רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

dovidal האט געשריבן: רבי שלמה יעקב יוסף בן רבי יהודה אהרן (קלוגר) מבראדי זי"ע [ספר החיים] תרכ"ט ומנו"כ בבראדי
איפה כתוב ששמו היה שלמה יעקב יוסף ?

כך כתב נכדו ר' יהודה אהרן בן בנו ר' אברהם בנימין בספר 'תולדות שלמה' - וששם 'יעקב יוסף' נשתקע מחמת חולי (?)
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

הסרפד האט געשריבן:

תודה רבה
הוא בעצמו אינו מזכיר שמו המלא בשום ספר ופלא הוא
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

dovidal האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן: רבי שלמה יעקב יוסף בן רבי יהודה אהרן (קלוגר) מבראדי זי"ע [ספר החיים] תרכ"ט ומנו"כ בבראדי
איפה כתוב ששמו היה שלמה יעקב יוסף ?

כך כתב נכדו ר' יהודה אהרן בן בנו ר' אברהם בנימין בספר 'תולדות שלמה' - וששם 'יעקב יוסף' נשתקע מחמת חולי (?)

תודה רבה
הוא בעצמו אינו מזכיר שמו המלא בשום ספר ופלא הוא

ער שרייבט די נאמען אין זיין צוואה
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ויתן לך האט געשריבן:

ווי קען איך דאס זעהן ? יישר
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע:אין ביבליאטעק

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

dovidal האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן: רבי שלמה יעקב יוסף בן רבי יהודה אהרן (קלוגר) מבראדי זי"ע [ספר החיים] תרכ"ט ומנו"כ בבראדי
איפה כתוב ששמו היה שלמה יעקב יוסף ?

כך כתב נכדו ר' יהודה אהרן בן בנו ר' אברהם בנימין בספר 'תולדות שלמה' - וששם 'יעקב יוסף' נשתקע מחמת חולי (?)

תודה רבה
הוא בעצמו אינו מזכיר שמו המלא בשום ספר ופלא הוא

ער שרייבט די נאמען אין זיין צוואה

ווי קען איך דאס זעהן ? יישר

https://beta.hebrewbooks.org/pagefeed/h ... &view=FitH
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אריינגעכאפט א דאפעלטע ברכה
און וויען האט נאך די ערשטע וועלט קריג געוואוינט אן אלטער יוד וועלכער האט אלץ בחור משמש געוועהן בקודש אלץ הויז בחור ביי ר' שלמה קלוגער פלעגט דער יוד דערציילן די מעשה:
אין מיין יוגנד בין איך געוועהן א משמש ביים בראדער מגיד- ר' שלמה קלוגער, ר' שלמה קלוגער האט געהאט א מנהג אז ער אליין בכבודו ובעצמו פלעגט צוגרייטן און קאכן די פיש לכבוד שבת קודש מיט די אייגענע הענט פלעגט ער צושניידן די פיש אויסרייניגן זאלצען און אויפשטעלין קאכן אזוי ווי די גמרא דערציילט אין קידושין אויף רבא (רבא מלח שיבוטא)
איינמאהל אין א פרייטאג- ערב שבת קודש איז געקומען צום בראדער מגיד זייער א שווערע שאלה וואס האט געפאדערט א באלדיגן ענטפער מ'האט נישט געקענט אפשטופן האט דער מגיד צו מיר געזאגט "איך גיי אריין אין צימער מעיין זיין אין די שאלה איך האב נישט קיין צייט צו צוגרייטן די פיש אזוי ווי געווענטליך, דערפאר גיי דו צוגרייטען די פיש אנשטאט מיר, און איך האב מיך טאקע גענומען גרייטן די פיש.
ווען ר' שלמה קלוגער האט שפעטער געענדיגט מעיין זיין אין די שאלה האט ער שוין געטרפאן די פיש אין טאפ בשעת'ן קאכן רופט ער זיך אן צו מיר "האסט זיכער ארייגעשניטן אין די גאל ביים אויפשניידען די פיש! (יענע פיש אז מ'האט זיי אריינגעשטנצען אין די גאל זענען זיי געווארן ביטער און מ'האט עס שוין נישט געקענט עסן) האב איך אים געענפערט "ניין רבי איך האב אכטונג געגבען נישט אריינצושניידען אין די גאל אבער פארוואס איז דער רבי מיך אומזיסט חושד? ווייל איך בין אן אלטער בחור און דערצו א פארלאזטער יתום קומט דער רבי מיט מיר טשעפען פארוואס קומט דאס מיר? אזוי האב איך אויסגעגאסען מיין ביטער הארץ אויף דעם ווערטל וואס ער האט מיט מיר געמאכט.
ווען ער האט דאס געהערט האט ער מיך גענומען איבערבעטן אויף אלע אופנים אבער ס'האט גארנישט געהאלפען און איך האב מיך נישט געלאזט איבערבעטן, ביז ענדליך האט ער מיר געפרעגט וואס ווילסטו איך זאל פאר דיר טוהן כדי דו זאלסט מיך מוחל זיין? האב איך אים געענפערט "איך בין אן אלטער בחור, א יתום, און ס'גייט מיר נישט קיין שידוך אויב דער רבי וועט מיך בענטשן אז איך זאל שנעל ווערן א חתן און אז איך זאל דערצו לעבען א גוט לעבן מיט נחת און אריכת ימים וועל איך אייך מוחל זיין, דער רבי האט מיך געבענטשט מיט אלע ברכות און איך האב אים מוחל געוועהן.
די ברכה איז באלד מקוים געווארן ס'האט נישט לאנג געדויערט און איך בין געווארן א חתן איך האב ב"ה געלעבט א גוט לעבן מיט פרנסה בריוח און אלעס גוטס.
א צייט שפעטער בין איך געוועהן מיט א קוויטל ביי רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע און איך האב אים דערלאנגט דאס קוויטל אזוי ווי ער האט נאר אריינגעקוקט אין קוויטל האט ער זיך צו מיר אנגערופען "דו האסט דאך שוין א ברכה פונ'ם בראדער מגיד! נאר מאיר וועט צולייגן: מיט די ווייב אינאיינעם!
די מעשה האט דער יוד דערציילט שנת תרע"ט ווען ער איז דעמאלט אלט געוועהן הונדערט און דריי יאהר און זיין ווייב האט נאך געלעבט !
זכותו יגן ועל כל ישראל, אמן !
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Ban Mazel האט געשריבן: [b]אריינגעכאפט א דאפעלטע ברכה
]און וויען האט נאך די ערשטע וועלט קריג געוואוינט אן אלטער יוד וועלכער האט אלץ בחור משמש געוועהן בקודש אלץ הויז בחור ביי ר' שלמה קלוגער פלעגט דער יוד דערציילן די מעשה:
,,,,,,,

