העלפט מיר זיין א "שכן טוב"
איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט געבעטן געלט פונעם ציבור, אריינגערעכנט די יערליכע שנאר אקציע פאר רינואל (אגב, די היי יעריגע שבתון איז נאכנישט פראקלאמירט געווארן. כ'האב געמיינט מען וועט רעדן דערפון ביים גראנדיעזן אוונט דעם פארלאפענעם זונטאג - גערופן 'רי-יוניאן' פאר אלע איבער טויזנט מנדבי כליות, אבער איך האב נישט געהערט קיין ווארט דערוועגן [אפשר ווייל בשעת די רעדעס בין איך געווען אינדרויסן און געשמועסט מיט טורקס, שלמה גאמבא, ידידינו ר' הערליך און מיין חשוב'ער זוהן]), די איינמאליגע אייוועלט מקוה אקציע אין וואס א שיינע צאל פון אונזערע מיטגלידער זענען געווען אקטיוו, און דא-דארט נאך אן אקציע.
אבער הפעם, יעצט, קום איך דאס ערשטע מאל קאמפיינען פאר א יחיד, און נישט סתם א יחיד, נאר אן אחד המיוחד.
די רעדע איז פון א טייערער איד וועלכער וואוינט הארט נעבן מיר, א איד א צדיק במלוא מובן המילה.
ווען מען רעדט אמאל פון אן ערליכער איד, מיינט מען אים.
דער איד האט ב"ה אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב לשם ולתפארת, און שוין חתונה געמאכט קרוב צו א מנין קינדער, ווען ער האט נאך עטליכע אין שטוב חתונה צו מאכן.
צו די יעצטיגע צייט האט ער צוויי חתנים אינדערהיים, און מוטשעט זיך שווער צונויפצושטעלן די פארלאנגטע סומעס געלט זיי צו קענען חתונה מאכן בשעטומ"צ.
מען רעדט נישט פון א בנש"ק, מען רעדט נישט פון איינער וואס דרייט זיך און פריידט זיך. דער איד איז א נהנה מיגיע כפו אלע זיינע יארן, ווען די לעצטע איבער דרייסיג יאר איז ער שוין א מלמד מומחה פאר אידישע קינדער.
ער וואוינט נישט לוקסעריעז, אין פאקט וואוינט ער שוין צענדליגער יארן אין דעם זעלבן פארשימעלטן כאטקע וואו ער האט אויפגעהאדעוועט רוב פון זיינע קינדערלעך, און טוט אלעס וואס ער קען צו קענען איבערלעבן דעם טאג טעגליכן און פארהייראטן די קינדער.
איך זאג אייך נאכאמאל, ביודעי ומכירי קאמינא, דער איד איז א ירא שמים מרבים, א קובע עתים לתורה, און א שטילער אידל פון וועם מען קען נישט הערן קיין קרום ווארט - קוים א ווארט בכלל.
די שכנים און גוטע פריינט האבן זיך יעצט צוזאמגענומען אים ארויסצוהעלפן חתונה מאכן די צוויי חתנים, ווען מען האפט אז עס זאל אויך אריינקומען עפעס געלט צו קענען באצאלן די חובות וואס האבן זיך אנגעזאמלט פון פריערדיגע חתונות, אז דער איד זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין מיט ישוב הדעת, און קענען אנגיין מיט זיין רואיגן און פרייליכן לעבן אן קיין שווערע דאגות.
איך האב געזאגט "הנני" צו דעם הכנסת כלה קאמפיין, נעמענדיג א ציל פון עטליכע טויזנט דאלער - אויף דערווייל, און מיין האפענונג איז אז מיינע גוטע פריינט דא וועלן מיך צוהעלפן און שטיין צו די האנט, ווייל דער צוועק איז מיר זייער נאנט צום הארץ.
מען קען זיך משתתף זיין דורך קליקן אויף דעם לינק: https://www.dryveup.com/samach/2886 (עס איז אויך דא א טעלעפאון נומער, אין פאל איר האט א פאליסי קעגן שענקען אנליין. פארבינדט אייך מיט אונז אין אישי דערוועגן).
[די קאמפיין איז נאכנישט לעבעדיג, אבער זונטאג-מאנטאג ווען עס גייט זיין לעבעדיג, וועל איך לכאורה זיין מער פארנומען, אלזא, זריזין מקדימין למצוות, און איך בעט אייך, ביטע העלפט מיר זיין א "שכן טוב"].
(יישר כח פאר די פאר אידן וואס האבן זיך אנגערופן אויף מיין רוף, נאכדעם וואס איך האב זיי ארויסגעשיקט א טעקסט דערוועגן).
עסקנים און צוהעלפער ווערן געזוכט | גרויסצוגיגע פלענער געפלאנט | שאלות ותשובות סעסיעס - ווי געווענליך | און נאך