העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

טייערע ברידער, תושבי אייוועלט היקרים!

איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט געבעטן געלט פונעם ציבור, אריינגערעכנט די יערליכע שנאר אקציע פאר רינואל (אגב, די היי יעריגע שבתון איז נאכנישט פראקלאמירט געווארן. כ'האב געמיינט מען וועט רעדן דערפון ביים גראנדיעזן אוונט דעם פארלאפענעם זונטאג - גערופן 'רי-יוניאן' פאר אלע איבער טויזנט מנדבי כליות, אבער איך האב נישט געהערט קיין ווארט דערוועגן [אפשר ווייל בשעת די רעדעס בין איך געווען אינדרויסן און געשמועסט מיט טורקס, שלמה גאמבא, ידידינו ר' הערליך און מיין חשוב'ער זוהן]), די איינמאליגע אייוועלט מקוה אקציע אין וואס א שיינע צאל פון אונזערע מיטגלידער זענען געווען אקטיוו, און דא-דארט נאך אן אקציע.

אבער הפעם, יעצט, קום איך דאס ערשטע מאל קאמפיינען פאר א יחיד, און נישט סתם א יחיד, נאר אן אחד המיוחד.

די רעדע איז פון א טייערער איד וועלכער וואוינט הארט נעבן מיר, א איד א צדיק במלוא מובן המילה.

ווען מען רעדט אמאל פון אן ערליכער איד, מיינט מען אים.

דער איד האט ב"ה אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב לשם ולתפארת, און שוין חתונה געמאכט קרוב צו א מנין קינדער, ווען ער האט נאך עטליכע אין שטוב חתונה צו מאכן.

צו די יעצטיגע צייט האט ער צוויי חתנים אינדערהיים, און מוטשעט זיך שווער צונויפצושטעלן די פארלאנגטע סומעס געלט זיי צו קענען חתונה מאכן בשעטומ"צ.

מען רעדט נישט פון א בנש"ק, מען רעדט נישט פון איינער וואס דרייט זיך און פריידט זיך. דער איד איז א נהנה מיגיע כפו אלע זיינע יארן, ווען די לעצטע איבער דרייסיג יאר איז ער שוין א מלמד מומחה פאר אידישע קינדער.

ער וואוינט נישט לוקסעריעז, אין פאקט וואוינט ער שוין צענדליגער יארן אין דעם זעלבן פארשימעלטן כאטקע וואו ער האט אויפגעהאדעוועט רוב פון זיינע קינדערלעך, און טוט אלעס וואס ער קען צו קענען איבערלעבן דעם טאג טעגליכן און פארהייראטן די קינדער.

איך זאג אייך נאכאמאל, ביודעי ומכירי קאמינא, דער איד איז א ירא שמים מרבים, א קובע עתים לתורה, און א שטילער אידל פון וועם מען קען נישט הערן קיין קרום ווארט - קוים א ווארט בכלל.

די שכנים און גוטע פריינט האבן זיך יעצט צוזאמגענומען אים ארויסצוהעלפן חתונה מאכן די צוויי חתנים, ווען מען האפט אז עס זאל אויך אריינקומען עפעס געלט צו קענען באצאלן די חובות וואס האבן זיך אנגעזאמלט פון פריערדיגע חתונות, אז דער איד זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין מיט ישוב הדעת, און קענען אנגיין מיט זיין רואיגן און פרייליכן לעבן אן קיין שווערע דאגות.

איך האב געזאגט "הנני" צו דעם הכנסת כלה קאמפיין, נעמענדיג א ציל פון עטליכע טויזנט דאלער - אויף דערווייל, און מיין האפענונג איז אז מיינע גוטע פריינט דא וועלן מיך צוהעלפן און שטיין צו די האנט, ווייל דער צוועק איז מיר זייער נאנט צום הארץ.

מען קען זיך משתתף זיין דורך קליקן אויף דעם לינק: https://www.dryveup.com/samach/2886 (עס איז אויך דא א טעלעפאון נומער, אין פאל איר האט א פאליסי קעגן שענקען אנליין. פארבינדט אייך מיט אונז אין אישי דערוועגן).