מקור??
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

קיקיון האט געשריבן:
Ban Mazel האט געשריבן: [b]אריינגעכאפט א דאפעלטע ברכה
]און וויען האט נאך די ערשטע וועלט קריג געוואוינט אן אלטער יוד וועלכער האט אלץ בחור משמש געוועהן בקודש אלץ הויז בחור ביי ר' שלמה קלוגער פלעגט דער יוד דערציילן די מעשה:
,,,,,,,

מקור??

פון א גליון וואס איז ארויס געקומען דורך ישיבת באבוב בני ציון
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

רבי שלמה קלוגער האט געהאט געוואלדיגע כשרונות, אלץ קינד פון זעקס יאהר האט ער שוין מחדש געוועהן חידושים בהלכה וואס מען האט זיי באוואונדערט! די גדולי ישראל פון זיין דור האבן באוואונדערט זיין גרויסקייט אין לערנען, ווען ער איז אנגעקומען קין "בראד" און ער האט גערעדט אין לערנען מיט דעם מאור הגולה הגאון הקדוש רבן של ישראל רבי אפרים זלמן מרגליות [בעמח"ס שו"ת בית אפרים "מטה אפרים" ועוד] איז ער אזוי נתפעל געווארן אז ער האט אויף אים געזאגט אז רבי שלמה קלוגער איז א "ספר תורה ממש" און ער שרייבט אויף אים "סיני ועוקר הרים, שלמה שמו ושלימה משנתו" דער צאנזער רב זי"ע שרייבט אויף אים (שו"ת ד"ח, אה"ע ח"ב סימן קל"ד) "גאון הדור המגיד" דער מופת הדור הגאון האמיתי הישועות יעקב, זצ"ל האט זייער שטארק געהאלטין פון אים, אויך הרה"ק רבי אליעזר'ל פון דזיקוב זי"ע וואס איז געווען אלץ יונגערמאן אין די שטאדט ראווא, וואס אויך רש"ק איז געווען דארט, האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים אז זיין (רש"ק) תורה שיינט אין הימעל,
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

עטליכע פרטים איבער די רבנות אין בראד בשעת רבי שלמה קלוגער איז געווען דארט דער ראש בית דין, איז נאכנישט געווארן באשריבן געהעריג, און עס פעלט אסאך פרטים אין די היסטאריע, וועל איך שרייבן וואס איך ווייס, און ווער עס ווייסט וואס עס פעלט קען דאס משלים זיין.

רבי שלמה קלוגער איז געווען דער ראש בית דין פון בראד פאר לאנגע יארן, און פון בערך שנת ת"ר ווען די פריערדיגע גדולי הדור דער חתם סופר, דער חוות דעת, רבי עקיבא אייגער, די בית אפרים זענען שוין נישט דא געווען, איז ער געווען ווי דער רבן של כל בני הגולה, היות ער איז נאך איבערגעליבן פון די פריערדיגע געווארדיע און פון די עלטערע רבנים, און פון די גאנצע וועלט האט מען געשיקט צו אים שאלות, אויף וואס ער האט געענטפערט מיט אויסטערלישע חריפות.

חוץ מזה איז ער געווען א לוחם מלחמות ה' ביד רמה, ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין די ספר תולדות שלמה ווי ער האט נישט געלאזט מוותר זיין אפילו אויף א קוצו של יו"ד, און ער האט געפירט מלחמות קעגן די מתחדשים אין בראד, ווען ה' אתו צו ווייזן נסים גלויים וואס די גאנצע שטאט בראד האט איינגעזעהן זיין גרויסקייט (אגב, אין די בעלזא תולדות-ספרים שטייט אז מען האט געזאגט פאר'ן ערשטן בעלזא רב אז רבי שלמה קלוגער נעמט קוויטלעך ווי א רבי, האט ער געזאגט וואס איז די וואונדער אויף איינעם וואס לערנט תורה לשמה אז ער האט א ווארט אין הימל, און עס ווערט טאקע געברענגט אז דער חתם סופר אליינס האט אמאל געשריבן א בריוו צו רבי שלמה קלוגער און זיך אינטערגעשריבן מיט זיין מאמע'ס נאמען "משה בן רייזל").

