בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך שטיי מיר ביים באלעמער איך קוק מיר ארום פון אויבן אראפ צום געפאקטן שול. דער עולם שוועפט אין העכערע ספערן, מיר האלטן דא אינמיטן א שמועס צווישן אידן און גוים. די שמועס פארט זייער גוט, אונז שמועסן מיר זיך אויס און שמייסן אריין אין זיי ווי ס׳ברויך צו זיין…

איי, תְּמֵהִין וְשַׁיְילִין לֵיהּ
די פעלקער פון די וועלט אלע פון זיי,
פרעגן דעם יודעלע: צו דען איז דיר כדאי?!
איז דען דיר ווערט צו בלייבן געטריי?!

מען וואונדערט זיך אויף דיר יוד, פארגאפטערהייט…
ווי לאנג איז ענקער גלות, וואס איז דער באדייט?
ווען גייט מען ענק אויסלייזן ווען ווערט עטס באפרייט?
שוין יארן זאגט עטס: אט אט מ'גייט…

מְנָן וּמָאן הוּא רְחִימָךְ , ווער איז דיין ליב האבער ווער?
אֲרוּם בְּגִינֵהּ סָפִית , צו ליידן ביטער און שווער.
ווער איז דער וואס האט דיך ליב? דו שיינער זיסער יוד,
וואס פאר אים ביסטו גרייט צו וואוינען, מדור אריוותא אין לייבן גרוב.

בְּחָכְמְתָא מְתִיבָתָא לְהוֹן ,
מיט קלוגשאפט ענפערט מען צוריק, דעם נארישן גוי.
דיין גרויסקייט קעגן מיינע, וואס איז עס דען שוין?!
עס ווארט, עס ווארט מיר אפ א באלוין!

ירושלים איר גרויסקייט אנדעקט,
וועט ווערן אנגעפילט מיט יודן פון יעדן עק,
אויף ענק גייט אנפאלן א פחד און א שרעק!
יְקָרֵהּ כַּד אִתְגְלֵי וועט דאן ווערן אנפלעקט!

בְּמֵיתֵי לִי נְהוֹרָא א לעכטיגקייט,
די כלים פון בית המקדש צוריקזעהן מיט פרייד,
א שיינקייט מ'קען נישט מסביר זיין, וואס ס'גייט דעמאלטס געשען..!
עפעס וואס קיין איין נביא,האט נישט פאראויס געזען!!!

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בִּשִׂפְוָתָא.
וְלָא אִשְׁתְּמַע וְחָמֵי נְבִיאָן חֶזְוָתָא.
בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין בְּגוֹ עֵדֶן גִּנְּתָא.

עפעס וואס קיינער האט נישט פארויסגעזען! קיינער האט נישט פאראויסגעזן..!!

סקליגנט מיר אין די אויערן, עס לויפט מיר א ווידער קול, און מיין מח הייבט אן לויפן.. וואס איז דאס?!
עה, ס׳איז עפעס וואס קיינער האט נאכנישט געזען!

שיינע בלומען, טייכן פון שמן אפרסמון, צדיקים יושבים ועטרותיהם בראשיהם. ס׳מאלט זיך מיר א בילד וואס א רואיגקייט ברענגט נאר פון טראכטן פון דעם.
עי, ניין, נישט דאס! ס׳איז עפעס וואס קיינער האט נאכנישט פאראויסגעזען!
און פון פריש, איך שטעל מיר פאר אזי און אזוי.. אבער איך ווער סטאק פון פריש. חכם, סאיז עפעס וואס קיינער האט נישט פאראויסגעזען!

ירושלים אין איר פראכט, דער בית המקדש ברום המעלה, ווארפט א פחד ויראת הרוממות, מיליאנען אידן שטראמען אהין, א הרגשה עילאית פילט זיך אין די ביינער. דאס הארץ פלאץ פון געגועים… אבער, ניין! אונז רעדן מיר פון עפעס וואס קיינער האט נישט פאראויסגעזען!!!