[די קאמפיין איז נאכנישט לעבעדיג, אבער זונטאג-מאנטאג ווען עס גייט זיין לעבעדיג, וועל איך לכאורה זיין מער פארנומען, אלזא, זריזין מקדימין למצוות, און איך בעט אייך, ביטע העלפט מיר זיין א "שכן טוב"].

(יישר כח פאר די פאר אידן וואס האבן זיך אנגערופן אויף מיין רוף, נאכדעם וואס איך האב זיי ארויסגעשיקט א טעקסט דערוועגן).

עסקנים און צוהעלפער ווערן געזוכט | גרויסצוגיגע פלענער געפלאנט | שאלות ותשובות סעסיעס - ווי געווענליך | און נאך
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

WOW!!!!!!!

איך האלט נאך אינמיטן איבערליינען מיין אריינפיר צום אשכול (יא, איך בין פון די 'פערפעקטע' מענטשן וואס מוזן יעדע לענגערע תגובה איבערליינען און מגיה זיין...), און מיין טעלעפאון צעזינגט זיך און פארציילט די גוטע נייעס, אז איינער האט אריינגע'טשיפ'ט...

איך כאפ א בליק אויפ'ן פענסטערל פונעם קליינעם פליפ פאון, און עס שרייבט זיך אויף קליפ און קלאר, אז איינער "אבימלך" האט זיך געעפנט דעם טייסטער און נישט מער און נישט ווייניגער ווי אריינגעשליידערט א גאנצע הונדערטער צום צוועק!!!

אבימלך, ביסט א איד א צדיק וואס האט זיך געפירט ווי דער הייליגער רמב"ן עצה'ט, וואס דער הייליגער בארדיטשובער ברענגט נאך אין זיין נאמען, "אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ" - אז צו יעדע התעוררות דארף מען תיכף ומיד שאפן א כלי קיבול וואו עס זאל אריינגיין און זיך האלטן.

האסט געקענט זאגן 'באלד', 'שפעטער', 'נישט יעצט' אדער גאר קיינמאל... אבער ניין, נישט אזא פריינט ווי אבימלך וועט לאזן א פריינט זיך מוטשענען.

יישר כח, ביסט א צדיק! זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן, און ווייטער קענען מהנה זיין אידישע קינדער מיט געשמאקע זאפטיגע באריכטן און בילדער.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ראש חודש שבט תשפ"ד

ב"ה, דער טאג/חודש האט זיך אנגעהויבן גוט, ווען תיכף נאך מעריב האב איך באמערקט א מעלדונג אויפ'ן טעלעפאון אז איינער האט זיך וויסנדיג געמאכט פון מיין אפיעל.

איינער @באגלייבט האט זיך אנגערופן ווארעם מיט א נתינה פון צוויי און זיבעציג דאלער, כמנין חס"ד (און דער שם ע"ב). זאלסטו זיין געבענטשט און זוכה זיין צו זען חסדים טובים.

פון בלויז פינף נתינות אויף מיין בלעטל, האב איך שוין ב"ה פארשאפט 318 דאלער (כמנין 'אליעזר', 'שיח')

אבער דער קאמפיין האט זיך קוים אנגעהויבן, מיר האבן נאך א לאנגע וועג צו גיין, און מיר קוקן ארויס אויף יעדע נתינה (שטילערהייט: אפילו קלענערע) צו העלפן דעם חשוב'ן איד (וועלכער זיצט יעצט אין שול אריינגעזינקען אין א משניות, וואס ער לערנט טעגליך בעיון רב ונמרץ. א מסכתא משניות דויערט אים וואכן און חדשים אדורכצוטון, מיט א גאנצע טוץ מפרשים).
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לייג איך מיר אזוי אראפ אויף די פארנאכטס דרימל, צו האבן דעם קאפ גראד ביים לערנען מיט'ן אוונט חברותא, אבער דעם טעלעפאון פארלעש איך נישט, ווייל איך בין דאך נישט אזא פארנומענער פערזאן... ווער גייט מיך רופן אין די פאר מינוטקעלעך וואס איך שפאר זיך אן?

האב איך אבער פארגעסן אז ביים דאזיגן קאמפיין, צום ערשטן מאל פון אלע קאמפיינס, באקום איך א טעקסט מעסעדזש מיט יעדע פרישע נדבה...