אין תולדות שלמה שטייט אז בשעת ער איז געפארן ווערן דער רב אין בערזשאן, איז ער תיכף נישט געזונט געווארן, און ווען ער האט זיך אויפגעוועקט האט ער תיכף ומיד געזאגט אז ער זעהט אז פון הימל וויל מען נישט אז ער זאל זיין אין בערזשאן, דעמאלס איז ער צוריקגעפארן קיין בראד. אבער היות אין בראד האט מען שוין געהאט אויפגענומען אן אנדערע ראש בית דין, ממילא איז ער געבליבן אלס א מענטש פאר זיך, אבער די ראשי קהילה מיט עשירים נכבדים האבן אים פארט אויסגעהאלטן, און ער איז ווייטער געווען די עיקר כח אין שטאט, הגם די טיטל ראש בית דין האט ער שוין נישט פארמאגט, נאר פון דעמאלס און ווייטער האט מען אים גערופן "מגיד מישרים" פון בראד. (פון דעמאלס אן איז ער געווארן זייער נאנט צו הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן, ווי שוין אויבנדערמאנט אביסל).

די רב אין בראד בשעתו איז געווען עטליכע, קודם איז געווען רבי יהודה לייב תאומים וואס איז נפטר געווארן אין עלטער פון 103 יאר! בערך 4 יאר פאר ער איז נסתלק געווארן האט מען אויפגענומען רבי אלעזר לאנדא דער בעל יד המלך און זוהן פון דער נודע ביהודה אלס רב (מען האט נישט אויסגעזאגט פאר רבי יהודה לייב תאומים אז מען נעמט אויף א צווייטן, ער האט אבער איבערגעלעבט דער יד המלך וואס איז נפטר געווארן ביי א מגיפה שנת תקצ"א, צוויי חדשים פאר רבי לייב תאומים איז נפטר געווארן. די מעשה גייט אז רבי יהודה לייב תאומים דער רב האט געזעהן פון די פענסטער א מאסע מענטשן גייען באגלייטן א מטה, האט ער געפרעגט די משרתת וועמעס לוי' איז דאס, האט זי געענטפערט וואס הייסט "דער רב"....., און עס זאל הייסן אז ער האט זיך אזוי מצער געווען דערפון אז מען האט אויפגענומען א רב אינטער זיין רוקן, אז צוויי חדשים שפעטער איז ער נפטר געווארן פון צער).

נאך דער יד המלך איז געווארן רב רבי יחיאל מיכל קריסטינאפעללער, ער איז געווען דער זוהן פון דער פריערדיגע רב פון בראד הגה"ק רבי מאיר קריסטינאפאללער, וואס איז געווען רב אין בראד בעפאר רבי יהודה לייב תאומים, און נאך וואס דער יד המלך און רבי יהודה לייב תאומים זענען אוועק, האט מען אויפגענומען רבי יחיאל מיכל קריסטינאפאללער אלס רב אין בראד ווי ער איז געווען רב ביז ערגעץ אין די תר"כ יארן.

רבי יחיאל מיכל איז געווען א גאון עולם, אבער לויט ווי די היינטיגע שרייבערס שרייבן איז ער געווען עטוואס מער פארגעשריטן און זיך פארשטאנען מיט די מאדערנע פון בראד, און דעריבער האט רבי שלמה קלוגער אלס דער לוחם מלחמות ה' זיך נישט פארטראגן מיט אים (הגם דאס איז מיר א וואונדער, ווייל אין שו"ת רמ"ץ איז געדריקט א תשובה וואס איז געשריבן פאר זיי ביידע צוזאמען, און עס זעהט נישט אויס ווי עס איז געווען א גרויסע מחלוקה, אויב עפעס מער אזוי ווי א "קאלד וואר", אדרבה אויב איינער גען דאס קלאר מאכן).

ביי די באקאנטע מחלוקה איבער די מאשין מצות, אין די "ביטול מודעא" וואס די מענטשן פון רבי יוסף שאול דער שואל ומשיב זצ"ל האבן ארויסגעגעבן אנטקעגן די איסור פון הגאון רבי שלמה קלוגער אויף די מאשין, איז דא א בריוו דארט פון רבי יוסף שאול ווי ער בעט דער בראדער רב רבי יחיאל מיכל קריסטינאפעללער זאל מוכיח זיין הגאון רבי שלמה קלוגער אז ער זאל צוריקציען פון די איסור. אויף דעם איז דא דארט א בריוו פון רבי אברהם בנימין קלוגער זצ"ל בשם זיין טאטן אז עס איז נישט דא וואס צו רעדן מען ציט נישט צוריק פון די איסור, ואדרבה וכו'. (דארט שרייבט אויך רבי אברהם בנימין שיינע טיטלען אויף רבי יחיאל מיכל, ווי אויך שרייבט ער אויף אים "ידיד נפשי" וכדומה, ממילא איז מיר שווער אנצונעמען אז רבי שלמה קלוגער זאל זיך האב שארף אויסגעדריקט אויף רבי יחיאל מיכל)

אפילו ווען רבי יחיאל מיכל איז געווען דער רב אין בראד, און רבי שלמה קלוגער איז געווען א מענטש פאר זיך, בלויז מגיד מישרים, דאך איז די קהילה און די שטאט מער געווען אינטער די השפעה פון רבי שלמה קלוגער, היות ער איז געווען באקאנט אלס פוסק הדור און אלס דער גרעסטער משיב בימיו, און זיין ווארט האט געשאקלט א וועלט.

