטן פון סאמאליעלאנד האבן דערקלערט פאריגע וואך אז זייערע גענלונגענע עיר טראפיק קאנטראלערס האבן סוקסעספול פארמיטן א טראגישע צאמשטויס צווישן א עמיראטס 777 און א עטיאפיען עירליינס 737. די סאמאליעלאנד באאמטע האבן ערקלערט אז די קאנטראלערס פון מאגעדישאו, סאמאליע האבן אומריכטיג צוגעוויזן פאר די צוויי פליגערס צו פליען אין די זעלבע הייעך איינע קעגן די אנדערע, און בלויז צוליב די סאמאליעלאנד קאנטראלערס' שריט איז די טראגעדיע פארמיטן געווארן.
(סאמאליעלאנד איז א חלק פון סאמאליע וואס האט דערקלערט זעלבסטשטענדיגקייט, אבער ס'איז נישט אנערקענט דורך די יו ען אדער קיין יו ען לענדער)
עמיראטס איז אבער ארויסגעקומען פארליינקענען די באריכט, זאגנדיג אז קיין איין פליגער איז נישט געקומען נאנט צו קיין ריסק פון זיך אנטרעפן מיט א אומגעוואונטשענע באגעגעניש, ווייל עמיראטס פליגערס האבן די פארגעשריטענע סיסטעמען אויפצוכאפן געפארן פון לענגערע שטרעקעס און ווערן פארמיטן נאך איידער ס'קומט צו א שטאפל פון אן אלערט וואס דארף עיר טראפיק קאנטראל אטענטשן.
---
לופטהאנזא האט שוין געשלאסן א דיעלמיט די יוניאן וואס פארטרעט אירע עירפארט ארבעטער, פארמיידנדיג ווייטערע סטרייקס וואס האבן פארקריפלט די עירליינס אפעראציעס די לעצטערע וואכן. אבער ווייטערע דיסקוסיעס דארפן נאך געפירט ווערן מיט די אנדערע יוניאן וואס פארטרעט די פליעדיגע ארבעטערס - די פלייט אטענדענטס.
---
א סורפרייז גאסט איז אנגעקומען אין די היטראו לופטפעלד, ווען א לופטהאנזא 747 האט געדארפט מאכן א עמערדזשענסי לאנדונג אויפן וועג פון מיאמי קיין פראנקפורט. היטראו פלעגט זיין א פעסטט באזע פאר 747 פליגערס אין די צייטן ווען בריטיש האט אפערירט צענדליגע פון די פליגערס אין זייער נעטווארק, אבער זייט קאוויד זענען נישט דא קיין 747 פאסאדזשיר פלייטס ארויס פון לאנדאנ'ס גרעסטע עירפארט.
פאר 8 חדשים צוריק איז אויך געווען אזא פאל ווען א 747 האט געמאכט א עמערדזשענסי לאנדונג אין היטראו, און ביידע פון די פעלער זענען געווען צוליב א מעדיקאל עמערדזשענסי אויפן פליגער.
---
די FAA האט ארויסגעגעבן אן אלערט אין ליכט פון די באפארשטייענדע ליקוי החמה, וויבאלד ס'איז ערווארטעט אסאך אקטיוויטעטן אין עירפארטס וואס זענען אין די געגנט פון די "טאטעל עקליפס" רוט. א ספעציעלע פעידזש מיט רעלעוואנטע אינפאו איז אוועקגעשטעלט געווארן https://www.faa.gov/air_traffic/publica ... 8_gen.html
---
א ניו יארק באזירטע פירמע קלאגט מעקסיקא'ס עירליין Mexicana, פאר די באשיידענע איינמאליגע מינימאלע אפצאל פון די נישטיגע סומע פון 841 מיליאן דאללער.
מעקסיקאנא איז א נייע עירליין אוועקגעשטעלט דורך די מעקסיקאנע רעגירונג צו ראטעווען די קריזיס אין לאנד מיט עטליכע באנקראטירטע עירליינס אין קאוויד. די קאמפאני באשולדיגט אז זי האט געהאלפן Mexicana זיך אוועקשטעלן אין די ערשטע שטאפלען, אבער די רעגירונג-עירליין האט זיך נישט געהאלטן צו א גרויסע טייל פון זייערע תנאים און עפעס אזוי איז געשעהן אז זיי דארפן באצאלן א 841 מיליאן דאללער.
(איך פארשטיי נישט צו אלע פענסי ווערטער במילא קען איך נישט ערקלערן פונקטליך וויאזוי פון א פשוט'ע breach of contract ווערט אזא ריזיגע לאוסוט. אויב איינער פארשטייט יא, זאל ער ביטע גיין טוהן עפעס בעסערס מיט זיין קלוגן מוח ווי זיצן אויף מיינע נייעסער...)
---
פאסאדזשירן פון א פראנטיער פליגער האבן זיך געשיקטערהייט אראפגעגליטשט די עמערדזשענסי גליטשערספונעם פליגער, ווען א שמעק פון רויעך האט זיך ארומגעטראגן אינעם פליגער.
דאס האט פאסירט אויף א פראנטיער פליגער וואס איז נאך געשטאנען ביים געיט אין שאראלעט, נארט קעראליינע מיטן פלאן ארויסצופארן קיין אראלאנדא. די פילאטן האבן פלוצלינג געשפירט א שווערע פייער גערוך אינעם קאקפיט, און דעריבער פארארדנט א עמערדזשענסי עוועקיואציע פון אלע פאסאדזשירן. א טייל פאסאדזשירן האבן אין גרויס פאניק זיך א לאז געטאהן צו די ספעציעלע גליטשערס וואס זענען ארויסגעלאזט געווארן פאר די עמערדזשענסי.
ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז די ריחא לאו מילתא היא, און די פליגער איז גענומען געווארן אין די זייט פאר גליטשער-ריפעירס, אבער 9 פאסאדזשירן זענען פארוואונדעט געווארן דורכאויס די כאאטישע גליטשעריי.
ארויסגליטשן פון א פליגער האט אייביג א ריסק פון ווערן צוקלאפט, דערפאר איז עס געווענליך א לעצטע אפציע אין בלויזן פאל פון געפאר.
---
די CEO פון רייען עיר זאגט אז סאוטוועסט איז שוין נישט קיין לאו-קאסט קעריער. די קאמענטארן האט ער געזאגט אין א אינטערוויו וואו ער האט גערעדט אפאר מינוט איבער די עירליין וואס אסאך באצייכענען אלס די אמעריקאנע ווערסיע פון די אייראפעאישע רייען עיר.
רייענ'ס CEO זאגט אז סאוטוועסט גייט נישט אין די גוטע דירעקציע וואס א לאו-קאוסט עירליין דארף צו גיין, אנווייזנדיג אז די עווערעדזש פרייז פאר א טיקעט אויף סאוטוועסט דורכאויס 2023 איז געווען $140, אינדערצייט וואס א עווערעדזש בילעט פאר א רייען רייזע איז געוען בלויז ארום $47!
איך האב הנאה געהאט צו זעהן די קאמענטארן, ווייל איך האב שוין עטליכע מאל פרובירט צו טרעפן ביליגע סאוטוועסט טיקעטס אין די לעצטע פאר חדשים, און געזעהן אז זיי קומען בכלל נישט אריין ביליגער ווי אנדערע, אין רוב פעלער אפילו טייערער.
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יוי זיין שפראך!!