האב איך זיך ב"ה אויפגעוועקט צו גוטע נייעס! [שוין געווען גענוג לאנג דער דרימל, בלי חשש גזל שינה כלל וכלל]

ר' @ליינער האט אריינגעשליידערט אכצן דאלער אין מיין קאמפיין, און ווי נאר איך ענדיג קוקן דעם טעקסט קומט אן א פרישע, אז ר' אנאנימער האט אויך אריינגעשליידער אן אכצענער! דאס איז דאך ממש חי חי יודוך וישבחוך, צוויי אכצענערס הבאים כאחד!

און ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, יעצט בשעת'ן אפקלאפן די דאזיגע שורות, הער איך א קלאנג פונעם לינקן הויזן טאש, און יא... נאך א איד האט זיך אנגערופן ווארעם צום קאמפיין!

ר' @ב שלום האט געשאנקען ניין און ניינציג דאלער! אוי, לאמיר שנעל טראכטן עפעס א גימטריא דערויף... צ"ט? כמנין?

אקעי, כמנין די צ"ח קללות + די מכה אשר לא כתובה בתורה... זאל ער טאקע ניצל ווערן פון אלעם בייזן ברוחניות ובגשמיות.

און איך וואונטש די דאזיגע דריי מנדבים, און אויך אלע פריערדיגע און קומענדיגע, צו זוכה זיין צו כל טוב וטוב, אך טוב וחסד ירדפוכם כל ימי חייכם, און איר זאלט קיינמאל דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלואתם, מיט נחת פון די קינדער און זיי קענען חתונה מאכן בניקל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

זעץ איך מיך אראפ צום סעודת ראש חודש (גראדע א מילכיגע, ס'דאך דאך מיטוואך), און פלוצלונג באקום איך א מעלדונג אז @כרוספדין האט גענומען די מי און געלט און אריינגעווארפן אכצן דאלער צו אונזער צוועק!

זאלסטו זיין געבענטשט און גליקליך, לאנג לעבן זאלסטו!

פאר די וואס ווייסן נישט, @כרוספדין טוט שטילערהייט אסאך פאר אייוועלט, ווען ער שיקט אונז אריין כסדר הצעות וויאזוי מען קען פארבעסערן די אשכולות קעפלעך, צב"ש דורך צולייגן די יארצייט טאג און שנת הפטירה פון א צדיק. זכותם יגן עליך ועלינו.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מען האלט שוין כמעט ביים בענטשן פון די גרויסארטיגע סעודת ראש חודש, די צווייטע סלייס קעז קוכן איז שוין פארפארטיגט, ווען מען באקומט א זענדונג אז אן אנאנימער איד האט אריינגעשליידערט זעקס און דרייסיג דאלער צום קאמפיין!

תשואת חן חן ל"ו, און זאלסט זוכה זיין צו זיין פון די ל"ו צדיקים שבדור (אויב דו ביסט נאכנישט...), אדער עכ"פ צו קענען שטיצן די צדיקים שבדור, וואס אונזער נויטבאדערפיגער איז פון זיי - לויט מיינע ארימע ידיעות און השגות.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קוקט אויס ווי איך וועל נישט קיין מנוחה האבן ב"ה...

נאכנישט געשיקט די פריערדיגע תגובה, און ער קיצלט ווייטער מיט א מעלדונג אז @קאנספיראציע האט אריינגעשאסן א פופציגער (נישט די ניק) אינעם קאמפיין!

זאלסטו זוכה זיין צו די נ' שערי בינה, ללמוד וללמד לשמור ולעשות, און מיר זאלן שוין זיין צו ומלאה הארץ דעה את ה' - ווען אלע קאנספיראציעס וועלן בטל ווערן...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דער שר החסד פון אייוועלט האט באקומען א מעלדונג אז מען נויטיגט זיך אין הילף, האט ער אנגאזשירט נאך איינעם פונדרויסן וואס זאל 'מעטשן' זיין נדבה, און אזוי האב איך באקומען צוויי נדבות אינאיינעם פון זעקס און דרייסיג דאלער, ווען אינאיינעם אריין (נוסח ר' יו"ט ערליך) איז עס צוויי און זיבעציג, טאקע כמנין "חסד" - דאס לעבן און שאפן פון דעם נדבן.

