ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7895
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:18 am
שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:15 am
פותח האשכול שכח און איז ערליך מיט זיינע פוינטס.

--
צו די וועלעכע האלטן אנדערש. איר זענט בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, פעלט נישט אויס אראפצורייסן. בעיקר איז אומריכטיג זיך ארויפצוכאפן אויף trivia ווי צי וואס בילל געיטס טוט יא אדער נישט אדג. לאמיר האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.
נקוט האי כללא בידך, אז איינער ריייסט אראפ רייסט מען צוריק
איך וויל פרובירן עס צו זאגן אויפן שענסטן אופן מעגליך.

די ערשטע תגובה רעדט גראדע דוקא איידל; יעדער דארף נאר בוחן זיין ביי זיך פארוואס ער הערט עס שרייעדיג.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
Notes
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:28 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Notes »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:17 pm
פתה"א

האסט שטארקע נקודות, שיין געשריבן,

אבער די
(אייבישטער'ס צדיקים'ליך😝)
מיט א ביטול
האט מיר זייער געבאדערט, ס'גיבט מיר די געפיל אז עס פעלט דיר אביסל פארשטאנד צו די מצב וואס גייט פאר ביים יונגן עולם (יא אונזערע צדיקים!)
עדיט:
און בכלל וואס גייט פאר ביי די מיטגעמאכטע אידן... Grow up
איך האב נישט חלילה גערעדט פון בחורים, וואס זענען באמת דורך פיזישע אדער עמאציאנעלע שוועריקייטן!!
איך האב זיך נאר באצויגן, צו א געוויסע קלייענטעל פון בחורים, וואס גייען דורך די רעגעלער טינעיזשער סטראגל, אין אנשטאט זיך אנשטרענגען צו ווערן א נארמאלע מענטש, קלויבט מען אויס דעם גרינגערן אפציע וואס רופט זיך "איים נאט דע טיפיקעל"!!
סיסטעם איד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:05 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיסטעם איד »

Notes האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 02, 2024 3:51 pm
ווי ס'איז באקאנט, איז אין די גוי'ישע וועלט פארהאן גאר גרויסע פאנדס וואס איז געצילט צו מאכען דעם המון עם מער ליבעראל, ווי די ביליאנערן (צ.ב.ש ביל געיטס, דשארדזש סאריוס) גיסען אריין גאר אסאך געלט, ווייל זיי האלטען אז דורך'ן מאכען דעם עולם מער נידריג, שמיציג, אין אומפראדאקטיוו, וועלען מענטשען נישט וועלען זיין סוקסעספול, אין אנשטאט צו זיכען צו זיין בעסער, וועט מען זיך באקוועם מאכען אין די פראבלעמען, אין נאר ווערן נידריגער, אין שוואכער, אין אינגאנצען באגראבן דו אייגענע כוחות הנפש, אזוי וועט דו המון עם זיין שטיל, אין מער נישט האבען קיין מיינונג, וועלען די ביליאנערן האבן דו מענאפעלי, אין קענען אלעס אויספירען לויט זייער אידילאגיע!!

אין דורך'ן אריין לייגען ביליאנען אין גויאישע מאוויס, האבן זיי מצליח געווען צו טוישן דו גאנצע מעסעדזשינג, אנשטאט עס זאל ברענגען צו א ספיריטשעל מעשה ווי איינער האט זיך ארויסגעדראפעוועט פון א פראבלעם, האט מען עס געטוישט צו בארעכטיגטע געפילען צו זיין אומסוקסעספול, בארעכטיגונג צו זיין נידריג, אין אויסגעריסן דאס גאנצער געפיל וואס ציהט צו נארמאליזעם!!

ווי אויך לערנט מען שוין מיט דו קליינע קינדער אין דו פובליק סקול'ס גאר געמיינע זאכען.. אז מ'זאל שוין לכתחילה אויסוואקסן אן קיין עדענטעטי, און מיט דעם געדאנקנגאנג אז דו וועלט "עקסעפט" "אלעס"...

און ליידער האבן זיי שוין היפש מצליח געוועהן, און געטוישט דו גויאישע גאס, פון א פלאץ וואס מען זוכט צו האבן א משפחה אין לעבן א רעספעקטירטער לעבן, צו א פלאץ וואס קיינער ווייסט נישט פון קיין צוקונפט אין מענטשליכקייט, און אנשטאט צו ארבייטן אויף זיך צו ווערן בעסער, מאכט מען זיך באקוועם אין די אייגענע פראבלעמען, ווייל יעדער איז אזוי, און ווייל ווער זאגט אז לעבן מיט א ציל איז סוקסעס, אפשר איז ווי מער מען גיבט זיך נאך, ווי מער מען כאפט, אריין אלטס מער האט מען דערגרייכט!
...................
כלפי מה דברים אמורים, האב איך לעצטנס געטראכט צו מיר, אז מי יודע..? אפשר זענען אינזערע היימישע מאגאזינען אויך נשפע געווארן פון די מאלטי ביליען דאלערדיגען קאמפיין!!

נישט ח"ו אויף אזא לעוועל וואס זוכט שמוץ, אבער דער געדאנק פון "עקסעפטינג" און "בארעכטיגונג" פאר יעדע מצב, שרייט לעצטנס צו שטארק ארויס פון צווישן די שורות,

צו מיט די פארשידענע קאלעמס ווי גרויסע טאטעס זענען פארנומען מיט זייער "הערצעלע", און מיט זייערע אלטע ווייטאג'ן, און לערנען אויס אינזער יוגענטום ווי אזוי באמת צו "שפירן א טעם אין ווייטאג", און ווי טיפער די ווייטאג איז, אלטס א גרעסערע געשמאק שפירט מען...
(אין פאר ווער ס'באקאנט ווייסט, אז דאס איז איינע פון די גאר שטארקע זאכן וואס די ביליאנערן ווילען שטארק אריינברענגען איז, אז גרויסע טאטעס זאלן זיך אנפאנגען אפצוגעבן מיט זייער "הערצעלע" גענוי אזוי ווי א פרוי!!, אזוי וועט ער נישט טראכטן פון קיין פיוטשער, אין ער וועט נישט קענען זיין סוקסעספול, ווייל ער וועט זיך טינקען אין אלטע ווייטאג'ן..)