פאר די באשיידענע איינמאליגע מינימאלע אפצאל פון די נישטיגע סומע פון 841 מיליאן דאללער

😂
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

טעקסאס דיסטריקט אטוירני מעלדט אויספארשונג אויף קאנטרעווערסיאלע באואינג סופלייער
קוקט אריין אין די מעגליכקייט אז לינקע ליבעראלע פאליסיס האב געשפילט א ראלע

די DA פון די סטעיט אוו טעקסאס האט געמאלדן זייער אייגענע אויספארשונג קעגן Spirit AeroSystems איבער די פראבלעמען אין די קאמפאני וואס זענען ארויפגעשוואומען אויפן אויבערפלאך (אדער קען מען זאגן אראפגעפאלן פון אויבן...) ביי די אלאסקע 1282 אינצידענט. דאס איז אויסער די ברייטערע אויספארשונגען דורך פעדעראלע אינוועסטיגעיטערס.
די קאמפאני האט איינע פון אירע פלענטס און טעקסאס, און די DA זאגט אז זיי האבן פארלאנגט פון ספיריט צוצושטעלן געוויסע דאקומענטן, צו פארשן אויב די קאמפאני'ס DEI פאליסיס האבן געשפילט א ראלע אין די שוואכע קוואליטעט וואס די פעקטארי האט פראדוצירט.
די DEI טערמין באציט זיך צו Diversity Equity & Inclusion פאליסיס וואס אסאך קאמפאניס האבן איינגעפירט אין די לעצטערע יארן, צו געבן מער פרעפערענס ביים אויפנעמען פאר ארבעטערס פאר מענטשן מיט טונקעלע הויט, גרין-קאלירטע האר, אויערינגעלעך אין די נאז, פרעש, עגדיסן און אנדערע מיחושים.
ס'איז שוין לאנג דא אן ארגומענט אז שטעלן אזעלכע פאליסיס ברענגט די קאמפאני צו פארקירעווען די פאקוס פון בלויז זוכן די בעסטע ארבעטער פאר די דזשאב, און דאס קען זיך דערקייקלען צו שוואכערע קוואליטעט פון ארבעט. באמת גייט עס געווענליך קיינעם נישט אן, ווייל ס'דארף מיך נישט אנגיין אז א קאמפאני לייגט זיך אליינס צוגרינד מיט שוואכע קוואליטעט סחורה ווייל זיי טוען בעפארצוגן געוויסע גרופעס אלס ארבעטער. במילא, טראץ וואס ס'קען זיין א גוטע טענה, אי לא טעין לא טענינן ליה אנן.
אבער יעצט זאגן די קלעגער פון טעקסאס, אז זיי ווילן אריינקוקן אין די מעגליכקייט אויב די פאקט אז די קאמפאני האט געהאט אזעלכע ערוב-פרענדלי פאליסיס האבן גורם געווען אז זיי זאלן האבן א אומקוואליפיצירטע ארבעטס קראפט, אראפברענגענדיג די קוואליטעט פון זייערע סחורה, און דאס קען שוין יא זיין פראבלעמאטיש.
לויט עקספערטן האט די טעקסאסאנער DA די לעגאלע רעכט צו פארלאנגען אזעלכע דאקומענטן טראץ וואס מ'רעדט בלויז פון א שפעקולאציע אין וואס די סטעיט וויל אריינקוקן, פשוט פאר - ווארשיינליך - פאליטישע צוועקן.