יישר כח @קנאפער ידען בכפליים, סיי פאר דיין נדבה, און סיי פאר'ן ברענגען דעם מעטשער צום טיש. זאלט איר ביידע געבענטשט ווערן בכל טוב, און זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.

כביכול ביים באשעפער זאגט מען, אז די גרעסטע הנאה וואס ער האט, איז ווען ער קען שענקן שכר פאר זיינע אידעלעך דא אויף דער וועלט. לענינינו, דיר קען מען וואונטשן אז דו זאלסט זוכה זיין ווייטער צו טון חסדים טובים מיט עם ישראל, ווייל פון דעם שעפסטו חיות און אויף דעם האסטו געווידמעט דיין לעבן!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6617
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אז ממאכט געלט איז גוט.. געווענדליך גייט עס נישט אזוי גרינג... אפשר אז די מנהל וועט שרייבן א פארזעצונג וועט דער עולם געבן מער...

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9958
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:37 pm
קוקט אויס ווי איך וועל נישט קיין מנוחה האבן ב"ה...

נאכנישט געשיקט די פריערדיגע תגובה, און ער קיצלט ווייטער מיט א מעלדונג אז @קאנספיראציע האט אריינגעשאסן א פופציגער (נישט די ניק) אינעם קאמפיין!

זאלסטו זוכה זיין צו די נ' שערי בינה, ללמוד וללמד לשמור ולעשות, און מיר זאלן שוין זיין צו ומלאה הארץ דעה את ה' - ווען אלע קאנספיראציעס וועלן בטל ווערן...
@פופציגער זעה אז מען זאל דיך יא מיינען… שמייס אריין מיט א שיינע נדבה!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:05 pm
איינער @באגלייבט האט זיך אנגערופן ווארעם מיט א נתינה פון צוויי און זיבעציג דאלער, כמנין חס"ד (און דער שם ע"ב). זאלסטו זיין געבענטשט און זוכה זיין צו זען חסדים טובים.
אמן! שכח.
גיי קראכן
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2023 10:12 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי קראכן »

אפשר קען די מנהל מאכן אז ווען מ'געט א געוויסע סכום געלט וועט די מנהל ארויסלייגן א קאפיטל פון די אוועקגעבן די ניר טאגבוך, למשל יעדע מאל איינער געט $370 כמנין 'שכן' לייגט די מנהל ארויס נאך א קאפיטל.
😝
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

enjoy האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:51 pm
אז ממאכט געלט איז גוט.. געווענדליך גייט עס נישט אזוי גרינג... אפשר אז די מנהל וועט שרייבן א פארזעצונג וועט דער עולם געבן מער...
אויב ס'גייט שוואכער ווי אן אנדערע מאל, איז עס וויבאלד איך ענדזשוי נישט די עסקנות פון @enjoy ...

דזשאסט קידינג. א פארזעצונג איז סייווי אין פלאן אי"ה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גיי קראכן האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 10, 2024 9:42 pm
אפשר קען די מנהל מאכן אז ווען מ'געט א געוויסע סכום געלט וועט די מנהל ארויסלייגן א קאפיטל פון די אוועקגעבן די ניר טאגבוך, למשל יעדע מאל איינער געט $370 כמנין 'שכן' לייגט די מנהל ארויס נאך א קאפיטל.
די ניר טאגבוך איז גאר פריוואט, איך שיק עס נאר פאר פאטענציעלע ניר נדבנים, וועלכע זענען מעיד אז דאס העלפט זיי מאכן דעם באשלוס.

אבער אויב איינער געבט טאקע א ריזן סומע, קען מען פארלאנגען פריוואטליך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צוריק צום ענין...

איינער שטייט שוין איבער א שעה צייט און טוט ריפרעשן דעם בלעטל אויף @תולה ארץ ... ער ווארט און קוקט ארויס צו באקומען זיין פארדינטן יישר כח.

וואס זאל איך טון אז מיין חברותא האט אריינגערופן, און אינמיטן לערנען איז די וועלט געשטארבן (והא ראי', קיין איין פרישע נדבה איז נישט אריינגעקומען דורכאויס די גאנצע לערנען צייט...)

