סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן
וואס איז דאס די סטאק מארקעט?
א פלאץ וואו עס קומען זיך צוזאם א כאפטע נערוון קראנקע מענטשן בעיקר, און אויך א ענגע צאל כיטרע מענטשן, און מען מאכט שאבעס אינאיינעם!!! איז לאמיר אראפלייגן וויאזוי די שאבעס קוקט אויס.
וויאזוי טוהן זיי ביזנעס?
געדענקסט אין חדר ווען מען פלעגט שפילן ביזנעס קארד'ס? וויפיל האט געקאסט א בליטשקעדיגע? און די ירושלים קאר סערוויס ביזנעס קארד? ווער האט באשלאסן די ווערד דערפון? געווענליך די כיטרע חברה! און ווער האט געמאכט די מערסטע פלעי מאני? געווענליך די מערסטע כיטרע גנב! עס האט געקענט קומען א אינגל אין חדר און אנהויבן מיט בלויז א ריסעס פעקל און באקומען א ביזנעס קארטל פארדעם, אויב איז ער געווען א גענוג כיטרע אינגל האט ער געקענט האלטן א חודש שפעטער מיט א גאנצע באקס פלעי מאני אין זיין באזיץ! איי איז געווען צייטן אמאל! נישט אומזינסט פלעגט מיין רבי זאגן וועסט דיך נאך בענקן צו די קינדערישע יאר'ן.
איין קנאקעדיגע ביזנעס איידיע איז געווען צו מאכן גורלות אויף א ביזנעס קארד, אדער אויף פלעי מאני, בסך הכל האסטו געדארפט צוזאם שלעפן עטליכע בהמות וואס האבן זיך געלאזט, אויב איז מען געווען א געלונגענע באנדיט האט מען איינגעשפאנט אגענטן וואס האבן ארויסגעהאלפן אין די אקציע, און מען האט געהאנגען צעטליך עס קומט פאר א הגרלה אויף 1,000,000 דאללער פלעי מאני, אדער אויף א בלויע בליטשקעדיגע ביזנעס קארטל, און די שעפעלעך זענען געקומען צו גיין און זיי האבן געקויפט גורלות, און אונזער מחותן האט אנגעפילט די טאשן.
איצטערט צוריק צו די מארקעט!
יעדע קאמפעני וואס גייט פובליק, לייגט ארויס א געוויסע סכום פון שעיר'ס אויף די מארקעט, וואס מיט דעם קענסטו האבן די זכות פון האלטן א שעיר אין די קאמפעני, אויב איז עס א דיווידענד שעיר, קענסטו באקומען דיווידענד'ס יעדע יאר, אבער רוב קאמפעני'ס געבן נישט קיין דיווידענד, איז בסך הכל האלטסטו לופט ביי דיר אין טאש, און כדי דיר צו מאכן שפירן וואו דו האסט א ווארט אין די קאמפעני, געבט מען דיר א רעכט צו שטימען, אבער לאמיר קלאר מאכן איין וויכטיגע נקודה, אויב די קאמפעני גייט באנקראט האסטו ביי דיר $0
ווידער אויב די קאמפאני פארקויפט זיך פאר טריליאנען דאללער, האסטו ביי דיר שעיר'ס! גארנישט האט זיך נישט געטוישט! נאכמער, אויב די קאמפעני באשליסט צו פארקויפן מער שעיר'ס אין די מארקעט דאס הייסט א פובליק אפפערינג, דעמאלט'ס ווערט דיין זכות אין די קאמפעני פארמינערט צו א קלענערע פראצענט.
די מאדנע באשעפענישן אין די מארקעט!
עס איז דא דריי מינע באשעפענישן אין די סטאק מארקעט, דער וואס האט דיר געזאגט עס איז נאר דא צוויי דער איז פון די כיטרע חברה, הער אים נישט אויס, אט זענען די דריי באשעפענישן.
* די בער'ן
* די בול'ס (אקסן)
* די שעפעלעך.