אויב וואונדערט איר זיך וואס ספיריט האט מיט די גאנצע אלאסקע עירליינס סומאטוכע, וועט איר מוזן צואווארטן אויף חלק ב' פון די שמועס איבער "באואינג'ס דורכפאל" אין די פליגעלעך אפטיילונג.

א פעקטארי געביידע פון ספיריט
Spirit.jpg
Spirit.jpg (336.52 KiB) געזען 3468 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

פליגעלעך #2 ארויף!
מיר זענען ממשיך צו באטראכן די קייט פון פראבלעמען אינערהאלב באואינג וואס האבן זיך צאמגעשטעלט אלס איין גרויסע דורכפאל פאר די קאמפאני.
דרוקט דא צו ליינען און הנאה האבן!

פליגעלעך #2.jpg
פליגעלעך #2.jpg (70.38 KiB) געזען 3015 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

איבערפלוס פון מים סרוחים שיקט צוריק פליגער קורץ נאכן זיך הייבן
נאך א יונייטעד-SFO פארבינדעטע אינצידענט

(מישט ווייטער אויב האלט איר אינמיטן עסן...)
אויב האט איר געמיינט אז א ווארים אויסגוס איז אומבא'טעמ'ט, וועלן מיר אייך איבעראשן מיט די היינטיגע נייעס!
פאריגן פרייטאג האט זיך א 777 פון יונייטעד געגרייט צו הייבן פון פראנקפורט, סערווירנדיג רוט UA59 קיין סאן פראנציסקאו. די מאנשאפט האט אנגעמערקט איידער די רייזע אז צוויי פון די צען פריוואטע צימערלעך אויפן פליגער זענען out of service, אבער די פלייט אטענדענטס האבן געקלערט אז מיט 8 פארבליבענע אין באנוץ, וועט מען גרינגערהייט קענען דורכשווימען דעם פראבלעם.
זיי האבן נישט געוואוסט אז "דורכשווימען" וועט טאקע מיינען "דורכשווימען"...
קורצליך נאכן זיך הייבן, האבן טייל פאסאדזשירן אנגעהויבן דערשפירן א ריח פון אפלויף (די אנדערע טייל פאסאדזשירן זענען פשוט פארקילט און שמעקן גארנישט), און אויב האט איינער געקווענקלט פון וואנען ס'שטאמט, האט נאכגעפאלגט א דינע שטראם וואסער מיט קראנטע באווייזן פון איר אפשטאם...
די קרו האט זיך געפארעט פאר עטליכע מינוט צו לעזן די קריזיס, אבער ס'איז באשלאסן געווארן אז פלאמבערס אין FRA וועלן מאכן א בעסערע דזשאב ווי זיי, און די פליגער האט זיך צוריקגעקערט.
די פאסאנדזשירן זענען איבערגעשלאפן אין פראנקפורט אויף יונייטעד'ס קרעדיט קארטל, און צוטיילט געווארן אויף אנדערע פליגערס דעם נעקסטן צופרי.

איך האב נישט ליב צו מאכן קיין סענזאציעס, אבער אויף דערווייל שטיי איך אוועק פון יונייטעד-SFO פארבינדעטע רוטס...
◄ ווייז ספוילער
דו צעלייגער! מ'קען מיינען אז דו ביסט דארט צוויי מאל א וואך, און יעצט גייסטו ממש מוזן קענסלען וויכטיגע מיטינגס אין סאן פראנציסקא ווייל דו פליסט נישט אהין...

#יונייטעד
#777
#FRA
#SFO

די קורצע, אבער מלא-תוכנ'דיגע רייזע
UA59.jpg
UA59.jpg (141.88 KiB) געזען 2723 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

רוממה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:05 am
די קורצע, אבער מלא-תוכנ'דיגע רייזע
UA59.jpg
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

סטוארט פון פאקיסטאן עירליינס ארעסטירט אין קאנאדע מיט עטליכע פאספארטן אין באזיץ
פארדאכטן אז אן אנטלויף אקציע איז געווען געפלאנט

מיר האבן שוין געשריבן אין די פארגאנגענהייט איבער די א.ג. "טרענד" אז פלייט אטענדענטס פון פאקיסטאן קערן זיך נישט צוריק צו זייערע געסקעדזשועלטע שיפטס נאך א לעיאווער. בלויז אין די לעצטע יאר אליין האט די עירליין נישט צוריקגעזעהן אזויפיל ווי 7 ארבעטערס נאך א קאנאדישע סטאפ.
פאריגע וואך איז ווארשיינליך פארמיטן געווארן נאך אזא פאל, ווען Hina Sani (ס'א נאמען...) איז פארהאלטן געווארן אין טאראנטא נאך וואס עטליכע פאספארטן זענען געווארן אנדעקט צווישן אירע חפצים.
ס'איז נישט פאבליצירט געווארן פרטים איבער וויאזוי מ'איז געקומען אויף אירע שפורן, אבער ס'זעהט אויס אז זיי ווייסן וואס זיי טוען...

PASS.jpg
PASS.jpg (160.76 KiB) געזען 2683 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

זונטאג סך הכל.jpg
זונטאג סך הכל.jpg (104.03 KiB) געזען 1881 מאל
מיר זענען ממשיך מיט די זונטאג סך הכל, וואס ווערט צוביסלעך מער טראנספארמירט אלס א "וועכנטליכע סך הכל". מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן, לייקן, און קאמענטן.