אלזא, יישר כח @תולה ארץ פאר די שיינע נדבה פון זעקס און דרייסיג דאלער [די פנימיות פון דיין ניק ערשטע נאמען פון די ניק ת'ול'ה].

זאלסט זוכה זיין צו בני חיי ומזוני רויחא און סייעתא דשמיא, און הצלחה אין אלע דיינע אונטערנעמונגען!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

האלט איך זוי אינמיטן שרייבן מיין טאגבוך (פעלט אויס צו ליינען א לינק? זוכט אויף אין די היימישע קרעטשמע אפטיילונג פאר די 'פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ' טאגבוך, איר וועט האבן וואס צו טון פאר לאנגע שעות), ווען איינער שטערט מיך מיט א נדבה פון צוויי דאלער... זיין נאמען דארט איז "יצמח פורקניה", אומבאקאנט אויב יא די ניק אדער נישט די ניק

אלנפאלס, די צוויי דאלער זענען ריכטיג צדקה (דערצו מתן בסתר), און דו וועסט באקומען דערפאר שכר אויף יענע וועלט, און אויך אויף די וועלט - זייענדיג א צוועק פון הכנסת כלה וואס אדם אוכל פירותיהן בעולם הזה

זאלסטו טאקע אויך געשטערט ווערן דורך מתנות טובות, מען זאל דיך באווארפן מיט געלט און אנדערע השפעות טובות.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס איז שוין געווען נאך חצות הלילה, א צייט ווען איך ערלויב שוין נישט פאר מיינע באקאנטע מיך צו טעקסטן (אופס, די סעקונדע אריינגעקומען א פרישע טעקסט... ב"ה דורך א נתינה, זע שפעטער), אבער איך באקום א מעלדונג אז אן אנאנימער אידל האט אריינגעווארפן א צענער אין מיין קאמפיין!

זאל ער זוכה זיין צו האבן געזונטע 'צענער'... (מיר שטייען דאך אין ר"ח, און ביי קידוש לבנה בעט מען ניצל צו ווערן פון כאב שיניים), און אלעס וואס ער וואונטשט זיך זאל מקויים ווערן.

---

די יעצטיגע נתינה איז פון א וועטעראן שרייבער דא אויפ'ן וועלטל, בעיקר אין די מלחמה אשכולות, און ער געבט - נישט מער און נישט ווייניגער - כמנין "באמבע"...

איר האט עס שוין אויסגערעכנט, אדער איר ווארט איך זאל עס ארויסשרייבן?

אקעי, דער איד וואס געבט זיך אן ברבים אלס "גילוי" (מסתמא וויל ער בלייבן אנאנים), האט געשיקט "הונדערט און פופצן דאלער"!

וואס מאכט מיך האפן אז דער נעקסטער זאל געבן כמנין דראון... קלאסטער... אדער טאטשקע...

יעצט דארף איך טרעפן עפעס א רמז אויף הונדערט און פופצן? נאך א מזל ס'דא גוגעל אויף דער וועלט...

הונדערט און פופצן באטרעפט "חזק" - חזק חזק ונתחזק!

אויך טוט צדקה מקרב זיין די גאולה, און הונדערט און פופצן באטרעפט "חכה לו כי בא יבא" (א פסוק אין חבקוק, עס האט א שיינע ניגון אויך)

זאל ער זוכה זיין צו אלעס גוטס, געזונט, פרנסה און נחת און כל טוב סלה!




עס איז שוין גאנץ שפעטליך ביינאכט, אבער די נדבות פליסן ב"ה אריין...

איינער עפשטיין'ס בעקערי שיקט אריין דריי און צוואנציג דאלער, מיט א טשעלענזש צו טרעפן א גימטריא דערפאר...

איז קודם כל, די סנהדרי קטנה איז באשטאנען פון כ"ג, און זיי האבן געקענט דן זיין דיני נפשות. אלזא, נפש תחת נפש, זאלסט זוכה זיין צו ווערן דערקוויקט נפשיות'דיג בשכר פון דערקוויקן דעם אידישן נפש פאר וועמען איך זאמל (און מיין נפש איז אויך נישט קיין ראזשינקע...)

