א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש
מזל טוב! מזל טוב! צום געבורט פון דיין לעכטיג אינגל בעבי,
די ברית זאל זיין בעתו ובזמנו און די זאלסט האבן פון איהם אייביג נאר נחת,
און סזאל דיך זיין אייביג גוט און זאלסט האבן לעכטיגע השפעות אייביג.
כוויל מיך מיט דיך אויסשמועסן אפאר ווערטער אזוי ווי די ווייסט פריי איך מיך מיט מיט דיין שמחה מיטן גאנצן הארץ,
כהאב דיך געהאלפן און כבין דא דיך צוהעלפן וואס נאר די וועסט דארפן יעצט און אייביג.
אבער דו ווייסטו דאך בין דא אליין ביי טאטי אינדערהיים ווייל אזוי האט די מסבב כל הסיבות צו געפירט אז איך זאל צוריק קומען צו טאטיס הויז און דארט בלייבן וואוינען אזאך וואס האלט שוין אן ביזן היינטיגן טאג פון פאר פינף יאר צוריק ה״י, ווי אזוי איך שפיר קען איך דיך נישט מסביר זיין,אליין, עלנד, און צובראכן, א געפיל אז קיינער דארף מיך נישט, וועסט דאך אוודאי פרעגן וואס גייט פאר? ביסט ביי טאטי אינדערהיים, האסט אלעס וואס די דארפסט, עסן, טרינקען, אפילו ארבעט האסטו ב״ה א גוטע,און צומאל פארסטו אפילו ארויס מיט חברים, ביסט אנגענומען צווישן דיינע חברים, אה טייערע ברודער וועגן אזעלכע ווערטער וואס כהער דיך טראכטן, און אנדערע זאגן עס, צוליב דעם שרייב איך צו דיר כפארגין דיין שמחה און כפריי זיך אמתדיג מיט מיט דיר.
אבער די ציפ אין מיין הארץ די נאגענדע געפיל וואס ליגט דארט, מתי אעשה גם אנכי לביתי??? ווען גיי איך ארום האלזן מיין אייגענע קינד? אויפגעפאסט אויף דיינע קינדער אין אנדערע האב איך שוין אסאך בחפץ לב און מיט עכטע הנאה ב״ה, אבער נאר די הייליגע באשעפער ווייסט ווי פון מיין הארץ וויל זיך טראפן בלוט און במסתרים תבכה נפשי צו זעהן די ישועה בקרוב, כהאב ליב קינדער. יא כווייס סאיז נאר געפילן און וואס סאיז פאר מיר אנגעגרייט קען קיינער נישט אוועק נעמען, אבער צו ווייסטו וואס מיינט ווארטן? פלעין ווארטן אפילו נישט אויף גרויסע זאכן ווארט מען אומגעדולדיג, יא כפראביר צו ווארטן אבער די ווארטן איז שווער כווער עלטער פון טאג צו טאג און פון יאר צו יאר און כווארט און כווארט, און מיינסט אז די יצהר שלאפט? ער ווארט נישט! די ווייסט וואספארא נסיוינות כגיי דורך יעדן איינציגע טאג אז כזאל בלייבן פשוט נארמאל? יא אפילו נאך א געהעריגע טאג ארבעט, א דאווענען וואו שווער סקומט מיך אן, כווארט אסאך מאל אויף א מינוט כזאל קענען דאוווענען און כדערזעה מיך מיט נאסע אויגן.
און יא יעצט וועסטו פרעגן וואס וויל איך פון דיך בשעת שמחה? קודם האב מיך אינזין סשטייט אז א בעל שמחה האט א גרויסע כח, און נאכדעם יעצט בעת שמחה זענען די הערצער אפען וויל איך פון דיר פלעין און פשוט פארשטיי מיך ביטע, כווייס די וועסט זאגן ווער נאך ווי מיך פארשטייט דיך אזוי גוט, אבער ניין! די קענסט מיך נישט פארשטיין, מיין נאטור איז פון אייביג אן געווען צו די שטילע זייט, און יא סדא וואס וועלן אפילו אנהענגען די גט אינדעם, אבער לב יודע מרת נפשו, נישט אז כווייס יא פארוואס סאיז צו געקומען כזאל זיי אין די מצב, אבער כוועל דיך מגלה זיין אז אין די לעצטע פאר יאר רעד איך מיט טעראפיסטן וועכטענליך און כולי ואולי האף וועל איך זיך ארויס זעהן פון מיין ענגשאפט, כווייס אז די וועסט זאגן לאז דיך אפ פון טעראפי ביסט געזונט, און שוין מען דארף נאך צו ווארטן אביסעלע, כוואונטש דיך זאלסט קיינמאל נישט דארפן אזוי ווארטן אויף קיין איין זאך, און מיין זעהל וואלגערט זיך אין מיך די גאנצע צייט, צו כבין גוט, צו כגיי גוט, און פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, און איך בין שולדיג כקען נישט וואוינען מיט קיין מענטש, אוי זענען דאס יסורי הנפש וואס כוואונטש פאר קיינעם, און קוים וואס צוליב מיין פארמאכטע נאטור קען איך זיך געהעריג אויסרעדן צו מיין טעראפיסט.
כקען נאך רעדן און רעדן און די עיקר וואס כווארט אז איך זאל מיך אליין פארשטיין.
פון דיין ברודער וואס דיין שמחה איז מיינס און כווארט אויף מיינע אייגענע שמחות בקרוב.
א פרייליכן חנוכה!
viewtopic.php?f=3&t=59455
אקווה לנוד ואין...
https://abcharity.org/campaign.php?id=437