א פרישע יונייטעד אינצידענט. פאריגן דאנערשטאג האבן פאסאדזשירן אויף א 777 ארויס פון רוים באמערקט פייער צינגען פארלאזן די מאטארן קורץ נאכן זיך הייבן. די פילאטן האבן אומגעקערט דעם פליגער צום כרך גדול של רומי. די עסקנים פון "פאראייניגט" האבן ערלעדיגט אז אן אלטערנאטיווע פליגער זאל אפטראגן די געשטראנדעטע פאסאדזשירן צו זייער דעסטינאציע אין וואשינגטאן די. סי.
---
אויב זענט איר אנטוישט ווייל איר האט געמיינט אז די פאריגע אינצידענט וועט זיין SFO-פארבינדן, האט א יונייטעד פילאט אינזין געהאט אייך צו מאכן שפירן בעסער, ווען זיין פליגער האט פאריגן דאנערשטאג לייכט אנגערירט א צווייטע פליגערביים פארן צו די געיט אין סאן פראנציסקא שאפנדיג מילדע שאדנס פאר ביידע פליגער פארמישט. אין א פרואוו צו לאזן די בושות אין די משפחה איז די צווייטע פליגער אויך געווען א יונייטעד, אבער באיזה אופן האט זיך די גאס יא דערוואוסט...
קען מען עכ"פ זיין רואיג אז ס'איז נישט ריכטיג אז די פראבלעמען אין SFO קומען צוליב די מעכאניקער אויפן פלאץ...
---
אין ליכט פון די אלע יונייטעד אינצידענטן פלאנט די עירליין אפצושטופן זייער יערליכע "אינוועסטאר'ס קאלל"וואס האט געדארפט פארקומען אינעם קומענדיגן מאי 1. בלומבערג האט דערווישט א געליעקטע אינערליכע אימעיל אין וועלכע די CEO סקאטט קירבי ערקלערט אז אן אומריכטיגע מעסעדזש וועט געשיקט ווערן אויב פייערט מען פארדינסטן אינדערצייט וואס סעיפטי זארגן דארפן אדרעסירט ווערן.
ס'געשמאק צו הערן אז זיי גייען נישט אין באואינג'ס דרכים, און טוען בעפארצוגן סעיפטי פאר ביזנעס...
---
אז מ'רעדט שוין פון יונייטעד\באואינג...
אין א זעלטענע שריט האט יונייטעד געאפפערט פאר א טייל פון זייערע פילאטן אורלויבפאר חודש מאי למספרם, זאגנדיג אז צוליב די דילעיס פון באואינג האבן זיי פשוט ווייניגער בענקלעך אנצופילן מיט די געשטרייפטע אנצוגן! די געאפפערטע אורלויב איז אן אומבאצאלטע, אבער איז דאך א געשמאקע אפפער צו באקומען פון אן ארבעטספלאץ אינדערצייט וואס שיינע וועטערס זיצן אין די גאסן און רופן אביסל צו פארברענגען מיט משפחה און גוטע פריינט.
---
נאך א נייעס אינערהאלב באואינג. א נייע ענערגישער טשעירמאן אויף די עקזעקיוטיוו באורד האט אפגערופן א געפלאנטע זיצונג צווישן די קאמפאני און אמעריקע-באזירטע עירליין עקזעקיוטיווס, אנשטאט האט ער געמאכט פערזענליכע פאון-קאלס צו די CEOס און געעפנט א קאנאל פאר דירעקטע געשפרעכן. די סטראטעגיע איז ווארשיינליך צו שאפן א מער פערזענליכע קשר, אנדערש וואו א געמיינזאמע מיטינג צווישן אלע וואס איז מער "פארמאל" און אפיציעל.
---
אין פיילינגס פובליצירט די וואך, זעהט מען אז באואינג'ס ארויסגייענדע CEO דוד קעלהאון האט ערהאלטן א מאגערע 33 מיליאן דאללער אין פעיראלפאר 2023, ארויף פון ארום 22 מיליאן אין 2022. אויך די קאנטרעווערסיאלער עקזעקיוטיוו Stan Deal האט באקומען א שיינע פעיראלל רעיז, ס'איז געשטיגן צו 12 מיליאן ארויף פון די 8 מיליאן אין 2022. ס'איז וויכטיג צו באמערקן אז אין גרויסע קאמפאניס טיילט מען פאר די הויפטן סטאקס אין די פירמע אלס א חלק פון די פעיראלל, במילא זענען די גרויסע מיליאנען היפש געפאלן ווען באואינג'ס סטאק איז געפאלן (אויסער אויב זיי האבן שוין פארקויפט פארדעם).
אילאן מאסק (א שטיקל קאמפעטישן פאר באואינג מיט ספעיסX סערוויסעס וואס באואינג שטעלט אויך צו) האט רעאגירט צו די באריכט אויף טוויטער מיט אן איינצעלנעם "!"
---
אין אנדערע באואינג נייעס, האט די קאמפאני געצאלט $160 מיליאן דאללער פאר אלאסקע עירליינסאין צוזאמהאנג מיט די 1282 פלייט. די ציפער איז געווארן פאבליק אין א SEC פיילינג פון אלאסקע. די פעימענט איז אנטשטענדיגונג פאר שאדנס, אויסגאבן און פארדינסט-פארלוסטן וואס די עירליין האט געליטן אין ליכט פון די אינצידענט.
$160M איז היפש מער ווי די געשאצטע קאסטן פון א 737 מעקס 9, קען מען אלזא זאגן אז באואינג געט א פולע ריפאנד פאר פעלערהאפטיגע פראדוקטן...
---
נאך א באואינג קרישקעלע. ווי איך האב שוין געשריבן א וויילע צוריק , וויל באואינג צוריק אפקויפן זייער פראבלעמאטישע שטיף-קינד Spirit AeroSystems. יעצט זאגן באריכטן אז באואינג איז אין געשפרעכן מיט עירבאסצו מאכן אן אחלק שלל צווישן זיך, ווייל עירבאס איז אויך אינטערעסירט אין פארשידענע פלענטס וואס פראדוצירן טיילן פאר זייערע אייגענע עראפלאנען.
---
אקעי, גענוג געווען מיט באואינג... לאמיר הערן גערמאנישע נייעס.
