בין איך נייגעריג צו די אלע וואס שרייען אז מ'מוז לאזן די דאזיגע טלית/תפילין בייטלעך אלסואנוהו, צו זיי זענען אויך מקפיד אויף די שיינקייט פון די ציצית, די שווארצקייט פון די רצועות, די שיינע כתב פון די פרשיות וכו' וכו'...
און די וואס מאכן די תקנותזיי זענען אויך מקפיד אויף די שיינקייט פון די ציצית, די שווארצקייט פון די רצועות, די שיינע כתב פון די פרשיות וכו' וכו'... ??
איינער האט דאס געלייענט?, די מנהלים האבן זיך געבעטן ביי די זשודעיקא קאמפעניס צו אויפהערן מאכן די רייצענדע עדווערטייזמענטס פאר די בר מצוה'לעך אבער מ'האט גערעדט צו א וואנט, פרובירט מיט דעים מיטל אולי יחוס און די קאמפעניס וועלן אראפנידערן די טענער
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ווי שוין ערווענט אנהייב אשכול, איין בארעכטיגונג איז אפשר דא אויפ'ן תקנה, שלא לבייש מי שאין לו. פונקט ווי אנדערע אזוינע תקנות. אין דעם קעמען דן זיין, אבער עס איז א שמועס פאר זיך. דאס איז אבער קלאר אז דעם 'איסור' האט נישט קיין ברעקעל שייכות מיט יודישקייט.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
דא קומט אריין וואס דער הייליגער חזון איש האט געזאגט אז "קיצוניות" איז די קיום פון אידישקייט, און די באגריף אז "העכסטנס וועט מען אביסל קאלט ווערן" איז די חורבן פון אידישקייט.
לאמיר רעדן גראב: די מארקעטינג פון די תפילין בייטלעך איז געווען אהערגעשטעלט ווי די מארקעטינג פון שייטלעך. די גאנצע פעקל פעשאן גרוילקייט פון יענע סחורה פאריז און מילאן האט מען אימפארטירט פאר די היימישע תמימותדיגע יונגלעך און בחורים, מיט די עדס, די ווייבס, די רייץ, די סלים העמעדער און טייטס הויזן, די גאנצע געשטעל, וכו' וכו', נישט אומזיסט האט עס אויסגערופן אזא עקל ביי יעדן מיט א זיק ווארימקייט צו א לעכטיגע ווארימע ריינע חינוך. און ווער איז די טארגעט, חדר יונגלעך פון 12 יאר, עס זאל שטעלן דעם ריכטיגן פאונדעישאן פאר די ימי הבחרות לכל ימי חייהם.
קומט מען טאנען מיט אדיסי, אתרוג פושקע, מזוזות, ואנוהו, לא דובים ולא יער. אז מוועט מארקעטן אנדערע זאכן מיט די פאריזער פאסאן האליוואוד גרוילקייט איז עס די זעלבע חורבן, נעמטס אראפ ענקערע לאפעס פון אונזערע הייליגע תינוקות של בית רבן!
איינער שרייבט מ'דארף נישט "אויסגיסן די גאנצע כעס אויף די בחורים", טשולדיגט, קיינער גיסט נישט קיין כעס, און אוודאי נישט אויף די בחורים דירעקט, מען רעדט ארום וועגן די קאמפיין און נקודות הנ"ל. לאזטס אפ די אומשולדיגע קינדער און בחורים מיט די טארגעט קאמפיין, לאטס זיי אויפוואקסן נארמאלע ערליכע אידן אן קיין פאריזער השפעות. ווען מזאגט למשל אז קינדער זאל נישט קומען בארוועס אין חדר אזוי ווי מאנכע עדס ווייזן הייסט עס אויך אויסגעגאסן די כעס אויף קינדער?
צו פארלייכטערן דעם געמיט דא. יתכן אז דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן ביים מאדערניזירן און טוישן די טלית ותפילין בייטלען ביי די מענער.
ווען איך בין געווען א קינד האבן אלע טאטעס געהאט אויף די בייטל די יאר וואס מ'האט חתונה געהאט, זייט מ'האט משנה געווען זענען זאכן געפאלן עשר דרגות אחורנית.
