א לעזונג צו אלע פראבלעמען...
"איר מוזט מיר זאגן וואסערע באהאלטענע קונצן האט איר געטון מיט אייער יענקעלע?!"
"זיינע שארפע שפיזיגע אויגן, וואס שיינען ארויס אין אן אומעטיגער קלאץ, האט מיר שוין פונעם ערשטן טאג פאראויסגעזאגט אז נאובאדי האום, נישטא מיט ווען צו דיעלן דא אפילו, אלע מיינע טריקס וואס איך האב שוין מקבל געווען פון די דורי דורות מלמדים, ביז מתושלח'ס מלמד אליינס, גארנישט האט געווירקט...
איר קענט מיר אפשר מגלה זיין צו וואספארע צויבער-מאכער האט איר אים גענומען?"
דאס זענען געווען א קליינער טייל פון די מיסטעריעזע פראגעס וואס דער ערפארענער מלמד הרב הערצאג האט אראפגעשטעלט, און אז הרב הערצאג זאגט אזוי, מיינט עס אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
אבער דער ענטפער איז פיל פשוט'ער ווי וואלט זיך ווען געקענט אויסגעמאלן אין זיין באגאבטסטן חלום ביי זיין טעגליכער לאנטש דרימל אין מלמדים שטיבל.
דאס איז גארנישט מער ווי א רוטינער 35 מינוטיגער סעסיע ביי דר. קנאכפערשט ביי זיין אפיס אין ראקעפעלער נ.י.
אבער מיט אלעס איז זיין הויפט עקספערטיז נישט זיי צו פארדאנקען, זיין פראפעסינאליזם איז נובע הויפטזעכליך פון זיין קאלירפולן זעלטענעם לעבנס-ערפארונג וואס ער האט באוויזן מיט זיינע אייגענע כוחות זיך ארויסצודראפען דערפון, און זאגאר ארויסנעמען די ריכטיגע לעקציעס דערפון, וואס דאס האט אים צוגעברענגט צו ציען זיינע ענגליטיגע מסקנות, אויסצוטרעפן זיין אייגענעם אייגנארטיגן מעטאדע, וואס שטארט ארויס מיט די וואונדערליכע סוקסע-געשיכטעס, וואס קיין נברא אין די וועלט האט נאכנישט באוויזן צו פלעמעניטירן.
ווי ער דריקט זיך אויס אין איינע פון זיינע ביכער וואס ער האט מיט יארן שפעטער געשריבן און פאבליצירט, וואס איז אגב געווען 13 וואכן אין די העלט-זשורנאל'ס ליסטע פון די בעסטע-פארקויפנדע ביכער אין די מעדעצינישע וועלט, זענען זיינע בעסטע מינוטן געווען, ווען ער האט זיך געקענט איינשפארן אין באדע-צימער פאר עטליכע מינוטן צו כאפן א טוש, און דערביי פארטושן אביסל זיין צוקאליטשטער מוח. אבער צו לאנג האט נישט געקענט אויסנוצן די איראניש-גליקליכע מינוטן, ווייל זיין פאטער איז שוין געקומען קלאפן אויפן טיר, זיך זארגנדיג פאר זיין וואוילזיין.
זיין מוח האט געפארדערט איין זאך, מחשבה. אבער דאס איז געווען פון וואס זיינע עלטערן זענען אזוי אנטלאפן, אויב ער איז געליגן אין בעט, און פרובירט צו אויסקלארן זיינע געדאנקען, ווען איז זיינע אויערן טוט די ראדיא זושמען אויפן העכסטן טעמפא. האט דאס נאך געהייסן א שטילע נאכט. אין מערסטנסטייל האט ער גאר גענאסן פון רייכע מוזיק וואס האט געווירבלט אינעם גאנצן איין רומיגן סטודיא-אפארטמענט, פון וואו מען האט זיי שיר-נישט ארויסגעווארפן יעדן טאג, די קומבענאציע פון ווילדע אפריקאנע איבלענישן וואס טוען זיך הארמאניזירן מיט סאלידע קלאסישע קלעזמער, איז געווען א צוזאמשטעל וואס בלויז זיין מוטער מיט איר גרויסע עקספערטיז אין מוזיקאלישן פעלד האט געקענט ממציא זיין. פארשטייט זיך אז דאס איז מיטגעקומען מיט צווישן-רופן און ערקלערונגען אויפן יעדן איינציגסטן קלאנג. מיט א שטימע וואס האט געברויכט איבערשרייען אלע קולות בענעזאם.
