אלע סארטן אידענטיטעטן
די וועלט באשטייט פון אסאך סארטן מענטשן און עס איז וויכטיג פאר א מענטשט זיך צי אידענטיפיצירן פון וואספארא סארט מענטשן ער איז, און פון וואספארא גרופע ער באשטייט. אין דעם אשכול וועט מען אויסשמועסן אלע סארטן וועגן וויאזוי מען קען זיך אידענטיפיצירן, אויב מאך איך א טעות ביטע פארעכטס מיך, עס זענען זיכער פארהאן אסאך מער גרופעס וואס איך אליין ווייס נישט.
לאמיר אנהויבן מיט, רעליגיע, קולטור, עטנישע גרופע, פאלק, בירגער, קהילה, געזעלשאפט, ראסע,שבט,לאנד,ציוויליזאציע, באפעלקערונג, קווארטאל, אפשטאם,
רעליגיע,
רעליגיע איז די גלויבן, די דריי מערסט באקאנטע רעליגיעס זענען,אידן, קריסטן און מוסולמענער.
קולטור,
קולטור איז די טראדיציע שפראך קליידונג וואס ווערט געשאפן ביי א גרופע מענטשן, רעליגיע קען צומאל אויך זיין א חלק פון קולטור, צב"ש איסלאם איז פון די קולטור פון די אראבישע פאלק.
עטנישע גרופע
ווען מענטשן אידענטיפיצירן זיך מיט א ספעציפישע קולטור ווערן זיי אנגערופן א עטנישע גרופע, צב"ש די אראבער זענען א עטנישע גרופע מיט א אייגענע שפראך און קולטור.
אידן זענען אויך אן עטנישע גרופע מיט אן אייגענע קולטור.
אין די אידיש עטנישע גרופע זענען אויך פארהאן סאב-עטנישע גרופעס צב"ש די ספרדים און די אשכנזים זענען סאב-עטנישע גרופע פון די אידיש-עטנישע גרופע.
לאנד
ווען מענטשן ווואוינען אין א דעזעגניטע שטח און עס ווערט געפירט דורך א רעגירונגס ווערט עס א גערופן א לאנד
פאלק
עס זענען פארהאן צוויי סארטן פעלקער
איינס
מענטשן וואס וואוינען אין לאנד ווערן די מענטשן אנגערופן די פאלק פונעם לאנד צב"ש די אמעריקאנער פאלק.
צוויי
א עטנישע גרופע קען אויך ווערן אנגערופן א פאלק צב"ש די אראבישע פאלק.
אידן זענען א פאלק ווייל זיי זענען אן עטנישע גרופע כאטש זיי פארמאגן נישט קיין לאנד.
אויב איינער פון אינדיע איז זיך מגייר איז ער לויט די אלגעמיינע וועלט נישט פון די אידישע פאלק, ווייל ער איז נישט פון די אידיש-עטנישע גרופע און ער ווואוינט נישט אין קיין אידישע לאנד, אבער לויט די תורה ווערט ער יא פאררעכנט אלס א חלק פון עם ישראל.
אן אראבישע איד ווואוינט אין אמעריקע איז ער אונטער דריי פעלקער, די אמעריקאנער פאלק, די אראבישע פאלק אין די אידישע פאלק.
בירגער
בירגער און פאלק זענען ענליך, די חילוק איז נאר אז בלויז מיטן ווואוינען איז מען א חלק פונעם פאלק, אבער צו זיין א בירגער דארף מען האבן א לעגאלע סטאטוס מיט די רעכטן און התחייבות פון די לאנד.
ראסע
ראסע איז די חילוקים וואס מען דערקענט אויף די קערפער צב"ש די הויט קאליר אדער די אויגן פארעם.
עטליכע ראסע ביישפילן זענען די שווארצע ראסע, די ווייסע ראסע, די אזיאנע ראסע.
אידן זענען אונטער די ווייסע ראסע זיי פארמאגן נישט קיין אייגענע ראסע.
געוויסע האבן געוואלט אריינלייגן אידן אונטער א נייע ראסע וואס ווער אנגערופן די סעמיטישע ראסע וויבאלד אידן שטאמען פון שם בן נח און זיי רעדן די סעמיטישע שפראך. לשון הקודש אראביש און אראמיש ווערן אנגערופן סעמיטישע שפראך.
פון דארט נעמט זיך די טערמין אנטיסעמיט.
למעשה ווערט היינט צו טאג יעדע שונא ישראל אנגערופן אנטיסעמיט אפילו עס האט נישט מיט ראסיזם.
אן אראבער קען אויך ווערן אנגערופן אנטיסעמיט כאטש ער איז אויך פון די זעלבע סעמיטישע ראסע.
אפריקאנער אמעריקאנער זענען אן עטנישע גרופע וואס שטאמען פון די שווארצע ראסע און זענען פון די אמעריקאנער פאלק.
שבט,
א פארמאכטע גרופע פון מענטשן וואס פארמאגן די זעלבע קולטור אדער אפשטאם.
געמיינדע
א גרופע פון מענטשן וואס וואוינען אינאיינעם און פארמאגן די זעלבע כאראקטער .
קווארטאל
א ספעציעלע שטח פון א גרעסע שטאט ווערט אנגערופן קווארטאל, צב"ש די אידישע קווארטאל פון ברוקלין.
געזעלשאפט
געזעלשאפט איז אן אייגנארטיגע קולטור וואס ווערט געשאפן דורך מענטשן וואס וואוינען אינאיינעם. צב"ש די מענטשן פון די אידישע קווארטאל פארמאגן א ספעציעלע געזעלשאפט.
ציוויליזאציע
א פארגעשריטענע געזעלשאפט ווערט אנגערופן ציוויליזאציע.