א לופטהאנזא פליגער פון פראנקפורט קיין שיקאגא, איז געווען געצווינגען זיך צוריקצודרייען צו דייטשלאנדווען די טשעק ענדזשין לייט האט זיך אנגעצינדן... די פליגער איז (אפס...) א באואינג 747. ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז די פראבלעם בלויז געווען מיט די לייט וואס האט געוויזן אז ס'איז דא א פראבלעם ווען ס'איז ווירקליך אלעס געווען העכסט מסודר מיט די ענדזשין. שלימזל...
---
צוויי זענען פארוואונדעט געווארן אויף א סאוטוועסט פלייטוואס האט זיך אנגעטראפן מיט ערנסטע טורבעלענס. די אינצידענט האט פאסירט פאריגן מיטוואך ווען א פליגער פון ניו ארלינס קיין ארלענדא האט זיך באגעגנט מיט שווערע ווינטן, שעדיגנדיג א פאסאסדזשיר און א פלייט אטענדענט. די פלייט אטענדענט האט געליטן מער ערנסטע וואונדן און איז ארויס מיט א צובראכענע "היפ" ל"ע, אבער די פאסאדזשירן איז אויך געפירט געווארן אין שפיטאל ווען די פלייט האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אין טעמפא.
---
ווידער אין יאפאן, זענען 4 מאנשאפט מיטגלידער געשעדיגט געווארןפון טורבעלענס אויף א 787 פון Japan Airlines. ס'האט פאסירט נאנט צום לאנדן אין טאקיא ביי א הייעך פון בלויז 17,000 פיס ווען די פילאטן האבן פארלוירן קאנטראל איבער די ווינטן. ס'איז מסתבר אז אלע פאסאדזשירן זענען שוין געזעצן גרייט צום לאנדן, און דעריבער זענען נאר סטוארדס באטראפן געווארן (ס'איז א שפעקולאציע). זאלן זיי זיך אפשרייבן א נאטיץ פארן קומענדיגן נטילת לולב בעסער אינזין צו האבן לעצור רוחות רעות וטללים רעים...
---
אנדערש ווי די טורבעלענס-וויקטימס, איז א סוויס פלייט אטענדענט געשעדיגט געווארן דורך א בעל בחירהאון איבערגעלאזט די פאסאדזשירן טראמאטיזירט. ס'איז געשעהן פאריגן זונטאג אויף א פלייט פון ניוארק קיין ציריך, ווען קורץ נאכן ארויספארן האט א מענטש ווילד אטאקירט א פלייט אטענדענט נעבן וועמען ער איז געזעסן. אין א פרואוו צו רופן הילף האט די פלייט אטענדענט א כאפ געטאהן דעם מייק און געגעבן א קוויטש אין די מיקראפאן אויפן פליגער (PA System), דערשרעקנדיג די 236 פאסאדזשירן אויף דאס ערגסטע.
נאך עטליכע מינוט ווען די סיטואציע האט זיך אויסגעקלארט האט זיך די פליגער צוריקגעקערט קיין ניוארק, וואו דער ווילדער איז ארעסטירט געווארן, דער געשעדיגטער באהאנדלט געווארן און די פאסאדזשירן אויפגעהאלטן געווארן...
די פליגער איז ארויס פון דינסט פאר א וויילע וויבאלד ס'האט געוואויגן גאר אסאך ביים לאנדן צוליב די איבריגע fuel וואס איז שוין נישט דא ביי א געווענליכע לאנדונג, און דאס לייגט אסאך איבריגע פרעשור אויף די ברעיקס.
---
רייען עיר האט געמאלדן אז זיי גייען צוריק אנהייבן פלייטס צו בן-גוריון עירפארט פון יוני דער ערשטערלמספרם. רייען האט שוין געהאט צוריקגעברענגט פלייטס קיין מדנ"י אין פעברואר, אבער אויפגעהערט נאך א שטיק צייט ווייל די קאסטן זענען געווען צו הויעך.
די לופטפעלד אין תל-אביב האט א ביליגערע טערמינאל - טערמינאל 1 - אין וועלכע לאו-קאסט קעריערס אפערירן פאר קלענערע fees (לאגווארדיע האט אויך טערמינאל A פאר ספיריט און פראנטיער). אבער יענע טערמינאל איז געווארן פארשפארט זינט די מלחמה אויסברוך און די עירליין האט געדארפט אפערירן פון טערמינאל 3 הייבנדיג די קאסטן, דערפאר האבן זיי אויפגעהערט נאך א שטיק צייט. אבער פון יוני 1 וועלן עירפארט באאמטע יא עפענען טערמינאל 1 צוריקברענגענדיג ביליגערע פלייטס צו פילע אייראפעאישע דעסטינאציעס.
---
פון די אנדערע זייט האט טורקיש עירליינס אפגעשטופט זייער צוריק-קער קיין תל-אביב, די יעצטיגע דאטום שטייט ביי מאי פון יאר 2025!
---
אין א פרעצעדענטלאזע שריט האט דזשעט בלו צוגעלייגט א לעוועל פון העכערע לאגעדזש פרייזןדורכאויס פארנומענע סעזאנען. איך גיי נישט אויסרעכענען די סעזאנען און די פרייזן-מעגליכקייטן, ווייל ס'איז צו פיל אפצושרייבן. איר קען עס ליינען אויף די עירליינ'ס וועבזייטל אויב איר ווילט.
מיט אלע סארטן אפציעס און variations וואס קענען שפילן א ראלע ביים באשטימען די פרייז פון א פעקל (דעסטינאציע, סעזאן, טשעק-אין צייט, לאיעלטי-טיער, ערשטע\צווייטע וכו') זעהט מיר אויס ווי זיי ווילן פשוט אז מיר זאלן פארלירן חשבון אויף די קאסטן און צאלן סיי וועלכע פרייז פון גרויס צומישעניש...
---
די עמיראטס A380 וואס האט געכאפט א שטויס אין בויך זייענדיג אין מאסקעווע, איז אהיימגעפארן קוים צוויי טעג דערויף, אנדייטנדיג אז די שאדנס זענען נישט געווען אזוי ערנסט ווי ס'האט אויסגעזעהן אויף די בילדער. איך ווייס שוין לאנג אז מ'קען נישט געטרויען בילדער פון רוסלאנד...
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