גוגעל טענה'ט אז דאס באטרעפט "חיה", נו, זאלסטו האבן א גוט לעבן און א לאנג לעבן, און בעיקר א לעבעדיגע פרייליכע (בגימטריא אויך 'חדוה') לעבן מיט אלעם גוטן!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עס ווערט שוין שפעטליך, איך דארף שוין קריאת שמע ליינען, וועל איך בלויז באדאנקן אלע גוטע אידן וואס האבן זיך דערווייל אנגערופן. איר זענט וואוילע פיינע מענטשן מיט גוטע הערצער, און איר האט מיך מחיה געווען מיט אייער הילף און שטיצע.

מיט אייער הילף האב איך דערגרייכט דורך "18" נדבנים צו די הערליכע סומע פון "815" דאלער!

מארגן איז אויך א טאג, און האפנטליך וועלן מיר זיין אקופירט מיט דעם אשכול א גוטע פאר מאל במשך דעם טאג, ביז מיר וועלן בעז"ה גרייכן דעם ציל און אויפרעכטן מיין שכן טוב.

א גוטן חודש און א גוטע נאכט.
עפשטיין בעקעריי
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:12 pm
לאקאציע:ב.פ.

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפשטיין בעקעריי »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:50 am


איינער עפשטיין'ס בעקערי שיקט אריין דריי און צוואנציג דאלער, מיט א טשעלענזש צו טרעפן א גימטריא דערפאר...

איז קודם כל, די סנהדרי קטנה איז באשטאנען פון כ"ג, און זיי האבן געקענט דן זיין דיני נפשות. אלזא, נפש תחת נפש, זאלסט זוכה זיין צו ווערן דערקוויקט נפשיות'דיג בשכר פון דערקוויקן דעם אידישן נפש פאר וועמען איך זאמל (און מיין נפש איז אויך נישט קיין ראזשינקע...)

גוגעל טענה'ט אז דאס באטרעפט "חיה", נו, זאלסטו האבן א גוט לעבן און א לאנג לעבן, און בעיקר א לעבעדיגע פרייליכע (בגימטריא אויך 'חדוה') לעבן מיט אלעם גוטן!
כ'מיין אז די סנהדרי קטנה האט נישט געקענט פסק'ענען דיני נפשות
אבער חיה איז אפראווד
רבותי
גייטס לייקן און די מאסן
viewtopic.php?p=5080355#p5080355
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עפשטיין בעקעריי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:58 am
לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:50 am


איינער עפשטיין'ס בעקערי שיקט אריין דריי און צוואנציג דאלער, מיט א טשעלענזש צו טרעפן א גימטריא דערפאר...

איז קודם כל, די סנהדרי קטנה איז באשטאנען פון כ"ג, און זיי האבן געקענט דן זיין דיני נפשות. אלזא, נפש תחת נפש, זאלסט זוכה זיין צו ווערן דערקוויקט נפשיות'דיג בשכר פון דערקוויקן דעם אידישן נפש פאר וועמען איך זאמל (און מיין נפש איז אויך נישט קיין ראזשינקע...)

גוגעל טענה'ט אז דאס באטרעפט "חיה", נו, זאלסטו האבן א גוט לעבן און א לאנג לעבן, און בעיקר א לעבעדיגע פרייליכע (בגימטריא אויך 'חדוה') לעבן מיט אלעם גוטן!
כ'מיין אז די סנהדרי קטנה האט נישט געקענט פסק'ענען דיני נפשות
אבער חיה איז אפראווד
ב"ה אז עפעס ווייס איך נאך... עס איז א משנה מפורשת אנהייב סנהדרין אז יא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוט מארגן, א גוטן חודש

חברה, איך בין שפראכלאז!

ר' @ארחיקה נדד האט אריינגעשאסן מיט א פלאטשקע גאנצע "פינף הונדערט דאלער" אינעם צדקה קאסע!!!

(ער שרייבט צו אז דאס איז צו פארגיטיגן פאר'ן אויפהאלטן אין פאטאל - זע טאגבוך ראדאשיץ-ראדאוויץ, אבער איך ווייס נישט וואס דאס מיינט...)

