די ערשטע סטעפ איז די אססעסמענט וואס נעמט אריין פארשידענע פאטארן וויפיל עס איז ווערט. אין די סיטי איז דא סטעיט קעפ לימיטס פאר רעזידענשל הייזער וואס זענען אונטער צען דירות פער לאט
דערנאך קומט די טעקס קלעס פאר יעדע מין פראפערטי
דערנאך קומט די רעיט וויפיל די צאלסט
א קאנדא האט טייערער טעקסעס ווייל די סטעיט לאזט די לאקאלע אויטאריטעטן טעקסן אנדערש א קאנדא
א רעגולער הויז וועט זיך הייבן/פאלן לויט די מארקעט ווייל די אסעסמנעט ווערט געטוישט. לדוגמא א הויז וואס איז ווערט 400,000 און אסעסד פאר די זעלבע וועליו און דער קלאס צאלט צוויי פראצענט וועט מען צאלן אכט אלפים א יאר
אויב אבער די אסעסמענט האט א קעפ דורך די סטעיט אז דער קלאס האט לדוגמא א 6% אינקריעס לימיט פער יאר און די פרייז פאריאר איז געווען 300,000 וועט דע אססעסד וועליו זיין בלויז 318,000 אפילו די מארקעט וועליו איז העכער און די וועסט בלויז באצאלן 6,360
א לאקאלע רעגירונג קען נישט טוישן זייער אססעסמענט סיסטעם אבער יא די קלאסיפיקעישן און אזוי אויך די רעיט
א קאנדא ווערט אלס אסעסד אויף וויפיל איז די רענטל וועליו פער יאר לויט די סטעיט געזעצן און פון דעם צאלסטו א פראצענט
אלע רעגירונגען פרייען זיך מיט דעם קאנדא קלאספיקעישן ווייל עס ברענגט אריין מער געלט און ווען ד וועסט זיי פרעגן היתכן וועלן זיי וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז זיי קענען נעבעך גארנישט טון ווייל עס איז סטעיט לאו
אין די סיטי קומט עס אויס קרוב צו בערך צוועלף פראצענט פון די אססעסד וועליו בעיסד אן עי רענטל. דהיינו א דירה פון פופצן הונדערט סקווער פוס אין וומ׳׳ס וקען האבן א רענטעבל אסעסד וועליו פון פופציג זעכציג אלפים (נייערע דירות אפילו איבער הונדערט לויטן גוישן מארקעט) ממילא איז די טעקס זיבן אכט אלפים
די סיטי איז אין אסאך הינזכטן אנדערש אז עס האט נישט עקסטער סקול טעקס אבער די גאנצע סיסטעם איז רגולעיטעד ביי די סטעיט אלל אווער