רוממה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:02 pm
זונטאג סך הכל.jpg

מיר זענען ממשיך מיט די זונטאג סך הכל, וואס ווערט צוביסלעך מער טראנספארמירט אלס א "וועכנטליכע סך הכל". מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן, לייקן, און קאמענטן.
וועכנטליכע סך הכל איז צו ווייניג - און דאן צו לאנג לדעתי - אפשר א שני וחמישי געדאנק..

עניוועי...

WOW

א מעכטיגע סך הכל - דעטאלירט א ווי נאר רוממה קאן... האלט אן -

קיין חילוק ס'אייך באקוועם
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:A380

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

דערציילט מיר א ניק אז ער האט געבוקט א בעסיק עקאנאמי טיקעט קיין לאנדאן מיט יונייטעד, ער האט עס געוואלט קענסעלן, ער איז געווען אהין און צוריק אויפן פאון מיט זיי אבער עס איז נישט געווען וואס צומאכן, האט ער געטענהט אז זיין ווייב האט מורא צו פארן מיט א באואינג, גלייך האבן זיך די שערי רחמים געפענט און ער האט צוריק באקומען זיין גאנצע געלט!

Yiddish Travel האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 10:08 am
דערציילט מיר א ניק אז ער האט געבוקט א בעסיק עקאנאמי טיקעט קיין לאנדאן מיט יונייטעד, ער האט עס געוואלט קענסעלן, ער איז געווען אהין און צוריק אויפן פאון מיט זיי אבער עס איז נישט געווען וואס צומאכן, האט ער געטענהט אז זיין ווייב האט מורא צו פארן מיט א באואינג, גלייך האבן זיך די שערי רחמים געפענט און ער האט צוריק באקומען זיין גאנצע געלט!
די ניק לייגט צו אז קרעדיט קומט זיך פאר @רוממה פאר זיינע שטארקע און זיסע באריכטן איבער באואינג
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

#באואינג/יונייטעד תשמ"ט

Boeing.jpg
Boeing.jpg (283.7 KiB) געזען 1281 מאל
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:36 am
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:08 pm
כפרה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:00 pm
פעדעראלע ריכטער האט אפגעשטעלט די געפלאנטער צוזאמשטעל פון ספיריט עירליינס מיט דשעט-בלו

דשעט-בלו האט געוואלט אפקויפן ספיריט פאר 3.8 ביליאן

אין רעזולטאט האט די ווערט פון ספיריט עירליינס סטאקס געטראסקעט צו האלב.
די עירליינס פארשפרעכן צו אפעלירן.
בילד
אפעלאט געריכט באשטימט ארגומענטן אויף אינמיטן יוני.
ספיריט עירליינס האט אויפגעזאגט 260 פילאטן
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3789
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

כפרה האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 11:37 pm

ספיריט עירליינס האט אויפגעזאגט 260 פילאטן
געטראפן איינעם א שטיק צייט צוריק ביי א ביזנעס קאנפערנץ, און ער האט מיר געזאגט אז ער האט געבראקערט די דיעל צווישן ספיריט און דשעט-בלו, האט ער דעמאלטס געשאלטן די רעגירונג פארן עס אפשטעלן, ער האט געטענהט אז דשעט בלו דערלייגט פון די דיעל, און אז ספיריט גייט קראכן אויב וועט נישט זיין קיין דיעל, און די אלע פחדים פון די גאוועמענט איבער דשעט-בלו מאנאפאלי איז איבערגעטריבן.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