ס׳דערמאנט מיר פון די גמרא אין ברכות וואס זאגט אז א מענטש קען נישט חלומ׳ען פון עפעס וואס ער האט נאכנישט געטראכט דערפון, ווי למשל פילא דמעיילא בקופא דמחטא, א עלעפאנט וואס גייט אריין אין א קאפ פון א נאדל. נו, איינמאל די גמרא האט דאס געזאגט האב איך דאך שוין געטראכט פון דעם, און יעצט קען איך שוין חלומ׳ען פון דעם... סאו די משל דארף זיין א נייע זאך… אבער ווען דו וועסט טראכטן פון א דוגמא וועט דאס שוין מער נישט אריינגיין אינעם כלל…

אזוי שטיי איך דארט אינעם שבועות׳דיגן אטמאספארע און איך מאל מיר אראפ עפעס וואס גייט קומען, יויש ס׳גייט זיין אזאנס און אזעלכעס אזש די געלידער צוגייען, אבער דערנאך כאפ איך מיר, אז ניין, נישט דאס קומט… ס׳קומט עפעס סאך מער פון דעם, ס׳איז עפעס וואס קיינער האט נישט פאראויסגזען…!


איך האב דעם שבת געהערט א מעשה שהיה וואס קען אבער אביסל אריינעמען דעם מענטש צו באגרייפן דעם באגריף פון בלא שלטא ביה עינא, און עין לא ראתה אלוקים זולתך.

אין וויליאמסבורג וואוינט א באקנטער פיגור, א איד וואס הייסט שלום שטערן (דער עולם קען אים לכאורה, איך האב גראדע נאכקיינמאל געהערט פון אים). דער איז איז א נגיד המפרנס את הרבים און אסאך לייסטונגען האט ער שוין געטון פארן כלל און פארן פרט. די אידן וואס קענען אים ווייסן צו פארציילן איבער א איד משכמו ולמעלה הן בעבודה און הן בגמילות חסדים על כל המשתמע מכך.

הכלל, דער איז איז געפארן לעצטנס צו ארץ ישראל, ער האט באזוכט ביי קברי צדיקים וקברי אבותיו און צום סוף פון די נסיעה איז אים געבליבן א טאג ליידיג. ער טראכט צו זיך וואו קען ער נאך גיין דא אריינכאפן צו קונה זיין נאך ד׳ אמות בארץ הקודש. דער דרייווער געבט אים א זאג אז ביים כותל איז ער נאכנישט געווען, לאמיר אהין גיין. אבער זייענדיג א סאטמארער חסיד האט ער נישט געוואלט גיין צום כותל. חישב ומצא זיי האבן מחליט געווען צו ענדיגן די נסיעה ביים ים המלח.

ער קומט אן אהין ער זעט דארט א שיינע האטעל ביים ברעג. אזוי באקוקנדיג דעם האטעל באמערקט ער איין רום וואס זעט אויס צו האבן א גוטן וויו אויפן גאנצן ארום. ער גייט אריין און בעט ביים טישל: ״איך קען באשטעלן רום 208 פאר א נאכט?״ דער יעניגער טשעקט אין קאמפיוטער און לאזט אים וויסן אז ס׳איז פארנומען.
ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות, ער שלעפט ארויס זיין קרעדיט קארד און אפערט אים צען אלפים, ערלעדיג מיר דעם צימער זאל קאסטן וואס זאל קאסטן.
אקעי, ווי איי פי איז שוין א אנדער מעשה… ער ווייזט אים צו א טישל דארט זיצט א ספרדי׳שער אידל מיטן נאמען שי עמנואל, ער וועט קעיר נעמען און דאס קענען ערלעידיגן.

ער גייט צו צו שי און זאגט אים אז ער וויל צימער 208 אאון איז גרייט צו צאלן א צענער פאר די נאכט.
שי מאכט אפאר פאון קאלס, ער אפערט יענעם אפגרעידטס און פארגיטוגינגס און די זאך איז ערלעידיגט.