מיין מויל איז נאך טרוקן (כ'האלט פאר די קאווע), איך קען נאכנישט וואונטשן מיט זאפט... אבער דער אויבערשטער איז דאך לא ינום ולא יישן, ער איז קיינמאל פארשלאפן און שפראכלאז, און ער וועט אים בענטשן כיד ה', מיט אזא רחבות כימי השמים על הארץ (א מהלך פון פינף הונדערט יאר)

זאלסטו זוכה זיין צו זען ליכטיגע אידישע נחת ביי אלע דיינע קינדערלעך און אייניקלעך אי"ה, זאלסט זען ברכה והצלחה אין דיין ארבעט, און זיין געזונט און שטארק מיט די ב"ב אינאיינעם און דערלעבן משיח'ן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שרייבנדיג, קומט אריין די גוטע נייעס, אז נאך א ידיד, פאקטיש א @ידיד כל חי , האט זיך אנגערופן מיט א הערליכע נתינה פון פופציג דאלער!

יישר כח פאר דיין ארבעט אין די רוסקריינע מלחמה [ס'זיכער נישט גרינג צו מעלדן יעדן טאג די צאל אומגעקומענע, און ברענגען דעם בריטישן שפיאנאזש באריכט מיט די ISW באריכט], זאל השי"ת העלפן אז אלע מלחמות זאלן זיך שוין אפשטעלן, לא ישא גוי אל גוי חרב וגו', און עס זאל הערשן שלום ושלוה אויף דער וועלט.

און דו זאלסט געבענטשט ווערן מיט 'כל' הברכות האמורות בתורה [בגי' 50], בכל מכל 'כל', און טאקע זיין ידיד 'כל' חי, וכל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו.
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

דו (אנטשולדיגט, איר זענט) ביזט פיינע נייעס,
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28476
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

@חסד השם האלט זיך טריי צו זיין נאמען, אדער עכ"פ די ערשטע האלב דערפון... מיט'ן אריינגעבן צוויי און זיבעציג דאלער צום קאמפיין.

דאס איז א ריכטיגע חסד של אמת, שאינו מצפה לתשלום גמול, און דער בעל החסד זאל דיך באצאלן מיט אך טוב וחסד מתחת ידו הרחבה והמלאה.

---

מיין זוהן (אונטערן' נאמען "כל שהוא ובנו") האט זיך אנגערופן גאר ווארעם, מיט הונדערט און איין דאלער כמנין מיכא"ל

אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים למאה פעמים ואחד, ביי מאה פעמים ואחד הייסט מען אן עובד אלקים (גמ' חגיגה)

זאלסט זוכה זיין צו זען אסאך אידיש נחת ביי די קינדער און ביי די תלמידים, און ווייטער קענען מרביץ תורה זיין רבות בשנים ולהעמיד תלמידים הרבה

אגב, עס איז א מחי' גמור צו לערנען מיט דיר בחברותא, השי"ת זאל אונז ווייטער געבן געזונט און לעבן און מיר זאלן ווייטער קענען ממשיך זיין מיט ושננתם לבניך ודברת בם

---

אן אנאנימער איד האט אריינגעשיקט אכצן דאלער צום קאמפיין, חיו יחי' - לעבן זאל ער לעבן, און חי מיינט אויך געזונט, זאל ער זיין געזונט און שטארק און עס זאל אים קיינמאל גארנישט פעלן.

----

דער טאג האט זיך ב"ה אנגעהויבן מיט'ן פולן טעמפא, און די גוטע נייעס איז אז איך בין בס"ד גרייט צו ווערן געשטערט יעדע פאר מינוט מיט א פרישע נדבה...

דערווייל האבן מיר צוזאמגעזאמלט 1,556 דאלער פון 23 חשוב'ע נדבנים, כה יתן ה' וכה יוסיף, וכולם יתברכו ממעון הברכות בכל מילי דמיטב.

א גוטן חודש!
אוועטאר
מאנסימאן
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:59 am

Re: העלפט מיר זיין א "שכן טוב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסימאן »

דארט אויפן לינק איז דא א חשש גילו, נישט אזוי? מען דארף דאך אריין שרייבן "full name"? אדרעסס?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”