צוויי עירפארטס פארוויקלט אין א שטרייט איבער נאמען
אוקלענד וויל מאכן א שינוי השם אבער SFO איז אומצופרידן

קאנטעקסט: די "סאן פראנציסקא בעי" איז א וואסער-בארטן ביים מערב זייט פון קאליפארניע. די גלילות והמסתעף זענען גאר בארימט פאר אסאך טוריסט אטראקציעס, אריינגערעכנט די גאלדן געיט ברידזש, די היסטארישע אלקאטרעז טורמע און נאך. מיליאנען פון איבער די גאנצע וועלט באזוכן די געגנט יערליך, שטעלנדיג די עירפארטס ארום אויף די ליסטע פון די פארנומענסטע אין לאנד.
די פאפולערסטע סיטי אין די אומגעגנט איז "סאן פראנסיקסא סיטי" (וואס איז אויך א אייגענע קאונטי, ענליך צו לאס אנדזשעלעס און נ"י, נ"י) זיצנדיג אויף וואסער פון עטליכע זייטן און זי טראגט טאקע די ברענד נעים פון די געגנט. אבער די א.ג. Bay area ציהט זיך ווייטער אויף ניין קאונטיס ארום, און אלע פראבירן אויך צו כאפן א מוציא פון די טוריזם עקענאמיע.
די נעקסט-נאנטסטע איז Oakland, וואס פארמאגט אויך הערליכע ברעגעס, אינזלען, פארקס א.א.וו., ציענדיג א שיינע מספר פון באזוכער אריבערצושפרייזן אירע גרעניצן. די סיטי פארמאגט איר אייגענעם עירפארט וואס סערווירט אסאך דעסטינאציעס איבער דעם אמעריקאנעם קאנטינענט.

פאר עטליכע וואכן צוריק האט די פארט אויטאריטי וואס פארפיגט איבער אוקלענד עירפארט געמאלדן מיט א בלעכענעם פנים, אז זיי פלאנען צו מאכן דעם ואגדלה שמך, און טוישן די נאמען פונעם לופטפעלד צו San Francisco Bay Oakland International Airport !
לויט ווי זיי זאגן, כאפן רוב רייזנדע ניטאמאל ווי נאנט די אוקלענד עירפארט איז צו די בעי געגנט, און ס'איז אפילו נענטער צו טייל אטראקציעס ווי די גרעסערע SFO. במילא וועט אזא טויש העלפן פאר פאטענציאלע רייזנדע צו כאפן מיט וויפיל גרינגערע און ביליגערע מיטלען זיי קענען אנקומען צום סאן פראנציסקא געגנט, בפרט אז טייל עירליינס אפפערן ביליגערע טיקעטס אויף געוויסע רוטס וויבאלד די קאסטן צו אפערירן אין אוקלענד זענען - פארשטענדליך - נידריגער ווי אין SFO.
זעהט אויס אז פונקט ווי ס'איז מקובל אז מ'לייגט צו א נאמען פאר א חולה אלס א סגולה, האפן די באאמטע אז די שינוי השם וועט העלפן דעם עירפארט אין איר חולשה פון ביזנעס...

פארשטייט זיך אז SFO האט בכלל נישט גענומען פאר קיין זכי' אז זייער קלענערע שכן זאל זיין נקראת על שמם, און געבעטן שיינערהייט אז די וועד וואס איז עס מחליט זאל צוריקציען פון זייערע פלענער ערקלערנדיג אז דאס גייט ברענגען גרויסע צומישענישן ביי טרעוולערס, ווייל יעדער איז פון אייביג אן צוגעוואוינט אז "סאן פראנציסקא עירפארט" איז די גרויסע SFO וואס טראגט שוין דעם נאמען כמעט פון איר גרינדונג, און אויב וועט זיין נאך אן עירפארט וועלן מענטשן בטעות פארטוישן איינע מיטן צווייטן, און דאס האט די פאטענציאל צו ברענגען אסאך עגמת נפש ביים פליען.
ס'איז שיין צו זעהן ווי קיינער האט ממש נישט קיין סעלפישע אגענדע פאר זייער אייגענע פרעסטידזש, נאר די גרויסע עירפארטס ווילן בלויז דאס בעסטע פאר די פאסאדזשירן! זיי האבן פשוט דעות מחולקות איבער וועלכע מהלך איז די בעסטע פאר די המון עם...

די "סטעיטמענטס" פון ביידע זייטן גייען שוין אזוי אן עטליכע וואכן, אבער נעכטן האט שוין SFO געסטראשעט OAK מיט געריכטליכע קלאגעס אויב דרייען זיי נישט צוריק די פלענער, ווייל די ביז יעצטיגע געבעטן האבן נישט אויסגעזעהן צו ברענגען באלדיגע חרטה געפילן ביי אוקלענד באאמטע.

(ס'איז עכט שווער געווען זיך איינצוהאלטן פון מאכן טעגלאשע וויצן ווען ס'קען ווען זיין אזוי שיין אין א באריכט איבער צוויי אויטאריטעטן וואס קריגן זיך אויף א נאמען. איך האף די הנהלה אפרישיעיט אז אין 2024 זענען נאך דא אידן וואס האלטן זיך צו די תקנות...)