איז אזוי, די בער'ן זענען די כיטרע חברה וואס שארט'ן די מארקעט, און געווענליך ווען זיי זענען גוט, מאכן זיי שיין געלט, די בול'ס זענען די כיטרע חברה וואס גייען לאנג אין די מארקעט, און געווענליך זענען זיי גאר גוט און מאכן אסאך געלט, נאכדעם זענען דא די שעפעלעך אין די מארקעט, דאס זענען די נערוון קראנקע מענטשן וואס טאנצן נאך די בער'ן אדער די בול'ס, און זיי מיינען נעבעך אז זיי זענען אויך בער'ן אדער בול'ס, זיי רעדן צו זייערע חברים מיט א געשמאק וואס פלוני אלמוני (גראדע פון די כיטרע חברה) האט געזאגט היינט אין די נייעס, און ער ווערט צוריסן און צופליקט, די כיטרע חברה מאכן א פיינעם סעודה פון די משוגעים!
יעצט לאמיר אריבערגיין צום שאבעס וואס ווערט געפראוועט ע''פ רוב דורך נערוון קראנקע מענטשן מיט עטליכע גאר כיטרע גנבים. ביי די שאבעסדיגע צוזאמקום איז דא אונזערע דריי מחותנים, די בער'ן, די בול'ס מיט די שעפעלעך.
ווער באשליסט די פרייז און ווערט פון א שעיר?
די תירוץ איז ע''פ רוב איז עס די כיטרע חברה צוזאמען מיט די נערוון קראנקע מענטשן.
ערב שאבעס עפענט זיך א קאמפעני וואס לאמיר זאגן עס רופט זיך מאניש! ער לייגט ארויס לאמיר זאגן 100,000 שעיר'ס פון זיין קאמפעני, כעת איז עס ווערט $0 ווילאנג קיינער דארף עס נישט איז עס גארנישט ווערט, יעצט דארף מאניש קאנווינסן מענטשן זאלן קויפן זיינע שעיר'ס, און מאכן אז זיינע שעיר'ס זאלן זיין ווערט, וויאזוי טוט מען דאס?
פאר שאבעס קויפן די כיטרע חברה די שעיר'ס פאר שפאט ביליג, און דערנאך זעצן זיי זיך צו די פרייטאג צונאכט'ס סעודה צוזאמען מיט די משוגעים, מען נעמט אויף א קאמפעני וואס האט פארבינדונגען מיט פי אר חברה, און מען הייבט אן דעם שווינדל, מען רעדט איין בובקעס אויף די נייעס סטאנציע'ס, האלבע ליגענט'ס מיט גאנצע ליגענט'ס, מען לייגט ארויס רעפארט'ס און מען מאכט עס גוט, און דערנאך העלפן די כיטרע חברה פאמפען די סטאק, זיי שיקן אנאליסטן, שיקן ארום אימעיל'ס, סאשעל מידיע מעסעדזשעס וכו' וכו', מען דעבאטירט ווי גוט דאס איז, און די שעפעלעך מיט די ציגעלעך קומען צו גיין, און זיי פאקן אריין זייער גאנצע אייגענטום אריין אין די מויל פון די לייבן, פארשטייט זיך וואו מער שעפעלעך עס קומען אלץ העכער טראגט עס ארויף די פרייז בבחינת סופליי און דימענד, און די דאזיגע וויכטיגע מינוט'ן הייבן די כיטרע גנבים אן צו פארקויפן זייערע שעיר'ס, זיי פארקויפן א גרויס חלק וואס דאס נעמט אריין די קרן און אביסל ריוח, זיי ווערן זאט פון די סעודה פרייטאג צונאכט'ס, בו בזמן וואס זיי לאזן די בהמות זיך אויפשטעלן רעדן און געבן שטורעמישע רעדע'ס וואסערע גוטע געשעפט זיי האבן געמאכט און זיי ברענגען אריין נאך קוהן אינעם געשעפט אזוי אז די כיטרע חברה קענען ארויסגיין מיט די מאקסימום ריוח ביי די סעודה פרייטאג צונאכט'ס, און נע זיי פארקויפן נאכנישט דאס גאנצע, מען דארף דאך עסן דריי סעודות שאבעס, איז דאס איבעריגע לאזן זיי פאר די קומענדיגע חלק אין די גניבה.