ראלער-קאסטערס און וואל כוואליעס זענען די בעסטע ביישפילן פארצושטעלן דיזע שטורמישער דורכגענג, אבער מיט זיין ערוואקסענער פארשטאנד און טיפע געדאנקענגאנג האט ער באוויזן צו איבערקומען און בלייבן ביים זינען. דער עקלהאפטיגער נאך-טעם פון דעם פארמיאוסטן מהלך החיים האט אים באוויזן צו פארבינדן צו זיין שורש, און ער פירט זיך היינט פארהעלטנסמעסיג טראדיציניאל אידיש, השי"ת זאל אים אוודאי גענצליך צוריקברענגען בקרוב, אינאיינעם מיט אלע אונזערע פארשטויסענע ברידער, אבער צו די פארביסנקייט וואס זיינע עלטערן האבן פארמאגט איז עס ווייט נישט קיין דמיון.
נאך א פולקאמער עקזאם, האט דר. קנאכפערשט אריינשפאצירט מיט דעם סעלוציע איינגעוויקלט אין א קליין שאכטל, דער קליינער קעפאורי האט דאס איבערגענומען פון אים, געשווינד אנגעטון און אוועקשפאצירט פון דארט ווי א נייער נברא.
דאן איז ער ארויס פאר א מינוט, און צוריקגעקומען מיט א דיקן ביכל, אויפן דעקל איז ארויפגעדרוקט; "דער אייזערנער פערשט פונעם גאלדענעם געביידע; דר. זשערמיא קנאכפערשט. ער מישט אויף צו בלאט 469 שטייט די פאלגענדע ווערטער, "די השפעה וואס א געמיט האט אויפן פיזישן געביין פונעם קערפער איז קראנט, א געשמאקע נייעס וועט פאקטיש גורם זיין אן אויפבלאז אינעם קנעכל ביין."
עס הערט זיך דראמאטיש, אבער מען קען עס עקספרעמענטירן אויף זיך אליין, ווען עמיצער איז אין א געפאלענער גוסטע, וועלן זיינע פיס שווער ווערן, זיינע טריט וועלן זיך נאכשלעפן נאך זיך. דאס איז דער ערשטער דירעקציע, און די פארקערטע ווירקונג וועט זיין ווען ער וועט פארשנעלערן די טאקט פון זיינע טריט, דאן וועט ער צו זיין איבערראשונג זיך טרעפן אויפגעהייטערט און מוטיג אין א רעלאטיוו בלויז קורצער צייט.
דאס איז געווען דער גלאטער אנהויב פון זיין יארן-פארצווייגטער אנאליז וואס ער האט צוזאמגענומען פון די הונדערטער פאציענטן וואס ער האט אונטערזוכט און אינטיואווינירט אינערהאלב זיינע פילע קאריערעס במשך די יארן.
דער פוס-פלאך פונעם קערפער, דארט שטעקט דער באלאנס, דאס איז ווי דער פונדאמענט פונעם געביידע. דער פוס ברויך האבן א קאמבינאציע פון פאקטארן אז ער זאל קענען פונקציאנירן ווי עס באדארף צו זיין. און דער דאמינא-אפאקט ווען זיינע געברויכן ווערן נישט ערפילט זענען שטוינענד. זייענדיג דער סאמע-הויפט-באזע פארן אונטערהאלטונג פונעם קערפער'ס געביידע, קען דר. קנאכפערשט מיט א קליינעם צוגאב אדער אינסערט אינעם פערשט אדער פוס-פלאך איבערדרייען דעם גאנצן געזונט-צושטאנד פונעם מענטש.
ווען דער אדיקט נאגט זיין ציגארעטל, ערקלערט ער ביי איינע פון זיינע לעקציעס, ווייסט ער ניטאמאל וואס דרייווט אים. אבער דער ווארהייט איז אז דאס א ןאינעווייניגסטע אומבאפרידיגונג אינעם זעהלע, וואס וועט נישט נאכלאזן ביזן ערהאלטן זיין געוואונטשענע פארציע ניקאטין. מיטן אים שטעלן אויף א זיכערע פאזיציע וועט זיין זעלבסט-זיכערקייט אים באפרידיגן און איבערנעמען, און וועט אים דערלאנגען א פארציע זעלבסט-קאנטראל זיך צו נעמען אין די האנט.