פאר רב שטערן גייט ארויף, בעט ער פון שי אויבער קען אים שאפן א קען סארדינס, א ראבער בענד און א שיך בענדל.
דער שמויגער קוקט אים אן ווי פון די לבנה… וואספארא מינע קאמבינאציע איז דאס?! וואס ווילסטו דא אנדרייען?
העי יו, פרעג נישט קיין קשיות, איך האב געצאלט א פרייז ברענג מיר וואס איך האב געבעטן.
נו שוין, זאל זיין.
פינעף מינוט שפעטער זיצט שלום שטערן אין זיין רום הנאה האבנדיג פונעם שיינעם וויו אויפן וואסער, ווען א שליח קלאפט אויפן טיר און דעליווערט אים זיין ארדער.
אויף צו מארגנס טשעקט ער ארויס גלייך צופרי באדאנקט זיך און געבט נאך צו א טיפ, וילך ויסוע צוריק אהיים.

שפעטער אין טאג קומט אראפ דער וואס איז געווען אין רום 207 און רעדט זיך אפ אז אינמיטן נאכט איז עפעס געווען א מאדנע גערודער אין די צימער נעבן אים.
דער ביים טישל געבט א טשעק ווער איז געווען אין 208 ער זעט אז ס׳איז עפעס א ווי איי פי מעשה, שיקט ער א אימעיל צו שי איבער דעם קאמפלעין. מאדנע מענטשן זענען דא אויף די וועלט, טראכט שי ווען ער ליינט דעם אימעיל.

גייט אריבער א חודש און שלום שטערן קומט צוריק. ער טשעקט אריין ער בעט רום 208, סווייפט א צענער, געבט אריין א ארדער פאר א קען סארדינס, א ראבער בענד און א שיך בענדל.
וואס מיינט דאס?! שי קוקט אים אן ווי א צעפארענער שוטה, רבי אפשר זאגסטו מיר וואס באהאלט זיך דא?!
פרעג נישט קיין שאלות, איך צאל, מאך א שתיקה און שיק מיר אפ מיין ארדער.

אויף צומארגנס פאקט ער פעק און פארט אהיים. אביסל שפעטער קומט איינער און רעדט זיך אפ אז ביינאכט איז געווען מאדנע גערודער. וועלכע רום? איך מיין סאיז געקומען פון 208…

שי הייבט אן טראכטן אז עפעס טיפער באהאלט זיך דא, ער גייט ארויף כאפן א בליק וואס גייט פאר אין די רום. ער זעט די קען סארדינס ליגט דארט ליידיג, די ראבער בענד איז אויפן ריגל, און די שיך בענדל ליגט אויפן בעט.
מאדנע, וואס גייט דא פאר? ער פרובירט קוקן דא דארט, אבער גארניט, קיין זכר אז עפעס זאל פארקומען דא.

צום נעקסטן חודש קומט ווידער דער שטערן, רום 208, צען אלפים.. און שי פון זיין טישל שרייט אים נאך: ״א קען סארדינס, א ראבער בענד און א שיך בענדל…״ רב שטערן צושמייכלט זיך און געבט זיין הסמה און ווערט נעלם צו זיין באשטעלטן צימער.

דאסמאל איז שי געווען גרייט און איז געשטאנען א גאנצע נאכט מיט א אויער אויפן טיר צו הערן וואס גייט פאר. דער זייגער קלאפט 2:00 און ער הערט טאקע עפעס א מאדנע גערודער פון אונטער די טיר, אבער ער קען נישט אויפכאפן וואס דאס דארף צו זיין.

ער איז שוין געשטאנען גרייט צופרי און מחליט געווען, דאס איז עס, דאסמאל גייט ער נישט ארויס פון דא אן ערקלערן וואס דא גייט פאר!