אין ספר משכנות הרועים פון הגה"צ המפורסם רבי יחיאל מיכל היבנער ז"ל איז דא א הערליכער הספד אויף הגאון רבי יחיאל מיכל קריסטאנאפעללער. זיין איידעם איז געווען רבי צבי הירש אורנשטיין בעל ברכת רצ"ה, דער רב פון לעמבערג נאך רבי יוסף שאול דער שואל ומשיב.

נאך רבי יחיאל מיכל קריסטאנאפעללער, איז געווארן רב זיין זוהן רבי מאיר קריסטאנאפעללער, און דעמאלס האט געוואוינט אין שטאט הגאון רבי אברהם בנימין קלוגער זצ"ל דער זון פון רבי שלמה קלוגער, און פון פארשידענע בריוון זעהט אויך אויס ווי זיי האבן זיך שיין פארטראגן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
שיך האט געשריבן: איך מיין אז ר' שלמה קלוגער"האלט די רעקארד" - ווי עס גייט היינט דער אויסדרוק - אלס דער וואס האט געשריבן די מערסטע אין די געשיכטע פון אידישן פאלק.

בנוסף לזה האט יעדן טאג אויסגעזאגט גאנץ תהילים!
איך האב אמאל געהערט אז די סיבה פארוואס ער האט אויסגעזאגט תהילים יעדן טאג איז ווייל ער האט חתונה געהאט נאך די צוואנציג און ער האט יעדן טאג תשובה געטוהן אויף דעם, כ'ווייס אבער נישט ווי קראנט דאס איז, ווייל ער איז געבוירן חשון תקמ"ו ד.מ. אז חשון תקס"ו איז ער געווארן צוואנציג יאר, און אייר תקס"ז איז זיין שוויגער אוועק נאכדעם וואס ער האט געגעסן א שטיק צייט קעסט ביי זיין שווער און ער איז אוועק דאן האט זיין שוויגער אים אויסגעהאלטן ביז זי איז אוועק, און ס'זעהט נישט אויס אז דאס אלעס איז געשען אין איינס א האלב יאר.

האסט זיך פארמישט מיט הגאון הצדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל וואס אויף אים פארציילט מען אז די סיבה פארוואס ער האט יעדן טאג אויסגעזאגט תהלים איז געווען ווייל ער האט חתונה געהאט נאך די 20 ממילא האט ער יעדן טאג מתפלל געווען אז ער זאל ניצול ווערן פון א הרהור עבירה (נישט קיין תשובה ווי די שרייבסט), און דאס ווייס איך אויך נישט ווי קראנט דאס איז.

אבער רבי שלמה קלוגער האט טאקע יעדן טאג אויסגעזאגט תהלים נאך תיקון חצות, ווי געברענגט אין תולדות שלמה, אבער נישט וויבאלד ער האט חתונה געהאט שפעט, ווייל ער האט טאקע חתונה געהאט פרי, ער האט חתונה געהאט ביי די 17 יאר בזווג ראשון.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון רבי שלמה קלוגער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר נדיר
אטעטשמענטס
rsz_2520.jpg
rsz_2520.jpg (148.93 KiB) געזען 558 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מדי עברי בין בתרי שו"ת שואל ומשיב הנדמ"ח - ראיתי במהדורא רביעאה חלק א' סימן כ"ו, בהערה מס' 25 - ציינו המהדירים ממכון חכמת שלמה, שנמצא עכשיו בשלבי עריכה ספר 'מזבח אבנים' על שו"ע אה"ע להגאון רבי שלמה קלוגר.

כת"י של הספר נמצא פה:
https://www.nli.org.il/en/manuscripts/N ... FL78994354

וזה חלק שלישי

האם הספר או חלקים מהספר יצא לאור מקודם, או שמתכוננים להו"ל את הכת"י, והאם יש כת"י גם שאר חלקים?

-

הכת"י הותרמה לביה"ס הישראלי בווינה ע"י מרת ריזל קלוגער, אשתו של רבי אברהם בנימין זצ"ל בן המהרש"ק.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:01 pm
מדי עברי בין בתרי שו"ת שואל ומשיב הנדמ"ח - ראיתי במהדורא רביעאה חלק א' סימן כ"ו, בהערה מס' 25 - ציינו המהדירים ממכון חכמת שלמה, שנמצא עכשיו בשלבי עריכה ספר 'מזבח אבנים' על שו"ע אה"ע להגאון רבי שלמה קלוגר.
ליתר דיוק החיבור הוא על הל' קידושין.
מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:01 pm

האם הספר או חלקים מהספר יצא לאור מקודם, או שמתכוננים להו"ל את הכת"י, והאם יש כת"י גם שאר חלקים?
הכת"י עדיין לא נדפס, (אכן קטעים הובאו בספריו הנדפסים עי' מכון חכמ"ש, היכן שהגר"ש ציין להם וכדו').