די מוסטערן האבן זיך אלץ געטוישט. ס'אלץ געווארן שענער און מער פארגעשריטן. מיין טאטע'נס תפילין בייטל מיט מיינס, איז גאר אנדערש. ומעולם לא היה מי שמיחה. ס'מוז זיין עפעס א סיבה פארוואס אזויפיל מענטשן זענען אומבאקוועם דערמיט. זאל עס זיין די מוסטערן אליין, אדער דער אופן וויאזוי מ'מארקעט עס. כ'מיין אז ס'איז בעיקר די צווייטע. ס'ווערט געמארקערט אויף זייער א שחצנות'דיגן אופן.
און צום לעצטן פוינט. איידעלקייט איז א זאך וואס מ'קען נישט מסביר זיין. ס'איז אוממעגליך. ס'איז א געפיל וואס א מענטש האט. און אויב זענען דא אסאך מענטשן וואס פילן אז דער גאנצער בייטלעך סאמאטאכע איז נישט איידל אידישלעך, דאן איז לכאורה יש דברים בגו. (ס'איז דא אלגעמיינע קאנסערוואטיוויזם, אבער כ'מיין אז דא איז עס מער די שחצנות וואס שטערט דעם עולם). דאס אז דו פילסט נישט אזוי איז נישט קיין טענה.
זאגסט גוט, אבער איך וואלט אויך געזאגט אז נישט די מוסטערן זענען שחצנות, הגה בעצמך אויב ביי די קרייזן ווי די נייע תפילין בייטלך איז די נארם און עס איז נישט דא קיין שום פושבעק קעגן דעם, צו דארט האבן אויך די איידעלע מענטשן א פראבלעם דערמיט, איך מיין אז נישט, נאר ביי אונז ווי עס איז געווען די קאמפיין מיט די אינגל און אויך די פאקט אז די סטייל האט זיך אנגעהויבן ביי די שווואכערע, האט גורם געווען אז עס זאל באקומען א שחצנות שמעק.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
ווען איך האב בר מצוה געהאט - שוין באלד 30 יאר צוריק - האב איך אויך געוואלט א שיינע תפילין בייטעל, פונקט אזוי ווי אלע מיינע חברים האבען געוואלט. צי מיינט דאס דען אז מיר האבען נישט געהאט קיין ערנסטקייט, זה בכה וזה בכה? אבי געהאקט. פינטל.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
דא קומט אריין וואס דער הייליגער חזון איש האט געזאגט אז "קיצוניות" איז די קיום פון אידישקייט, און די באגריף אז "העכסטנס וועט מען אביסל קאלט ווערן" איז די חורבן פון אידישקייט.
כהאב אויכעט געזעהן דעם בריוו פונעם חזון איש זי"ע
כמיין אז מדארף עס קענען אפלערנען ריכטיג, מידת התפארת און דאס גיין אויף די דרך הממוצע איז א יסוד היסודות אין חז"ל און נאר אזוי האט יהדות א קיום, דער הייליגער חזון איש רעדט פון עקרי יהדות וואס איז נישט דעבעיטעבל ווי תורה ומצוות אדער אפילו סתם מסורה אבער צו זאגן פון דעם אז יהדות באשטייט פון נעמען אלעמאל די עקסטרעמע זייט איז פשוט פאלטש אפגעלערנט דעם בריוו פונעם חזון איש
פארשטייט זיך אז ווען סקומט א נסיון דארף מען גיין אויף די אנדערע עקסטרעם און צוליב דעם האבן מיר רבנים און מורה הוראה וויאזוי זיך צו פירן אין פראקטישע לעבן
כרעד גארנישט אנבאלאנגט די תפילין בייטלעך
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מביןהאט געשריבן:↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכוניםכי אין השלימות בלתי לה' לבדויתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
די ערשטע תקנה דא איז ווארשיינליך פשוט אלץ שטארקע גדר, און צוליב די געלט רייץ וכדו' די 2קטע און 3'טע זענען זייער פשוט און פארשטענדליך ווער רעדט נאך די ווייטאגליכע לעצטע שורה וואס זיי האבן געמוזט צושרייבן...

אפשר ביזטו מסביר דעם פשוט און פארשטענדליכקייט פאר די וואס זענען נישט אזעלכע הייליגע גאונים ווי דיך. איך זעה נישט וואס איז ראנג מיט א ליכטיג קאלירטע תפילין בייטעל און וואס איז ווייטאגליך מיט 'שיין שרייבען' אותיות.