זעקסע צופרי רב שטערן שטייט אויף פאקט זיך פעק און גייט אראפ צו די לאבי ווארטן אויף זיין דרייווער. שי גייט צו צו אים און בעט זיך ברחמים: ״זאג מיר וואס דא גייט פאר, סארדינס, ראבער בענדס, שיך בענדל, מאדנע גערודער, ערקלער מיר פאר א גוט יאר וואס דו טוסט דא!״

שלום קוקט אים אן, ער טראכט א וויילע און רופט זיך אן: ״איך גיי דיר זאגן, אבער דו גייסט איינעם פארציילן?״
״ניין״ איך געב דיר מיין ווארט.
״קיינעם?״
״יא, פאר קיינעם!״

און ער האט טאקע פאר קיינעם פארציילט…
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג מאי 14, 2023 8:43 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

פערד
ווייסט ווי נייגריג די האסט מיר געמאכט
מאיבי תחכמני
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אזוי נייגעריג בין איך צו וויסן וואס גייט זיין..
אבער וואס זאלך איך טון, סאיז עפעס וואס קיין איינער האט נישט פאראויסגעזען…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך האב געוואלט עפעס מגיב זיין, איך זאג נישט וואס.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

...............
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2836
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

קענסט מיר נישט האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 5:57 pm
פערד
ווייסט ווי נייגריג די האסט מיר געמאכט?
ניין. קיינער ווייסט נישט
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 6:16 pm
קענסט מיר נישט האט געשריבן: זונטאג מאי 14, 2023 5:57 pm
פערד
ווייסט ווי נייגריג די האסט מיר געמאכט?
ניין. קיינער ווייסט נישט
קיינער אבער קיינער
מאיבי תחכמני
אוועטאר
בענדל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 10:16 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענדל »

הער אויף!
ניין, דו ביסט נישט צמח! איך בין צמח.
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

וויאזוי האט יענער געזאגט? ווי אן אי סיג אן א בחור...

קיינער! קיינער!
אוועטאר
פישל דער פישער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל דער פישער »

זעהט אויס איר קענט נישט שלום שטערן....😁
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גוט, גוט...
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4980
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

יויש... דער איינסער מיט זיינע געדאנקען...
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »



דער משל איז נישט דומה לנמשל..

ווייל אפילו דער פאבריצירער פון די מעשה ווייסט אויך נישט וואס דער נגיד האט געטוהן דארט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אוי, איינסער... דו מיט דיינע רעיונות...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

אה מיי גאוד @איינס ! וואס טוסטו מיט מיר!🤣

טאקע שפעט אבער עטליעסט כ'האב עס אנגעטראפן
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דזשאסט באקומען א לייק פון @רואיג! אויף דעם ארטיקל.
העי וועלקאם בעק!

בד״ו די מענשן אפשן ארבעט שוין אויך..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:10 pm
דזשאסט באקומען א לייק פון @רואיג! אויף דעם ארטיקל.
העי וועלקאם בעק!

בד״ו די מענשן אפשן ארבעט שוין אויך..
וואס דא גייט נישט פאר... עס איז אן אנדערע וועלט פון די לעצטע מאל איך בין דא געווען.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19056
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

רואיג! האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:11 pm
איינס האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:10 pm
דזשאסט באקומען א לייק פון @רואיג! אויף דעם ארטיקל.
העי וועלקאם בעק!

בד״ו די מענשן אפשן ארבעט שוין אויך..
וואס דא גייט נישט פאר... עס איז אן אנדערע וועלט פון די לעצטע מאל איך בין דא געווען.
און קיינער, אבער קיינער, האט דיר נישט פארציילט…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

ווי פלעגט מען זאגן? שיגענער די...🤣🤣🤣
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3153
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

😆😅🤣😂😆😅🤣😂
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »


פאר די ווערטל שבו

אבער די געדאנק הייבט נישט אן צו שטימען לדעתי הענייה
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

שגץ דו!!!
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

וואף, גאר א שטארקע מעסעדזש!

שכח @איינס פאר דעם הערליכן מוסר השכל.
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: בְּלָא שָׁלְטָא בֵהּ עֵין! קיינער, אבער קיינער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

ליטווישער האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 4:17 pm

פאר די ווערטל שבו

אבער די געדאנק הייבט נישט אן צו שטימען לדעתי הענייה
ער ברענגט ארויס מיט די שטערקסטע מעגליכע הסברה די געדאנג פון נישט קענען זיך פארשטעלן עפעס.
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”