בספרי' היכן שציינת אכן יש את שאר חלקי הכת"י. [בהקדמה לנדרי זריזין כתבו שהכת"י מונה ד"כ, ג' חלקים מהדו"ק, וח"א מהדו"ב, אולם כפה"נ בספרי' שהחלק ד' הוא על אבהע"ז בכללות].
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 12:33 am
מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:01 pm
מדי עברי בין בתרי שו"ת שואל ומשיב הנדמ"ח - ראיתי במהדורא רביעאה חלק א' סימן כ"ו, בהערה מס' 25 - ציינו המהדירים ממכון חכמת שלמה, שנמצא עכשיו בשלבי עריכה ספר 'מזבח אבנים' על שו"ע אה"ע להגאון רבי שלמה קלוגר.
ליתר דיוק החיבור הוא על הל' קידושין.
מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:01 pm

האם הספר או חלקים מהספר יצא לאור מקודם, או שמתכוננים להו"ל את הכת"י, והאם יש כת"י גם שאר חלקים?
הכת"י עדיין לא נדפס, (אכן קטעים הובאו בספריו הנדפסים עי' מכון חכמ"ש, היכן שהגר"ש ציין להם וכדו').

בספרי' היכן שציינת אכן יש את שאר חלקי הכת"י. [בהקדמה לנדרי זריזין כתבו שהכת"י מונה ד"כ, ג' חלקים מהדו"ק, וח"א מהדו"ב, אולם כפה"נ בספרי' שהחלק ד' הוא על אבהע"ז בכללות].
יישר כחכם!
יש מבין
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 05, 2020 11:27 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מבין »

דף בכתי"ק הגאון רבי שלמה קלוגער.

https://il.bidspirit.com/ui/lotPage/app ... 99?lang=he

88.jpg
88.jpg (235.19 KiB) געזען 394 מאל
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

לכבוד די יארצייט ווער קען אויסקלארן וואס מען זאגט ביים צינדן א ליכט לעילוי נשמתו הטהורה.

דהיינו, ער שרייבט אין זיין צוואה אזוי
Screenshot 2023-06-18 174539.png
Screenshot 2023-06-18 174539.png (50 KiB) געזען 328 מאל
דאס הייסט אז ער האט געהייסן ביים געבורט יעקב יוסף, נאר שפעטער האט מען דאס געטוישט אויף שלמה, איז דארף מען דאס אויך דערמאנען ביים צינדן א ליכט? אויך האט זיין טאטע געהייסן יהודא אהרןאדער סתם יהודא, אין די ספר תולדות שלמה ביי די צוואה שטייט אמאל אזוי און אמאל אזוי, למשל דא שרייבט ער אליין בלשון קדשו אין די צוואה בלויז די נאמען יהודא, אזוי אויך דא שרייבט ער בלויז די נאמען יהודא
Screenshot 2023-06-18 174957.png
Screenshot 2023-06-18 174957.png (122.26 KiB) געזען 327 מאל
למעשה ביי אנדערע פלעצער שרייבט ער אליינס קלאר אין די צוואה אז די נאמען פון זיין טאטע איז יהודה אהרן
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון הגאון הקדוש רבי שלמה קלוגער זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הגה"ק רבי שלמה יעקב יוסף ב"ר יהודה אהרן זי"ע, (קלוגער), בעל מהרש"ק, המגיד מבראד איז געבוירן אין שטאט קומרוב, בשנת תקמ"ג.
צו זיין טאטע הגה"ק רבי יהודה אהרן אב"ד קומרוב זי"ע, וואס איז געווען באוויסט אלס א צדיק און א בעל מקובל, און מען האט געזאגט אז דער צדיק האט שטענדיג געגעסן חולין בטהרה.
ליידער ווען דער גאון איז געווען 13 יאר אלט איז זיין טאטע זי"ע נפטר געווארן, און ביי די 15 האט ער אויך פארלוירען זיין מאמע ע"ה, אין געווען יונגערהייט א קאלעכיגער יתום.

ער איז געווען א מופת הדור, א גאון הגאונים, אויך איז ער געווען א בעל דרשן נפלא מאוד.
ער האט שוין געשריבען חידושי תורה ביי די 6 יאר אלט, ער האט מחבר געווען איבער 150 חיבורים אין אלע מקצועות פון די תורה, און די תשובות ציילען זיך אין די טויזנטער, עס איז געווען צדיקים וואס האבן געזאגט אז דער צדיק האט מחבר געווען אין זיין לעבן אזוי פיל ספרים כמנין "שלמ"ה".

גדולי דורו האבן זיך געוואנדען צו דעם גאון מיט גאר שווערע שאלות, ובפרט איז ער געווען באוויסט מיט זיין געוואלדיגע תשובות לגבי עגונות, מען זאגט אז ער האט איבער טויזענט עגונות מתיר געווען.
ער איז געווען דער ראש המדברים ביי יעדע פלאץ, אסאך פון די גאונים און צדיקים האבן געזאגט אויף אים אז ער איז געווען דער רשכבה"ג און א אדם גדול בענקים בדורו, ספעציעל נאכדעם וואס די גרויסע גאונים בדורו זענען נסתלק געווארן ובתוכם הגה"ק החתם סופר זי"ע און הגה"ק בעל ישועות יעקב זי"ע, און הגה"ק בעל חמדת שלמה זי"ע.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער איז געווען גאר שטארק בידידות מיט די גדולים בדורו, ובתוכם.
הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע,
הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים מבראד זי"ע,
והגה"ק רבי נחמיה שליט אב"ד סאסוב זי"ע.

הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע האט זייער משתוקק געווען זיך צו טרעפן מיט דעם גאון רבי שלמה קלוגער זי"ע, ווען די ביידע זענען געווען אין שטאט לבוב, האט רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע געשיקט דעם גבאי צו פרעגן פון דעם גאון אז ער זאל פסק'נען ווער עס דארף על פי הלכה קומען צו וועם.
האט דער גאון געזאגט אז על פי דינא ברויך רבי מאיר קומען צו אים, רבי מאיר האט זיך נישט פארזוימט נאר גלייך אריבער צו דעם גאון.

האט דער גאון געזאגט די מקור פון דעם דין וואס ער האט געזאגט אז רבי מאיר ברויך קומען צו אים, איז פון רש"י פרשת יתרו אויפן פסוק וַיִּשְׁתַּחוּ וַיִּשַּׁק לוֹ.
פרעגט דארט רש"י ווער האט זיך געביקט צו וועם, אבער ווען די פסוק זאגט ווייטער וַיִּשְׁאֲלוּ אִישׁ לְרֵעֵהוּ, וועם רופט דער פסוק "איש" דאס איז משה רבינו, ווייל דער פסוק זאגט וְהָאִישׁ מֹשֶׁה עָנָיו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה, זעהט מען אז משה רבינו איז געגאנגען מקבל פנים זיין די שווער, אזוי אויך דא דארף דער צדיק הדור קומען צום קלענערן צדיק, דאס איז געווען די חכמה און עניוות פון דעם גאון.

דער זוהן פונעם גאון הגה"ק רבי אברהם בנימין זי"ע דערציילט אז איינמאל איז רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע געקומען צום טאטן באזיכן, און דער טאטע האט געהייסן אנגרייטן א סעודה לכבוד דעם גרויסן גאסט, און די צוויי צדיקים האבן געגעסן פון איין שיסל.
אינמיטן האט רבי מאיר'ל גענומען זיין טאביק פישקע אין אריינגעגאסן טאביק אונעם שיסל און די צוויי צדיקים האבן ווייטער געגעסן, און הרה"ק רבי מאיר'ל זי"ע האט מכבד געווען דעם זוהן רבי אברהם בנימין ער זאל טועם זיין פון די מאכל, אבער ער האט נישט געוואלט עסן דערפון, און רבי אברהם בנימין האט כל ימיו חרטה געהאט פארוואס ער האט נישט טועם געווען פון דעם מאכל.

אויך דערציילט דער זוהן הגה"ק רבי אברהם בנימין זי"ע אז דאס חביבות פונעם טאטן צו זיין תלמיד הגה"ק רבי נחמיה שליט אב"ד סאסוב זי"ע, אז ווען דער טאטע רבי שלמה קלוגער זי"ע האט געברויכט אוועק פארן פונעם שטאט בראדי, פלעגט ער בעטן דעם תלמיד רבי נחמיה זי"ע צו קומען ממלא מקום זיין אונעם שטאט ביז ער קומט צוריק, אז עס זאל זיין איינעם וועם מען קען פרעגן שאלות.

דערציילט רבי אברהם בנימין זי"ע אז איין מאל ווען דער טאטע איז אוועק געפארן אינמיטן די ווינטער איז דער גאון רבי נחמיה געקומען ממלא מקום זיין אלס מו"ץ אין שטאט בראדי, איז דאן אויסגעקומען עשרה בטבת וואס איז אויסגעפאלן ערב שבת קודש, און דער גאון רבי נחמיה איז איינגעשטאנען ביי זיי אין שטוב.

שבת אויפדערנאכט ביים סעודה האט דעם גאון רבי נחמיה געכאפט א געפערליכע חולשה מחמת די תענית פון פרייטאג, האט מען געגעבן פארן גאון א בעט אונעם זעלבן שטוב ווי דעם רבי אברהם בנימין כדי ער זאל זיל קענען אביסל צולייגען און קומען צו די כוחות.

אינמיטן די נאכט שבת קודש האט זיך רבי אברהם בנימין דערוועקט און צו זיין וואונדער זעהט ער דעם גאון רבי נחמיה שטיין מיט איין פיס אויף דער ערד און איין פיס אויף דעם בעט, כדי ער זאל נישט איינשלאפן, און איז עוסק בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת ליבא מאליא ע"ה,
בת הנגיד הר"ר חיים מראווא ז"ל.
נאך די חתונה האט דער גאון געוואוינט נעבן זיין שווער אין שטאט ראווא, און דארט איז דער גאון געזעצען און געהארעוועט אויף תורה מיט א געוואלדיגע התמדה צוזאמען מיט זיינע צוויי שוואגערס הגה"ק רבי צבי הירש העללער אב"ד ור"מ אונגוואר בעל טיב גיטין זיע, און הגה"ק רבי מרדכי מארדוש זי"ע, און די דריי גאונים האבן 18 שעה פונעם טאג עוסק געווען אין פלפולים און געוואקסן אין תורה.