צו מיט די מעשות אין די באקאנטע מענטל העלט אויסגאבע, וואס ברענגט ארויס ווי שווערע לעבנס מענטשען גייען דורך, אבער אן א סוקסעספולע ענדע, אזוי ווי אלע מעשיות פלעגען אמאל גיין,

נישט ח''ו אז אינזערע אויסגאבעס האבן חלילה א מטרה מיט דעם, איך גלייב אז זיי כאפן נישט וואסערע אפעקט עס האט אויף דו יונגווארג, ווען מ'נעמט פיר גירושים אין מען מאכט זיי פאר אינזערע העלדן!! אנשטאט צו מאכן א תלמוד חכם, אדער א געלונגענע ביזנעס מאן, פאר אינזער העלד..
הגם עס קען טאקע זיין, אז טעכניש גערעדט זענען זיי אסאך גרעסערע העלדן..
פארשטייט אבער יעדער איינער אז פינקט ווי א איד א עם הארץ, וואס קומט פון רוסלאנד, און ער האט זיך געשלאגן פאר יודישקייט מיט מסירות נפש ממש!! טראץ וואס ער איז אסאך א גרעסערע העלד, ווי דער פשוטער דיין וואס איז אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, מיט א גוטן קאפ אין קיינמאל נישט עכט געארבעט אויף זיך, אודאי איז דער רוסישער איד אסאך א גרעסערע העלד! אין קען טאקע זיין אז ער וועט באקומען אסאך א העכערע פלאץ אין גן עדן..
אבער יעדער פארשטייט אז אויף דעי וועלט ברויך מען לייגן אויפ'ן אויבן אן דעם דיין, און נישט דעם רוסישען, ווייל אויב וועט אונזער אויבן אן באשטיין פון "העלדישע" עם הארצים!! העמער נישט איבערבלייבן מיט קיין דורות...

און אז איר ווילט דוקא ברענגען עכטע האפענונג פאר א גרוש, דאן מאך א אינטערוויא מיט א גרוש וואס האט פיין חתונה געהאט דו צווייטע מאל, אין האט א שיינע שטוב, דאן האסטו עכט געהאלפן דעם באטראפענעם!! אבער ווען דו ברענגסט סתם אן אינטערוויא מיט א פערציג יעריגער גרוש, אין דו ביסט מסביר אז עס איז נישט קיין פראבלעם, דאן האסטו אים געהאלפן בלייבן אין זיך באקוועם מאכן אין זיין צרה,

אודאי איז דא א טענה אז מ'דארף אראפ נעמען סטיגמע'ס, אלעס זייער שיין אין וואויל, מ'ברויך אבער אויך קוקען אויף דו אנדערע זייט, דו שאדן וואס עס ברענגט מיט זיך...

ווייל דו פאקט איז, אז א מענטש וויל זיין ארויפגעקוקט אין זיין סעסייעטי.. און ווען ער זעיט אז דא איז ארויפגעקוקט איינער וואס ארבעט אויף זיך, און ער איז סוקסעספול, דעמאלטס נוצט ער אלע זיינע כחות הנפש, ארויסצוקריכען פון זיינע פראבלעמען, אין ווערן סוקסעספול..
אבער ווען ס'ווערט א סאסייעטי וואס, ווי מער פעין דו האסט, אלטץ מעכטיגער ווערסטו.. דאן פארוואס..? און פארוועם..? זאלעך מיך אנשטרענגען..!

ווער ווייסט וויפיל פון די בחורים, (אייבישטער'ס צדיקים'ליך😝) וואס דרייען זיך אויפן גאס, וואלטן זיך אנגעשטרענגט צו זיין א נארמאלע מענטש, ווען נישט זיי ווייסן אז, סעסייטי בארעכטיגט יעדן'ס געפילען!!

ווער ווייסט וויפיל גיטין וואלטן געווארן אויסגעמיידט, ווען נישט ער ווייסט אז, ער ווערט יעצט כלל ישראל'ס העלד!!

אינדערצייט וואס אמאל, איז א גט געווען די פערטע פלאן..

1) די ערשטע פלאן איז געווען די מעריזש זאל גוט ארבייטן!
2) די צוויטע איז געווען, צו ארבייטן אויף זיך אין עס מאכן ארבייטן!
3) אין אויב עס האט נאכאלץ נישט געהאלפן, איז געווען דו דריטע אפשען פון לעבן אן דו בעסטע שלום בית!!
4) אבער אין גאר שווערע פעלער, איז געוועהן גאר א אומבאקוועמע אפציע, וואס ווערט גערופן ג-ט!!

היינט צוטאגס איז ליידער דא "צוויי" אפשענס

1) אדער קליקט מיין מעריזש
2) אדער ווערעך א גרוש!!

אין יעצט וויל איך צו ענדיגען, מיט א רוף צו אלע אינזערע סטיגמע קלינערס.. אין צו אלע אינזערע ווארנעבעל שרייבערס אין מגידים.. זייט מוחל אין קוקט ענק אום, אין ענטפערט מיר ביטע וועמען העלפן ענק, מיט'ן מאכען יעדעם איינעם שפירען "באקוועם" אין זיין תפיסה!! ווען אין דו זעלבע צייט, קענט איר עוסק זיין אין פדיון שבוים ממש!
אין געבן הדרכה ווי אזוי ארויס צו גיין פון דו אייגענע תפיסה... אויפקלערן פארוואס עס לוינט זיך אליינס אויסצולייזן פון תפיסה..
(נישט אזוי ווי דער וואס האט מורא צו זאגען פאר זיין חבר, אז דו האסט אן א שלאף קאפעל!😛ווייל זיין חבר גייט שפירן זייער אומבאקוועם..)

און דעמאלטס האט איר יענעם עכט געהאלפען, אין איר וועט דעמאלטס, עכט האבן א חלק אין זיינע דערגרייכונגען....
אפגעקאכט פארדארבענע קאשע און האט נאך טענות אז עס האט נישט קיין גוטע טעם... קאם דאון!

איר האט אויסגעמישט ליבעראלע אגענדעס מיט דיינע 'קורצע' ידועות אין די היינטיגע קאלטור..

ווען א מאגאזין באשרייבט און שמועסט אויס א מענטש וואס איז אדורך שוועריקייטן און וויאזוי מען באהאנדעלט די שווערע געפיל איז זייער א נארמאלע זאך און א אידישע זאך.

און קוק אריין אין יעדע חובת הלבבות סטייל ספר איז מען די זעלבע פארנומען צו באהאנדלען די שווערע געפילן, עס איז אפשר טאקע נישט אזוי שיין אראפגעלייגט ווי אינעם מאגאזין אבער עס איז אקוראט די זעלבע גאנג, וואס האט איר געמיינט אז מענער זענען באשאפן אן הארמאנען..? אן געפיל..? אן א נפש?

אוודאי איינער מער איינער ווייניגער אבער פארוואס זאל ער נישט האבן געפילן צו באשרייבן נאך א דורכגאנג? יעצט, כ'ווייס אז ביי די קידוש דעם וואך האסטו דיר מסתם עפעס אונטערגעהערט וועגן ליבעראלן.. פרויען.. מענער..

און ווי עס שיינט נישט פארשטאנען ניטאמאל האלב דערפון זענט איר געגאנגען און צוזאמגעשטעלט א גאנצע מחאה און פראטעסט וואס הייבט נישט אן צו קלעבן ווען קוקט נאר אריין דערינען... טוה מיר נאר א גענאדע און סירטש [ אויב דיין פילטער ערלויבט] וואס זענען די אגענדעס פון די ליבעראלע מאגנאטן און זייערע ביטערע מאטיוון און דערנאך שרייב איבער דיין גאר 'אמתע' תגובה.

ווילסט נישט געבן קיין ליבשאפט פאר צוקלאפטע נשמות, ברויכסט נישט! אבער פארוואס ווערט עס ליבעראל? פארוואס ווערט עס גויאיש? פארוואס הייסט נישט אהבת ישראל ווען א צובראכענע איד קען דערציילן וואס ער גייט אדורך? זייט ווען הייסט דעיס פארקערט פון א מענערישע געפיל? זייטנווען דארף נישט קיין מאנספערזאן מינימאלע חיזוק?

חס ושלום, איר זענט דאך די איינציגסטע צדיק [לעך] אויפן כדור העולם אבער אפשר איז דא צובראכענע אידן וואס ווילן שפירן עפעס?

קיין איין בחור אדער גרוש ווערט נישט יעצט ענדערש בארעכטיגט מיט זיינע עבירות ווייל מען האט אים באשריבן.. עס האט נישט קיין שום עפעקט חוץ פון אביסל חיזוק.. אדער דאס אויכט נישט..

יעדע בחור זיכט מיט לעכט א שידוך אפילו נאכן ״באקוועם״ ווערן מיט א מאמענט אינטערוויא…

און אזוי אויך וויל יעדע גרוש חתונה האבן און יעדע חולה אויסגעהיילט ווערן…. קיינער אין אזא מצב ווערט נישט בארואיגט נאך א באשרייבונג!

דיינע טענות זענען זייער ווארעם און הארץ רייסענד אויב דיינע פאקן וואלטן געווען א משהו אמת…

״שרייטס אלע גיוואלד! גיוואלד!״ ״פוי״ ״פוי״די ליבעראלן האבן ליידער ליידער זיך אריינגעכאפט אין אונזערע היימישע מאגעזינען און ״רחמנא לצלן״ האט מען אנגעהויבן שרייבן מעשיות וואס ענדיגן זיך נישט פריילעך….״

״אוי נא לנו כי חטאנו״ אונזערע עלטערן אין ווארשע וואלטן זיך געריסן קריאה…״
״אוי ווי דערהייבט מען דאס??

דאס איז דאך די ביליאן דאללער פלאן פון ביל געיטס אז די מענער מעשיות זאלן זיך ענדיגן נישט גוט….

אוי וויי! אוי וויי!

נ.ב פארן באשרייבן אדער אראפרייסן די מאגעזינען איז כדי עס צו ליינען און נישט נאר עס קוקן אויפן דעקל ביים סטעמד אינדרויסן פון געשעפט..
סיסטעם איד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:05 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיסטעם איד »

מאטי׳ס חבר האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 10:20 pm
וואו אלט זענט איר? לכאורה אין די אינגע צוואנציגערס, נישט מער.
אזוי אינג.. מיט אזא זעלטענע שנאת ישראל…

אבער ער איז שוין א גראבע טאטע ווייל ער ווייסט ווער ביל געיטס איז.. און זיינע ״ליבעראלע״ מאטיוון…
סיסטעם איד
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:05 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיסטעם איד »

fiena nieas האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 11:34 pm
יע נעמען קער פון די אייגענע "הערצעלע" ווי דו רופסט עס אדער אינערטשיילד איז זייער געזינט און האק נישט און קאפ אריין
קודם זיי אים מסביר וואס אינערטשיילד טיישט אויף אידיש..

עכט קען ער ענגליש ער האט נאר פארגעסן..
אוועטאר
טראכט אריין
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:23 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט אריין »

פאנגט אן גאר איידעל בדרך אפשר ושאלה כאילו ער האט נאכנישט מוכן א גאנצע תורה באגלייט מיט הוספות אין הגהות אויסצוגיסען אןיפען ציבור... ער קוקט זיך אן וואו ער האט גאר אסאך ידיעות אין מענטעל העלט(ער איז א קביעותדיגע נפשי ליינער..) און בכלל איז ער באשאנקען מיט א ספעציעלע חוש צו דערשנאפען די פראבלעם וואס שלאגט דעם דור אין איר פארעכטען... אקיצור... יונגערמאן איך האב נישט קיין ספק אז איר מיינט גוט, אבער איך וואלט אייך געראטען צו איבער לאזען אזעלכע האקעלע נושאים וואו מענטעל העלט אין וואלנערביליטי, פאר יודען וואס האבען א טראפקעלע מער ידיעות אין די ענינים וואו אייך ווייל אויב נישט, וועט איר זיין ממש ווי א פרוי מיט איר הערצעלע
דא פארדינט 500$ נאכען שפענדען צוויי.. קיין יערליכע אפצאל, אינקוויירי נאר אויב אפראווד. דרוקט יעצט
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

טראכט אריין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:27 am
פאנגט אן גאר איידעל בדרך אפשר ושאלה כאילו ער האט נאכנישט מוכן א גאנצע תורה באגלייט מיט הוספות אין הגהות אויסצוגיסען אןיפען ציבור... ער קוקט זיך אן וואו ער האט גאר אסאך ידיעות אין מענטעל העלט(ער איז א קביעותדיגע נפשי ליינער..) און בכלל איז ער באשאנקען מיט א ספעציעלע חוש צו דערשנאפען די פראבלעם וואס שלאגט דעם דור אין איר פארעכטען... אקיצור... יונגערמאן איך האב נישט קיין ספק אז איר מיינט גוט, אבער איך וואלט אייך געראטען צו איבער לאזען אזעלכע האקעלע נושאים וואו מענטעל העלט אין וואלנערביליטי, פאר יודען וואס האבען א טראפקעלע מער ידיעות אין די ענינים וואו אייך ווייל אויב נישט, וועט איר זיין ממש ווי א פרוי מיט איר הערצעלע
Read your signature before you’re talking, and the rest I’ll leave with me for now
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

@סיסטעם איד בארוהיגט אייך! ער האט בס''ה געשריבן זיין מיינונג, איר קענט מחולק זיין אבער דארפסט אים נישט אראפרייסן.

נ.ב. אסאך מאל מאכט זיך אז די אמת טוט וויי, נעמט מען זיך אראפרייסן יענעם
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

אהן אריינגיין דא אין די דעבאטע צו וואס ער זאגט איז ריכטיג אדער נישט, איז דאס א טיפיקעל פרישע אייוועלט ארטיקעל. [אויף די נייע אייוועלט... ווי אנשטאט אינהאלטסרייכע ארטיקלען שפראצן יעדן טאג ארויס צען אשכולות איבער פירצות, מחאות, שלום בית אישו'ס, און יוגענט טראמע...]

אבער די בעקלעש דא איז עפעס געפערליך... אזוי סאך גרושים דרייען זיך דא אויף אייוועלט?
אוועטאר
ריעל ניוז
שר חמש מאות
תגובות: 959
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 10:50 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל ניוז »

איך עגרי און דיסעגרי מיט א רייע פונקטן אין דעם פותח האשכול'ס תגובה, איר זאלט מיר אבער אנטשולדיגן, אבער די שפראך וויאזוי מען באציט זיך דא צום פותח האשכול איז א שאנדע.
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

איר זאגט ווארעמע געפילישע דיבורים. א געמיש פון טאפיקס.
אבער אוועראלל דיסעגרי איך.

דו ווארפסט צאם אסאך פוינטס. מברויך אדרעסירן יעדן פוינט עקסטער, אבער איינס האט נישט מיטן צווייטן.

די גרושים (יעדער אויסער איינער וואס האט קלאר געזאגט ער איז באקוועם אזוי- דאס האט נישט מיטן מאגעזין און נישט מיט ביל געיטס) האבן אלע פה אחד געזאגט ווי שטארק זיי זוכן א שידוך, זיי ווילן אויפגעראכטן ווערן, זיי האבן אראפגעלייגט ווי שווער די דורכגאנג איז געווען, די דעת תורה וואס איז געווען אינוואלד, זיכער געמאכט צו זאגן אז מען האט אלעס פרובירט, וכו'.
די גרינגקייט פון היינטיגע גיטין האט גארנישט מיטן מאמענט. (עס איז געווען גאר שטארק פארדעם אויך..)

דער דור איז סתם אזוי שוואך, דאס יא.

לגבי עקסעפטענס דרשות.. איך ווייס נישט אויב דאס מעג געזאגט ווערן דא (אפשר גייט עס טשעפענען איינעמס געפילן.. אויב זאגט איינער אז עס באדערט אים גיימיר אים רופן פרוי. מענער האבן נישט קיין געפילן און זיי באדערט קיינמאל גארנישט) אבער ווער עס האט געלערנט ביי מלמדים נאך די מלחמה ווייסט קלאר אז די אידן זענען געווען פארברענט פון אינעווייניג! די מלחמה איבערלעבער און זייערע קינדער האבן געליטן גייסטיש. היטלער איז שולדיג. אבער דאס איז א פאקט.

ווען מגיט זיך אפ מיט א קינד צו ווייזן סימפאטיע און פארשטענדעניש ווערט דער קינד נאכנישט קיין פרוי, און ווען א אינגערמאן איז אפן מיט זיינע געפילן (איך שפיר זייער צובראכן אז איך קען נישט זעהן מיינע קינדער פאר צוועלף יאר) איז ער נישט קיין קינד, אדער פרוי! געפילן איז געזונט! א געזונטער מענטש האט געפילן און מען טאר דאס נישט פארשטאפן!

(אה דו רעדסט פון מענטשן וואס רעדן צוויי שעה אויפן פאדקעסט פון זייערע קאננעקשנס און עמאושנס.. נו נו. זיי זענען חולה אויף די פארקערטע וועג און קיינער דיסעגריעד נישט).

נאך א זאך, אויב איז אייער תגובה געשריבן אונטערן איינדרוק פון א שבת התעלות, אפשר זענט איר אויך א פרוי? נאר א ווערטל אבער יו געט די פוינט)
לעצט פארראכטן דורך Of course אום זונטאג פעברואר 04, 2024 2:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

אדלמאן האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 7:23 pm
לא'מיר לייגן אין א זייט וואס האסט אנגעכאפט ביל געיטס - דער פעיווארעט רשע פון אלע רעכטע קאנספיראציע דענקער. אבער דו שרייבסט א שטיקל תרתי דסתרי.

פון איין זייט רעדסטו זיך אפ אז מען איז באקוועם צו בלייבן מיטן פראבלעם, ומצד שני לויבסטו דעם אמאל ווען מ'איז געבליבן פארהייראט אבער אן קיין שלום בית. וואס איז יענס, אויב נישט בלייבן אן ארעסטאנט?
(איך האב דיר געגעבן א לייק ווייל איך האלט ווי דיר, אבער איך גיי דיר ערקלערן מה בדעתו. און פארוואס ער איז ראנג..)

ער וויל פשוט די וועלט זאל בלייבן אזוי ווי נאך די מלחמה. מענטשן האבן זיך צוזאמגעליטן און מורא געהאט צו רעדן, אדער ווער רעדט נאך פון זיך גט'ן. עס איז געווען א פחד פון טויש/פון די עלטערן וכו'.

ער וויל די היינטיגע וועלט זאל זיך פירן ווי אכציג יאר צוריק. ווער עז קען נישט פרשת משפטים זאל כאפן מכות רצ"ח. יעדער וואס ליידט זאל בלייבן אינעם סיטואציע און "ארבעטן" אויף זיך.

דער דיסקאנעקט צווישן אונז און דעם פותח ווערט דא, וויאזוי מען קוקט דאס אן.

ער זאגט אויב ארבעט מען אויף זיך ווערט עס אויס פראבלעם.
אנדערע זאגט אז לעבן מיט א פרוי מיט בייפאלאר איז ערגער ווי גהינום.

פארדעם זאג איך אז דער פותח האשכול האט ווארשיינליך א פיין לעבן ב"ה, איך האף ער איז נישט אין חינוך, נאר ער ברענגט פשוט אויף פראבלעמען פונעם דור.. צוריק צום שבת התעלות...
לעצט פארראכטן דורך Of course אום זונטאג פעברואר 04, 2024 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ריעל ניוז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:08 am
איך עגרי און דיסעגרי מיט א רייע פונקטן אין דעם פותח האשכול'ס תגובה, איר זאלט מיר אבער אנטשולדיגן, אבער די שפראך וויאזוי מען באציט זיך דא צום פותח האשכול איז א שאנדע.

יאפ. אויב געפעלט אייך נישט די ארטיקל דאן פליע”ד ד”ע פיפ”ט און פליעט ארויס פון דא. אני כשלעצמי האב דערווייל נאר גערעדט איבער וואס איך עגרי, אויף דאס וואס נישט געטרוי איך די אינטעליגענץ פון די ליינער וואס צו דיסמיסען.

כבוד חבירים. פליז... אפילו יענער איז נאך (מעגליך) אביסל יונגער ווי אייך. פילן פילט ער די זעלבע ווי אייך.. בס”ה האסטו אביסל (אדער לאמיר זאגן: אביסל אסאך) מער שכל, נו הלא ללוקים הוא. הזהרו בכבוד חביריכם!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אדלמאן
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 21, 2024 7:49 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדלמאן »

שטארק זיך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:15 am
פותח האשכול שכח און איז ערליך גערעכט מיט זיינע פוינטס.

--
צו די וועלעכע האלטן אנדערש. איר זענט בארעכטיגט צו האלטן אנדערש, פעלט נישט אויס אראפצורייסן. בעיקר איז אומריכטיג זיך ארויפצוכאפן אויף trivia ווי צי וואס בילל געיטס טוט יא אדער נישט אדג. לאמיר האבן אן אינטעליגענטע דיסקוסיע אויף די קאנצעפט.
אדרבה, לא'מיר טאקע. אבער היות דער פתיחת האשכול איז אלל אווער דע פלעיס, אפשר ברענגסטו ארויס אין א שורה צוויי וואס זיין פוינט איז.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

א שיינע ארטיקל געשריבן.

איך האב צוויי קשיות. איינס פארוואס איז אייך בייגעפאלן אז ביל געיטס ודעימיה זוכן דאס, האסט שוין א סיבה אויך דערצו, שטעלסט אראפ א פאקט אויף ביל געיטס און דערנאך זאל זיך די מאמענט פארענטפערן..
נישט אז ביל געיטס זוכט נישט צו ליבעראלאזירן דעם כלל, אבער די נקודה פון עפענען די הערצעלע און דאס איז כדי צו בלייבן נידריג און נישט זיין אפעקטיוו איז א באשולדיגונג אויף געיטס וואס איך האב קיינמאל געהערט.
נישט אז איך לייקן עס אפ, אבער מיר קוקט עס אויס ווי דיין אייגענע יסוד.

צווייטנס. אפגעזעהן וואס דו האסט ארויפגעשמירט אויף ביל געיטס איז דען נישט געזונט אז מ'זאל זיך עקסעפטען און יענעם עקסעפטען וויאזוי מ'איז אפילו מ'האט א שמוץ אויפן נוניע און אפילו ער איז אויף א צווייט שטאפל ווי דיר?

כ'פרעג. ווייל שרייבסט א גוטע נקודה און מעגליך ביסטו גערעכט, וועגן דעם פרעג איך.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

גרויליג צוצוקוקן די באציאונג פון געוויסע דא צום פותח האשכול.

שנית, בילל געיטס נוצט ער אלץ אן אריינפיר צו ארויסברענגען זיין נקודה, זיך אפשטעלן און דעבאטירן בילל געיטס איז א צייכן פון ווילן אוועקקוקן פון די עצם נקודה.

שלישית, איז אינטערעסאנט צו זען ווי געוויסע דא לערנען אפ זיין תגובה פיל מער ראדיקאל ווי ער האט געשריבן.

זיין נקודה איז וואליד, צו בשלימות, צו למחצה לשליש ולרביע. צוריקשיסן איז קינדעריש, דעבאטירן איז ערוואקסן.

ועל הכלל כולו יצא, די לעצטיגע טרענד אז יעדער וואס ברענגט ארויף א נושא ווערט תיכף פארשריגן אלץ אראפרייסער.
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:05 am

לאמיר דיר מסביר זיין.
ווען איינער עפנט אן אשכול איבער דעם דירות קריזיס פון אונזערע קינדער פארשטייט דער עולם דעם פראבלעם, מקוקט וואס מקען טון, מטענה'ט וויאזוי איז געווען אינדערהיים, וואס איז די שורש פונעם פראבלעם, וכו'. כך היא דרכו של "עולם"

אבער ווען איינער רייסט אראפ אין מאמענט אשכול אז מען האט ארויפגעברענגט א דרייפערטל אינוואליד וואס פירט א נארמאל לעבן און האלט אן א דשאב און מאכט שיין געלט און איז גאר מחזק אנדערע, איז דער עולם מחולק מיטן אראפרייסער! דאס דארף טאקע נישט זיין די טאפיק יעדע וואך, אבער דאס איז פון די שענסטע וואס קען זיין!

די זעלבע איז ווען מענטשן מיט דייעביטיעס קומען ארויס זאגן עס איז נישט קיין פראבלעם, נעם אראפ די סטיגמא, מיר פירן נארמאלע לעבנס און דו קענסט דאס אויך באקומען, דאנק דעם אויבערשטען יעדן טאג וואס דו האסט דאס נישט, מיר זענען נישט געבוירן "אנדערש" נאר שפעטער באקומען, אויב האסטו אויך דייעביטיעס שטארק זיך, נישטא וואס זיך צו שעמען וכו', איז דאס א געבענטשטע דורכברוך וואס הלואי וואלטן אונזערע עלטערן דאס געהאט!

דער פאקט איז אז די מוחות זענען שוואכער היינט, עס איז אן אפענע וועלט (גיי קוק די #מי טו אשכול) און מען ברויך האבן א געשמאקע קשר מיט די קינדער און זיי צייגן די ליכטיגע זייט פון אידישקייט. און ווער עס לייגט די קאפ אין זאמד באצאלט א פרייז!

יעדער דור מיט זיינע נסיונות, אבער יו קענט געט עוועי וויט איט.

און ווען איינער זאגט גאר אז די אלע פעולות וואס מען טוט בעסער צו מאכן פאר אונזערע קינדערלעך, דאז איז גאר די "חורבן" פונעם דור, (מישט צוזאם צוועלעף פוינטס און מאכט דאס פאר איין גרויסע חורבן) דארף דער ציבור נישט אגריען!

האלסטס עס זענען דא פראבלעמען מיט געוויסע זאכן ווי עדס, וכד', עפן דיר אן אשכול און רעד פון דעם ספעציפישן פראבלעם וויפיל דו ווילסט.

אבער קומען ארפארייסן די מעלות פון די היינטיגע צוגאנג ("אויף א נארמאלן אופן") און זאגן א ווארימע שובבים שאלעשידעסתורה אז אלעס דרייט זיך ארום ביל געיטס (עס זענען דא אסאך שמיציגערע חברה פון אים. פרעג אים אויב געיטס האט טשיפס. קען זיין היינו הך) איז אין בעסטן פאל קטנות.
לעצט פארראכטן דורך Of course אום זונטאג פעברואר 04, 2024 2:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אותות ומופתים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

מסתמא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 10:26 am
ריעל ניוז האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 9:08 am
איך עגרי און דיסעגרי מיט א רייע פונקטן אין דעם פותח האשכול'ס תגובה, איר זאלט מיר אבער אנטשולדיגן, אבער די שפראך וויאזוי מען באציט זיך דא צום פותח האשכול איז א שאנדע.

יאפ. אויב געפעלט אייך נישט די ארטיקל דאן פליע”ד ד”ע פיפ”ט און פליעט ארויס פון דא. אני כשלעצמי האב דערווייל נאר גערעדט איבער וואס איך עגרי, אויף דאס וואס נישט געטרוי איך די אינטעליגענץ פון די ליינער וואס צו דיסמיסען.

כבוד חבירים. פליז... אפילו יענער איז נאך (מעגליך) אביסל יונגער ווי אייך. פילן פילט ער די זעלבע ווי אייך.. בס”ה האסטו אביסל (אדער לאמיר זאגן: אביסל אסאך) מער שכל, נו הלא ללוקים הוא. הזהרו בכבוד חביריכם!
דו ביסט אפשר גערעכט, אבער במדה שאדם מודד וכו'

אריינצוקומען מיט א גאנצע דרשה און (אומדירעקט) אראפ רייסן, פארמינערן און אוועק מאכן די עכטע צרות און פראבלעמען פון מענטשן וואס מוטשען זיך, ווי אויך די וואס פרובירן זיי צו העלפן, און נאכדעם קרעכצן ווי א סנאו פלעיק אז מען ברויך זיך היטן נישט צו חלילה בארירן זיינע הייקעלע געפילן... דאס איז סאמטינג עלס. און איך האב נישט געזען קיינעם אראפ רייסן פערזענליך (אלס שלעכטער צי רשע וכו'), נאר בלויז ארויס הייבן דעם בליספול איגנאראנץ מיט וועלכע דער פותח האשכול איז געבענטשט, און איך מיין יעדער ווינטשט אים גערן אן ער זאל קיינמאל דאס נישט פארשטיין און אלעמאל פארבלייבן איגנאראנט, אבער עט די סעים טיים בעט מען אים צו נישט אריינרעדן אין אזא לאודעד טאפיק.
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:05 am
גרויליג צוצוקוקן די באציאונג פון געוויסע דא צום פותח האשכול.

שנית, בילל געיטס נוצט ער אלץ אן אריינפיר צו ארויסברענגען זיין נקודה, זיך אפשטעלן און דעבאטירן בילל געיטס איז א צייכן פון ווילן אוועקקוקן פון די עצם נקודה.

שלישית, איז אינטערעסאנט צו זען ווי געוויסע דא לערנען אפ זיין תגובה פיל מער ראדיקאל ווי ער האט געשריבן.

זיין נקודה איז וואליד, צו בשלימות, צו למחצה לשליש ולרביע. צוריקשיסן איז קינדעריש, דעבאטירן איז ערוואקסן.

ועל הכלל כולו יצא, די לעצטיגע טרענד אז יעדער וואס ברענגט ארויף א נושא ווערט תיכף פארשריגן אלץ אראפרייסער.

צו דיין לעצטע שורה, איך מיין אז די לעצטיגע טרענד איז טאקע דאס, אז יעדער ברענגט ארויף א נושא, ודוק.

איך גיי באלד עפענען אן אשכול

"האלט איר אז געלע באסעס איז חוקת הגוי"
"זענען די ראטן אונטערגעשטעלט דורך די ליבעראלן חרוב צו מאכן וויליאמסבורג וכל הקדוש לנו. ווי דער עוכר בלומבערג טראכט מסתם צו ברענגען אסאך קעצי'ס איינמאל וויליאמסבורג איז ליידיג פון חסידים"
"זענען די בראדוועי מאוויס דוקא גערופן בראדוועי צוצוציען די אינגווארג וואס זענען אויפגעוואקסן מיט בראדוועי מצה בעקעריי"
איז אלטערנעיט סייט א מהלך אפצופירן כלל ישראל דורך הייסן זיין פארנומען מיט די קאר און אנדערע שטותים יעדן שנ"י וחמיש"י

עס איז דא א לאאאאננגע ליסטע פון פראבלעמען וואס "דארט הייבט זיך אלעס אן"
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:58 am
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 11:05 am
גרויליג צוצוקוקן די באציאונג פון געוויסע דא צום פותח האשכול.

שנית, בילל געיטס נוצט ער אלץ אן אריינפיר צו ארויסברענגען זיין נקודה, זיך אפשטעלן און דעבאטירן בילל געיטס איז א צייכן פון ווילן אוועקקוקן פון די עצם נקודה.

שלישית, איז אינטערעסאנט צו זען ווי געוויסע דא לערנען אפ זיין תגובה פיל מער ראדיקאל ווי ער האט געשריבן.

זיין נקודה איז וואליד, צו בשלימות, צו למחצה לשליש ולרביע. צוריקשיסן איז קינדעריש, דעבאטירן איז ערוואקסן.

ועל הכלל כולו יצא, די לעצטיגע טרענד אז יעדער וואס ברענגט ארויף א נושא ווערט תיכף פארשריגן אלץ אראפרייסער.

צו דיין לעצטע שורה, איך מיין אז די לעצטיגע טרענד איז טאקע דאס, אז יעדער ברענגט ארויף א נושא, ודוק.

איך גיי באלד עפענען אן אשכול

"האלט איר אז געלע באסעס איז חוקת הגוי"
"זענען די ראטן אונטערגעשטעלט דורך די ליבעראלן חרוב צו מאכן וויליאמסבורג וכל הקדוש לנו. ווי דער עוכר בלומבערג טראכט מסתם צו ברענגען אסאך קעצי'ס איינמאל וויליאמסבורג איז ליידיג פון חסידים"
"זענען די בראדוועי מאוויס דוקא גערופן בראדוועי צוצוציען די אינגווארג וואס זענען אויפגעוואקסן מיט בראדוועי מצה בעקעריי"
איז אלטערנעיט סייט א מהלך אפצופירן כלל ישראל דורך הייסן זיין פארנומען מיט די קאר און אנדערע שטותים יעדן שנ"י וחמיש"י

עס איז דא א לאאאאננגע ליסטע פון פראבלעמען וואס "דארט הייבט זיך אלעס אן"
דיין פריערדיגע תגובה פראווט נאר וואס איך שרייב דארט... דו ווייסט אויך אז ער האט נישט מכוון געווען אויף די דייביעטיס ארטיקל, און אויך נישט אויף די ארטיקל פון א אינוואליד וואס שטארקט זיך, פארט האסטו עס אויסגעקליבן אלץ דיין ביישפיל...

און ווידעראמאל קומסטו צוריק מיט די בילל געיטס דעבאטע, אבי נישט צו דעבאטירן די עצם נושא.

דיין וויטערדיגע שורות זענען 100 פראצענט גערעכט, אבער כ’ווייס נאכנישט וואו ס’קומט אריין דא.

אצינד צו דעם תגובה. כ’ווייס נישט וויאהין דו צילסט מיט געלע באסעס און ראטן, אבער די בעסטע דוגמא וואס איך וועל ברענגען איז טאקע די קאווער פון די שטיבל בנוגע די 90 פראצענט פסולע ספרי תורה. ווי איידל א הערה אויף דעם קאווער זאל געשריבן ווערן, האסטו אויפן ארט 10 ניקים מיט לינק’ס פאר מוחאות אשכולות... איינער האט דא מוחה געווען? כ’ברענג דיר פידבעק, וואס איז די אויפברויז דא?

[און גראדע אויב איינער נעמט יא א שארפערע ליניע איז אויך נישט עק וועלט, ווער דען זאל זיין בייז אויב נישט זייער ליינער באזע?]

ממש עד כדי כך?! מ’קען שוין נישט זאגן היינט א הערה אויף א מאגאזין? אויב איינער וואגט זיך צו גיבן אפי’ קאנסטראקטיוו קריטיק ווערט ער צעלייגט און צעזויגן אלץ נעגאטיווע אראפרייסער. ס’א גרויל!

מאגאזינען זענען געווארן פארהייליגט ביי די אינגערע חלק פון כלל ישראל אויף א עקלדיגע פארנעם. דאונט געט מי ראנג, איך ליין געוויסע פון זיי מיט גרויס הנאה, און זיי זאלן ווייטער אנגיין אויף א ריכטיגע וועג ביתר שאת.

און אינטערעסאנט איז אז די שטיבל איינגעשטעלטע האבן גלייך פארשטאנען אז דא האט פאסירט א גרייז, אבער די שטיבל אנהענגער קענען עס נישט אראפשלינגען ביז היינט.

אט דאס איז בלויז א דוגמא צו די לעצטיגע עפאכע אז ווען עמיצער ברענגט אפיר א הערה אויף אינע פון די מאגאזינען ווערט ער אטאמאטיש אן אראפרייסער.

די נמשל איז אט דעם אשכול, ווען פון אפירברענגען א ערנסטע נקודה למחשבה איז דער פותח פארוואנדלט געווארן אין א מענטש מלא אראגאנץ וכו’.

און שוין.
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

מיר לעבן היינט אין א וועלט פון ’וויקטימהאד’ ווי מער וויקטים אלס מער ביסטו ’ענטייטלד’ פאר בענעפיטס די הויפט גרמא דערצו איז נישט ביל געיטס אדער די ליבעראלס ווי מאנכע ווילן ליפטערן... ניין די ליבעריליזם פון היינט איז די תוצאהפון אונזער באקוועמע וועלט וואס פון ששת ימי בראשית איז נאכנישט געווען אזא ספוילד ראטטען דור סיי ביי אידן און להבדיל ביי גוים.

כ’האב פונקט געליינט די וואך א גוטע ליין ’גוטע צייטן באשאפט שוואכע מענטשן, שלעכטע צייטן באשאפט שטארקע מענטשן’ מיר זענען גאר גאר גאר שוואכע מענטשן מיר האלטן נישט ביים ארבעטן שווער, וויפיל פון 3 דורות צוריק פלעגן עמטליך דאווענען נאך 9 אזייגער? מענטשן וואס האבן חתונה געהאט פאר איבער 30 יאר צוריק האבן נישט געדארפט אזויפיל סופפארט פון די עלטערן פארקערט סאיז געווען א געפערליכע לאו דיגניטי צו בעטן א דאלער פון א צווייטן. היינט וויל מען נישט טונקען קיין פונגער אין קאלט וואסער, מאיז הייקעל שבהייקל איי מהאט פראבלעמען נא וועט מען ווערן א וויקטים...
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

איך ווייס נישט אויב איך משוגע.

קענסט מיר זאגן די פוינט אין איין שורה?

(דו ברענגטס א נייע פוינט! אז די מאגעזינען זענען פארהייליגט. דאס רופט פאר אן עקסטערע אשכול. מאך נישט קיין קוגל!!)

דער פותח האט גערעדט פון גרושים פון מאמענט, איך האב געענפערט איבער די ארטיקל פון גרושים פון מאמענט.

איך פארהייליג נישט קיין שום מאגעזין, אויב דאס איז דיין פוינט.

מיין תגובה האט זיך באצויגן צו דעם (מבקש?) פותח האשכול'ס (נערישע) הנחה אז די אלע זאכן מיט וואס די דור ווערט בעסער (ווי למשל חינוך וטיפול מיוחד, ווייזן פאר קינדער אז מען פארשטייט זיי, זיכער מאכן אז אונזערע טינעידשערס האבן אן אוזן קשבת ווען נויטיג, מאכן די קינדער שפירן אז מען פארשטייט וואס זיי גייען דורך, און אז דער באשעפער קוקט צי און שעפט נחת ווען א איד שטארקט זיך איבער א נסיון, די חשיבות פון א מצוה, (שמעקט פון בעל שם הקדוש?), נישט פארשטאפן די געפילן, דאגה בלב איש "ישיחנה", וכו' וכו'.), איז אונז דער פותח מסביר אז דאס איז גאר ד "חורבן" פונעם דור. הערסט??

בכלל, זאגן אז דאס האט מיט ביל געיטס איז נעריש און שמאלקעפיג!
חוזק מאכן פון אונזערע ממשיכים (די בחורים וואס וואקסן אונטער) איז נעריש!

דער אינגערמאן שרייבט זיינע שטורמישע געפילן נאך א דערהויבענע מינוט, אדער איז ער פשוט אנגעפיקעוועט מיט טשיפ טעאריעס. (ביל געיטס איז אין זיין קאפ די מקור הצרות, חולאים און עוונות)

נישט נאר וואס די זאכן זענען נישט שלעכט, נאר דאס איז גוט!

ווי איך האב געשריבן פריער, איז דא משוגעים אויף די זייט פונעם ספעקטרום פונקט אזוי. דא מענטשן וואס קאננעקטן מיט זייערע עמאושנס אגאנצן טאג. אבער דאס מאכט נאכנישט דעם עווערידש מענטש פאני פארן האבן געפילן.

לגבי דעם פותח'ס פוינט, איך פרוביר אים צו פארשטיין. אבער דער אינגערמאן (?) שיסט געפילן, און די פוינטס קומען ארויס צומישט.

איך זעה דא פאטענשיל פינעף טאפיקס/אשכולות.

1)דעם ענין פון שרייבן פאבליקלי אינטערוויאס (לגבי גרושים האב איך ערקלערט איז ער זיכער ראנג, אחוץ לגבי איין גרוש וואס האט געזאגט אז אלעס איז אים בעסער יעצט און עס פעלט אים גארנישט. דאס איז נעריש פארן געזאגט ווערן און נעריש פארן געדריקט ווערן. לגבי דייעביטיעס איז ער זיכער נישט גערעכט, וכו')

2)די טעאריע איבער ביל געיטס. (דאס איז סתם שטותים, ער קען אבער עפענען אן אשכול)

3)די נושא איבער וויאזוי מען דארף טריעטן די היינטיגע בחורים, צי די זעלבע ווי די נאצי געליטענע האבן געטריעט זייער קינדער, אדער מיטן פרובירן זיי צו פארשטיין.

(די נעקסטע איז א פאול)
4)איז גאנץ אידישקייט אין סכנה צוליב וואס געוויסע עלטערן זאגן פאר זייערע קינדער איך האב דיך ליב און איך פארשטיי וואס דו גייסט דורך.

וכו' וכו'.

דער גיסט אויס א ליסטע פון פראבלעמען.

זאג מיר די פוינט אין איין ווארט, קען זיין איך עגרי, און אויב יא גיי איך דיר הייסן ארויסנעמען אלע משלים און פראבלעמען שלא מן הענין.
לעצט פארראכטן דורך Of course אום זונטאג פעברואר 04, 2024 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Of course
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:40 pm
מיר לעבן היינט אין א וועלט פון ’וויקטימהאד’ ווי מער וויקטים אלס מער ביסטו ’ענטייטלד’ פאר בענעפיטס די הויפט גרמא דערצו איז נישט ביל געיטס אדער די ליבעראלס ווי מאנכע ווילן ליפטערן... ניין די ליבעריליזם פון היינט איז די תוצאהפון אונזער באקוועמע וועלט וואס פון ששת ימי בראשית איז נאכנישט געווען אזא ספוילד ראטטען דור סיי ביי אידן און להבדיל ביי גוים.

כ’האב פונקט געליינט די וואך א גוטע ליין ’גוטע צייטן באשאפט שוואכע מענטשן, שלעכטע צייטן באשאפט שטארקע מענטשן’ מיר זענען גאר גאר גאר שוואכע מענטשן מיר האלטן נישט ביים ארבעטן שווער, וויפיל פון 3 דורות צוריק פלעגן עמטליך דאווענען נאך 9 אזייגער? מענטשן וואס האבן חתונה געהאט פאר איבער 30 יאר צוריק האבן נישט געדארפט אזויפיל סופפארט פון די עלטערן פארקערט סאיז געווען א געפערליכע לאו דיגניטי צו בעטן א דאלער פון א צווייטן. היינט וויל מען נישט טונקען קיין פונגער אין קאלט וואסער, מאיז הייקעל שבהייקל איי מהאט פראבלעמען נא וועט מען ווערן א וויקטים...

איך עגרי אז דאס האט גארנישט מיט געיטס.

צו דיין צווייטע האלב,

נו וואס איז די מהלך?
וואס שלאגסטו פאר?
מסביר זיין פאר יעדעם. און נאכדעם?
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

דעי אשכול וואלט געקענט זיין א הערליכע אשכול פיל מיט דעת ותבונה איבער ערשיינונגען ביי די נייע דזשענעראציעס אין די גויאישע וועלט ווי וויקטעמהוד און פעיליער ווערט צעלעבערירט און אירע אייגנטומער באשיינט - און וואסערע השפעה דעיס האט אויף אונזער מחנה עז וועל.

אנשטאט דעם קומען ניקס - וואוילע מענטש זיכער - וואס האבן עקטשולי יעצט די ערשטע מאל געהערט פון דעי קאנצעפט, און אנשטאט זיך אראפזעצן מיט ישוב הדעת בינה והשכל און טרייען צו פארשטיין וואס דעי קאנצעפט איז אבאוט - וואס קומט פאר אויפן וועלט - וואס זענען די אפעקטן וכו', קומט מען מיט אומפולסיווע שנעלע געפילישע רעאקציעס וואס שליידערט גראד אוועק די מעגליכקייט פאר דעי סברה צו גענומען ווערן אין באטראכט בכלל און אזוי זיך בארואיגן די מוח אז ס'איז שוין יעצט טאטאל אומרעלעוואנט צו טרייען צו געבן עני שאנס פאר דעי געדאנק צו גענומען ווערן אין באטראכט - ווייל מ'האמיר דאך שוין געשאסן דעם שיסער און צוגענומען זיין פייל און בויגן.

ס'איז אומערוואקסן און היפך סימני החכמה.

יא, די פותח האשכול האט ארויסגעוויזן א געוויסע מאס איגנראנץ וואס איז ווערט קלארצושטעלן, אבער צו זיין עיקר נקודה איז דא אסאך וואס צוצעלייגן מחשבה און אבזערוואציע.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: ווערן אונז אויך אפעקטירט, פון ביל געיטס פארדארבענע מאטיוון?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

Of course האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:43 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:40 pm
מיר לעבן היינט אין א וועלט פון ’וויקטימהאד’ ווי מער וויקטים אלס מער ביסטו ’ענטייטלד’ פאר בענעפיטס די הויפט גרמא דערצו איז נישט ביל געיטס אדער די ליבעראלס ווי מאנכע ווילן ליפטערן... ניין די ליבעריליזם פון היינט איז די תוצאהפון אונזער באקוועמע וועלט וואס פון ששת ימי בראשית איז נאכנישט געווען אזא ספוילד ראטטען דור סיי ביי אידן און להבדיל ביי גוים.

כ’האב פונקט געליינט די וואך א גוטע ליין ’גוטע צייטן באשאפט שוואכע מענטשן, שלעכטע צייטן באשאפט שטארקע מענטשן’ מיר זענען גאר גאר גאר שוואכע מענטשן מיר האלטן נישט ביים ארבעטן שווער, וויפיל פון 3 דורות צוריק פלעגן עמטליך דאווענען נאך 9 אזייגער? מענטשן וואס האבן חתונה געהאט פאר איבער 30 יאר צוריק האבן נישט געדארפט אזויפיל סופפארט פון די עלטערן פארקערט סאיז געווען א געפערליכע לאו דיגניטי צו בעטן א דאלער פון א צווייטן. היינט וויל מען נישט טונקען קיין פונגער אין קאלט וואסער, מאיז הייקעל שבהייקל איי מהאט פראבלעמען נא וועט מען ווערן א וויקטים...

נו וואס איז די מהלך?
וואס שלאגסטו פאר?
מסביר זיין פאר יעדעם. און נאכדעם?
נישטא קיין עצה סאיז א פשוטע דרך הטבע פון 1+1 סאיז א גלגל החוזר און אזוי איז די מעכטיגע רוימישע אימפריה צאמגעפאלן

1 א גרופע hard working tough people בויען אן אימפריה
2 די אימפעריה ווערט רייך און שטארק
3 די מענטשן פון די אימפריה הערן אויף צו זיין טאףף און ווערן ספוילד
4 א צווייטע מדינה נעמט דיך איבער

כ’וויל נישט דערשרעקן קיינעם אבער סאיז בלויז א פראגע פון צייט ביז טשיינע ווערט די וועלטסמאכט
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”