א מאפע וואס ווייזט די לאקאציע פון די צוויי לופטפעלדער
SFO-OAK.jpg
SFO-OAK.jpg (167.88 KiB) געזען 673 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

CBP הייבט פרייז פאר טראסטעד טרעוולער פראגראמען
אפעקטירט פרישע און באנייאונגס אפליקאציעס אריינגעגעבן פון אקטאבער און ווייטער

די אמעריקאנע גרעניץ וואך אגענטור האט געמאלדן אז זיי וועלן הייבן די "אפליקאציע פי" פאר מענטשן וואס ווילן זיך איינשרייבן אין די גלאובעל ענטרי און NEXUS פראגראמען. אנשטאט די ביז יעצטיגע $100 פאר גלאובלע ענטרי און $50 פאר NEXUS וועלן ביידע אצינד קאסטן 120 דאללער. די SENTRI פראגראם וואס קאסט יעצט (אויב ליינט איר עס פאר אקטאבער) א אומסטאביליזירטע $122.25, ווערט אויך אויסגעפלאכט צו א הונדערט און צוואנציגער.
די אפצאל פאר די פראגראמען ווערט באצייכנט אלס אן "אפליקאציע פי", ווייל ס'איז נישט קיין יערליכע קאסט וכדו', נאר מ'צאלט עס איין מאל אין 5 יאר ווען מ'אפלייט אדער באנייט די מעמבערשיפ אין די פראגראם.
די פאפולערסטע פראגראם צווישן אונז איז גלאובעל ענטרי, מיט וועלכע מ'קען גרינגערהייט אריינקומען אין לאנד ווען מ'רייזט פון אינטערנאציאנעלע דעסטינאציעס, דורכן זיך אליין סקרינען ביי סעלף סערוו קיאסקן (נישט דארט וואו ר' יוסעלע איז, אנדערע סארטן). די אימיגראנטן האבן נאך א פארגעשריטענערע פראגראם, ווייל זיי קומען אריין נאך שנעלער און אן קיין סקרינינג בכלל...
די געהעכערטע פרייז אויף דעם פראגראם איז די ערשטע increase זייט 15 יאר צוריק(!) דערפאר איז עס געזעהן אלס זייער א "ריזענעבל" העכערונג רעלאטיוו צו אינפלאציע און צו די געלטער וואס די אגענטור גיסט אריין צו האבן די פארגעשריטענסטע בייאמעטריק טעכנעלאגיע (די טעק וואס ליינט שטריכן אויף די הענט, פנים, אויגן א.א.וו.) אין אלע פארטן.

די טויש אין פרייז קומט איינגעפאקט מיט א מאסיווע ברעיק, ווייל פון אקטאבער און ווייטער וועט שוין נישט קאסטן קיין עקסטערע אפצאל פאר קינדער וואס קומען מיט איינע פון זייערע עלטערן. אנדערש ווי ביז היינט ווען מ'האט געדארפט איינשרייבן יעדע קינד עקסטער (אפילו פיצלעך) און צאלן די fees פאר איטליכער פון די משפחה מיטגלידער, אבער פון יעצט און ווייטער וועלן מינדעריעריגע ביז 18 יאר קענען ווערן צוגעלייגט צו די מעמבערשיפ פון איינע פון זייערע עלטערן.

די נייע ראטע פארשארפערט דעם חילוק אין פרייז צווישן די TSAס אייגענע PreCheck פראגראם, ווייל יענס איז קאסט בלויז $85 אדער $78 פאר די ערשטע ענראולמענט (געוואנדן אין די לאקאציע וואו מ'אפלייט) און נאר $70 פאר א renewal.
די גלאובעל ענטרי ווס. פריטשעק דעבאטע איז שוין אן אלטער, און יעצט קען מען עס פריש אנהייבן דעבאטירן מיט די נייע פרייז דיפערענץ.

עירפארט קיאסקן פון די GE פראגראם
Kiosks.jpg
Kiosks.jpg (375.71 KiB) געזען 442 מאל
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
רוממה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

צוויי קשיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

צוויי קשיות:

1) וויאזוי זאגט מען אויף אידיש: boarding, taxiing, enroute, turbulence, unruly, training? ס'קומט מיך אויס צו נוצן די ווערטער און איך וואלט עס געוואלט שרייבן אויף אידיש.
אה, דו קענסט נישט קיין אידיש? נישט צו דיר האב איך גערעדט.

2) פארוואס לייקסטו נישט ווען דו ליינסט א זאך וואס דו האסט הנאה? דער שרייבער שרייבט דאך קלאר אין זיין חתימה אז ער וויל זאלסט אים צואוויסן טאהן אויב האסט הנאה געהאט.
אה, דו קענסט נישט קיין אידיש? נישט צו דיר האב איך גערעדט.
וואס גייט פאר מיט באואינג?
באואינג'ס דורכפאל - חלק א'
באואינג'ס דורכפאל - חלק ב'
---
נ.ב. איך שרייב ווייל איך קלער אז דו וועסט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. דעריבער, לאז איבער א לייק, בכדי מיך צואוויסן צו טאהן אויב ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס אין די לופטן: אלעס איבער אוויאציע און לופטפעלדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

@ר' רוממה כ'האב זייער זייער הנאה פון דיינע ווערק, כ'האב אבער א פראבלעם מיטן לייקן צוליב די טיים סטעמפ טרעיל וואס ס'לאזט נאך זיך...

--
טרענירונג, ווילדע, טורבעלאנץ, אויפן וועג, ?, באורדן (נאטינג ראנג מיט פאראידישטע ענגליש)
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”