דער גאון האט זיך נישט געוואלט מפרנס זיין פון לימוד התורה, איז ער אריין אין מסחר מיט איינע פון זיינע שוואגערס.
דערציילט הגה"צ ר' רפאל זילבער אב"ד פריימאן זי"ע, בשם זיין רבי הגה"ק מראדומישלא זי"ע, אז איינמאל איז א פרוי אריינגעקומען אין געשעפט עפעס קויפן, און דער גאון איז ארויסגעלאפן פונעם געשעפט, ווען זיין רעבעצין האט אים געפרעגט פארוואס ער איז ארויסגעלאפן, האט דער גאון געזאגט אז ער האט חושש געווען אויף איסור יחוד, דאן האט די רעבעצין געזען אז מסחר איז פאר דעם גאון נישט קיין עסק.
דאן האט דער גאון מסכים געווען אנצונעמען דעם עול הרבנות, און בשנת תק"ע איז ער געווארן רב אין שטאט קוליקוב, א יאר נאכדעם איז אים געבוירן געווארן זיין זוהן ר' חיים יהודה ז"ל וואס איז ליידער אוועק גאר יונג.

בשנת תקע"ג איז ער געווארן רב אין שטאט יוזעפוף און דארט איז דער גאון געווען פאר בערך 7 יאר, אבער אפילו זייענדיג א רב אין שטאט האט דעם גאון נישט געפאלען קיין רבנות ווייל דאס נעמט אוועק צייט פון עוסק זיין בתורה.

בשנת תק"פ האט מען דעם גאון אויפגענומען אלס ראב"ד ומו"ץ אונעם גרויסן שטאט בראדי, ווי עס האט געדינט אלס רב הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגליות בעל מטה אפרים מבראד זי"ע, דערציילט מען אז ווען דער גאון רבי שלמה קלוגער האט גערעדט אין לערנען מיט דעם גרויסן גאון רבי אפרים זלמן זי"ע, איז ר' אפרים זלמן ארויס פון התפעלות און נתפעל געווארן פון זיין גדלות אז ער האט זיך דאן אויסגעדריקט אויף רבי שלמה קלוגער "ער איז א ספר תורה ממש." און ער האט געשריבן אויף דעם גאון רבי שלמה קלוגער בזה"ל, "סיני ועוקר הרים, שלמה שמו ושלימה משנתו".

אויך האט זיך דער דברי חיים מצאנז זי"ע אויסגעדריקט אויפן גאון בזה"ל "גאון הדור".
הרה"ק רבי אליעזר'ל מדזיקוב זי"ע האט געזאגט "אז זיין תורה שיינט אין הימל".
הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע האט אמאל געזאגט "אין מתיבתא דרקיעא פסק'נט מען ווי רבי שלמה קלוגער".
אויך איז דער גאון געווארן דער ריש מתיבתא פונעם ישיבה און אויך דער מגיד מישרים פונעם שטאט.

הגה"ק רבי דוב בעריש וויידפעלד בעל דובב מישרים מטשעבין זי"ע, האט דערציילט אז דער גאון רבי אפרים זלמן בעל מטה אפרים מבראד זי"ע, האט געזאגט אז ווען עס קומט אים אריין א מחשבה אז ער איז א עושר און א גאון, דאן גייט ער אריבער צום מארק פלאץ און דארט זעהט ער אז ער איז בכלל נישט קיין גרויסע עושר, און ווען ער באגעגענט זיך מיט הגה"ק רבי שלמה קלוגער זי"ע זעהט ער אויף זיך אז ער איז בכלל נישט אזא גרויסער תלמיד חכם.

א יאר נאכדעם וואס ער האט זיך געצויגען קיין בראדי איז זיין רעבעצין נפטר געווארן, האט דער גאון דאן חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת פריידא ע"ה, בת הגה"ק רבי אריה מרגליות זי"ע פון שטאט דובנא, און פון דעם זיווג איז פארן גאון געבוירן געווארן זיין זוהן הגה"ק רבי אברהם בנימין קלוגער בעל שערי בנימין זי"ע.
דארט אין בראדי איז דער גאון באוויסט געווארן אלס דער פוסק הדור, הונדערטער שאלות זענען צו דעם גאון געקומען און ער האט אויף יעדע פון זיי גענטפערט מיט קלארע פסקים, אויך האט ער דארט אין בראדי מקדיש געווען צייט יעדן טאג צו שרייבן זיינע חידושים.

פון זיין גדלות בתורה האט ארויסגעשטארצט זיין געוואלדיגע ענווה, ביים עוסק זיין מיט די היתר עגונות האט מען אים כסדר געוואלט באצאלן געלט דערפאר, אבער דער גאון איז געווען א "שונא בצע", ער פאר זיך האט געלעבט אין דחקות, אבער פאר אנדערע האט ער אסאך עוסק געווען אין צדקה וחסד.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער האט זיך אסאך מסגף געווען, ער פלעגט מקפיד זיין נישט צו שלאפען מער ווי א שעה אויף איינמאל, נאך א שעה איז ער אויפגעשטאנען און עוסק געווען אין תורה, און אויב האט ער געברויכט נאך אביסל שלאף האט ער דאס ציטיילט, און אסאך נעכט איז ער נאר געשלאפן דעם איינעם שעה.

ער פלעגט יעדן טאג אויסזאגן גאנץ תהילים און געזאגט אז דאס איז די בעסטע סגולה צו קענען און פארשטיין די תורה הקדושה און אויך קעגן מחשבות זרות.
ער האט געהייסן אז מען זאל אים נאך די 120 יאר באהאלטן אין זיין טלית, ווייל די טלית וועט מעיד זיין אויף אים בעולם העליון אז ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין מחשבות זרות בשעת'ן דאווענען.