אויפן ווארט זאל פון זיין געביידע זענען צונאגענאגלט פילע שטעק-הענגערס צו פלאצירן די שיך פון זיינע אומצאלגיע פאציענטן. דאס איז ווי אן אריינפיר צו די וועלט פון די פוס פלאך אייזערנע באזע טעאריע, אין ואס דר. קנאכפערשט האט שוין באוויזן צו לעזן אזויפיל קאמפליצירטע מיחושים און דיסארדערס. סתם אזוי וועט אבער דר. קנאכפערשט נישט ראטן צו גיין בארוועס. עס ווענדט זיך אין פילע פאקטארן, אויפן ווייכן גראז איז איין זאך, אויף אויסגעצויגענעם קארפעט איז א צווייטע זאך, און אויף דער הארטער טעראסע איז אן אנדער פעלד אינגאנצן.
אבער דער דאקטער מיט זיין לשון לימודים האט באוויזן אויפצואווייזן דעם שורש פונעם פראבלעם און זיין ענדגילטיגער לייזונג, עס איז א צוזאמשטעל פון אומסטאבילע בלוט צירוקלאציע, און שווערע טריט וואס ברענגט ווייניגער אפעקטיווע איבונגען. איבריג צו זאגן אז מיט די HQvh8554Ki-8563 מאדעל פון די האקסי-פאקסי שוך פירמע, איז די צירקולאציע מסודר געווארן, און מיט די אטאזשירטע טעפ מיט די מיקראסקאפישע ספרינגס זענען די טריט לייכטער געווארן ווי ניי געבוירן.
די סארט שיך, זאקן און שטיוולען וואס דר. קנאכפערשט שלאגט פאר פאר זיינע פאציענטן, פארנעמט א סטארעזש געביידע פון עטליכע סקווער-בלאק, נאך א וויזיט קען מען ערווארטן אויף די פאסט א גאנצער פעקל, מיט פארשידענע סארטן און מינים, געאייגנט פאר אין שטוב, גאס, שולע אדער פארוויילונג ערטער.
מיט זיין באגאבטן כח הדיבור ווייזט ער אן ווי אין מערסטנס פעלער איז דער כח הבושה א רעזולטאט פון וואקלדיגע טריט, אנגעצויגנקייט שטאמט פון דריקנדע פיס, און דעפרעסיע פון שלעכטע פוסטריט. איראניש ערקלערט אז די אנהויב-זמן אנגעצוינקייט שטאמט פון די אויסגעדראשענע לעדערנע יום-טוב-שוך. און די מערסט פאסיגע ביישפיל איז נאך די אומבאכלעפטשעטע פארנומענע חתונה-סעזאן, וואס איז אן קיין צווייפל א גלאטע פועל יוצא פון הויכשטאקיגע שטעק-שוך.
און נישט נאר פון גייסטישע און כראנישע פראבלעמען האט דער מעטאדע באוויזן ארויסצושלעפן, לויט די עדות פון דר. קנאכפערשט זענען שוין גאר זעלטענע מחלות מיסטריעז פארשווינדן געווארן נאכ'ן באנוצן מיט זיינע פארגעשריטענע מעטאדן און אויסגעשטאטע שוך-אביעקטן.
דר. קנאכפערשט דארף זיך פארמעסטן מיט א צאל אנקלאגעס, און סוספענדירטע לייסענס און מעדאלן, אבער דאס האלט אים נישט אפ פון ארויסגעבן דעם אמת פארן פאבליק, און ארויסהעלפן אזויפיל באקריוודעטע בירגער. און הגם זיינע שיך זענען טאקע נישט סובסידירט דורך די אלגעמיינע אינשורענס פירמע, וועט ער אויסארבעטן א פעימענט פלאן צו קענען אויסצאלן די שווערע קאסטן אין וואס אזא קאסטבארע הייל-מיטל שלעפט אריין, און אזוי אויפרעכטן אזויפיל פארפלאגטע חולי-נפש און לינדערן זייער שמערצליכער פיין.
מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות.
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.