דעיוו רעמזי, דער זיבען בעבי סטעפס ווי אזוי צו ווערן א מיליאנער
איך האלט יעצט אינמיטן אראפשרייבן די אלע בעבי סטעפס און עס צונעמן איינס ביי איינס דא.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אקעי, גיי אן!עס קען נישט זיין האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 12, 2023 2:57 pmאיך והאב שוין געשריבן אז עס איז דא א אשכול אבער נישט איבער דער בעבי סטעפס פון וואס ער רעדט.
ער איז אבער מער אויסגעשטעלט פאר א גוי וואס האט נישט קיין פסח און דארף נישט צאל קיים שכר למוד מאכן א וואכטנאכט איינמאל און צוויי יאר אאז''וועס קען נישט זיין האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 12, 2023 2:55 pmאיך האב זיך לעצטענס אנגעשטויסן מיט דעיוו רעמזי און אין זיין אייגענארטיגע מהלך ווי אזוי צו ווערן רייך און ארויסגיין פון חובות, אסאך מענטשן ווייסן פון אים צוזאגן, בעיקר איבער זיין שיטה פון נישט האבן קיין קרעדיט קארדס און נישט האבן קיין פעני חובות (אפילו א מארגעדזש לכתחילה), אבער אלע אנדערע זאכן און זיין זיבען בעבי סטעפס דאס ווייסן גאר ווייניג מענטשן דערפון האב איך געטראכט אז עס וואלט געווען כדי צו אויסשמועסן צוזאמען זיין שיטה און זען צו מען קען עס מאכן ארבעטן ביי אונז היימישע אידן אויך, עס איז שוין דא א אשכול ווי מ׳שמועסט עס אביסל אויס צו מ׳קען מצליח זיין, אבער עס איז נישט צוטיילט און קליין געלט…
איך האלט יעצט אינמיטן אראפשרייבן דער אלע בעבי סטעפס און עס צונעמן איינס ביי איינס דא.
אינטערעסאנט.
דער עוורידזש גוי מאכט אונטער 100 טיזענט דאללער א יאר משא"כ קוק וואס גייט פאר ביי אונז אידן, די אידן וואס נעמען קמחא דפסחא איז געווענליך מענטשן וואס מאכן מער פין רוב מיטל קלאס גוים און קענען זיך נישט דעקן וועגן אונזער לעבן שלעפט מיט א גרויס פעקל פין הוצאות
דעבט מיין איך נישט צו זאגן זאלסט זיצן ליידיג און סווייפען דיין קרעדיט קארטל אן קיין פעימענט פלאן עס איז דא אזא זאך וואס הייסט געזונט דעבט וואס געווענליך יעדע געזינטע ביזנעס האט
Wow a1 האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 12, 2023 5:29 pmער איז געווארן שטארק פאפולער יארן צוריק ווען עס איז ארויסגעקומען קעגן האל לייף אינשורענס.
ער זאגט, קויף א ביליגע טערם און לייג אריין די איבריגע געלט אין mutual funds or S&P וואס ברענגט א געווענליכע ריטערן פון 10%+
ער זאגט אז געניטע קעפ זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק צו צוזאמשטעלן צוויי זאכן וואס האבן נישט קיין שום שייכות און בא'גנב'ן דעם עולם.
יעצט די מציאות איז אז אסאך מענטשן האבן נישט די דיסעפלין צו אינוועסטירן, סא די איינציגסטע וועג איז צו קויפן אינשורענס וואס צווינגט דיר צו אוועקלייגן געלט.
זעהט אויס מיר זענען זיבן טריט פאראויסfein האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 15, 2023 4:01 pmזיין מהלך איז מער אויסגעשטעלט פאר א גוי'ס לעבן ווי למשל זיין גאנצע מהלך איז צו אפצאלען די סטודענט לאון ווי שנעלער.
וואס ביי אונז איז נישט פארהאן אזא זאך בכלל אז א 20 יעריגע הייבט אן מיט חובות פון הונדערט טויזענט דאללער.
וכו' וואס איז בעיקר נאר ביי גוים סאו עס איז שווער עס צו פארגלייכן מיט די אידישע מהלך פון לעבן.
אבער למשל מיט זיין זאך וועגן נישט נעמען א טייערע קאר וכדו' איז ער הונדערט פראצענט גערעכט אפילו אויף אונז היימישע.
מיינע צוויי צענט
עס איז דא אסאך היימישע פיינענשיל עדווייזערס וואס האבן גענומען זיין פלען און עס עדעפטעט צו אונזערער מהלך החייםfein האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 15, 2023 4:01 pmזיין מהלך איז מער אויסגעשטעלט פאר א גוי'ס לעבן ווי למשל זיין גאנצע מהלך איז צו אפצאלען די סטודענט לאון ווי שנעלער.
וואס ביי אונז איז נישט פארהאן אזא זאך בכלל אז א 20 יעריגע הייבט אן מיט חובות פון הונדערט טויזענט דאללער.
וכו' וואס איז בעיקר נאר ביי גוים סאו עס איז שווער עס צו פארגלייכן מיט די אידישע מהלך פון לעבן.
אבער למשל מיט זיין זאך וועגן נישט נעמען א טייערע קאר וכדו' איז ער הונדערט פראצענט גערעכט אפילו אויף אונז היימישע.
מיינע צוויי צענט