אויך איז דער גאון געווען א גרויסע לוחם מלחמת השם און א גודר גדר ועומד בפרץ.
טאמער האט ער זיך דערוויסט אז מען וויל משנה זיין סיי וואס פון וואס מען האט מקבל געווען פון די פריערדיגע דורות, האט דער גאון לוחם געווען דערקעגן מיט א מסירת נפש ממש.
אויך האט ער לוחם געווען מיט א מסירת נפש קעגן די משכילים וואס האבן מחדש געווען נייע מנהגים און פראבירט מיט דעם אראפ צו פירן כלל ישראל פון אידישען וועג, האט זיך דער גאון ארויסגעשטעלט מיטן גאנצן כח און מעורר געווען ערליכע אידן אז מען זאל פון זיי אוועק שטיין.

אויך ווען עס איז ארויס געקומען די שאלה לגבי די מאשין מצות אים פסח, האט דער גאון דאס גע'אסר'ט און מיטן גאון זענען געשטאנען די צדיקים בדורו, ובתוכם דער הייליגער דברי חיים מצאנז זי"ע, און דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע.
און מיט די אלע גרויסע זאכן איז ער געווען א עניו מאוד וואס גדולים בדורו האבן געזאגט "אז דאס עניוות איז געווען העכער פון דעם שכל אנושי", ער האט זיך דערווייטערט פון יעדן טראפ כבוד, ער פלעגט נישט האבן קיין גבאים אדער באגלייטער, און ער האט באפוילען אז מען זאל אים נישט מספיד זיין מיט קיין שבחים, און אויך זאל מען אויפן מצבה נישט שרייבן קיין שבחים.

איינמאל איז דער גאון קראנק געווארן אויפן מאגן, און ווען ער איז געגאנגען צום דאקטאר האט אים דער דאקטאר געפרעגט וואסערע שווערע זאך ער האט געגעסן וואס האט אים געברענגט דעם קראנקייט, האט דער גאון געזאגט אז ער האט געגעסן הערינג, האט דער דאקטאר געזאגט זיכער דאס האט דיך געשאדט.

האט דער גאון געזאגט אז ער איז זיכער אז דאס האט נישט געברענגט די קראנקייט, האט דער דאקטאר געפרעגט וואס דער גאון האלט האט געברענגט דעם קראנקייט, האט דער גאון מרוב עניוות געזאגט, אז זיינע עוונות ופשעים זענען די גורם פאר זיין קראנקייט, אזוי ווי עס שטייט, כִּי ה' הוֹגָה עַל רֹב פְּשָׁעֶיהָ, יָכוֹל עַל מַגָּן, וואס מיינט אויב האט מען ווייטאג אויפן מאגן, קומט דאס פון עבירות.

ער האט איבער געלאזט זיין זוהן הגה"ק רבי אברהם בנימין קלוגער בעל שערי בנימין זי"ע.

אויך האט ער איבער געלאזט גאר אסאך ספרים פון זיינע חידושים און שו"ת און דברי תורה.

נסתלק לגנזי מרומים ביום שבת קודש פרשת קרח א' דראש חודש תמוז ל' סיון תרכ"ט.
ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט בראד.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9688
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

דפים בכתב יד מהגה"ק שלמה קלוגר זצ"ל למכירה או חילופין
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: רבי שלמה קלוגער מבראדי זצ"ל - אדר"ח תמוז תרכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

מיללער האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:29 am
ראובן איש מהעם האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 12:33 am
מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:01 pm
מדי עברי בין בתרי שו"ת שואל ומשיב הנדמ"ח - ראיתי במהדורא רביעאה חלק א' סימן כ"ו, בהערה מס' 25 - ציינו המהדירים ממכון חכמת שלמה, שנמצא עכשיו בשלבי עריכה ספר 'מזבח אבנים' על שו"ע אה"ע להגאון רבי שלמה קלוגר.
ליתר דיוק החיבור הוא על הל' קידושין.
מיללער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:01 pm

האם הספר או חלקים מהספר יצא לאור מקודם, או שמתכוננים להו"ל את הכת"י, והאם יש כת"י גם שאר חלקים?
הכת"י עדיין לא נדפס, (אכן קטעים הובאו בספריו הנדפסים עי' מכון חכמ"ש, היכן שהגר"ש ציין להם וכדו').

בספרי' היכן שציינת אכן יש את שאר חלקי הכת"י. [בהקדמה לנדרי זריזין כתבו שהכת"י מונה ד"כ, ג' חלקים מהדו"ק, וח"א מהדו"ב, אולם כפה"נ בספרי' שהחלק ד' הוא על אבהע"ז בכללות].
יישר כחכם!
כעת ראיתי שכבר נדפס [בשנת תשע"ה] מכת"י מזבח אבנים רק על סי' ס"ב.
בתוך ספר אפריון שלמה, ליקוט מספרי הגר"ש על עניני נישואין.
אמר מהר"ש משנכנס אלול כשכותב אדם אגרת שלום לחבירו צריך לרמוז בהתחלתו שמבקש עליו להשיבו לטוב השנה הע"ל, על דרך בשנה טובה תכתב ותחתם , או תולה ארץ על בלימה, יטיב לך כתיבה וחתימה . (מהרי"ל)

כתיבה וחתימה טובה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”