עס קומט נאך די ערשטע סעודה, די כיטרע חברה זענען פיין זאט, און זיי נעמען ארויס שארט'ס אקעגן די שעיר, וואס טראגט געוועליך אראפ די פרייז, די שעפעלעך זעהן צופרי אוי די פרייז פאלט, זיי פאלן אריין אין א פאניק, די כיטרע חברה הייבן אן צו פארקויפן נאך פון זייערע שעיר'ס אויף זייער א סיסטעמאטישע וועג עס זאל אראפברענגען די פרייז נאך שטערקער, איצטער שטעלט זיך אויף איינער פון די כיטרע חברה פאר קריאת התורה און האלט א שפאנענדע דרשה אז די סטאק לוינט זיך נישט צו האלטן, דאס גייט טראסקענען אין די אדמה אריין, דא קומען די נערוון קראנקע מענטשן צו הילף, זיי כאפן א נערוון אטאקע, און פארקויפן שנעל זייערע שעיר'ס מיט א פארלוסט, וואס דאס ברענגט אראפ די פרייז נאכמער, איצטערט הייבן די כיטרע חברה אן צו קאווערן זייערע שארט'ס מיט גרויסע פראפיטן, זיי מאכן יעצט די שאבעס צופרי סעודה, מען סערווירט פאר זיי פרישע אפגעשחטענע שעפעלעך, און כדי צו זיכער מאכן אז די קאמפויט איז אויך נישט אוועקצומאכן זיי ווילן דאך מאכן די מאקסימום פראפיט, זוכן זיי אז די שעיר זאל ווערט זיין ווי ווייניגער אזוי קענען זיי קאווערן פאר שפאט ביליג, דא קומען די שעפעלעך נאכאמאל אריין אין בילד, די כיטרע חברה האבן גוט אנגעדרייט די עערוון קראנקע מענטשן, און יעצט פארט שוין די טרעין כמעט פון זיך אליין, מען שטעלט אויף נאך אפאר אקסן וואס געבן זייער איינציג'ס דרשה ביי די סעודה אז די סטאק גייט גארנישט ווערט זיין, און די שעפעלעך וואס שפילן יעצט אז זיי זענען בער'ן קומען צו גיין און נעמען ארויס פוט'ס אויף די שעיר וואס ברענגט אראפ די פרייז, און בו בזמן קאווערן די כיטרע חברה זייערע שעיר'ס פאר שפאט ביליג, און ווען זיי זענען פארטיג, בלייבט שוין נישט ווער עס זאל אראפברענגען די פרייז, די כיטרע חברה זענען פיין אנגעזעטיגט, און די שעפעלעך וואס האבן געקויפט די פוט'ס גייען דארפן קאווערן און דערלייגן זייער געלט, און די כיטרע חברה לאכן א גוט'ס פון די נערוון קראנקע מענטשן.
ס'איז דא וואס נעמען די געים ווייטער צו שלש סעודות און מלוה מלכה, און אלעס גייט בבחינת כדלהלן,
סוף פסוק פון דעם מאניש סטאק, די כיטרע חברה צוזאמען מיט די נערוון קראנקע שעפעלעך האבן ארויפגעטראגן די פרייז ווען די כיטרע חברה האבן געוואלט, און די כיטרע חברה צוזאמען מיט די נערוון קראנקע שעפעלעך האבן אראפגעטראגן די פרייז ווען די כיטרע חברה האבן געוואלט.
און יעצט לאמיר זעהן ווער האט געמאכט און דערלייגט, די עכטע בער'ן האבן געמאכט שיין געלט, די עכטע בול'ס האבן געמאכט שיין געלט, און די שעפעלעך די אייגערעדטע בער'ן און בול'ס האט מען אפגעשחט'ן פאר א קרבן פסח!
גוט שאבעס!
פארזעצונג קומט אי''ה.
דיסקלעימער: די שרייבער פון די שורות האט שעיר'ס אין די מאניש קאמפעני, גארנישט וואס איז געשריבן דא איז פינאנציעלע עדווייס, אינוועסט מיט די אייגענע פערדישע טאלאנטן.
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל